שוין יאָרן ווי עס ברעכן זיך ביכער מיט אָפּשאַצונגען וועגן שלום־עליכמען, און דאָס אויף אַ שלל לשונות. זיי, די קריטיקער רופֿן אים אַפֿילו "מיסטער עליכם," מ'האַלט אים אין איין אַנאַליזירן. כאָטש ווער פֿון זיי איז באמת בכּוח אים אָפּצושאַצן ווי געהעריק. מ'דרייט מיט מנחם־מענדלס שטעקעלע, מ'גריבלט זיך בײַ אים אין אַ וועלט מיט סימבאָליזם, ראָמאַנטיזם, עקספּרעסיאָניזם, סורעאַליזם, און מ'האַלט אין איין טײַטשן און חקרנען. אָבער אין דער אמתן איז שלום־עליכם אַן אונדזעריקער — אייגנס, עכט. ער רעדט דען? ס'פֿאָלק רעדט דאָך פֿון אים אַרויס, און אַז דאָס פֿאָלק רעדט, ווי קענען די אַנאַליטיקער מיט די קריטיקער דאָס צעשפּרייטן אויף אַנאַליטישע טעצעלעך, אַרונטעררוקן עס אונטערן ליטעראַרישן טעלעסקאָפּ, און פּרובירן דערגיין ווי אַזוי ער האָט באַלויכטן דאָס פֿינצטערניש פֿון זײַן צײַט, ווי אַזוי ער האָט אויפֿגעהײַטערט אַלע שטימונגען, ווי אַזוי ער האָט פֿאַרפֿריילעכט אַלע מאַטערנישן, ווי אַזוי ער האָט פֿאַרצוקערט אַלע קלעמענישן אין זײַן אומצאָליקן ווערטער־מלכות. ווער פֿון זיי האָט אים געלייענט אין אָריגינאַל? נאָך דערצו הײַנט? זעלטן ווער. לייענט מען אים אין די איבערזעצונגען, קען מען דען ווערן אויף ענגליש אָנגעשטעקט מיט זײַן פֿאָלקס־הומאָר? ווען עס איז אוממעגלעך דאָס איבערצוזעצן נישט נאָר אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך, נאָר אויף אַ פֿרעמדער קולטור.
אויף זײַן מצבֿה שטייט אויסגעקריצט זײַן צוואה, און עס לייענט זיך בזה־הלשון:
"דאָ ליגט אַ ייִד אַ פּשוטער —
געשריבן ייִדיש־דײַטש פֿאַר ווײַבער,
און פֿאַרן פּראָסטן פֿאָלק איז ער —
געווען אַ הומאָריסט, אַ שרײַבער!"
אָט דאָ חנדלט ער זיך שוין, ווײַל ער איז געווען ווײַט פֿון זײַן אַ ייִד אַ פּשוטער, קילאָמעטראַזשן ווײַט. אין דער אמתן איז ער געווען אַ ייִד שוין גאָרנישט קיין פּשוטער. כ'וואָלט געזאָגט אַ קאָמפּליצירטער, אַ ייִד אַ חכם, אַ ייִד מיט אַן אויג וואָס אָבסערווירט די פֿאַרכּישופֿטע שנײַדערלעך, די מעקלערס, די אַגענטן, די לופֿטמענטשן, די מנחם־מענדלס מיט די שיינע־שיינדלס און ווער קען פֿאַרגעסן זײַן קלוגע שוויגער? ווי ער האָט זיך דאָס אַרײַנגעלייגט אין די סטעמפּעניוס, די קלעזמער־יונגען, די גבֿירים און די קבצנים, די דרייערס און די יורדים, וואָס זײַנען נעבעך אַראָפּ פֿון דער גבֿירישער אַרענע און געמוזט אָנקומען צו קהל.
שלום־עליכם האָט נישט געשריבן קיין ייִדיש־דײַטש. אפֿשר האָט ער געמיינט צו זאָגן — ייִדיש־טײַטש, און דאָס דווקא פֿאַר ווײַבער. אָבער ס'רובֿ ווײַבער האָבן אין יהופּעץ און אין בויבעריק נישט געקענט באמת לייענען. דערפֿאַר אָבער זײַנען זיי געווען דערבײַ ווען מען האָט דעם לאַך־מײַסטער געלייענט און פֿאָרגעלייענט וווּ נאָר אַ שטוב, אַ געזעמל פֿון עמך. ער האָט נישט נאָר געשריבן פֿאַרן פּראָסטן פֿאָלק, נאָר פֿאַר דער אינטעליגענץ אויך. אַפֿילו פֿאַר קינדער. וואָס הייסט ער איז געווען אַ הומאָריסט, אַ שרײַבער. נישט סתּם אַ הומאָריסט און נישט סתּם אַ שרײַבער. מיר דאַכט זיך אַז דאָ לייגט ער זיך אין אַ קאָרטן־טעפּעלע אָדער קטן־טעפּעלע, ווי נישט אים מיינט מען. אָבער אין דער אמתן ווייסט ער גאַנץ גוט אַז ער איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ריז, אין אַ גיגאַנט, אין יוסף הצדיקס מענטעלע.
און ווײַטער שטייט בײַ אים אויף דער מצבֿה געשריבן:
"דאָס גאַנצע לעבן אויסגעלאַכט,
געשלאָגן מיט דער וועלט כּפּרות.
די גאַנצע וועלט האָט גוט געמאַכט —
און ער — אוי וויי — געווען אויף צרות."
איז ער נישט נאָר אַ הומאָריסט אַ שרײַבער און אַ גראַמען־שטעלער, נאָר אויך אַ פֿילאָסאָף דערצו. ער זעט באַשײַמפּערלעך דאָס, וואָס מיר אַלע זעען ווען עס קומט די צײַט צו זען דאָס לעבן. ער האָט טאַקע געירשנט פֿון זײַן זיידן ר' מענדעלע מוכר־ספֿרים, דעם קאַבצאַנסק מיטן גלופּסק, און אים פֿאַרוואַנדלט אין אַ כּתרילעווקע מיט אַ יעהופּעץ. ס'הייסט דער זעלבער קאַבצאַנסק, נאָר אַנדערש געשלייערט. אַנשטאָט קלאָגן, ווי בײַ מענדעלען, לאַכט מען מיט יאַשטשערקעס בײַ שלום־עליכמען.
האָט ער, הייסט עס, מיט דער וועלט געשלאָגן כּפּרות? ניין! ער האָט זיך אָנגעהאַלטן אין די פּאָלעס פֿון דער וועלט און געחלומט דערהויבן צו ווערן צו אַ שם־מובֿהק, וועלט־נאָמען, ווי עס האָבן זיך פֿאַרדינט מאַרק טוויין און טשאַרלי טשאַפּלין. קלאָגט ער אַז די גאַנצע וועלט האָט גוט געמאַכט, נאָר ער איז געווען אויף צרות. נישט ער איז געווען אויף צרות, דאָס ייִדישע לעבן איז געווען אויף צרות, דאָס ייִדישע שטעטל. די ייִדישע וועלט איז שוין געווען אויף ביטערע צרות, און די הויפּט־צרה איז געווען וואָס מיר האָבן געליטן פֿון אָנמעכטיקייט, אָבער מיר האָבן אָן ספֿקות אים דערהויבן צו די פּריוויליגירטסטע־פֿאַרדינסטפֿולסטע, ליטעראַרישע היכלס ווי ער האָט זיך פֿאַרדינט. כאָטש אב. קאַהאַן האָט אים געפּסלט. און ער פֿאַרענדיקט:
"און דווקא דעמאָלט, ווען דער עולם האָט
געלאַכט, געקאַטשעט און פֿלעגט זיך פֿרייען,
האָט ער געקרענקט — דאָס ווייסט נאָר גאָט,
בסוד, אַז קיינער זאָל נישט זען."
שלום־עליכם האָט געליטן אויף צוקער, געווען אַ דיאַבעטיקער. אין יענע יאָרן איז נאָך נישט אַנטדעקט געוואָרן אינסולין, אָדער טאַבלעטן, אָדער אַ הילף פֿאַר דער קרענק. כאָטש הײַנט איז דאָס חלאַת נאָך אַלץ געפֿערלעך. אין אייראָפּע איז ער געווען אין קורערטער, צווישן זיי אין מאַריענבאַד און אין קאַרלסבאַד. אין צווישן ווען עס זײַנען אים באַפֿאַלן מאָמענטן פֿון האָפֿענונגסלאָזיקייט, האָבן זײַנע לאַך־קעמערלעך נאָך אַלץ צוגעשטאַנען צו אים און געפֿאָדערט געלעכטער. זײַן וועלט ווערט מער שלימזלדיקער ווען ער פֿאַרלירט געלט אויף דער אָדעסער בערזע. דעמאָלט שרײַבט ער זײַנע אויסטויש־בריוועלעך צווישן מנחם־מענדלען און זײַן פּלוניתטע שיינע־שיינדל. ער פֿאַרזיכערט איר אַז אָט־אָט און זיי וועלן אויסגעלייזט ווערן פֿון זייער דחקות, און ווען דער באַלד קומט, פֿאַרלירט ער די גאַטקעס.
זײַן טבֿיה דער מיליכיקער. אַ ייִד אַ האָרעפּאַשניק איז ער אָבער קנעפּל־שבקנעפּל מיטן פֿאָטער אין הימל, און מיט זײַן עם־הארצישן חן מיט די צעדרייטע פּסוקים וועגט ער אַריבער די גרויסע חכמים מיט זייערע תּהילימדיקע געבעטן, ווײַל אינעם מילכיקנס צעקאַליעטשעטע פּסוקים שטעקט נשמה, האַרצווייטיק, עגמת־נפֿש, בענקעניש, טרייסט, אַנטוישונג אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט אין אַ טייל פֿון זײַנע קינדער, ווער זשע בלײַבט? עס בלײַבט זײַן קנעפּל־שבקנעפּלדיקער פֿאָטער אין הימל און ער טוט אָפּ דער וועלט אויף טערקיש. גאַנץ יהופּעץ מיט כּתרילעווקע בראָש, מיט זייערע דאגות־פּרנסה פֿאַרגייען אין גרעסטן געלעכטער. טאַטע דו לאַכסט? אַז אָך און וויי איז צו דײַן געלעכטער. אַז שלום־עליכם זאָל זיך באַזעצן אין דער בראָנקס, פּאַסט עס אפֿשר פֿאַר מנחם־מענדלען, אָבער נישט פֿאַר שלום־עליכמען. און דאָרט אין דער בראָנקס גייט ער אויס ווי מאָטל פּייסי דעם חזנס טאַטע. פּאַסט עס פֿאַר אַזאַ לוסטיק־מאַכער? אַזאַ לאַך־מײַסטער, אַזאַ זינגפֿויגל, נישט אַנדערש ווי זײַן צוואה זאָגט עדות אַז אין אים האָט זיך דערוועקט אַ כּוח נפֿשי צו לאַכן פֿון זיך אַליין.
ליבע פֿרײַנד, אָן שלום־עליכמען לאַכט זיך נישט. אָן שלום־עליכמען קען מען אַפֿילו נישט אויסלאַכן דעם מעמד אין וועלכן מיר געפֿינען זיך, סײַ דאָ אין אַמעריקע און סײַ אין דער אייגענער מדינה. ס'איז שוין זיבעציק יאָר נאָכן חורבן, און קיינער האָט נאָך נישט אַנטדעקט אַזאַ פֿאָרטל צום לאַכן וואָס זאָל קענען פֿאַרטושען יענעם אומגליק. ס'איז הונדערט און פֿופֿציק יאָר זינט שלום־עליכמס געבורט, אָבער ווען מיר בלעטערן אויף זײַנע ווערק, לעבט אויף כּתרילעווקע און יהופּעץ, זײַן קיִעוו און בערדיטשעוו. אָבער בלויז אין אונדזערע מוחות, ווײַל קיִעוו און בערדיטשעוו זײַנען נאָך פֿאַראַן אויף דער אייראָפּעיִשער מאַפּע, אָבער כּתרילעווקע, יעהופּעץ און בויבעריק האָבן אויסגעהויכט זייערע נשמות צוזאַמען מיטן פֿאָלק.
זיכער וועט שלום־עליכמס נאָמען פֿאַרבלײַבן אַזוי לאַנג ווי ייִדן לייענען ייִדיש, און "פֿידלער אויפֿן דאַך" וועט נאָך האָבן זײַנע וועלט־פּרעמיערעס ווי לאַנג מ'וועט אָפּשאַצן "טראַדיציע." עס האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט צו פֿאַרענדיקן מײַן הספּד מיט אַ ליד וואָס איז נישט אַרײַן אין "פֿידלער אויפֿן דאַך", ווײַל ס'איז געווען צו שווער אײַנגעטונקען אין טראַדיציע. דאָס ליד האָבן געשריבן שעלדאָן האַרניק און דזשערי באָק, פֿאַרשטייט זיך אויף ענגליש. עס הייסט — "גלייבן אין וועמען" און איך האָב איבערגעזעצט איין סטראָפֿע דערפֿון אויף ייִדיש און אַרײַנגענומען עס אין מײַן רעפּערטואַר פֿון פֿאָרשטעלונגען.
"ווען משיח קומט, זאָל עס זײַן אין צײַט —
ברענגען יושר וועט ער און גערעכטיקייט.
וועט מען דאַנקען גאָט פֿאַר יעדן אָטעם פֿרײַ,
און פֿון הײַנט אָן וועט מען אים זײַן געטרײַ.
די ישועה ווינקט שוין פֿון דער ווײַט,
אַז אַלץ וועט דעמאָלט זײַן ‘אָלרײַט.’"