- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
שוין יאָרן ווי עס ברעכן זיך ביכער מיט אָפּשאַצונגען וועגן שלום־עליכמען, און דאָס אויף אַ שלל לשונות. זיי, די קריטיקער רופֿן אים אַפֿילו "מיסטער עליכם," מ'האַלט אים אין איין אַנאַליזירן. כאָטש ווער פֿון זיי איז באמת בכּוח אים אָפּצושאַצן ווי געהעריק. מ'דרייט מיט מנחם־מענדלס שטעקעלע, מ'גריבלט זיך בײַ אים אין אַ וועלט מיט סימבאָליזם, ראָמאַנטיזם, עקספּרעסיאָניזם, סורעאַליזם, און מ'האַלט אין איין טײַטשן און חקרנען. אָבער אין דער אמתן איז שלום־עליכם אַן אונדזעריקער — אייגנס, עכט. ער רעדט דען? אויב איר זײַט אַ ניו־יאָרקער וועט איר זיך ווייניק וואָס וווּנדערן ווי מען בויט דאָ די קאַנאַליזאַציע, ווי אַזוי מען לייגט רערן אונטער די טראָטואַרן און וועגן, ווי לאַנג עס נעמט צו פֿאַרריכטן אַ לאָך אין מיטן שאָסיי. איז קודם־כּל, פֿאַרשליסט מען די גאַס אויף פֿופֿציק יאָר. אין צווישנצײַט, צעקאַליעטשעט מען די גאַנצע גאַס אַזוי, אַז אַלע געשעפֿטן אויף דער גאַס מוזן באַנקראָטירן. העלפֿט גאָט, און עס גייען אַוועק אַ פֿופֿצן יאָר, און מ’פֿאַרשיט די לעכער און מען לייגט מיט מזל אַ טראָטואַר. פֿאַרברעכן אָן שטראָף הײַנט צו טאָג, ווען אונדזער וועלט ברעכט זיך מיט די סאַמאָראָדנע פֿאַרברעכער, דאָס הייסט — עכטע, אַכצן־קאַראַטיקע פּאָדלע שווינדלער — וווּ איינער פֿון זיי איז דער פּסיכאָפּאַט מיידאָף, וועלכער האָט אומגליקלעך געמאַכט אַ גאַנצע ריי ייִדישע אינסטיטוציעס; באַשווינדלט בענק אין אייראָפּע, און סתּם געפֿירט אַ פֿאַרברעכערישע בוכהאַלטעריע מיט יענעמס געלטער, איז ער אָבער נישט דער איינציקער חתן אויף דער חתונה. אין צײַט פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, גענוי אין יאָר 1943, האָבן זיך באַוויזן אין אַמעריקע צוויי דעלעגאַטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס איז געווען דער באַרימטער דראַמאַטישער אַקטיאָר און רעזשיסאָר שלמה מיכאָעלס, און דער דיכטער איציק פֿעפֿער. זיי האָבן באַזוכט די שטאָט דעטרויט, וווּ עס האָט זיך געפֿונען די אויטאָמאָביל־אינדוסטריע. אויף דעם קבלת־פּנים, וואָס מען האָט פֿאַר זיי געמאַכט, איז אויך געווען פֿאַרבעטן דער פֿאַרטרעטער פֿון אַ געוויסער יוניאָן. איידער איך גיי צו צו די חתונות, וועל איך אָנהייבן מיט מײַן אייגענער. וועגן מײַן חתונה־קלייד האָב איך שוין געשריבן, נאָר נישט וועגן דער חתונה גופֿא. ערשטנס, איז דאָס געווען איינע פֿון די ייִדישלעכסטע חתונות, כאָטש איך בין נישט געווען אין גאַנצן בײַם זינען. צווישן די געסט איז געווען די סמעטענע פֿון דער ניו־יאָרקער ייִדישער געזעלשאַפֿט: ד״ר מאַקס ווײַנרײַך און זײַן פֿרוי רעגינע, זייער זון אוריאל און בינע ווײַנרײַך אויף וואָס איך האָב זיך יאָ געריכט, אָבער נישט אויפֿן פּלוצעמדיקן טויט פֿון מײַן גוטן פֿרײַנד פּסח פֿישמאַן. ערשטנס, ווײַל ער איז געווען אַן אײַנגעפֿונדעוועטער פֿאַקטאָר אויף דער מישטיינס געזאָגט, ייִדישער גאַס. ער האָט געגעבן ייִדיש קלאַסן וווּ נאָר מען האָט אים פֿאַרבעטן, אַפֿילו אַרומגעפֿאָרן איבער דײַטשלאַנד מיט אַ קלעזמער־קאַפּעליע, וווּ ער האָט דערציילט ייִדישע מעשׂיות פֿאַרן פֿאַרזאַמלטן עולם דײַטשן. זיכער האָט ער געליטן, מען האָט אים נישט אָפּגעשאַצט און נישט געשאַנעוועט. אויף מײַנע אַוואַנטורעס האָבן מיר, חלילה, ניט אויסגעפֿעלט קיין איבערגעגעבענע און געשוווירענע שותּפֿים. איך האָב אַלע מאָל געהאַט בײַ מײַן זײַט מײַנע דאָן־קיכאָטן און גאָר אַ סך סענדערלעך דער ייִדענעס: טרוימערס, טשודאַקעס, פֿאַנאַטיקער און אויך באַשיידענע, פֿײַנע לײַט; שוין אָפּגערעדט פֿון טעכטער און זין פֿון ייִדישע פּאָעטן און שרײַבער, וועלכע האָבן נישט געקאָנט באַשליסן וווּ זיי האַלטן און צו וועלכער וועלט זיי געהערן. מיר האָבן זיך אַלע געזוכט. און צוליב דעם, וואָס מיר זײַנען געווען אַזאַ מיעוט האָט מען זיך שנעל אָפּגעפֿונען. נאָך אַלעמען, ייִדיש איז אַ קליין וועלטל. כ׳ווייס נישט וויפֿל פֿון אײַך האָבן געוווּסט, אַז עס איז פֿאָרגעקומען אַ צונויפֿקום, ס׳הייסט — אַ צוזאַמענפֿאָר — פֿון ייִדישע לערער, זשורנאַליסטן, אַקטיאָרן, פּאָעטן און מוזיקער אינעם פּרעסטיזשפֿולן אוניווערסיטעט "יוניאָן גראַדזשועט סקול", אין אַריזאָנאַ, וואָס ס׳האָט אָרגאַניזירט דער גוט באַוווּסטער רעדאַקטאָר פֿון "אַסטאַ־לאַוויסטאַ ייִדיש" פֿון מעקסיקע, סענדאַק לעמל. אונדזערע ייִדן, דער עיקר, אַ צאָל פֿון די געראַטעוועטע, בענקען אַזוי שטאַרק אַ קוק צו טאָן, אַ שפּיר צו טאָן כאָטש פֿאַר דעם ווי דער גרויסער פֿאַרלעשער לעשט זיי אויס אויף אייביק, כאָטש איין מאָל נאָך אָנקוקן זייער אַמאָליק היימעלע, זייער אַמאָליק שטעטעלע, זייער הײַזעלע וואָס שטייט אפֿשר נאָך, אויפֿן געסעלע, וווּ זיי האָבן זייערע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט. כאַפּט מען דעם עראָפּלאַן, מיט אַ פֿילם־אַפּאַראַט, אַ קינד אָדער אַן אייניקל, און הײַדאַ קיין לודאָוויץ און קאַטאָוויץ, יעדעס יאָר נעם איך מײַנע סטודענטן אָדער אויף אַ וויזיט אין ייִוואָ, אָדער אין "פֿאָרווערטס", אָדער אין ייִדישן טעאַטער. דעם האַרבסט־סעמעסטער האָבן מיר אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין ייִוואָ, וווּ איך האָב גענומען צוויי פֿון מײַנע קלאַסן. איך מוז אײַך זאָגן, אַז די סטודענטן האָבן ממש געשלונגען אַ יעדעס וואָרט וואָס די הויפּט־ביבליאָטעקאַרין, אַבֿיבֿה אָסטרינסקי, האָט זיי געוויזן און דערציילט. זי האָט פֿאַר זיי אויפֿגעבלעטערט די זעלטענע ביכער וואָס געפֿינען זיך אין אַ ספּעציעלן צימער פֿון ייִוואָ, ווי למשל, דאָס ערשטע בוך אין עגיפּטן, געדרוקט אין 1472 אויף העברעיִש, וואָס רופֿט זיך "חוק לישׂראל" (ייִדישע געזעצן). ווי זאָגט מען, אַז מען פֿאַרזייט, וואַקסט. בין איך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געווען פֿאַרבעטן נאָכאַמאָל צו קומען קיין ווילנע. נאָר דאָס מאָל צו אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִדיש־לערער פֿון דער גאַנצער וועלט. מיר זײַנען געווען פֿיר, אַ חוץ מיר: פּראָפֿעסאָר דוד קאַץ, פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי און פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער. דאַכט זיך מיר, אַ גאַנץ נישקשהדיקע קאַמפּאַניע. און אַזוי ווי עס עקזיסטירט נישט מער קיין ייִדישער לערער־סעמינאַר אין ערגעץ, זײַנען זיך אין ווילנע צוזאַמענגעקומען ייִדיש־לערער פֿון דער גאַנצער וועלט; דאָס הייסט, פֿון אַמעריקע, קאַנאַדע, גאַנץ אייראָפּע און אַפֿילו אויסטראַליע. ז אַלעגאָריע און אימאַזש די טעג האָט דער קולטור־קאָנגרעס צוגעגרייט אַן אָוונט פֿאַר דער באַלערינע, כאָרעאָגראַפֿערין און גרויסער קינסטלערין, פּערל לאַנג, און דעם טענצער פֿעליקס פֿיביך, וועמען איך געדענק נאָך פֿון מײַנע מיידלשע יאָרן אין דער מיטלשול. ווען דער אַרבעטער־רינג האָט געפֿײַערט דעם דריטן סדר, האָט ער צוגעגרייט די חבֿרה יונגוואַרג צו די טענץ צום וועלטלעכן סדר. פֿעליקס פֿיביך האָט זיך אָבער פֿאַרדינט דורך די לאַנגע יאָרן דערמאָנט צו ווערן צוליב זײַן שעפֿערישער טעטיקייט. |