די געשיכטע איז זיך פֿאַרלאָפֿן אין הרצליה פּיתּוח (אַנטוויקלטע הרצליה), וווּ מיר האָבן זיך באַזעצט אָנהייב זיבעציקער יאָרן. דאָרט איז געבוירן געוואָרן מײַן בנימין און זײַן שפּראַך איז געווען ייִדיש. דאָס שטעטעלע איז נאָך דעמאָלט נישט געווען אַנטוויקלט, קיין וועגן און קיין שטעגן האָט מען נאָך נישט נאַדאָנזשעט צו ברוקירן. קיין טראָטואַרן האָט מען נאָך נישט באַוויזן צו אַספֿאַלטירן. האָט מען געמוזט שטופּן די קינדער־וועגעלעך דורך זאַמדן און שטיינדלעך.
אויף איינעם פֿון מײַנע שפּאַצירן אין דרויסן מיטן וועגעלע, האָב איך באַמערקט אַ פֿרוי, שוין אין די מיטעלע יאָרן, מיט אַ קינד אין בנימעלעס עלטער. זי האָט געהערט ווי איך רעד ייִדיש צום קינד, איז זי צו מיר צוגעשטאַנען, געוואָלט דווקא וויסן ווי קומט עס אַז איך באַנוץ זיך נישט מיט העברעיִש אָדער ענגליש. נאָך אַלעמען האָט אונדזער שטעטעלע געשמט פֿאַר אַן אַמעריקאַנער קאָלאָניע. דאָ האָט מען געהערט מער ענגליש ווי די לאַנדשפּראַך. זי איז געווען די פֿרוי פֿון אַלעקס נייטאַס. אַן אָפּשטאַמיקע פֿון ליטע, אָפּגעלעבט אַ שאָק מיט יאָרן אין דרום־אַפֿריקע, זיך באַזעצט אין לאָנדאָן. דערציילט זי מיר אויף איר ליטוויש־ייִדישן דיאַלעקט, אַז די טאָכטער רות וווינט דערנעבן און דזשעפֿרי איז איר אייניקל.
מיר האָבן זיך זאַפּשיאַזשניעט, געוואָרן גוטע־פֿרײַנד, הייסט עס, און מײַן בנימעלע האָט זיך פֿאַרחבֿרט מיט דזשעפֿרין יאָרן־לאַנג. איך האָב מײַנע קינדער דערצויגן אין דרײַ שפּראַכן — ייִדיש, העברעיִש און ענגליש, און געמוזט איבערחזרן יעדן זאַץ דרײַ מאָל. די משפּחה נייטאַס, פֿאַרמעגלעכע מענטשן, האָבן, אַחוץ דער לוקסוס־דירה אין תּל־אָבֿיבֿ, אויך פֿאַרמאָגט אַ וווינונג אין לאָנדאָן. זעט אויס אַז אין דרום־אַפֿריקע האָט אים אָפּגעגליקט און אַלעקס נייטאַס איז אַליין געוואָרן אַ גבֿיר. געווען אַ פּראָדוצענט פֿון אַ באַרימטן פֿילם און אַנדערע אונטערנעמונגען, אָבער פֿון זײַן גאַנץ פֿאַרמעג לאַכט ער אין זײַנע דערציילונגען אויף אַזאַ אופֿן:
איר פֿרעגט ווער איך בין? איך בין יאַנקל בערמאַן, דער מיליאָנער (...) איך באַפֿעל! איך הייס! איך וויל! (...) בין איך עפּעס מײַן אייגענער פֿרעמדער!
דערווײַל זײַנען מיר אָפּגעווען אַ קײַמא־לן פֿון צען יאָר אין דער ייִדישער מדינה, אויסגעדרייט דעם דאַשיק און צוריקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, און פֿון דעמאָלט אָן האָבן מיר פֿאַרלוירן דעם קאָנטאַקט מיט דער נייטאַס־משפּחה.
די טעג קריג איך אַ בליצקאַרטל פֿון דזשעפֿריס מאַמען רות. אַזוי און אַזוי, זיי וווינען נאָך אַלץ אינעם זעלבן הויז אין הרצליה פּיתּוח, און אַז איר טאַטע, אַלעקס נייטאַס, האָט אָנגעשריבן אַ ייִדיש בוך באַטיטלט "חן־גריבעלעך פֿון אייביקייט." איז ערשטנס, האָב איך קיין מאָל נישט געוווּסט אַז דער ייִד שרײַבט, מסתּמא האָט ער עס אָנגעשריבן אויף דער עלטער. האָב איך געבעטן די טאָכטער זי זאָל עס מיר צושיקן. אינטערעסאַנט פֿאַר מיר געווען צו זען וואָס אַלעקס שרײַבט.
קריג איך דאָס ביכעלע וואָס איז אַרויס אין ישׂראל אין 1998. קוק איך אין דעם אַרײַן און שטוין. דער ייִד קען שרײַבן, באַשרײַבן, מאָלן בילדער פֿון זײַן יוגנט אין זײַן שטעטעלע וויזשון אין ליטע, זײַן משפּחה. און כאָטש דער שער־בלאַט באַמערקט אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע, איז ער ממש אַ וויזשונער. ווי ער באַשרײַבט עס אַליין: אונדזער שטעטל וויזשון איז די גרייס פֿון אַ פּינטל אין טל־ומטר (די ברכה פֿאַר טוי און רעגן). זוכט עס נישט אויף דער וועלטמאַפּע, איר וועט עס נישט געפֿינען. פֿאַר אונדז אָבער איז וויזשון געווען דער צענטער פֿון דער וועלט, און אויב די וועלט דרייט זיך טאַקע, ווי די חכמים זאָגן, דרייט זי זיך אַרום אונדזער אָרעם שטעטעלע, וואָס איז פֿול מיט כּל־מיני קבצנים, דלפֿנים און גלאַט אַזוי אָרעמע־לײַט."
און אָט שילדערט ער אַ סצענקעלע פֿון זײַן משפּחה:
"דער טאַטע מײַנער איז געווען אַ רבֿ און אַ בעל־תּפֿילה אין אַ קליין שטעטל אין דער ליטע. אָבער פֿון זײַנע פֿאַרדינסטן וואָלטן מיר שוין לאַנג געווען אויף יענער וועלט, ווען די מאַמע מישט זיך נישט אַרײַן. (...) נעמען אַ ביסעלע משקה פֿרײַטיק צו נאַכטס האָט דער טאַטע ליב געהאַט יין־ישׂמח. אָבער זײַן שיכּור, דאָס פּאַסט פֿאַר אַ גוי, ווײַל קיין תּורה לערנט נישט דער גוי און פֿון אַ נשמה קלערט ער נישט. ער קלערט נאָר פֿון טרינקען און שלאָגן ייִדן. אָבער איין מאָל אין יאָר איז אַפֿילו דער טאַטע אויך שיכּור שׂימחת־תּורה. (...) יורגיס, דער חמץ־גוי, קוקט זיך צו ווי ייִדן טרינקען. זאָגט ער צום טאַטן: 'זאָג מיר נאָר, ראַבינאַס, וואָס פֿאַר אַ פּראַזדניק (יום־טובֿ) איז הײַנט בײַ אײַך?’ דער טאַטע גיט אַ הייב ס’פֿלעשל און זאָגט: 'מיר זינגען און דאַנקען אונדזער גאָט פֿאַר דער שיינער מתּנה וואָס ער האָט אונדז געשאָנקען.’ 'אַ!’ קראַצט זיך יורגיס אונטערן קאָלנער. 'איר זינגט און ער גיט אײַך בראָנפֿן? אַ! אָבער פֿאַר אַ פּראַוואָסלאַוונעם גוי גיט אײַער גאָט נישט! אַ גלייביקער קריסט מוז צאָלן פֿאַר זײַן וואָדקאַ!’ זאָגט דער טאַטע: 'אַ, יורגיס, יורגיס, דו וועסט שוין קיין מאָל נישט אַרויסקריכן פֿון דער בלאָטע. נאַ! טרינק וויפֿל דײַן האַרץ גלוסט."
אַלעקס פֿאַרמאָגט אין זײַן שרײַבן ייִדישן הומאָר, חכמה, חן און אַן אויג פֿאַר אויפֿכאַפּן אַ וועלט מיט פֿאַרגאַנגענע בילדער פֿון זײַן שטעטל. אַ וועלט מיט ייִדישע טיפּן, זייערע נטיות, טאָג־טעגלעכע דאגות־פּרנסה, קינדערשע אײַנפֿאַלן, חלומות און איבערגלויבנס. אין געוויסע שטעלעס כאַפּט ער אַפֿילו אַן אָנבליק צו משה נאַדירס ווערק און אַפֿילו צו איציק מאַנגערס "בוך פֿון גן־עדן." נייטאַס רופֿט אָן זײַן הומאָרעסקע "גאָטזאַך."
"דער רבונו־של־עולם האָט אויסגעשפּרייט זײַן טלית־קטן איבער עטלעכע בלאָנדזשענדע שטערן, זיך צוגעבונדן מיט רצועות (לעדערנע פּאַסן פֿון די תּפֿילין אַרום דער האַנט אָדער קאָפּ), ער זאָל חלילה נישט אַראָפּפֿאַלן און געכאַפּט אַ דרעמל."
די גאַנצע לאַכערײַקע איז פֿול מיט ייִדישן הומאָר, און פֿאַרגעסט נישט, אַז מיר ייִדן שרעקן זיך נישט אָנצורירן אונדזערע כּלי־קודש און אַפֿילו דעם אייבערשטן אַליין. מיר האָבן נישט אויפֿגעשטעלט קיין פּעדעסטאַל פֿאַר קיינעם אין אונדזער אמונה, אַרײַנגערעכנט דעם תּנ״ך. די אָבֿות, די אמהות, די שופֿטים און די מלכים, קיינער, קיינער איז נישט פֿאַרהייליקט, נאָר פֿאַרמענטשלעכט. אונדזערס איז אַן אָפֿענע אמונה, נישט קיין געשלאָסענע. אַ מאָל, פֿאַרן חורבן, האָט מען געשריבן און געשטעלט פּיעסעס אויף פֿאַרשיידענע טעמעס וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיט פֿאַרזינדיקן זיך נישט נאָר קעגן גאָט, נאָר אויך קעגן מענטש. אָפֿענע דיבורים. נאָכן חורבן, ווידער, האָט מען אויף אַזוי פֿיל פֿאַרהייליקט די קדושים, די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך, אַז די נײַע דורות, וואָס שוין אויפֿגעכאָוועט געוואָרן נאָך אונדזער שרעקלעכער קאַטאַסטראָפֿע, האָבן זיך איזאָלירט, געוואָרן פֿאַרשלאָסענער, אָפּגעזונדערטער פֿונעם רעשט ייִדישן עולם. ייִדן וועלכע זײַנען פֿאָרט ייִדן, אָבער נישט אָנערקענט פֿון רובֿ חרדישע קהילות, וואָס האַלטן אַז בלויז זיי זײַנען די עכטע ייִדן. אונדז האָבן זיי קוואַליפֿיצירט ווי "גויים," אַחוץ די חב״דניקעס. זיי זײַנען טאָלעראַנט און מיט אַ מיסיע צוריקצוברענגען די וועלטלעכע און אַסימילירטע ייִדן צום ייִדישן מהות.
אָבער אַלעקס נייטאַס גייט אין דרכים פֿון געזונטן ייִדישן הומאָר ווען ער שרײַבט אין זײַן באַזונדערן זשאַנער:
עפּעס נודיען אים (גאָט, הייסט עס) לעצטנס תּוהו־ובֿוהו־געפֿילן פֿון לאַנגווײַל און פּוסטקייט. ער האָט זיך דערפֿילט אַלט און מיד. בײַ נאַכט האָט ער נישט געקאָנט צומאַכן מיט קיין אויג, און די שטענדיקע שבֿחים, וואָס זײַנע מלאכים זינגען אים, זײַנען אים נימאס געוואָרן. (...) ער האָט זיך פּלוצעם דערפֿילט עלנט, אַראָפּגעקוקט אויף דער ערד און דעם מענטשן מקנא געווען. ער האָט זיך צוגעקוקט ווי ייִדן לויפֿן שבת אין שול אַרײַן אים זינגען שבֿחים, און פֿרייען בענטשן ליכט. די טישן זײַנען פֿאַרדעקט מיט ווײַסע טישטעכער און די געפֿלאָכטענע חלות גלאַנצן מיט שבתדיקן חן. און פֿאַרן לייגן זיך שלאָפֿן גיבן זיי איבער זייערע נשמות אין זײַנע הענט אָן מורא. 'דעם מענטש איז גוט,’ טראַכט גאָט. דעם מענטש וואָס זײַן גאָט איז אין דער היים. דער פֿויגל האָט זיך זײַן נעסט, די חיה איר נאָרע, נאָר ער, דער באַשעפֿער פֿון אַלע וועלטן, האָט נישט וווּ דעם קאָפּ אַוועקצולייגן...
הײַנט האָט אַלעקס נייטאַס אַריבערגעהיפּערט דעם הונדערטער. איך געדענק אַז ער האָט מיט זיך מיטגענומען פֿון לאָנדאָן זײַן מאַסאַזשיסטקע. איז אפֿשר האָט דאָס געהאָלפֿן צו זײַנע אַריכות־ימים.
דער הונדערט און איין־יאָריקער אַלעקס נייטאַס איז געבליבן יונג און ספּריטנע, זשוואַווע און לעבנסלוסטיק סײַ אין זײַנע דערציילונגען און סײַ אין זײַן אויפֿפֿאַסונג אויף וועלט און מענטש.
* * *
ווער עס וויל וויסן מער וועגן דעם שטעטעלע וויזשון, זאָל אַרײַנקוקן אין בערל כּהנס "לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שטעט, שטעטלעך און ייִשובֿים אין ליטע." וויזשון האָט אונטער זיך אַ לאַנגע געשיכטע און אויך אַרויסגעגעבן אַ שלל רבנישע ווערק און ספֿרים, וועלכע האָבן באַרײַכערט אונדזער עזבֿון פֿון רבנישער ליטעראַטור.