פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איר ווילט דאָך מסתּמא וויסן אין וואָס די אַכצן־דרײַצן האַנדלט זיך? וועל איך פּרובירן דאָס דעשיפֿרירן אין מײַן מוח און אין ווערטער. איך האָב זיך דערוווּסט, אַז אויף דער וועלט זײַנען פֿאַראַן דרײַ־און־זיבעציק מיליאָן אַנגליקאַנער, איין ביליאָן קאַטוילן, נײַן הונדערט און פֿערציק מיליאָן סוני־מוסולמענער, הונדערט און צוואַנציק מיליאָן שיִאַ־מוסולמענער, דרײַ הונדערט זעקס־און־זיבעציק מיליאָן בודיסטן, זיבעציק מיליאָן באַפּטיסטן, פֿערצן מיליאָן ייִדן, און לעצטנס רוכעוועט זיך מיט אַ כינעזישער סעקטע וואָס רופֿט זיך אוּיגורס, וועלכע מען האָט דאָס יאָר פֿאַרבאָטן צו פּראַווען זייער חגא — ראַמאַדאַן אין כינע, וווּ די באַפֿעלקערונג ציילט שוין איבער אַ ביליאָן נפֿשות, אַ לאַנד וואָס פּראָקלאַמירט דעם קאָמוניסטישן אידעאַל און איז אַ פּאַניבראַט מיט דער קאַפּיטאַליסטישער אַמעריקע.

אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן די הונדערטער רעליגיעס וועלכע בושעווען אויף דער וועלט, און יעדע איינע פֿון זיי האַלט, אַז איר רעליגיע איז די אמתדיקע. אַלע אַנדערע, זײַנען פֿאַלשע קעץ. אַ סך מאָל כאַפּ איך אַ בליק אויף אַ כאָפּטע טעלע־עוואַנגעליסטן, וואָס מײַן מאַמע וואָלט זיי גערופֿן כּישוף־מאַכער. זיי רעדן מיט זייער גאָט און זייער גאָט רעדט צו זיי. אַ סך מאָל דרשענען זיי צו אַן עולם פֿון שווערע טויזנטער, וואָס קוקן זיי אין די אויגן, שלינגען אַ יעדעס וואָרט און דערלאַנגען זיי די "מאָני," די אַכצן־דרײַצן. דעריבער ווערן זיי באַגליקט, לעבן אין פּאַלאַצן, פֿירן אַ טוץ אויטאָמאָבילן און לויט ווי איך געדענק, האָט דזשים בייקער מיט זײַן ווײַבל טעמי, טעלע־עוואַנגעליסטן, אויך אויסגעבויט אַ הײַזעלע מיט לופֿט־קילונג פֿאַר זייער הונט.

מײַן קאַנאַדער חבֿרטע דערציילט מיר, אַז איר מאַן, וועלכער האָט ליב געהאַט צו גיין אין שיל בעת די ימים־נוראָים, פֿלעגט פֿאַר זיך קויפֿן אַן אָרט ערגעץ אויבן אָן. פֿאַר דער פֿרוי האָט ער געוויזן אַ פֿײַג. איר האָט ער געזאָגט: "קום און געפֿין אַ ליידיק אָרט." זאָג איך איר:

"ראָזעטשקע, נעם זיך מיט אַ בענקעלע אין שיל אַרײַן, און זעץ זיך אַוועק מיט אַלע ייִדן גלײַך. גאָט איז דאָך אַ פֿאָטער, וועט ער דיך נישט פֿאַרלאָזן."

האָט זי זיך אויסגעלאַכט פֿון מיר דווקא מיט יאַשטשערקעס, ווײַל איר מאַן איז געווען אַ גרויסער בעל־מקנא, אַ קמצן, אַ חזיר. האָט זי אים אָפּגעגט. איך האָב אַלע מאָל געפֿילט, אַז די געטרײַשאַפֿט, דאָס מסירת־נפֿש, דאָס פֿאַראייניקן זיך מיטן פֿאָלק, דערפֿילט מען ערשט אינעם גײַסט פֿון דער טראַדיציע; אין דער שיטה, אין מינהגים און ריטואַלן, אינעם שבת און אינעם יום־טובֿ, און נישט אין דער געזעצלעכער אמונה; ווײַל מיר, די פּשוטע בשׂר־ודמס, גריבלען זיך נישט אין איר. נישט אַלע פֿון אונדז האָבן דורכגעמאַכט דאָס פֿונדאַמענטאַלסטע פֿונעם תּנ״ך און פֿונעם מחזור.

און צוריק גערעדט, וויל איך וויסן וואָס איז נשמה און וואָס איז גײַסט? ווערט מען געבוירן דערמיט? איז עס אַ געפֿיל? וווּ קען מען עס געפֿינען? אין קאָפּ? אין האַרצן? כ’הייב נישט אָן צו וויסן. ווען מ’כוואַליעט אַ מענטשן, ס’הייסט, מ’לויבט אים אין הימל אַרײַן, מ’גיט אים אָפּ שבֿחים, איז עס ווײַל ער איז געשטאַנען אויף אַ גײַסטיק הויכער מדרגה, אָדער איז עס צוליב דעם וואָס ער איז אַ תּורה־קענער? אַ באַרימטער שרײַבער? פּאָעט? — פֿרעגט מיך בחרם, איך הייב נישט אָן צו וויסן. מענטשן האָבן ליב צו מליצהווען, דער עיקר, ווען דער גײַסטיקער גיגאַנט איז שוין אַ ברוך דיין אמת. ערשט דעמאָלט הייבט מען אים אָן צו לויבן. אַפֿילו ווען ער איז געווען בײַם לעבן אַן אמתער פּאַסקודניאַק. ווי קומט עס, אַז בײַם לעבן איז ער געווען אַ קליינלעכער, מקנא געווען, מורא געהאַט מ’זאָל אים נישט פֿאַרשטערן זײַן שׂימחה און זײַן רום.

אַ סך ייִדן סקאַרזשען זיך, ס’הייסט באַקלאָגן זיך, אַז בײַ טאַטע־מאַמע אין דער היים האָט נאָר גאָט געהויזט אין שטוב. ווי נאָר מען איז אַרויס פֿון טאַטע־מאַמעס וואַך, אַזוי האָט ער אַלץ אָנגעוווירן, דעם גאַנצן ייִדישן באַגאַזש, און אַז מ’פֿרעגט אים:

"ר’ פֿעטער, וועלכע רעליגיעס היטסטו אָפּ?" ענטפֿערט ער:

"די רעליגיע פֿון גוטסקייט, פֿון מענטשלעכקייט, פֿון ערלעכקייט, פֿון 'אַהבֿת לרעך כּמוך’. דאָס הייסט, האָב איך ליב יענעם ווי זיך אַליין. ווייסן מיר שוין ווער ס’האָט פֿון אונדז צוגעלקחנט די ליבע־דערקלערונג איינער צום צווייטן. יענע רעליגיע האָט אָפּגעטאָן וואָס אין קאָרט שטייט, פֿון פּאָגראָמען, גוואַלד־טאַטן, פֿון שעכטהויז ביז קרעמאַטאָריעס. וואָזשע טויג מיר צו פּרעדיקן ליבע און האַסן אין דער זעלבער צײַט."

דער שלל רעליגיעס אויף דער וועלט קענען זיך נישט אייניקן. אַ ליאַדע וואָס, אַ ליאַדע ווען, שעכט מען זיך. צי דאָס איז אין רוואַנדאַ — טוציס מיט די הוטוס; אין איראַק — די שיִיִטן מיט די סוניס. און אויב איר מיינט, אַז בײַ אונדז איז בעסער, מאַכט איר אויך אַ טעות. מיר האָבן צעקרישלט אונדזער אמונה אויף ליובאַוויטשער און סאַטמאַרער, אויף באָבאָווער און וויזשניצער, אויף גערער און פּאַניוויטשער; שוין אָפּגערעדט פֿון מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, קאָנסערוואַטאָרן און רעפֿאָרמירטע. מיר פֿאַרמאָגן אַ שלל מיט רבייִשע און רבנישע דינאַסטיעס און הייף. און ווען עס קומט צו די אויפֿגעקלערטע, די וועלטלעכע ייִדן, קוקט מען אויף זיי אַראָפּ ווי זיי וואָלטן געווען עפּעס אַ קליפּה, אַן אָנשיקעניש, ממש גויים. איצט גיי רעד זיי אײַן, אַז די וועלטלעכע ייִדן רופֿן זיך ייִדישע קולטור־ייִדן. די מעשׂה איז, אַז יעדע קולטור נעמט שוין אַרײַן רעליגיע, טראַדיציע, מינהגים, ריטואַלן, יום־טובֿים, און דער עיקר — צי מען איז פֿרום צי נישט, מוז מען זײַן אויסגעקאָכט אינעם תּנ"ך; וויסן פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן. דאָס וואָרט קולטור, גײַסט, נשמה זײַנען ווערטער וואָס מ’קען זיי נישט אויסטײַטשן. ווי האָבן די ייִדן געזאָגט בײַם באַרג סיני:

"נעשׂה ונשמע!"

מיר וועלן טאָן און נאַכער וועלן מיר זיך צוהערן. קיינער האָט דעמאָלט נישט גערעדט וועגן קולטור, גײַסט און נשמה, ווײַל זיי האָבן פֿאַרשטאַנען אַז צו זײַן אַ ייִד דאַרף מען קודם טאָן, עוסק זײַן זיך אין ייִדישקייט, און ייִדישקייט איז נאָך אַ וואָרט וואָס טײַטשט זיך נישט. וואָס גייט אַרײַן אינעם עוסק זײַן זיך אין ייִדישקייט? איז עס דאַווענען? האַלטן כּשר, אָפּהיטן די דינים? לייענען אַ ייִדישע צײַטונג? זינגען זמירות? עסן טשאָלנט? וואָס איז ייִדישקייט? מענטשן וואַרפֿן זיך אַרום מיט ווערטער און טוען אַ סך מאָל דאָס פֿאַרקערטע. נישט איין מאָל הער איך:

"האָב גאָט אין האַרצן."

דער מעכטיקער גאָט וואָס האַלט נישט קיין אויג אויף זײַן פֿאָלק. י. ל. פּרץ האָט אַמאָל געזאָגט, אַז ייִדישקייט איז געגליכן צו אַ גומע־עלאַסטיק. ווען מען דאַרף, ציט זי זיך אויס, און ווען מ’איז אין סכּנה, ציט זי זיך עס אײַן. ס’קלינגט שיין. אָבער וואָס איז דער טײַטש דערפֿון? מיינט עס, אַז ווען מ’קען פֿרײַ אָפּעטעמען, קען מען זיך צעשפּרייטן די פֿליגל און פּאַראַדירן מיט אונדזער ייִדישקייט. ווען מען איז אין געפֿאַר, האַלט מען זיך צוזאַמען אין אַ קופּקע און מ’פּראַוועט ייִדישקייט בצימצום. כ’ווייס נישט.

בכלל זײַנען מיר, ייִדן, אַ טשודנע און מאָדנע פֿאָלק. גיב אונדז פֿרײַהייט וועט מען זיך אויסשטעכן די אויגן. צווישן די גויים האָט מען אַ ביסל מער דרך־ארץ איינער פֿאַרן אַנדערן. איך האָב געמיינט, אַז נאָכן חורבן וועלן זיך די געראַטעוועטע שארית־הפּליטה אַרומנעמען, זיך פֿאַלן אויף די העלדזער און טרויערן אויפֿן חורבן בית־שלישי. איז פּונקט געווען פֿאַרקערט. ווי נאָר מיר האָבן זיך באַפֿרײַט פֿון נאַציזם און קאָמוניזם, אַזוי האָט מען זיך פֿאַרשלאָסן אין די אייגענע ד אַמות, געפּראַוועט ייִדישקייט באַזונדער מיטן געדאַנק אַז מײַן ייִדישקייט איז עכטער, דײַן ייִדישקייט איז פֿאַלש. האָט מען אייגענע רבייִשע און רבנישע הייף, מיט אייגענער שחיטה, משגיחים, ישיבֿות, שילן, אויטאָבוסן, מיקוואָות, מצה־שמורה, שײַטל־געוועלבלעך. דער עיקר, יעדער איינער פּראַוועט שבת פֿאַר זיך און יענע וואָס מ’טרײַבט אַוועק, וואָס מ’אָנערקענט נישט, וואָס מ’פּסלט, דערווײַטערן זיך פֿון ייִדישן מהות.

אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם וואָס מיר האַלטן איצט נאָך די ימים־נוראָים, בײַ די ייִדישע יום־טובֿים. דער גאָט וואָס האָט מיט אונדז מאַרשירט אין מידבר, דער גאָט וואָס האָט אונדז דעלאַנגט די עשׂרת־הדיברות, און לויט די חרדים איז עס בײַ זיי פֿאַרבליבן דער גאָט פֿון אַל־ישׂראל צוזאַמען מיטן עבֿר־הירדן, פֿון גאַנצן שטח וווּ ייִדן זײַנען אַמאָל אײַנגעשטאַנען. אַ שאָד, וואָס מיר קענען שוין מער נישט עולה־רגל זײַן קיין ירושלים ווי אַמאָל און אויפֿשטעלן פּאַלאַטקעס אַרום דעם בית־המיקדש וואָס איז אויך, צו אונדזער אומגליק, חרובֿ געוואָרן, ברענגען דעם ערשטן שניט פֿון די פֿעלדער און פּראַווען יום־טובֿ. נאָך אַלעמען איז דאָך אונדזער גאָט אַמאָל געווען אַן אַגריקולטור־גאָט. ער האָט געהאַלטן אַן אויג אויפֿן רעגן און זיך באַפֿרידיקט מיט אונדזערע יום־טובֿדיקע פּאָדאַרקעס (מתּנות) און ווען מ’האָט געדאַרפֿט האַלטן מלחמה האָט ער זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ קעמפֿערישן גאָט און אונטער זײַן השגחה זײַנען די מלכים געגאַנגען אין קאַמף מיט אונדזערע שׂונאים. אין שלום און קריג איז ער געווען מיט אונדז, אונדזער ייִדישער גאָט. האָט ער אונדז פֿאַרלאָזט? זײַנען מיר אים דערווידער? און גלייבט מיר, אַז ער קוקט זיך צו ווי מיר פֿירן דאָס ייִדישע רעדל, איז ער פּונקט אַזוי פֿאַרציטערט ווי מיר זײַנען, צי מען איז פֿרום צי נישט?

איך פּערזענלעך האַלט זיך אין איין קריגן מיט גאָט. איך באַשולדיק אים אין אַזוי פֿיל חטאָים און איך בין זיכער, אַז יעדן יום־כּיפּור כליפּעט ער און רײַסט קריעה אויפֿן מפֿונק, זײַן פֿאָלק, וועלכן ער האָט פֿאַרלאָזט אין די שווערסטע טעג פֿון זײַן עקזיסטענץ, נישט געענטפֿערט אויף זײַנע תּפֿילות און געבעטן, נאָר געלאָזט די שׂונאי־ישׂראל איזדיעקעווען זיך איבער אים. איצט, ווען מיר זײַנען אײַנגעשטעלט מיט אונדזער עקזיסטענץ אין מדינת־ישׂראל, ווייס איך נישט וווּ מען ווענדט זיך, ווײַל אַלע אונדזערע בקשות, דער עיקר, אונדזער אמונה פֿאַלן אויף טויבע אויערן. נישט אַנדערש, ס’איז משיחס צײַטן.