פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די גאַנצע צײַט לעק איך די פֿינגער פֿון דער מאַמעס לאָדזשער לשון. ווען זי לעבט, וואָלט זי נישט פֿאַרשטאַנען וואָס איך מאַך אַזאַ צימעס פֿון אירע רייד. זי פֿלעגט אויסזינגען אַ ווערטל, אַז דער אָטעם איז פֿאַרגאַנגען. ווי, למשל, דאָס וואָרט "וואָס". בײַ איר האָט זיך עס אָנגעהויבן מיט אַן אַלטאָ און אַריבער אויף אַ באַריטאָן — "וו־וּ־ע־ע־ע־עס?".

דעם טאַטן, אָבער, האָב איך אינגאַנצן פֿאַרזען. ער איז אויך געווען אַ לאָדזשער ייִד, נאָר ער איז קאַליע געוואָרן פֿון דער ייִדישער קולטוראַטור. ער איז שוין געווען אַן אינטעליגענטער ייִדיש־רעדער. אַ שאָד, וואָס ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען וואָס ער האָט אָנגעוווירן. איז דאָס מאָל געהערט דאָס אַרטיקעלע דעם טאַטן — דעם אַמאָליקן ייִדישן צײַטונגסמאַן און זעצער, חיים שמולעוויטש, וואָס האָט אין מיר אײַנגעפֿלאַנצט די ליבע צו מאַמע־לשון. איך האָב אַלע מאָל אַרויפֿגעקוקט צום טאַטן. ערשטנס, איז ער געווען אַ הויכער, ברייט־פּלייציקער מאַן, וואָס האָט ליב געהאַט ס׳לעבן מיט אַלע זײַנע חושים. און צווייטנס, האָב איך געהאַלטן, ווי אַ קינד, אַז ער איז דער קליגסטער מענטש אויף דער גאַנצער וועלט, און אַז קיינער איז צו אים נישט גלײַך, ביז איך האָב זיך באַקענט מיט מענדלען, מײַן צוקונפֿטיקן מאַן.

דער טאַטע איז געבוירן און אויסגעכאָוועט געוואָרן אין לאָדזש אויף זגערזשער גאַס 46. נאָך דער מלחמה, ווען מיר זײַנען צוריקגעקומען קיין לאָדזש, האָט מיך דער טאַטע גענומען זען דאָס הויז וואָס ער האָט פֿאַרלאָזט אין 1932. ס׳איז קיין סימן דערפֿון נישט פֿאַרבליבן. בלויז צעלייגטע רויִנען, שטיינער און מיסט. איך בין דעמאָלט געווען אַ מיידעלע פֿון נײַן און שוין איבערגעלעבט צוזאַמען מיטן טאַטן דעם פֿאַרלוסט פֿון זײַן אַמאָליקער היים. ערשט מיט אַ פּאָר יאָר פֿאַר זײַן טויט האָב איך זיך אַמאָל מיט אים צערעדט און ער האָט מיר אָנגעהויבן צו שילדערן דאָס הויז אַזוי:

"מיר האָבן געוווינט אין דער אָרעמסטער געגנט פֿון לאָדזש, וואָס האָט זיך גערופֿן באַלוט, אין אַ הויז מיט אַ טיפּיש באַלוטער הויף. דער הויף האָט פֿאַרמאָגט אַ פּלימפּ, אַ זליוו, אַ רינשטאָק, אַ ברינע, אַ קליזעט אַרויפֿצוקריכן מיט די פֿיס, ווײַל מיר, קינדער, האָבן נישט געקאָנט דערלאַנגען. אויף דעם הויף האָבן מיר, קינדער, זיך געשפּילט טאָג און נאַכט. דאָרט, אַרום דעם קליזעט, האָט מען פֿאַרברענגט גאַנצע טעג. אויפֿן הויף האָבן געוווינט אַלערליי מענטשן. מיר האָבן געוווינט אין צוויי שטיבלעך. אַמערגסטן איז געווען ווען דער פּלימפּ איז קאַליע געוואָרן, דעמאָלט האָט מען געמוזט לויפֿן פֿון הויף צו הויף זוכן וואַסער. אָבער די פּלימפּן אין די פֿרעמדע הייף זײַנען געווען פֿאַרשלאָסן. די קינדער פֿונעם הויף האָבן זיך געשפּילט אין רעדל! רעדל! קאַסטן, אין בלינצעס, אין גריסקע, אין יעגעלעך, אין סטרולקעס, אין פּאַל איך מיט אַ שטעקן, און אין קליפּע.

"פֿון פֿאָרנט זײַנען געווען די געוועלבער: אַ זודע־וואַסער געוועלבל, וווּ די ׳פּראָשע־פּאַני׳ (איך בעט אײַך איבער) דאַמע איז געווען די אייגנטימערין. מיר האָבן פֿאַרמאָגט אַ בשׂמים־געוועלבל און אַ לעדער־געוועלב. אונדזער הויף איז געווען פֿאַראייניקט מיטן שכנותדיקן הויף, זגערזשע 48, וווּ ס׳האָט געוווינט אַ פֿערד־הענדלער. די קינדער פֿונעם הויף האָבן זיך פֿאַרנומען גאַנצע טעג מיט נאָכלויפֿן און רײַטן אויף די פֿערד. דאָרט האָבן שוין געוווינט מער פֿאַרמעגלעכע מענטשן.

"בײַם געלן ייִד פֿון בשׂמים־געוועלבל האָט מען אַלץ געקאָנט קריגן. אַ ייִנגעלע האָט ער געהאַט האָט ער געהייסן ייִדל. דער ייִדל האָט מיר דערציילט פֿון די אינטימסטע זאַכן וואָס דער טאַטע טוט אָפּ מיט דער מאַמען. האָב איך זיך נישט געפֿוילט, אַרײַן צום געלן ייִד פֿון די בשׂמים אין געשעפֿט און אין סאַמע רוך פֿון אַ סך קונים אַ פֿרעג געטאָן:

— זאָגט מיר נאָר ר׳ ברוך! איז עס אמת, וואָס איר טוט מיטן ווײַב? — דער ייִד האָט זיך שטאַרק דענערווירט און אַרויסגעדונערט:

— אַרויס! דו לאַזוך! דו לאַטעק! דו לאָבוס!

"אויפֿן הויף האָט געוווינט אַ ייִד, האָט מען אים גערופֿן ׳בערעלע וועשער׳. ער איז געווען אַ קליין ייִדל מיט אַ קליין בערדל און געוואַשן וועש אַ צוויי־דרײַ טעג אין וואָך. ער איז בכלל געווען אַ באַקאַנטע פֿיגור אין לאָדזש. די קינדער האָבן אים נאָכגעזונגען:

בערעלע וועשער האָפּ! האָפּ! האָפּ!
אין איין שיִעך, אין איין זאָק!

"אויפֿן זעלבן הויף האָבן זיך געפֿונען מערקווירדיקע קינדער, און אַז איך קוק צוריק, זײַנען די שכנים אויך נישט געווען אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט. אַלע קינדער האָבן געהאַט צונעמען: איטשע דיבוק, חיה גרועזגראַנדז, פֿייגע־רבֿקה די גראָבע, רייזעלע און יאָסעלע.

"איטשע דיבוק איז געווען דער ווילדסטער פֿון זיי אַלע. דער הויף האָט פֿאַר אים געציטערט. מען האָט דערציילט, אַז ווי אַ נײַ־געבוירן עופֿעלע, ווען דער באַרימטסטער מוהל פֿון לאָדזש, ר׳ נתנזאָן, האָט אַדורכגעפֿירט זײַן ברית־מילה, האָט ער פּלוצעם פֿאַרשניטן. מ׳האָט איטשעלען געשיקט קיין ווין צו אָפּערירן. מ׳האָט זײַן גאַנצן מענער־געשלעכט אַרײַנגענייט אין בויך און געלאָזט בלויז אַ לעכעלע אויף צו לאָזן פֿליסיקייט. ווער ס׳איז געווען מיט אים פּאַני־בראַט, האָט ער אים געוויזן וואָס ער פֿאַרמאָגט. דער סוף איז געווען אַ גוטער. ווען איטשעלע איז אונטערגעוואַקסן און געוואָרן אַ חתן־בחור, האָט זיך אין אים פֿאַרליבט אַ שיין מיידל. ער איז מיט איר אַוועק קיין אַרגענטינע, זיך ווידער אַ מאָל אָפּערירט און געוואָרן אַ טאַטע פֿון קינדער. אַזוי האָט מען גערעדט אויפֿן הויף מיט יאָרן שפּעטער.

"איטשע דיבוקס טאַטע איז געווען אַ פּליוש־וועבער. ער האָט געהאַט אַ פּליוש־שטול, און חיה גרועזגראַנדז איז געווען אַ באַשטעקערין. זי איז אויסגעוואַקסן אַ שיינע, הויכע, געזונטע מויד, נאָר ס׳האָט איר ׳געפֿעלט אַ שרײַפֿעלע׳. זי האָט געשטעקט די דראָט בײַ יעדן שאָס וואָס ער האָט געגעבן בײַ דער האַנט־וועבערײַ. אין דעם איז באַשטאַנען איר אַרבעט.

"פֿייגע רחל איז געווען עלטער פֿון חיה גרועזגראַנדזן. אַ דיקע מיט הויכע ברוסטן, האָט זי געאַרבעט ערגעץ אויף דינסט. יעדן שבת האָט זי זיך אָנגעטאָן אין בגדי מלכות, אויסגעפּוצט זיך אין עסיק און אין האָניק, און זיך אַוועקגעשטלט בײַם טויער. ס׳איז שוין געווען אָנגענומען, אַז יעדעס מאָל וואָס אַ יונג איז אַדורך דורכן טויער, פֿלעגט ער איר געבן אַ טאַפּ. אַזוי ווי איך בין נאָך געווען אַ צוציק, אָפּגעריסן, אָפּגעשליסן מיט צעריסענע, צעפֿליקטע שיך, פֿלעג איך אויך אַדורכגיין דורכן טויער און אויך פּרובירט איר געבן אַ טאַפּ. איז זי מיך באַפֿאַלן מיט טויטע קללות און מיט געשרייען:

— עך דו, גאָלע־דופּע! דו אויך? זע בעסער זיך צו קויפֿן אַ פּאָר הויזן, מ׳זאָל דיר נישט אַרויסזען דעם הינטן!

רייזעלע איז געווען אַ קליינינקע און ווען זי איז אונטערגעוואַקסן, פֿלעגט זי מיך אַרומכאַפּן אין דער פֿינצטער און שעפּטשען:

"׳כאַמעלע! ביסט דאָך אַזוי שיין!׳ און זי פֿלעגט מיך קושן. אין אַ קורצער צײַט אַרום האָט זי געקראָגן די שליעפּע־קישקע (אַפּענדיציט) און געשטאָרבן בײַ דער אָפּעראַציע. כ׳בין געגאַנגען צו איר לוויה און מיטגעוויינט מיט אַלע שכנים פֿונעם הויף.

"דער קליינער שנײַדער סענדערל איז געווען מײַנס אַ שותּף. מיר האָבן צוזאַמען געהוליעט אויפֿן באַלעטער־פּלאַץ, אויף טראָנטשיקס־פֿעלד, אויפֿן אַלטן בית־עולם און צוזאַמען געהאַלטן מלחמות קעגן אַנדערע באַנדעס בײַ אונדז אין דער געגנט. דער שכן פֿון נומער 44 האָט געהייסן מענדעלע. קליינערהייט איז ער שוין געווען אַ בלאַטער יונג און זיך אַרומגעטראָגן מיט דער אונטערוועלט. ער פֿלעגט אָרגאַניזירן די מלחמות און נישט איין מאָל אַהיימגעקומען צעקאַלט און צעבאַלט".

דער טאַטע מײַנער פֿלעגט מיר דערציילן, אַז ער איז געוואַקסן אַ קינד אַן עקשן, נישט געוואָלט בשום־אופֿן זיך בייגן און נאָכגעבן. אַמאָל איז אַראָפּגעפֿאַלן אַ שטיקעלע צוקער פֿון טיש. דער טאַטע זײַנער האָט אים געהייסן עס אויפֿהייבן, אָבער ער האָט זיך אײַנגעשפּאַרט: ניין און נישט! ביז דער טאַטע זײַנער איז אַרויס פֿון די כּלים און אים אַרײַנגעוואַליעט אין דער שאַפֿע און צוגעמאַכט די טיר. כאַמל האָט געוויינט אַ גאַנצע נאַכט, אָבער דאָס שטיקעלע צוקער האָט ער נישט אויפֿגעהויבן. צו פֿיר יאָר איז זײַן מאַמע געשטאָרבן. זי האָט איבערגעלאָזט צוויי יתומים: דעם פֿיר־יאָריקן כאַמלען, מײַן טאַטן, און איר דרײַ־יעריק טעכטערל רחלען. זעט אויס, אַז די מאַמע — מירל האָט זי געהייסן — האָט באַקומען אַ לונגען־אַנטצינדונג און דער טאַטע זײַנער האָט נישט גערופֿן קיין דאָקטער. אַנשטאָט דעם האָט ער באַשטעלט אַ פֿעלדשער און יענער האָט איר געשטעלט באַנקעס און פּיאַווקעס. ס׳האָט אָבער גאָרנישט געהאָלפֿן. זײַן מאַמע איז אַוועק פֿון דער וועלט צו 23 יאָר.

ס׳איז פּונקט אויסגעפֿאַלן סוכּות. די משפּחה איז געקומען באַוויינען די יונגיטשקע מאַמע, וואָס האָט קיין יאָרן נישט געהאַט. דעם ביטערן ווייטיק און צער האָט מען אויסגעלאָזט צום פֿיר־יאָריקן כאַמלען. זיי האָבן אים געטאַדלט און גערופֿן מערדער. ער זאָל האָבן דערמאָרדעט די מאַמע מיט זײַן עקשנות. פֿון דעמאָלט אָן האָבן אים שוין אַלע געגעבן דעם צונאָמען "מערדער". ווען ער האָט זיך געוואָלט שפּילן אויפֿן הויף מיט דער חבֿרה קינדער, האָבן זיי געזונגען:

רעדל! רעדל! קאַסטן!
מאָרגן וועט מען פֿאַסטן.
וועט מען גיין צו דער גרינער קי
וועט מען מאַכן קיקירעקי
מערדער! מערדער!

האָט כאַמל געשריגן:

"גײַטס אַוועק!" און זיי געוויזן די פֿויסטן. אָבער דער "מערדער" איז אים פֿאַרבליבן אויפֿן גאַנצן לעבן. ער איז געוואַקסן מיטן פֿאַרדאַכט, אַז ער איז געווען שולדיק אין דער מאַמעס פֿריצײַטיקן טויט. אָבער, ווי עס זעט אויס, איז עס געווען אַן אַנדער צײַט, ווען מען האָט זיך ווייניק וואָס געקימערט מיט אַ קינדס געפֿילן.

איך האָב זיך געהאַלטן זייער נאָענט מיטן טאַטן מײַן גאַנץ לעבן. דער דור וואָס האָט אונדז צעטיילט, האָט זיך אָסור אָנגעזען, ווײַל מיר האָבן זיך פֿאַרשטאַנען אויף אַ וווּנק; געגאַנגען און געפֿאָרן צוזאַמען. ער איז געווען מײַן שטענדיקער באַגלייטער און איך האָב געהאַט אַ שליחות אין לעבן — אים אָנצוטאָן פֿרייד. נאָך אַלעמען, ער האָט זיך אַ סך אָנגעליטן און איך האָב עס געדאַרפֿט פֿאַרגיטיקן. אַזוי האָב איך פֿאַרשטאַנען. איך האָב עס אָבער געטאָן באַהבֿה, און אַז ער האָט פֿון עפּעס אָפּגעקוואָלן, בין איך געווען אין זיבעטן הימל. זאָל ער האָבן דעם ליכטיקן גן־עדן. ער האָט זיך עס כּשר פֿאַרדינט, מײַן טאַטע.

לאָדזשער ייִדיש אויסגעטײַטשט:

פּלימפּ — אויפֿן הויף איז געווען אַן אָרט פֿון וואַנען מ׳האָט געצויגן וואַסער

זליוו — די שיסל אין קיך וווּ דאָס וואַסער איז גערונען פֿון אַ רער אין וואַנט און אַראָפּ אין דער קאַנאַליזאַציע (רינשטאָק)

ברינע — אַ לאָך מיט וואַסער אין דר׳ערד, צוגעדעקט מיט אַ גרויסער פֿלאַך

פּליוש־שטול — אַ וועבער־מאַשין, וואָס אַרבעט מיט פֿעדעם פֿון פּליוש. זומער פֿלעגן ייִדן אַרויסשטעלן די מאַשינען אויפֿן הויף צוליב דער גרויסער היץ, און געאַרבעט אויף איר ביז שפּעט בײַנאַכט

די באַשטעקערין האָט געאַרבעט בײַ דער וועבער־מאַשין. יעדער שאָס האָט געמיינט, אַז די פֿעדעם־שפּולן האָבן זיך געענדיקט. דעמאָלט האָט זי ווידער אַ מאָל אײַנגעפֿעדעמט אַ גאַנצע כאָפּטע פֿעדעם און אויפֿסנײַ גענומען וועבן

קינדער־שפּילן

"רעדל, רעדל קאַסטן" האָבן זיך קינדער געשפּילט אין דרויסן צווישן די טויערן

סטרולקעס — קײַלעכדיקע קנעכלעך פֿון אָקסענע אָדער קיִענע פֿיס. נאָך דעם ווי די מאַמע האָט פֿון זיי געמאַכט אַ גאַלער (פּטשאַ), קאַלטע פֿיס, פֿוס־נאָגע. קינדער האָבן זיך מיט זיי געשפּילט ווי עס שפּילן זיך הײַנט קינדער מיט marbles. אין ישׂראל הייסן זיי דזשולאָט

בלינץ־בלינצעס (אָדער בלינדעלעך) — איינער פֿאַרשטעלט זיך די אויגן, שטייט בײַ דער וואַנט און ציילט, בעת אַלע באַהאַלטן זיך. דעם, וואָס ער געפֿינט, אָדער כאַפּט, פֿאַרשטעלט זיך די אויגן

גריסקעס — שטיקעלעך ברויט וואָס מ׳מאַכט פֿון זיי קײַלעכלעך צום שפּילן

קליפּע — נישט באַקאַנט