- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
וועט איר דאָך מיך פֿרעגן, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר פּאַטערסאָן מיטן כעלעמער אינסטאַלאַטאָר יונה פֿערולקעס? גאָר אַ סך, און באַלד וועל איך עס אײַך צעלייגן אויף קליינע שיסעלעך. דער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר פּאַטערסאָן איז אין אַ קלעם. דער שטאַט ניו־יאָרק האָט אַ דעפֿיציט פֿון דרײַ ביליאָן דאָלאַר און ער כלאָפּאָטשעט און קען זיך נישט קיין עצה געבן דערמיט. וואָס טוט מען און ווי גיט מען זיך אַן עצה? אַבֿינועם י. פּאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מאָדערנער ייִדישער געשיכטע אין אוניווערסיטעט פֿון האַרטפֿאָרד. ער האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך מיטן נאָמען:
Finding Home and Homeland:
דאָס בוך האָט צו טאָן מיט דער שארית־הפּליטה, די די־פּי־לאַגערן און דעם ווידערגעבורט פֿון ציוניזם צווישן דער געראַטעוועטער יוגנט אין די די־פּי־לאַגערן. אין דער אמתן זײַנען יענע פֿינף יאָר גלײַך נאָך דער מלחמה שטאַרק נישט באַקאַנט דעם דורכשניטלעכן ייִדישן עולם אין אַמעריקע און דעם ייִדנטום אין דער גאָרער וועלט, שוין אָפּגערעדט פֿונעם נישט־ייִדישן עולם. איך האָב ערשט הײַנט געלייענט אין 'New York Times,’ פֿון סעפּטעמבער 7, 2009, אַז דער פּויפּסט בענעדיקט דער זעכצנטער האָט געהאַלטן אַ רעדע אין וואַרשע אָפּצומערקן זיבעציק יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה אונטערן טיטל: "די טראַגעדיע פֿונעם האָלאָקאָסט," וווּ ער באַוויינט די מיליאָנען קרבנות, דער עיקר פּאָליאַקן, נישט דערמאָנענדיק מיט קיין וואָרט וועגן די ייִדן. די רעדע איז געווען אַ באַשטעטיקונג פֿון זײַן אַנטיסעמיטיש־אײַנגעבאַקענעם אָדער. עפּעס לעצטנס גיי איך זען אַ פֿאָרשטעלונג אויף אַ ייִדישער טעמע און בין אַלע מאָל אונטערן אײַנדרוק, אַז איך גיי זען אַ טשעפּוכאַ — אַ שמאַטע הייסט עס. כ׳בין שוין געוווינט צו זען אַ פּיעסע אויף אַ ייִדישער טעמע צעקאַליעטשעט און דערצו הערט מען וווּלגאַרע ייִדישע רייד. ווען איך האָב דערציילט מײַנע פֿרײַנד, אַז איך גיי זען אַ טעאַטער־שטיק וואָס הייסט "אַנטדעקנדיק אַבֿי," האָבן אַלע געמיינט אַז עס איז אַ פּיעסע וועגן מײַן זון. דער פֿילם הייסט טאַקע "אַ דערציִונג" (An Education), וואָס האַלט זיך בײַם אָנהייבן דעמאָנסטרירט צו ווערן אין ניו־יאָרק די טעג. איך הער דערציִונג, ווערט שוין מײַן אינטערעס אויפֿגעלעבט און איך בין באַלד אַ בעלנטע צו גיין זען דעם פֿילם. איך האָב זיך אויך מיט אײַך נישט געטיילט דערמיט וואָס מײַנס אַ טײַערע חבֿרטע איז אַ מיטגליד אין "וועסטשעסטער סינעמאַ־קלוב," וואָס ווײַזט פֿילמען כּמעט יעדן זונטיק אין דער פֿרי, פֿילמען וואָס דאַרפֿן ערשט געוויזן ווערן אין ניו־יאָרק און איבערן לאַנד מיט אַ וואָך אָדער צוויי שפּעטער. דער פּראָלאָג הייבט זיך אָן מיט אַ פֿאַבולע פֿון 19טן יאָרהונדערט, ווען ייִדן האָבן געגלייבט אין שדים און רוחות, דיבוקים און נישט־גוטע, ווען זיי האָבן געלעבט מיט אַבערגלויבנס, זאַבאָבאָנעס און געגלייבט אין עין־הרעס. ווײַזט מען אונדז אַן אַלט ייִדיש פּאָרפֿאָלק, וואָס וווינט ערגעץ אין אַ קליין שטעטעלע, אין אַ האָלצערנער כאַטע. ער — אַ ייִד מיט אַ באָרד (אַלען ריקמאַן) און זי אַ ייִדענע (יעלענאַ שמולענסאָן), מיט אַ פֿול מענה־לשון און שרעק פֿאַר די נישט־גוטע און גרייט זיך אײַנשטעלן. איר מאַן, דער אַלטער ייִד, לאַדט אײַן אַ גרײַז גראָען זקן (פֿײַוויש פֿינקל) אויף וועטשערע, און ווען זײַן פּלוניתטע דערוויסט זיך אַז ס׳איז עפּעס אַ מדינה־גייער, לאָזט זי אים וויסן, אַז יענער איז שוין געשטאָרבן מיט יאָרן צוריק. זי איז זיכער, אַז דאָס איז נישט דער מדינה־גייער, נאָר אַ דיבוק, און וואָס אַן אמת, ווען ער באַווײַזט זיך אין טיר, מיט זײַן חניפֿה און שמייכל, וויל זי אויספּרובירן אים, צי ער איז טאַקע אַ דיבוק צי ניין. זי שטעקט אַרײַן אַ מעסער אין זײַן האַרצן און זאָגט דעם מאַן: "באַלד וועלן מיר זען צי ער איז אַ דיבוק אָדער ניין. אויב ער וועט נישט בלוטיקן איז ער אַן אמתער דיבוק, און אויב יאָ, איז וויי צו מײַנע יאָרן." איר ווילט דאָך מסתּמא וויסן אין וואָס די אַכצן־דרײַצן האַנדלט זיך? וועל איך פּרובירן דאָס דעשיפֿרירן אין מײַן מוח און אין ווערטער. איך האָב זיך דערוווּסט, אַז אויף דער וועלט זײַנען פֿאַראַן דרײַ־און־זיבעציק מיליאָן אַנגליקאַנער, איין ביליאָן קאַטוילן, נײַן הונדערט און פֿערציק מיליאָן סוני־מוסולמענער, הונדערט און צוואַנציק מיליאָן שיִאַ־מוסולמענער, דרײַ הונדערט זעקס־און־זיבעציק מיליאָן בודיסטן, זיבעציק מיליאָן באַפּטיסטן, פֿערצן מיליאָן ייִדן, טאָג און נאַכט זאָגט מען אונדז אָן וויפֿל און וועמען די שווײַן־עפּידעמיע וועט פֿאַרצוקן, און ווי אַזוי מען דאַרף זיך ספּראַווען מיט איר. די וועלט איז הײַנט אַ פּרוזדור, אַ דורכפֿאָר־סטאַנציע, אַ וואָקזאַל. ס׳איז אַ גלאָבאַלער דורכפֿאָר־הויז. מענטשן קומען, מען ציילט זייער באַגאַזש, מען קוקט אַדורך זייערע דאָקומענטן, מען טוט זיי אויס די שיך. אָבער ווען עס קומט צום געזונט, מאַכט מען נישט קיין אויספֿאָרשונג. ווער ווייסט וואָס זיי ברענגען אַרײַן אין לאַנד, וועלכע אָנשטעקנדיקע קראַנקייטן, וועלכע מיקראָבן און אַלערליי כאָלערעס. עס גייט אַ נײַע דראַמע אינעם טעאַטער וואָס הייסט "Playwrights Horizons," אויף דער 42סטער גאַס צווישן אַכטער און נײַנטער עוועניו אין ניו־יאָרק, און איך האָב זיך אַהין אַרײַנגעכאַפּט צו זען אַ נאָכן־חורבן־פּיעסע. די פּיעסע גייט אויף ענגליש, פֿאַרשטייט זיך, אָבער אויף ייִדיש וואָלט איך עס איבערגעזעצט ווי די "צוריקצאָלער", אָדער "נקמה־נעמער". דער זאַל איז געווען געפּאַקט מיט מענטשן פֿון יעדן עלטער, ס׳רובֿ פֿון זיי — יוגנטלעכע. אַלע זײַנען געקומען זען ווי די לעבן־געבליבענע ייִדן נעמען נקמה אין די מערדער און צאָלן זיי צוריק פֿאַר די אַלע לײַדן און פּײַן וואָס מיר זײַנען אויסגעשטאַנען פֿון דער דײַטשער בעסטיע. דזשעני מערקין, איינע פֿון מײַנע אַמאָליקע סטודענטקעס, האָט זיך ווידער רעגיסטרירט און גענומען אַ סעמעסטער מיט מיר. יענע וואָך האָט זי מיר דערלאַנגט אַן אַרבעט, באמת אַ גאַנצע שטודיע וועגן איר משפּחה וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן געוווינט אין פּוילן, אַריבער קיין דײַטשלאַנד און צום סוף קיין בעלגיע. זי דערציילט אַז אין 1940, ווען די דײַטשן זײַנען באַפֿאַלן בעלגיע, דעם זעלבן פֿרײַטיק, האָט איר זיידע, זײַן עלטערער ברודער, עלטערע שוועסטער, זייערע עלטערן, די באָבע־זיידע פֿון טאַטנס צד, די נאַכט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג ווערט פֿאַרפֿאַלן איינע פֿון אונדזערע אַקטריסעס, די באָסטאָנער מויד, וואָס האָט געשריבן די מוזיק. זי איז געפֿאָרן פֿון באָסטאָן מיטן אויטאָ און אַרום האַלבער נאַכט האָט זי באַשלאָסן צו קומען צו אונדז אַהיים קיין "ריווערדייל" איבערצונעכטיקן. זי איז אָבער נישט אָנגעקומען. אַזוי ווי איך האָב זיך געלייגט פֿרי שלאָפֿן, האָב איך צו מאָל נישט געוווּסט פֿון דער קאַטאַסטראָפֿאַלער לאַגע. דער דעקאָראַציע־מײַסטער מיטן רעזשיסאָר פֿון דער פּיעסע "לידער פֿון גן־עדן," קומען צו גיין מיט אַ געניאַלן אײַנפֿאַל. אַזוי ווי ס׳זײַנען פֿאַראַן צוויי ליידיקע ווענט פֿון ביידע זײַטן פֿאָרהאַנג, פֿאַרוואָס נישט רעפּראָדוצירן אויף לײַוונט אַ קאָפּיע פֿון מיקעלאַנדזשעלאָס קונסטבילד "בראשית," וווּ צוויי פֿינגער טרעפֿן זיך ערגעץ אין הימלישן גן־עדן. איין פֿינגער פֿון דער גאָטהייט און דער צווייטער פֿון מענטש. ביידע האַלטן בײַם פֿאַראייניקן זיך. זיי וועלן די מאָלערײַ צעטיילן אויף צווייען און אויפֿהענגען עס אויף ביידע זײַטן פֿאָרהאַנג.
נאָך דעם אײַנפֿאַל, קלינגט מיר אָן דזשאָו פּאַפּ און פֿרעגט זיך קודם אָן אויף יעדן אַקטיאָר באַזונדער און צום סוף גיט ער אַ זאָג: "אַגבֿ, איך וויל איר זאָלט זיך רופֿן 'יוסף פּאַפּ־ייִדישער טעאַטער,’ און איך טו עס בכּיוון. ערשטנס, וועט איר מיט מײַן נאָמען נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן. עס וועט אײַך גוט דינען בײַם עפֿענען טירן. צווייטנס, זאָלסטו וויסן זײַן, אַז איר דאַרפֿט קודם שטיין אויף די אייגענע פֿיס און נישט פֿאַרלאָזן זיך אויף מיר. |