ביאָגראַפֿיעס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַרלאָפֿן האָט זיך די געשיכטע קוים אַ יאָר נאָך מײַן חתונה. דער טעלעפֿאָן האָט געקלונגען און אויף דער אַנדערער זײַט האָט זיך געהערט אַ יונגע און איידעלע מענער־שטימע. ער האָט מיר צו וויסן געטאָן, אַז ער הייסט לעאָ שטיינבערג און געוואָלט וויסן, צי איך שרײַב אויף אַ ייִדישער שרײַב־מאַשינקע. ווען איך האָב אים פֿאַרזיכערט אַז יאָ, האָט ער פֿרײַער אָפּגעאָטעמט און ווײַטער געצויגן דעם שמועס. ער האָט גערעדט אויף ייִדיש, וואָס אין יענער צײַט איז עס נישט געווען קיין אויסנאַם.

מוזיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַסיע ווײַסמאַן

פֿאַראַן גרויסע זינגער, מיט קעלער וואָס קענען פֿאַרהילכן אַ זאַל. פֿאַראַן מוזי­קער וואָס לאָזן זיך געדענקען די מינוט וואָס זייער מוזיק קריגט פֿליגל און פֿלאַ­טערט אַרום דער וועלט. און אַזוי ווי בײַ אונדז איז אַ זעלטנקייט צו הערן אַ רע­פּער­טואַר פֿון אַ יונגער אינטעליגענטער און אַ באַשיידענער זינגערין, איז פֿאַר מיר געווען אַ פֿאַרגעניגן צו זען און צו הערן מײַנע אַן אַמאָליקע תּלמידה אַסיע ווײַס­מאַן, מיט אַ רעפּערטואַר פֿון זעלטענע ייִדישע לידער. איך זאָג זעלטענע, ווײַל מען הערט זיי זייער זעלטן. בדרך־כּלל נע­מען זיך נישט די מי ייִדישע זינגער און זינ­גערינס אַרײַנצוקוקן אין אונדזער רײַכן לידער־אַלבאָם.

הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך קען מענטשן וואָס לויפֿן קויפֿן אַ ייִדישע אָדער ענגלישע צײַטונג בלויז אַ קוק צו טאָן ווער ס'איז געשטאָרבן. בײַם לייענען די נעקראָלאָגן טראַכטן זיי בײַ זיך, געלויבט צו גאָט אַז איך לעב נאָך. גיי ווייס, יענער איז דאָך גאָר געווען אַ יונגערמאַנטשיק אַנטקעגן מיר. אַ בייזער גורל פֿון אַ מענטשן. הײַנט צו טאָג שטאַרבט נישט אַבי ווער. גאַנץ אָנגעזעענע פּאַרשוינען און פּאַרשוינטעס שטאַרבן, אַפֿילו אַ קליין מענטשעלע, וואָס קיינער האָט פֿון אים קיין מאָל נישט געהערט, שטאַרבט אויך. אָט נעמט למשל פֿײַוול־פּיניע אייבערמאַנטל. ער האָט אויך אויסגעצויגן די קאָפּעטעס און אַוועק אַהין פֿון וואַנען קיין בריוועלע איז נאָך נישט אָנגעקומען. וואָלסטו דאָס געגלייבט. אַזאַ חבֿרה שטאַרבערס.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די גאַנצע צײַט לעק איך די פֿינגער פֿון דער מאַמעס לאָדזשער לשון. ווען זי לעבט, וואָלט זי נישט פֿאַרשטאַנען וואָס איך מאַך אַזאַ צימעס פֿון אירע רייד. זי פֿלעגט אויסזינגען אַ ווערטל, אַז דער אָטעם איז פֿאַרגאַנגען. ווי, למשל, דאָס וואָרט "וואָס". בײַ איר האָט זיך עס אָנגעהויבן מיט אַן אַלטאָ און אַריבער אויף אַ באַריטאָן — "וו־וּ־ע־ע־ע־עס?".

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין "טוירטל שעל" (טשערעפּאַכע־שאָל) טעאַטער, וואָס געפֿינט זיך אין דער טעאַטער־אַלעע אויף דער 43סטער גאַס אין מאַנהעטן, דאָרט שפּילט זיך הײַנט אָפּ נישט נאָר אַ מוזיקאַלישע טראַגעדיע, נאָר אַ ייִדישע דראַמע פֿון גרויס פֿאַרנעם. די פּיעסע הייסט "פֿריץ און פֿרויעם" (אפֿרים) און עס האַנדלט זיך וועגן אַ ייִדישן קאָמי­קער, וואָס איז אַוועק פֿון דער וועלט צוזאַ­מען מיט טויזנטער ייִדן, וועלכע זײַנען דערשאָסן געוואָרן אין גריבער פֿון דער דײַטשישער, מערדערישער מאָרד־מאַשין. איינער פֿון די שיסער איז טאַקע געווען פֿריץ, וואָס אין אים שפּיגלט זיך אָפּ דאָס גאַנצע פּסיכאָלאָגישע איבערקערעניש.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ייִדיש פֿאַרמאָגט נישט די הײַנטיקע ענגלישע ווערטער ווי handicapped, אָדער physically impaired. אַנשטאָט דעם זאָגן מיר נאָך אַלץ אויף אַ מענטשן אויף קוליעס, אַ קאַליקע, אָדער גאָר ערגער — אַ קריפּל, כאָטש אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך האָט מען צוגעטראַכט אַזעל­כע אומגעלומפּערטע ווערטער, ווי: מומיק (פֿונעם וואָרט מום — דעפֿעקט) אָדער זײַן געהאַמעוועט אָדער געשעדיקט. דאָס זײַנען אַלץ הילצערנע ווערטער, און אויף וויפֿל איך האָב נישט געבראָכן דעם קאָפּ, האָב איך זיך נישט דערטראַכט צו אַזעלכע ווערטער וואָס זאָלן פֿאַרבײַטן קאַליקע אָדער קריפּל.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מעטיו לעוויטאַן

ווער פֿון אונדז געדענקט נישט דעם ברויזנ­דיקן, שפּרודלדיקן, זשוואַווען און צעדרייטן — זיראָ מאָסטעל. שוין צײַט אים צו דערמאָנען צום גוטן. ער האָט זיך פֿאַרדינט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ קאָ­מעדיאַנט, אַקטיאָר, פֿילם־ און בינע־קינסט­לער. זײַן ראָלע אין דעם פֿילם "די פּראָדוסערס", געשריבן פֿון מעל ברוקסן (נאָך אַ ייִדישער קאָמי­קער פֿון זעלבן זגאַל), האָט אונדז ממש אונטער­געהויבן. איך האָב זיראָן צום ערשטן מאָל געזען אין "פֿידלער אויפֿן דאַך", מיט אַ פֿערציק יאָר צו­ריק אויף בראָדוויי. מײַנע אַ באַקאַנטע האָט מיר דע­מאָלט דערלאַנגט צוויי בילעטן מיט די ווערטער:

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סצענע פֿונעם פֿילם "דער גרויסער דיקטאַ­טאָר"
ווער געדענקט עס נישט דעם ריזיקן און קליינינקן טראַגי־קאָמיקער, אַקטיאָר — טשאַרלי טשאַפּלין. איך געדענק נישט, וווּ איך האָב אַ מאָל געלייענט, אַז טשאַרלי טשאַפּלין איז געווען אַ ייִד און געהייסן טשאַרלי קאַפּלאַן. געשפּילט האָט ער ס׳רובֿ אין די אַלטע שווײַג־פֿילמען. און דער אמת איז, אַז מ׳האָט זיך נישט גענייטיקט אין רייד, ווײַל אַלץ איז בײַ אים געווען אַזוי קלאָר ווי א לוסטרע.

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וווּנדער איבער וווּנדער, וואָס אין דער הײַנטיקער וועלט, אונטער הײַנטיקע אומשטענדן, ווען דער אַמעריקאַנער ייִדישער עולם וויל בלויז לאַכן; נישט גלאַט לאַכן, נאָר לאַכן מיט וווּלגאַרע עם־הארצדיקע ספּאַזמען — קומט צו גיין דער זשורנאַליסט בערנאַרד ווײַנטראַוב, וועלכער האָט אַמאָל געשריבן פֿאַר דער "ניו־יאָרק טײַמס" און אויסגעווען אַ וועלט — פֿון וויעטנאַם ביז אינדיע, באַשרײַבנדיק קריטישע וועלט־געשעענישן — און ער זאָל דאָס אַרײַנקוקן אין די ייִדישע אַרכיוון און נאָכפֿאָלגן די לעבנס־באַשרײַבונגען פֿון פֿאַרשידענע אָנטיילנעמער אין אונדזער אומגליק.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳ווייס נישט וואָס דאָס איז, איך הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס נעמט זיך, נאָר ווען איך האָב געלייענט, אַז מען לערנט שוין ייִדיש אין בענקאַק, בין איך געבליבן דערשטוינט ביז גאָר. ווי קומט ייִדיש אין יענע מקומות? איך פֿאַרשטיי, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַ שפּאָר ביסל ישׂראלים אין טײַלאַנד, אין אינדאָנעזיע, אין אינדיע, און וווּ די וועלט האָט אַן עק. און ווי נאָר זיי באַזעצן זיך אין יענע מקומות, אַזוי עפֿנט מען געשעפֿטן, רעסטאָראַנען און סופּערמאַרקעטן.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג ״יאָשקע״
די וואָך האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו זען דרײַ פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדישע טעמעס. איך זאָג דרײַ, ווײַל אַ פּאָר פֿון זיי האָב איך פֿאַרגעסן מיט דער רגע וואָס איך בין אַרויס אין גאַס. אָט, למשל, האָב איך געזען די לאַכערײַקע: "מײַן מאַמע איז אַן איטאַליענערין, מײַן טאַטע איז אַ ייִד און איך הייל זיך בײַ אַ פּסיכיאַטער". דאָס איז אַן איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג, געשפּילט אין קליינעם שובערט־טעאַטער וואָס פֿאַרמאָגט איבער פֿינף הונדערט זיצפּלעצער און כּמעט אַלע זײַנען געווען באַזעצט. די לאַכאָמאַניע איז אויסגעפֿירט געוואָרן פֿונעם אַזוי גערופֿענעם קאָמיקער סטיוו סאַלאַמאָן, און אַלץ וואָס איך קען אײַך זאָגן איז: מײַן מאַמע איז אַ לאָדזשערין, מײַן באָבע איז אַ זגערזשערין, דער פּסיכיאַטער קומט מסתּמא פֿון אָשקאָש און דאַרף אַליין אַ פּסיכיאַטער.

‫ייִדיש־נײַעס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די נײַע סטודענטן, וואָס שטודירן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט דאָס יאָר 2006
פּונקט װי יעדעס יאָר בין איך באַגליקט מיט די בעסטע סטודענטן װאָס אַ לערערין קען זיך װינטשן. זײ זײַנען מאָטיװירט, פֿול מיט אינטערעס און נײַגער. ערשטנס, זײַנען זײ ייִדישע קינדער דורך און דורך. און צװײטנס, זײַנען ס׳רובֿ פֿון זײ מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. זײ קומען אַרײַן קענענדיק לשון־קודש, ייִדישע יום־טובֿים, טראַדיציעס, מינהגים און ריטואַלן. דאָס אַלץ איז פֿאַר זײ נישט פֿרעמד. זײ זײַנען משפּחה־מענטשן, צוגעבונדן צו טאַטע־מאַמע, באָבעס און זײדעס.