- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך בין פֿון די געבענטשטע אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. איך בין שוין דאָרט כּמעט צוואַנציק יאָר און יעדעס מאָל זאָג איך: אַזאַ אָנהייבער־קלאַס וועל איך שוין קיין מאָל נישט באַקומען. און גאָט העלפֿט. ס׳שלײַכן זיך אַרײַן קרובֿ צוואַנציק סטודענטן יעדעס יאָר אין אָנהייבער־קלאַס, און אַזוי ווי איך האָב זיך קיין מאָל נישט באַוויזן מיט מײַנע אייגענע קינדער און אייניקלעך, ס׳הייסט ווי שיין און געראָטן זיי זײַנען, טו איך עס אָבער מיט מײַן חבֿרה אין די קלאַסן. עפּעס דאַכט זיך מיר אַז זיי זײַנען שענער און געראָטענער. איר ווילט הערן אַ מעשׂה? נישט קיין מעשׂה סתּם אויסגעזויגן פֿון פֿינגער, נישט קיין מעשׂה וואָס פֿון אונטער די הרי־חושך, נאָר אַזוי עכט ווי שלמה המלכס מישפּט. די מעשׂה האָט זיך פֿאַרלאָפֿן אין אַ רײַך שטעטעלע לעבן ניו־יאָרק, וווּ עס וווינען, קיין עין־הרע, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, אין אויסגעסטרויעטע הײַזער, מיט קעכינס און דינסטן, מיט גערטנער און אָנגעשטעלטע קוימען־קערער. האָט איינע פֿון אַזעלכע משפּחות אָנגעשטעלט אַ דינסט, נישט קיין ייִדישע דווקא. וווּ קען מען הײַנט באַקומען אַ ייִדישע דינסט בכלל? נישטאָ אַזוינס. דאָס איז אַ פֿרוי אין די מיטעלע יאָרן. אויב איר ווילט אַ ביסל קומען צו זיך פֿון טאָג־טעגלעכע אָנשיקענישן, עגמת־נפֿש און זלידנע פֿליגן, מאַכט זיך באַקוועם אין אַ פּליושענעם פֿאָטעל, שטעלט אָן די טעלעוויזיע און הערט זיך צו צו די לעצטע נײַעס. נישטאָ קיין בעסער מיטל ווי פּטור צו ווערן פֿון דער ווירקלעכקייט, אַ חוץ אַ גוטער דזשינדזשיק. די הײַנטיקע טעלעוויזיע־טראַנסמיסיעס עפֿענען אויף פֿאַר אײַך גאָר אַ נײַע דעפֿיניציע פֿונעם וואָרט "נײַעס". יאָרן־לאַנג האָט מען געהאַלטן, אַז נײַעס באַשטייט פֿון אינפֿאָרמאַציע וועגן פּאַסירונגען און געשעענישן וואָס האָבן צו טאָן מיטן לאַנד און וועלט; איך פֿאָלג נאָך כּסדר טבֿיה טענענבוימס טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען! אַ סך מאָל שרײַב איך וועגן זיי און אַ סך מאָל, ווען זיי כאַפּן איבער די מאָס, שרײַב איך נישט. די צרה, אָדער די מעלה, איז דאָס, וואָס איך קען דעם דראַמאַטורג שוין אַ קײַמא־לן מיט יאָרן, און איך ווייס אַז ער איז פֿעיִק אויף — אָדער צונויפֿצופֿירן אַ וואַנט מיט אַ וואַנט, אָדער דווקא טרעפֿן אין פּינטל. אָבער זינט ער האָט געטראָפֿן אין פּינטל ביז הײַנט איז אין אים אַרײַן עפּעס אַ דיבוק, אַ רוגזה צו דער וועלט און, דער עיקר, צו דער פֿרומער עדה. איז וווּ זשע האַלט מען? דאַכט זיך בײַ "זינד," וואָס שפּילט איצט אין "ברוך־קאַלעדזש," וועלכער געפֿינט זיך אויף לעקסינגטאָן־עוועניו און דער 25סטער גאַס. די פּיעסע איז געבויט אויף יצחק באַשעוויס־זינגערס דערציילונג וואָס הייסט אויף ענגליש The Unseen, אויף ייִדיש מסתּמא "די פֿאַרבאָרגענע." אָבער איך בין נישט זיכער דערין. אַדאַפּטירט די דערציילונג פֿאַר דער בינע האָט משה אַלטמאַן, נישט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. די לעצטע פּאָר יאָר האָט ער אַנטדעקט די "פֿאָלקסבינע נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער", געוואָרן פֿאַרכאַפּט פֿון אַלטע ייִדישע פּיעסעס, גענומען זיי אַדאַפּטירן פֿאַר דער בינע ביז ער האָט באַקומען דעם טיטל פֿון אַסיסטענט־אַרטיסטישער דירעקטאָר. מסתּמא עקזיסטירט גײַציקייט, גיריקייט און זשעדנעקייט זינט די ששת־ימי־בראשית; דאָס הייסט, וויפֿל דער מענטש פֿאַרמאָגט איז אים קיין מאָל נישט גענוג. נישט וואָס ער פֿאַרמאָגט דרײַ מאָגנס ווי אַ קו, וואָס מעלה־גירהוועט (chew cud). ווען דער אַפּעטיט באַפֿאַלט אים מיינט ער, אַז ער קען עסן פֿאַר דרײַ. איך אַליין הייב נישט אָן צו פֿאַרשטיין דעם פּסיכישן צושטאַנד פֿון אַזאַ מענטשן, ווײַל איך לעב צווישן עמך וואָס איז שׂמח בחלקו. אויף אונדזערע טעגלעכע שפּאַצירן איבער די גאַסן פֿון ריווערדייל, האָט מיר מײַן חבֿרטע ליליען דערציילט אַן אויסטערלישע געשיכטע. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, ווען זי און איר מאַן האָבן אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין קראָקע, האָבן זיי באַגעגנט צוויי ייִדן אין שיל. ביידע ייִדן זײַנען געווען געראַטעוועטע פֿון סטאַלינס גיהנום און געבליבן וווינען אין פּוילן נאָך דער מלחמה. האָבן זיי פֿאַרבעטן סײַ מײַן פֿרײַנדינע און סײַ איר מאַן, דוד, זיי זאָלן מיט זיי מיטגיין צום ראַבינער אויף שבת. דאָרט פּראַוועט מען אַן עונג־שבת לויט דער לעצטער מאָדע. האָבן זיי באַוויליקט. ליבע פֿרײַנד, הײַנט וועל איך אײַך אָפּשילדערן אַ פֿאָרשטעלונג וואָס הייסט "איבערצײַגונג," אויף ענגליש — Conviction — וואָס שפּילט אין וויקטאָרי גאַרדענס טעאַטער אויף דער 59סטער גאַס, צווישן דער פֿיפֿטער און מעדיסאָן עוועניוס. געשריבן האָט די פּיעסע אורן נימאַן. ער האָט עס, זעט אויס, באַאַרבעט פֿון אַ נאָוועלע מיטן נאָמען "איבערצײַגונג," וועלכע איז פֿאַרפֿאַסט געוואָרן פֿון איינעם וואָס הייסט יונתן בן־נחום און אַדאַפּטירט געוואָרן פֿאַר דער בינע פֿון עמי דיין. ביז אַהער פֿאַרמאָגט די פֿאָרשטעלונג אַ קײַמא־לן פֿון דרײַ טאַטעס. איך זע מײַן ייִדישן שכן אין דער פֿרי און יעדן אויפֿדערנאַכט ווען ער שפּאַצירט מיט זײַן ווײַס, קוטשעראַוון הינטל. ביידע האָבן זיי איין און דעם זעלביקן פּאַמעלעכן, וואַקלענדיקן גאַנג. אין שניי און אין שטורעם, אין שלאַקסרעגן און אין אַ זוניקן טאָג. ביידע גייען זיי שפּאַצירן ווי די וועלט וואָלט זיי מכבד געווען מיט אַ נײַעם פֿרימאָרגן און אַ ניכטערן אָוונט. איך פֿלעג אים זאָגן גוט־מאָרגן. ער ווידער, פֿלעגט זיך נישט וויסנדיק מאַכן, און ווען ער האָט שוין יאָ אָפּגעענטפֿערט אויף מײַן באַגריסונג, איז עס געווען ווען ער האָט נישט געהאַט צו וועמען צו רעדן. ווי נאָר אַ צווייטער שכן האָט זיך באַוויזן אויף דער ליכטיקער שײַן, אַזוי האָט ער זיך אויסגעדרייט מיט דער פּלייצע צו מיר און מיך פֿאַרוואַנדלט אין וואַנטפּאַפּיר. כ׳ווייס נישט צי כ׳האָב אײַך שוין אַ מאָל דערציילט אַז בײַ פֿרומע ייִדן איז אַ גט, אַ פּגם, אַ פּליאַמע, אַ פֿלעק אויפֿן ייִחוס פֿון דער משפּחה. דעריבער, איידער אַ בחור און אַ מיידל מיט די מחותּנים בתוכם, נעמען די זאַך ערנסט, לאָזט מען זיך אַרויס, ווי די דעטעקטיוון אויסצופֿאָרשן דעם ענין, צי ס׳איז נישטאָ חס־וחלילה קיין גט אין דער פֿאַמיליע. אויב יאָ, איז אויס שידוך. בײַ די וועלטלעכע ייִדן איז אַ גט קיין מניעה נישט. ווער גט זיך הײַנט נישט? געהערט אַז ס׳וועט גיין אַ פֿילם אין "וואָלטער ריד"־קינאָ אין לינקאָלן־צענטער, ווי אַ טייל פֿון ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל, האָב איך זיך שטאַרק דערפֿרייט. די פֿרייד איז געווען גרויס. ערשטנס, איז עס לאָדזש, געבורטשטאָט פֿון מײַנע עלטערן: די מאַמע — פֿון דער מרדכי גבאיס־גאַס, און דער טאַטע — פֿון דער זגערזשער, אין באַלוט. צווייטנס, רעדט זיך דאָ וועגן דער נאָך־מלחמהדיקער פּרץ־שול, וווּ איך האָב זיך געלערנט ייִדיש אַ קײַמא־לן פֿון נישט מער ווי אַ האַלב יאָר. די געשיכטע איז זיך פֿאַרלאָפֿן אין הרצליה פּיתּוח (אַנטוויקלטע הרצליה), וווּ מיר האָבן זיך באַזעצט אָנהייב זיבעציקער יאָרן. דאָרט איז געבוירן געוואָרן מײַן בנימין און זײַן שפּראַך איז געווען ייִדיש. דאָס שטעטעלע איז נאָך דעמאָלט נישט געווען אַנטוויקלט, קיין וועגן און קיין שטעגן האָט מען נאָך נישט נאַדאָנזשעט צו ברוקירן. קיין טראָטואַרן האָט מען נאָך נישט באַוויזן צו אַספֿאַלטירן. האָט מען געמוזט שטופּן די קינדער־וועגעלעך דורך זאַמדן און שטיינדלעך. |