|
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג ״יאָשקע״ |
|
די וואָך האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו זען דרײַ פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדישע טעמעס. איך זאָג דרײַ, ווײַל אַ פּאָר פֿון זיי האָב איך פֿאַרגעסן מיט דער רגע וואָס איך בין אַרויס אין גאַס. אָט, למשל, האָב איך געזען די לאַכערײַקע: "מײַן מאַמע איז אַן איטאַליענערין, מײַן טאַטע איז אַ ייִד און איך הייל זיך בײַ אַ פּסיכיאַטער". דאָס איז אַן איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג, געשפּילט אין קליינעם שובערט־טעאַטער וואָס פֿאַרמאָגט איבער פֿינף הונדערט זיצפּלעצער און כּמעט אַלע זײַנען געווען באַזעצט. די לאַכאָמאַניע איז אויסגעפֿירט געוואָרן פֿונעם אַזוי גערופֿענעם קאָמיקער סטיוו סאַלאַמאָן, און אַלץ וואָס איך קען אײַך זאָגן איז: מײַן מאַמע איז אַ לאָדזשערין, מײַן באָבע איז אַ זגערזשערין, דער פּסיכיאַטער קומט מסתּמא פֿון אָשקאָש און דאַרף אַליין אַ פּסיכיאַטער.
די צווייטע פֿאָרשטעלונג האָט געהייסן "לויִ איז אַוועק". וואָס קען איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן: דער מת וואָס איז אַוועק איז אַ ייִד פֿון מאַרס, די קינדער וואָס קומען זיך צונויף און אַמפּערן זיך איבער דער ירושה, זײַנען גויים פֿון ווענוס, און ווען ס’וואָלטן געווען אייניקלעך, וואָלטן זיי זיכער געווען פֿון יופּיטער. דער דראַמאַטורג איז זיכער פֿון די הרי־חושך און די פּראָדוצענטן — כעלעמער חכמים.
און איצט קום איך צו "יאָשקען". גייענדיק אין טעאַטער, בין איך געווען זיכער אַז ס’איז ווידער אַ מאָל אַ פּיעסע אויף אַ ייִדישער טעמע און מסתּמא וועט עס אַרײַנפֿאַלן אין דער זעלבער קאַטעגאָריע ווי די אייבערשטע צוויי אָדער דרײַ. אָבער דאָס מאָל האָב איך זיך אַ ביסל טועה געווען. "יאָשקע" איז געשריבן פֿון מײַקל דאַגלעס און טאָם אָניל, און פּראָדוצירט פֿון מײַקל דאַגלעס, וועלכער איז דער זון פֿון אַל דאַגלעס, אַ לידער־שטעלער וועלכער האָט געשריבן לידער אין די צוואַנציקער און דרײַסיקער יאָרן. אַל דאַגלעס האָט, זעט אויס, נאָך זײַן פּטירה אינספּירירט מיט זײַן מוזיק זײַן זון מײַקלען, ער זאָל זיך אונטערנעמען צו שרײַבן אַ פּיעסע באַזירט אויף זײַן טאַטנס מוזיק. געשריבן האָט ער די פּיעסע גאַנצע דרײַסיק יאָר, און איצט האָט זיך אים אײַנגעגעבן זי צו שטעלן אויף די ברעטער פֿון אַ בינע. און כאָטש דער טאַטע איז נישט געווען קיין נײַער אימיגראַנט אין אַמעריקע, נאָר דאָ געבוירן געוואָרן, האָט ער זיך קודם און צום אַלעם ערשטן געביטן זײַן ייִדישן נאָמען פֿון אַלפֿרעד לוי אויף אַל דאַגלעס, מיטן געדאַנק, מסתּמא, אָנערקענט צו ווערן, ווי, למשל, ישׂראל ביילין וואָס האָט געביטן זײַן נאָמען אויף אוירווינג בערלין. וויכטיק איז אַז "יאָשקע" האָט פֿאַרמאָגט אַ סיפּור־המעשׂה. די דרײַ מוזיקער — טשעלאָ, פּויקן און פֿידל — האָבן דערלאַנגט די סחורה; דער רעזשיסאָר, אָלעג ברוידע (פֿון רוסלאַנד), און די צוועלף אַקטיאָרן האָבן געהאַלטן דעם עולם געשפּאַנט.
אין וואָס זשע האַנדלט זיך דאָ? — איז הערט:
אַ נײַנצן־יאָריק בחורל מיטן נאָמען "יאָשקע מיכאַילאָווסקי" (פּיטער וואַן וואַלקענבורג), לאָזט זיך אַראָפּ אין 1912, קיין אַמעריקע נאָכן פֿאַרלירן זײַן גאַנצע משפּחה אין אַ פּאָגראָם אין רוסלאַנד. קומט ער אָן קיין "עליס־אײַלענד", און ווערט שיִער נישט פֿאַרפֿאַלן דאָ. ער זוכט די מומע מיטן פֿעטער וואָס האָבן אים אַראָפּגעברענגט אַהער, אָבער זיי זײַנען אין ערגעץ נישט בנימצא. שטעלט ער זיך אַוועק שפּילן אויף זײַן פֿידעלע, און דער ניגון דערגייט אַזש צו זײַנע קרובֿים וואָס האָבן אים אָפּגעוואַרט אויף דער צווייטער זײַט פֿון "עליס אײַלענד". די פֿרייד איז אין־לשער. מ’נעמט אים אַרײַן צו זיך אויף דער "לאָוער איסט סײַד". מ’שאַפֿט אים אַן אַרבעט אין אַ ייִדישן מוזיק־געשעפֿט, און דאָרט הייבן זיך ערשט אָן אַלע זײַנע צרות. דער בעל־הבית, מיסטער שטערן (סטיוו מאַנטעגיו), איז אַ דײַטשער ייִד וואָס האָט פֿײַנט די מיזרח־ייִדן. ער פֿאַרמאָגט אַ שיינע טאָכטער מרים (אַליסאָן בענעט), און גרייט זי חתונה צו מאַכן פֿאַרן "מענעדזשער" פֿון געשעפֿט, באָריס (ישעיהו טענענבוים).
יאָשקע, ווײַזט זיך אַרויס, איז נישט נאָר אַ גוטער פֿידלער, נאָר אויך אַ באַגאַבטער קאָמפּאָזיטאָר. אָבער דאָ אין אַמעריקע האָט מען געדאַרפֿט קודם אָנהייבן פֿון אויסקערן דעם קעלער און וואַשן די פּאָדלאָגעס. אָבער יאָשקע, דאָס חנעוודיקע יאַטל, איז פֿול מיט ענטוזיאַזם, מוזיקאַלישע אײַנפֿאַלן און וואַרפֿט אַן אויג אויף דער שיינער מרים, דער טאָכטער פֿונעם בעל־הבית. אָבער ווי אַלע אינטריגעס, האָבן מיר דאָ צו טאָן מיט אַ פּאַסקודניאַק פֿון אַ "מענעדזשער", באָריס הייסט עס. אַ שווינדלער אַ מאַטאַץ, און ווײַט פֿון זײַן אַן ערלעכער מענטש, לעקט ער די פּאָדעשווע פֿון בעל־הבית, חנפֿעט אים, בעת ער האָט אין זינען צו ווערן בעל־הבית פֿונעם געשעפֿט, אָפּצוזאָגן יאָשקען און אַלע רוסישע ייִדן פֿון זייערע שטעלעס, ווײַל ער שטאַמט אויך פֿון די דײַטשע ייִדן. אַ חוץ דעם ציטערט ער פֿאַר דער קאָנקורענץ פֿון אַזאַ יונגן און באַחנטן בחורל ווי יאָשקע, וועלכער איז שיין און געראָטן, טאַלאַנטירט און קען נאָך אַוועקנעמען די שיינע מרים פֿון אים. גנבֿעט ער צו בײַ אים אַ מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציע און דרוקט עס אָפּ אויף זײַן אייגענעם נאָמען. אַלע לויבן אים אין זיבעטן הימל אַרײַן פֿאַר זײַן טאַלאַנט, און ציטערן אויסצוזאָגן דעם בעל־הבית וועגן דעם שווינדל. ערשטנס, ווײַל זיי קענען נאָך אָנווערן די שטעלעס, און צווייטנס, ווײַל ס’איז שווער צו באַקומען אין יענע יאָרן אַ "דזשאַב". נאָך אַלעמען איז די פֿאַרפֿלייצונג פֿון אימיגראַנטן געווען אַ טעגלעכע און יעדערער פֿון זיי האָט געזוכט אַרבעט.
איך וועל זיך דאָ אָפּשטעלן, ווײַל אויסזאָגן דעם גאַנצן סוזשעט האָט נישט קיין זינען. דערווײַל האָב איך נאָך דער פֿאָרשטעלונג געכאַפּט אַ שטיקעלע שמועס מיטן פֿאַרפֿאַסער פֿון דער פּיעסע, מײַקל דאַגלעס, דעם זון פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר פֿון אייניקע לידער וואָס מ’האָט אויסגעשפּילט אויף דער בינע. ער דערציילט מיר, אַז פֿון פֿאַך איז ער גאָר אַן אַדוואָקאַט און די פּיעסע איז בײַ אים אַן ערשטלינג. ער שרײַבט זי שוין דרײַסיק יאָר, און אַזוי ווי ער איז שוין נישט מער קיין יונגערמאַנטשיק, נאָר אַ ייִד אין די זיבעציקער, און ווי ס’געשיקט זיך, האָט זיך אים פֿאַרגלוסט צו דערציילן דער וועלט אַז זײַן טאַטע אַל דאַגלעס, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין ברוקלין, האָט געשריבן לידער. אָבער ס’האָט אים קיין מאָל נישט אָפּגעגליקט זיי צו פֿאַרשפּרייטן, איז ער קיין מאָל נישט צוגעקומען צום רום און אָנערקענונג. אַ חוץ מיט איין ליד, וואָס ס’האָט געזונגען די באַרימטע אַמעריקאַנער זינגערין קייט סמיט. דער ייִד, זעט אויס, איז געווען אַ פֿאָלקסטימלעכער ייִד, געאַרבעט בײַ פֿאַרשיידענע מלאָכות און דאָס שרײַבן לידער איז בײַ אים געווען אַ זײַטיקע זאַך. אין דער היים האָט מען בײַ זיי גערעדט ייִדיש און געפֿירט אַ ייִדיש הויז. פֿרעג איך דעם זון:
"פֿאַר וואָס האָט מען ביז אַהער נישט געהערט פֿון דער פּיעסע אין ערגעץ?" — זאָגט ער מיר:
"ווײַל מען האָט עס נישט אַנאָנסירט ווי געהעריק סײַ אין דער ייִדישער פּרעסע און סײַ אין דער ענגלישער. יאָ, עס זײַנען געווען דרײַ קליינינקע אַנאָנסן אין דער 'ניו־יאָרק טײַמס’, אָבער ס’האָט געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס, און בכלל קאָסט רעקלאַמע אַ מאַיאָנטעק מיט געלט. די אַקטיאָרן מיט די מוזיקער דאַרף מען צאָלן, פֿאַרן טעאַטער דאַרף מען צאָלן. בעת אין דרויסן בושעוועט מיט הונדערטער טעאַטערס און טויזנטער אָפּנעמער, אָבער אַהער באַווײַזט זיך קוים אַ קונה".
זעט אויס, אַז דער ייִד איז נישט באַקאַנט מיט דער חכמה פֿון "שאָו־ביזנעס". ער ווייסט נישט, אַז מען דאַרף טרומייטעווען און צעבלאָזן די נײַעס איבער דער ראַדיאָ, טעלעוויזיע און פּרעסע, און אַז מ’שפּילט אַ נײַע פּיעסע מיט אַ ייִדישן אינהאַלט, דאַרף מען זי צעפּויקן איבער דער לענג און ברייט פֿון די אַרבע־פּינות שטאָט. דער עיקר, ליבע לייענער, די פּיעסע טויג, דער גאַנצער אַנסאַמבל אַקטיאָרן טויגן, די מוזיקאַנטן זײַנען גוט און דאָס בחורל "יאָשקע" פֿירט אויס זײַן ראָלע מיט גרויס פֿאַרשטענדעניש און באַגאַבטקייט.
דאָס לעצטע יאָר האָב איך זיך אָנגעזען מיט אַ שלל פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס. אַ סך פֿון זיי גוטע און אַ סך האָבן געטויגט אויף טויזנט כּפּרות. זעט אויס, אַז ס’איז דאָ געלט און ס’זײַנען דאָ אינוועסטירער. מ’שפּילט אָפּ אַ קורצע צײַט און אַראָפּ פֿון דער אַרענע. אָט שפּילט מען שוין יאָרן "דזשוטאָפּיאַ", אַ וווּלגאַרע ניבול־פּה, דעקאַדענט, פֿאַרדאָרבענע זאַך און ס’איז אַ שלאַגער. הײַנט איז די וועלט אויסגעליידיקט פֿון די גראַנדיעזע אײַנפֿאַלן און באַגלויבטקייטן אין מין מענטש. הײַנט פּוסטעווען די טעאַטראַלע שופֿלאָדן אויף ביידע שפּראַכן, און מיר מוזן געדענקען, אַז אויב אַ פֿאָלק פֿאַרמאָגט נישט זײַן אייגנס קיין טעאַטער, איז עס גײַסטיק פֿאַראָרעמט און אָפּגעשטאַנען. און איך חזר כּסדר איבער דעם פֿענאָמען, וואָס אויב אין אַזאַ ניו־יאָרק זאָל זיך נישט געפֿינען קיין אַנגלאָ־ייִדישער טעאַטער, איז פּילאי־פּלאָים, ממש אַ סקאַנדאַל. ניעזשעלי אַרט נישט די מיליאָנען אַמעריקאַנער ייִדן וואָס עס פּוסטעוועט אַזאַ קולטור־פּאָלוס אין אַזאַ וועלט־מעטראָפּאָל. אַ סימן, אַז דאָס אַסימילירטע אַמעריקאַנער ייִדנטום איז אויסגעוועפּט געוואָרן פֿון ייִדישן מהות. איז אויב "יאָשקע" וועט האָבן אַריכות־ימים און וועט דערשלעפּן ביזן סוף יאָר, לאָזט זיך אַראָפּ אין ריטשמאָנד שעפּאַרד־טעאַטער, 309 איסט 26סטע גאַס, און האָט הנאה פֿון אַ חנעוודיקער פּיעסע.