פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מסתּמא עקזיסטירט גײַציקייט, גיריקייט און זשעדנעקייט זינט די ששת־ימי־בראשית; דאָס הייסט, וויפֿל דער מענטש פֿאַרמאָגט איז אים קיין מאָל נישט גענוג. נישט וואָס ער פֿאַרמאָגט דרײַ מאָגנס ווי אַ קו, וואָס מעלה־גירהוועט (chew cud). ווען דער אַפּעטיט באַפֿאַלט אים מיינט ער, אַז ער קען עסן פֿאַר דרײַ. איך אַליין הייב נישט אָן צו פֿאַרשטיין דעם פּסיכישן צושטאַנד פֿון אַזאַ מענטשן, ווײַל איך לעב צווישן עמך וואָס איז שׂמח בחלקו.

נישט וואָס דער תּנ״ך ווײַזט אונדז נישט קינס כאַראַקטער. דאָס איינציקע פּאָרל ברידער אויף דער ערד און קינס קינאה־שׂינאה האָט אים שוין געפֿרעסן זינט ביידע האָבן באַטראָטן די שוועל פֿון דער יבשה. קינס קלאָגליד האָט דעמאָלט פֿאַרהילכט די וועלט:

"הבֿל מײַן ברודער האָט בעסערס פֿון מיר! הבֿל מײַן ברודער האָט שענערס פֿון מיר! הבֿל מײַן ברודער געפֿעלט מער יענעם, וואָס לעבט אייביק! וועל איך אים אַ קאַפּיטשקע דערהרגענען און אפֿשר אויך געפֿעלן דעם מלך־המלכים."

מיט קינען בין איך נאָך נישט פֿאַרטיק, ווײַל קין האָט נאָך נישט געוווּסט, וואָס מיינט אַזוינס טויט. דער מלאך־המוות איז נאָך דעמאָלט געלעגן אין די וויקעלעך און געזויגן אַ סאָסקע. גיי ווייס, אַז קין וועט זײַן דער ערשטער רוצח אויף דער וועלט. אָבער דאָ ענדיקט זיך עס נישט.

ווען דוד המלך האָט דערזען בת־שבֿען אויפֿן דאַך ווי די מאַמע האָט זי געהאַט, אין איר גאַנצער פּראַכט, און כאָטש זי האָט אָפּגעשטאַמט פֿון די חיתּים און כאָטש דוד המלך איז שוין געווען אײַנגעזייפֿט מיט אַ כאָפּטע ווײַבער, האָבן זײַנע אויגן גענומען טאַנצן אַ קאַדריל; זײַנע בלוטן האָבן אויסגעשפּילט אַ טשאַרדאַש, און זײַן מוח האָט נישט גובֿר געווען זײַן תּאווה. וועגן שלמה המלכן איז דאָך שוין אָפּגערעדט. ער האָט זיך צוגעקליבן ווײַבער "דאָ קאָלאָרו — דאָ וויבאָרו" (פֿון אַלע קאָלירן און פֿון גאַנצן אויסוואַל). נישט איינע און נישט צוויי, נאָר אַ גאַנצן טויזנטער, ווי אין דער תּורה שטייט.

זײַנען מיר, דאַכט זיך, שוין אויף אַ וועג. זיך צוגעוווינט סײַ צו דער רעליגיעזער און סײַ צו דער געשיכטלעכער מאַפּע. מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז וואַלוטע איז כּשר, און איר כּישוף פֿאַרכּישופֿט מיטן מאָמענט וואָס מיר דערזעען — די גאָלדענע קאַלב.

נעמט למשל אונדזער אייגענעם ר׳ מײַדאָף. ער האָט זיך גענייט אַ טאָרבע אָן אַ לאָך. זיצט ער טאַקע אין דער חד־גדיא און טראַכט זיך מסתּמא:

"האָט זיך עס טאַקע געלוינט? נאָך אַלעמען האָב איך זיך דאָראָבעט צו צוויי יאַכטעס, אַ חבֿרה לוקסוס־הײַזער, טײַערע צירונג וואָס קען פֿאַרבלישטשען און פֿאַרטשאַדען, אַ גאַרדעראָב מיט באַשטעלטע אַנצעגער, און דערצו אַ פֿרעס־מאַשינעריע; די אַכילה, הייסט עס. בין איך געווען אַן אײַנגייער אין די רײַכסטע רעסטאָראַנען, געגעסן און געטרונקען און זיך געלאָזט וווילגיין. איז עס אפֿשר ווערט געווען אָפּצופֿינצטערן מײַן עלטער אין דער טורמע. אַבי איך האָב פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון כּולו הגוטס."

און איצט קום איך צו דער בייגל־פֿרעסאַרניע, וואָס איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער וואָס זיצט בײַ דער שיסל, לעקט אָפּ אַ ביינדל. דאָ רעדט זיך נישט פֿון אַ קעשענע־גנבֿ און נישט פֿון קיין בײַטל־שנײַדער, נאָר פֿון אונדזער אייגענעם ניו־יאָרקער קאָנסולמאַן, מיטן טריפֿנעם נאָמען לערי בי. סיברוק, פֿון בראָנקס, אַ רעגיסטרירטער דעמאָקראַט פֿון באַרוף. לעצטנס האָט מען אים געכאַפּט בײַ דער האַנט, טאַקע די זעלבע האַנט וואָס האָט געשטעקט אין דער אַלגעמיינער קאַסע, און איידער וואָס ווען, האָט מען אים צוגעשטעלט צום ווענטל, הלמאַי ער שטעקט אין קאָרופּציע, אַרײַנגערעכנט הונדערטער טויזנטער שמאָליאַרעס מיט וועלכע ער האָט פֿאַרשטאָפּט די מײַלער פֿון זײַנע קרובֿים, פֿרײַנד און פֿאַרשטייט זיך — ער אַליין האָט אַראָפּגעשלונגען ס׳רעשט.

אויב עס האָט אים ביז אַהער געפֿעלט אַ צונאָמען, האָט ער זיך עס פֿאַרדינט מיטן מאָמענט וואָס ער האָט פֿאַר זיך באַשטעלט אַ בייגל. הײַנט רופֿט מען אים שוין "בייגל־לערי." דער מוח האָט בײַ אים געאַרבעט איבערשעהען. ווען עס איז געקומען צום מזומן, האָט ער זיך באַשטעלט אַ בייגל־סענדוויטש מיט אַ דיעטע־סאָדע, וואָס האָט געקאָסט אין דער סבֿיבֿה פֿון זיבן דאָלאַר. וואָזשע טוט דער כעלעמער חזנס אינדיק? ער האָט גענומען די קבלה און זי אַ קאַפּיטשקע באַאַרבעט. ער האָט צוגעשטעלט אַ חשבון צו דער שטאָט, אַז דער בייגל האָט אים געקאָסט נישט מער און נישט ווייניקער ווי הונדערט זיבן און זיבעציק דאָלאַר. ווען "בייגל־לערי" וועט שטיין פֿאַרן געריכט וועט ער זיכער האָבן אַן אויסרייד. זאָרגט זיך נישט, ער וועט מסתּמא אָנשטעלן דעם באַרימטן ייִדישן אַדוואָקאַט פֿון "ACLU" (American Civil Liberty Union) און יענער וועט שוין וויסן ווי צו ספּראַווען זיך מיטן געריכט. דאָ וועט זיכער אַרויסשווימען דער ראַסיזם ווי בוימל אויפֿן וואַסער; די אוממענטשלעכע באַהאַנדלונג פֿון אַ ראַסע וואָס פֿאַרדינט זיך בעסערס. פֿאַרקערט. "לערי־בייגל," ס׳וועט גיין אונטערן רובריק, אַז דאָ איז גאָרנישט פֿאָרגעקומען קיין שווינדל, נאָר דער אייבערשטייסל־קאָמיסאַר "בייגל־לערי," האָט פּשוט געצילט אויפֿצודעקן די קאָרופּציע וואָס ס׳קומט פֿאָר אין אונדזערע רעסטאָראַנען און "דעליס" (קאַוויאַרניעס). די מעשׂה איז, אַז אַ בייגל וואָס מען קויפֿט אין "אייטש־ענד־אייטש בייגלס," נעמט בלויז אַ דאָלאַר פֿאַר אַ בייגל, און אויב דאָס איז נישט גענוג, האָט "לערי־בייגל" פֿאַרנומען גאָר אַן אָנגעזעענע פּאָזיציע. ער איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר אין "דזשאַן־דזשיי"־קאַלעדזש, וווּ ער האָט געלערנט "קרימינעלע גערעכטיקייט," "עטנישע שטודיעס," און דערמיט מיינען מיר "עטניק" און נישט "עטיק." אַ מזל וואָס "לערי־בייגל" האָט זיך אָפּגעגעבן אין דעמיסיע. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער שטעלע. ברוך שפּטרני, נאָר זאָרגט זיך נישט, אונטער אים שטייט שוין אַ גוואַרדיע וואָס בײַ זיי גייט אויס דאָס חיות פֿאַר לאַפּוּווקע.

מיר האָבן זיך שוין צוגעוווינט צו די שטאָטישע און פֿעדעראַלע שאַכער־מאַכערײַען, אויף אַזוי פֿיל, אַז מיר נעמען עס שוין אויף סטאַטיש, ווי נישט אונדז מיינט מען. קוק איך הײַנט אַרײַן אין דער "ניו־יאָרק טײַמס," און וואָס זע איך? אַ סקאַנדאַל צווישן די העכסט אָנגעשטעלטע שישקעס אין דער פּאַלעסטינער היעראַרכיע. היתּכן? וואָס איז די מעשׂה? מען לאָזט וויסן דער עפֿנטלעכקייט, אַז דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס האָט זיך אויפֿגערעגט און משלח געווען זײַן שני־למלך (chief of staff), ראַפֿיק הוסייני צוליב אַ קלייניקייט. ער האָט געהאַנדלט מיט פּראָטעקציע און השפּעה אין קאַבינעט נישט פֿאַר קיין שקלים, נישט פֿאַר קיין דאָלאַרן און אַפֿילו נישט פֿאַר קיין לאָטעריע־קוויטל, נאָר פֿאַר סעקס. זײַנען אומשולדיקע פֿרויען אַרײַנגעפֿאַלן אין זײַן פּאַסטקע ווען זיי זײַנען געקומען אין זײַן ביוראָ בעטן הילף.

און אויב דאָס איז נישט גענוג, איז פֿאַראַן אַ ווידעאָ־טאַשמע וואָס איז טראַנסמיטירט געוואָרן אויף דער ישׂראל־טעלעוויזיע. איז ווי אַזוי האָט מען זיך דערוווּסט דערפֿון? ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַ פּאַלעסטינער געהיים־־אָנגעשטעלטער האָט זיך אונטערגענומען נאָכצושפּירן די חבֿרה וואָס פֿאַרנעמט אַ שלל מיט אַמטן און ס׳איז אים געלונגען צו פּאַצאַפּען דעם זשלאָב. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער שני־למלך הוסייני, לייקנט שטיין און ביין און גיט צו, אַז די ווידעאָ־טאַשמע איז באַאַרבעט געוואָרן. די טאַשמע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דער פּאַלעסטינער פֿאַהמי שאַבאַנע, אַן אַמאָליקער אָנגעשטעלטער ווי אַ געהיים־אַגענט. ער האָט צוגעגעבן, אַז ער איז אַזוי פֿרוסטרירט געוואָרן מיט דער קאָרופּציע און פֿון דער אויטאָריטעט פֿון דער פּאַלעסטינער רעגירונג און זייער אָנמאַכט ווען ס׳קומט צו קאָרופּציע און סעקס־סקאַנדאַלן, אַז ער האָט געמוזט פֿאַרעפֿנטלעכן די טאַשמע.

און דאָ האָט אַראָפּגעלאָזט דעם פֿאַרטעך אויף אים די "פֿאַטאַך"־פּאָליטישע פֿראַקציע און אים באַשולדיקט אין צוזאַמענאַרבעט מיט ישׂראל. דאָס הייסט, ער איז אַ ישׂראלדיקער אַגענט, און ווען די פֿרוי אינעם ווידעאָ־קאַסעט האָט זיך באַקלאָגט צו איינעם וואָס הייסט שאַבאַני, וואָס זײַן אַמט איז באַשטאַנען פֿון אויספֿאָרשן קאָרופּציע אין דער רעגירונג, האָט ער אַליין זיך אָנגעגורט מיט אַ באַהאַלטענער קאַמערע נאָך אין יאָר 2008, צו באַווײַזן אַז דער פּאַרשוין הוסייני האָט געבראָכן די געזעצן. די זאַך איז נישט אַדורך אַזוי גלאַטיק. עס איז צוגעשטאַנען מיט אַ מיינונג דער פּאַלעסטינער אומאָפּהענגיקער אַנאַליטיקער מאַהדי אַברול. ער איז דער דירעקטאָר פֿון אַן אָרגאַניזאַציע וואָס הייסט "פּאַסיאַ," אַ פֿאָרש־אינסטיטוט וואָס געפֿינט זיך אין מיזרח־ירושלים. ער האָט געזאָגט, אַז מענטשן זײַנען זייער אויפֿגעשרויפֿט און בייז; ער טענהט אויך אַז די טאַשמע איז איבערגעאַרבעט געוואָרן. דער אַדוואָקאַט פֿאַרן אַדון שאַבאַני האָט ווידער געטענהט, אַז זײַן קליענט האָט באַהאַלטן אַלע קאָפּיעס, אַלע קאַרטאָטעקעס, און אַז די קאָרופּציע גייט שוין דאָ אָן זינט אַראַפֿאַטן און די קאָרופּציע מאַכט חרובֿ יעדע האָפֿענונג פֿאַר אַ באַזונדערן שטאַט.

מײַן פֿראַגע איז, וווּ זײַנען געווען די פּאַלעסטינער אויגן ווען אַראַפֿאַט האָט געפֿירט דאָס רעדל? ער האָט דאָך זיי איבערגעלאָזט נאַקעט און באָרוועס.צוגעלקחנט הונדערטער מיליאָנען וואָס אַמעריקע האָט אים באַוויליקט אויף צו בויען אַן אינפֿראַסטרוקטור — וועגן און טראָטואַרן, בריקן און שפּיטעלער. הילד איננו — אַראַפֿאַטל האָט גענומען דעם בײַטל און עס באַהאַלטן אין דער שווייץ און אין פּאַריזער בענק. ער האָט פֿאַרזאָרגט זײַן כּלומרשט אַזוי גערופֿענעם ווײַבל מיטן טעכטערל אויף אייביק און איבערגעלאָזט דאָס פֿאָלק גאָלע נאַקעט. און אַלץ אויפֿן חשבון פֿונעם גבֿיר, אַמעריקע, דער אייראָפּעיִשער יוניאָן, די "כעזבאָלאַ", איראַן און אַנדערע, און ביידע פֿראַקציעס "כאַמאַס" און "פֿאַטאַך" הרגענען זיך איבער דער עטשע־פּעטשע.

וועלן מיר ענדיקן מיט אַ בריוועלע וואָס אַ ייִד מיטן נאָמען ראָזען האָט מיר צוגעשיקט, וווּ ער שרײַבט:

"דערלויבט מיר צו מאַכן אַ באַמערקונג וועגן דער אַנטשטייונג פֿונעם בייגל. עס איז אַ ריינע, ייִדישע דערפֿינדונג פֿון אַ ייִדישן בעקער אין לאָמזשע." אין די זכרונות פֿון משהלע ראָזען שטייט בפֿירוש געשריבן שוואַרץ אויף ווײַס, אַז דער קולאָווער בעקער מאָטעלע בייגלמאַן האָט אַנטדעקט דעם לאָך פֿון אַ בייגל און אין גיכן וועט אַרויס זײַן קאָלאָסאַלע דערפֿינדונג פֿון אַ בייגל מיט צוויי לעכער. איך בעט אײַך זייער צו מאַכן באַלד די אויסבעסערונג, איידער דער בייגל פֿאַרלירט זײַן ייִדישן טעם.

אין די צוויי לעכער פֿון אַ בייגל דראָט אונדז אַ טאָפּלטע גײַציקייט און גיריקייט און זשעדנעקייט. און ווי זאָגט מען, איך ווייס ווער דו ביסט, אָבער איך הייב נישט אָן צו וויסן ווער איך בין. יעדער פֿון אונדז מוז בײַשטיין דעם רייץ פֿון געלט אויב עס איז נישט כּשר. אָבער וויפֿל פֿון אונדז זײַנען פֿעיִק דערצו.