פּובליציסטיק

אונדזערע ייִדן, דער עיקר, אַ צאָל פֿון די געראַטעוועטע, בענקען אַזוי שטאַרק אַ קוק צו טאָן, אַ שפּיר צו טאָן כאָטש פֿאַר דעם ווי דער גרויסער פֿאַרלעשער לעשט זיי אויס אויף אייביק, כאָטש איין מאָל נאָך אָנקוקן זייער אַמאָליק היימעלע, זייער אַמאָליק שטעטעלע, זייער הײַזעלע וואָס שטייט אפֿשר נאָך, אויפֿן געסעלע, וווּ זיי האָבן זייערע קינדערשע יאָרן פֿאַרבראַכט. כאַפּט מען דעם עראָפּלאַן, מיט אַ פֿילם־אַפּאַראַט, אַ קינד אָדער אַן אייניקל, און הײַדאַ קיין לודאָוויץ און קאַטאָוויץ, קיין סמילע און קיין סאָניק, פּיעטריקאָוו אָדער זגערזש. איך כאַפּ אָן די שטעטעלעך, נישט ווײַל איך קען זיי, נאָר ווײַל מיר האָבן געהאַט משפּחה אין יעדן פֿון זיי וואָס קענען נישט פֿאַרגעסן יענע שטעטעלעך פֿון זייער קינדהייט. פֿאָרט מען צוריק אַ קוק טאָן צום לעצטן מאָל, אָנקוקן דעם בית־עלמין, אפֿשר פֿאָרט איז געבליבן, אַ מצבֿה וואָס די פּאָליאַקן האָבן נישט אויסגענוצט אויף אַרײַנצובויען אין זייערע הײַזער אָדער וועגן. קערט מען זיך אום דערשלאָגענע און פֿאַרלוירענע. אויף דער איינציקער מצבֿה אין איינע פֿון די שטעטעלעך איז געווען אָנגעפּאַטשקעט "zyd˙zi do gazu˙" (ייִדן צום גאַז).

נישט געקוקט אויף דעם האָט מען אויפֿגעשטעלט אַ ייִדישן מוזיי אין וואַרשע, וואָס האָט אָפּגעקאָסט שווערע מיליאָנען, און פֿאַר וועמען? פֿאַר די פּאָר ייִדן וואָס זשיפּען קוים? זיכער נישט. פֿאַר דער טוריסטיק, פֿאַר דער פּוילישער עקאָנאָמיע, טוריסטן זאָלן קומען און איבערלאָזן די דאָלאַרן, און ייִדן לאָזן זיך אײַנרעדן די גראָטעסקערײַ און פֿאָרן, און קערן זיך אום אויסגעליידיקטע. וואָס האָבן זיי דאָרט געזען? אַ טויט פֿאָלק הענגט אויף די מוזיי־ווענט און באַצירט זיי מיט בילדער פֿון טויטע ייִדן. די פּאָליאַקן גייט דאָך נישט אָן, אַז טויזנט יאָר האָבן ייִדן געוווינט אין פּוילן, צווישן זיי דרײַ און אַ האַלב מיליאָן פּוילישע ייִדן, און מיט אַ מאָל זײַנען זיי פֿאַרשוווּנדן. אויף די פּאָליאַקן ציטערט די הויט, חס־ושלום, גאָט זאָל אויסהיטן די ייִדן זאָלן זיך אומקערן און פֿאָדערן זייערע היימען, זייערע געשעפֿטן צוריק, זייער קולטור צוריק. אַ חוץ דעם, מאַכט מען פֿעסטיוואַלן אין קראָקע און מ'פּאָסמאַקעוועט זיך מיט די קאַפּעליעס וואָס שפּילן ייִדישע לידער. די כּשרע רעסטאָראַנען סערווירן די נאַרישעוואַטע טוריסטן, מען פֿאַרקויפֿט פּאָרטרעטן, האָלץ־שניצערײַען און אַנדערע מאַכערײַקעס פֿון די אַמאָליקע פֿרומע ייִדן. דער עיקר, מ'מאַכט אַ קערבל פֿון די "זשידעס." די דײַטשן האָבן כאָטש אַראָפּגענומען די האַנט פֿון האַרצן און צאָלן אויס די פֿאַרגיטיקונגס־געלטער. די צרה איז, וואָס די ייִדן מיינען, אַז דאָס זײַנען דײַטשע געלטער. שלאָגט עס אײַך אַרויס פֿון קאָפּ. דאָס זײַנען אונדזערע בלוטיקע געלטער, וואָס זיי האָבן צוגעראַבעוועט און צעגזלט פֿון אונדזערע גיטער, און גיבן עס אונדז אָפּ צוריק ווי אַ סימן פֿון גרויסהאַרציקייט. און די ייִדן זײַנען אונטערן אײַנדרוק אַז דאָס זײַנען דײַטשע געלטער. אוי, ייִדן! ייִדן! מ'קען זיי פֿאַרטשאַקען און פֿאַרטשאַדען.

און איצט קום איך צו דער ייִדענע. לאָמיר זי רופֿן פֿריידל, וואָס איז צוריקגעפֿאָרן אָנקוקן איר שטעטל לעבן וואַרשע. זי האָט, דער עיקר, געוואָלט זען, צי די מצבֿות פֿון אירע נאָענטע שטייען נאָך. אָבער צו איר פֿאַראָבֿלטקייט זײַנען די פּאָר מצבֿות געווען באַשמירט מיט "zyd˙zi do gazu˙" זי איז צוריקגעפֿאָרן קיין וואַרשע וווּ זי איז אײַנגעשטאַנען אין אַ האָטעל — און פֿאַרגאָסן ביטערע טרערן. זי האָט די פּאָליאַקן געשאָלטן מיט ביטערע קללות:

"אַז געהרגעט זאָלן זיי אַלע ווערן! עס זאָל זיי נאָר צוקומען וואָס אונדז איז צוגעקומען בײַ זיי. פֿאַרברענט זאָלן זיי אַלע ווערן... אאַז"וו. און ווי זי קוקט אַרויס דורכן פֿענצטער פֿון איר האָטעל, און שעלט זיי מיט ביטערע קללות, דערזעט זי דורכן פֿענצטער ווי אַ הויז אַנטקעגנאיבער הייבט אָן צו ברענען, ווי אַ וויכער. האָט זי אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף זיך איר מאַנטל און אַרויסגעלאָפֿן אין גאַס ראַטעווען די פּאָליאַקן, וואָס האָבן געוווינט אין דעם קליינעם הײַזקעלע. זיך שיִער נישט אײַנגעשטעלט ס'לעבן און פֿאַרגעסן לגמרי אַז מיט אַ מינוט צוריק האָט זי זיי געשאָלטן מיט דער בלאָטע צו גלײַך. און זיי געוווּנטשן דעם שאול־תּחתּיה. זי דערציילט מיר, אַז איר טאַטע האָט פֿאַרמאָגט אין שטעטל אַ מיל און געווען גוט אײַנגעפֿונדעוועט. ער האָט מיט דער צײַט צוגענומען אַ פּויליש ייִנגל און אים געלערנט די מלאָכה פֿון פֿירן אַ מיל. יאַצעק האָט ער געהייסן, דער שגץ. אַלע זײַנען אים מקנא געווען, ווײַל ער איז אַרײַנגעפֿאַלן צו אַ גוטן בעל־הבית וואָס האָט אים נישט נאָר געלערנט די מלאָכה, נאָר אים אויך געצאָלט שׂכירות. ווען אָט דער יאַצעק איז אויפֿגעוואַקסן, האָט ער זיך אַמאָל גוט אָנגעשיכּורט אין שענק און געלאַכט אויף אַ קול:

"וואַרט! וואַרט! זשידעק! ווען די דײַטשן וועלן אַרײַנקומען, וועל איך בײַ דעם זשיד צונעמען די מיל און אַליין ווערן אַ בעל־הבית." ווען דער טאַטע האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם, האָט ער צונויפֿגענומען די משפּחה, געהייסן אײַנפּאַקן די מאַנאַטקעס און אַוועק קיין ביאַליסטאָק צו די רוסן, וווּ מען האָט אויך נישט געלעקט קיין האָניק, אָבער פֿאַרשפּאָרט יאַצעקס האַק און דעם גאַז פֿונעם דײַטש.

"איז וואָזשע קען מען אויספֿירן פֿון דעם עפּיזאָד?" האָב איך זי געפֿרעגט. זי האָט זיך פֿאַרטראַכט און גענטפֿערט:

"ערשטנס, ווען מיר האָבן געברענט, האָבן זיך די פּאָליאַקן נישט אײַנגעשטעלט פֿאַר אונדז, נאָר האָבן נאָך אָנגעצונדן אַ שוועבעלע נאָך איידער דער דײַטש איז אַרײַן. צווייטנס, ווען איך האָב געזען אַ לעבנס־סכּנה פֿון לעבעדיקע מענטשן, האָב איך פֿאַרגעסן, אַז זיי זײַנען פּאָליאַקן. דער אינסטינקט איז בײַ מיר געווען אַ פֿאַרקערטער, צו ראַטעווען די פּאָליאַקן. וווּ איז געווען זייער אינסטינקט?"

איך האָב זיך צוגעהערט צו דער געשיכטע מיט גרויס אינטערעס און פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס טיף־קאַטוילישע פֿאָלק איז נישט דערצויגן געוואָרן צו שאַנעווען יענעמס לעבן, דער עיקר, אַ ייִדנס. אַז ביזן הײַנטיקן טאָג האָט איר גלחים וואָס דרשענען אין זייערע קלויסטערס האַס און שׂינאַת־מוות קעגן דעם פֿאָלק וואָס האָט געהרגעט זייער גאָט, אַז ס'האָט ביזן הײַנטיקן טאָג נישט אויפֿגעהערט די בלינדע ייִדן־האַס, און ווער ווייסט, צי דאָס וועט אַמאָל זיך אײַנשטילן. מיר ייִדן טראָגן דאָך עפּעס אַ האַס אַנטקעגן די דײַטשן, אָבער אונדזער האַס קעגן די פּאָליאַקן איז גרעסער. פֿאַרוואָס? צוליב דעם וואָס מיר האָבן געלעבט טיר בײַ טיר אַזוי פֿיל יאָר, און דער שכן האָט אונדז אויסגעגעבן און פֿאַרראַטן.

די צווייטע געשיכטע האָט מיר דערציילט אַן אַנדער באַקאַנטע מײַנע. זי איז אַהערגעקומען נאָך דער מלחמה, חתונה געהאַט, אויפֿגעשטעלט אַ משפּחה, זיך דעראָבערט צו אַ גוט לעבן און איצט היט זי די אייניקלעך, ווען איר טאָכטער גייט פֿאַרברענגען מיט איר מאַן. נו, אַ סך באָבעס היטן די אייניקלעך און אַ סך מאָל העלפֿט מען אַרויס די אייניקלעך אַרויפֿצואַרבעטן זיך. דערציילט זי מיר:

"די קינדער זײַנען אַוועק, און איך האָב זיך באַקוועם געמאַכט אין זיצצימער וווּ די אייניקלעך האָבן זיך געשפּילט. זייערע שפּילעכלעך האָבן דאָך פֿאַרפֿלייצט נישט נאָר דעם סאַלאָן, נאָר זייער שלאָפֿצימער, וואָס איז געווען געפּאַקט פֿון וואַנט צו וואַנט מיט אַלערליי שפּילערײַען. זיי נעמען מיך אָן פֿאַר די הענט און ווילן מיר ווײַזן עפּעס. גיי איך זיי נאָך. מיר גייען אַרויף אויף די טרעפּ וווּ די שלאָפֿצימערן געפֿינען זיך, און זיי פֿירן מיך אַרײַן אין זייער צימער, וווּ ס'טוט זיך מיט ליאַלקעס און קליינע הײַזעלעך מיט קינדערשן געשיר, און אַ רעגנבויגן פֿון אויטאָמאָבילעכלעך און אַן עלעקטרישער באַן. זיי ווײַזן מיר ווי די וואַגאָנען זײַנען צוגעטשעפּעט איינס צום אַנדערן און זיי גודזשען און פֿײַפֿן און אײַלן זיך צו עפּעס אַ סטאַנציע. איך קוק זיך אַזוי אײַן אין די באַנדעלעך און מיט אַ מאָל שווימען מיר אויף די באַנען וואָס האָבן אונדז געפֿירט צו די גאַזקאַמערן, און עס האָט מיר גענומען שווינדלען פֿאַר די אויגן. איך בין געבליבן זיצן און די קינדערלעך האָבן זיך געפֿרייט און געלאַכט, און איך האָב געזען גאָר אַן אַנדער בילד, מיט קינדערלעך און געפּאַקטע וואַגאָנען וואָס האָבן זיך געיאָגט ערגעץ ווײַט צו אומבאַקאַנטע מקומות אויף אומקום..."

"ווען די באַנדעלעך האָבן זיך אָפּגעשטעלט האָב איך געבעטן די אייניקלעך צו גיין שלאָפֿן, ווײַל עס האָט מיך באַגאָסן אַ קאַלטער שווייס. ווי איז עס, האָב איך געטראַכט וואָס נאָך אַזוי פֿיל יאָרן, זאָל עס נאָך בלײַבן אײַנגעקאָוועט אין מײַן זכּרון? אָבער אַ סימן האָסטו עס וועט מסתּמא דאָרט פֿאַרבלײַבן ביזן סוף פֿון מײַנע טעג."

איך האָב געטראַכט, געוואַלד געשריגן, ווי ווײַט מיר זײַנען אָפּגעפֿלאָסן פֿון יענער פֿינצטערער תּקופֿה און קענען זיך נאָך אַלץ נישט באַרויִקן. אייניקע פֿאָרן צוריק קיין פּוילן זוכן בחינם די נעכטיקע טעג, און בײַ אַנדערע קען אַ יעדער אומשולדיקער מאָמענט אַרויסרופֿן פּײַן און טיפֿע איבערלעבונג. אין וועלכע קלאַסן לערנט מען צו זײַן טאָלעראַנט? וועלכע רעליגיעזע אינסטאַנצן פּרעדיקן ברידערלעכקייט? און יעדעס פֿאָלק האָט זיך זײַנע "זאַקאָנעס" (געזעצן), זײַנע שולוועזנס, זײַנע מאַדראַסאַס, זײַנע מעטאָדן פֿון איבערגעבן בילדונג, זײַנע פּאָליטישע, עקאָנאָמישע, נאַציאָנאַלע, לינגוויסטישע און צו מאָל אַרכאַיִשע אײַנשטעלונגען, זײַנען מיר אין דער פֿרײַער וועלט אײַנגעשטעלט מיטן לעבן. דעריבער, ווען מיר רעדן וועגן פּוילן, און זעען נישט קיין גרויסע פֿאָרשריטן אויפֿן געביט פֿון רעליגיעזן און קולטורעלן וווּקס לגבי טאָלעראַנץ, וואָזשע קען מען פֿאָדערן פֿון די אַרכאַיִשע פֿעלקער וואָס באַוווינען די מידבריות. און צוריק גערעדט, אַ פֿאָלק ווי דײַטשן, דאָס אַמאָליק קולטור־באַוווּסטזיניק פֿאָלק איז געווען פֿעיִק אויף דעם אומבאַגרײַפֿלעכן.

און מיר ייִדן, געפֿינען זיך צווישן שווערד און קאָוואַדלע. כאָטש הײַנט זײַנען מיר שוין אײַנגעשטעלט מיטן לעבן צווישן נוקלעאַרן און קאַטאַסטראָפֿאַלן וואָס שימערירט מיט סוף פֿון די טעג, ווײַל דער מענטש איז אונטערשטעליק אין זײַן הויפּטשטריך, נעמלעך, מאָראַל, יושר און עטיק.