דער טויער פֿון דער שיל אין קראָקע |
אויף אונדזערע טעגלעכע שפּאַצירן איבער די גאַסן פֿון ריווערדייל, האָט מיר מײַן חבֿרטע ליליען דערציילט אַן אויסטערלישע געשיכטע. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, ווען זי און איר מאַן האָבן אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין קראָקע, האָבן זיי באַגעגנט צוויי ייִדן אין שיל. ביידע ייִדן זײַנען געווען געראַטעוועטע פֿון סטאַלינס גיהנום און געבליבן וווינען אין פּוילן נאָך דער מלחמה. האָבן זיי פֿאַרבעטן סײַ מײַן פֿרײַנדינע און סײַ איר מאַן, דוד, זיי זאָלן מיט זיי מיטגיין צום ראַבינער אויף שבת. דאָרט פּראַוועט מען אַן עונג־שבת לויט דער לעצטער מאָדע. האָבן זיי באַוויליקט. און פֿאַרוואָס טאַקע נישט? נאָך אַלעמען, געפֿינען זיי זיך אין פּוילן, וווּ ביידע זײַנען געבוירן געוואָרן; וווּ ליליענס מאַן איז געווען באַהאַלטן אַ פּאָר יאָר צײַט; ער מיט זײַן גאַנצער משפּחה אונטער אַ חזיר־שטאַל, און דאָס אַ דאַנק דעם וואָס זײַן טאַטע איז געווען אַ פֿאַרמעגלעכער ייִד אין שטעטעלע לאָזשיצע, און האָט דעם פּאָליאַק, זײַן אַמאָליקן אַרבעטער, געהאַלטן אין איין שטופּן געלט.
קומען זיי אַרײַן צום ראַבינער. שטייט פֿאַר זיי אַ געגרייטער, שבתדיקער טיש מיט חלה און ווײַן. די שבתדיקע מאָלצײַט האָט פֿאַרשמעקט דאָס גאַנצע הויז. דער טיש איז שוין געווען באַזעצט מיט אַ כאָפּטע יונגע־לײַט און מיידלעך, גוט אויפֿגעלייגט, אין אַ גוטער שטימונג. איין יונגער־מאַן, מיט פּאות און אַ שטרײַמל, האָט זיך געהאַלטן אין איין שאָקלען, עלעהײַ אַ ישיבֿה־בחור, איבער דער גמרא. האָט מען זיך געזעצט צום טיש. די יונגע מיידלעך האָבן זיך עפּעס געשושקעט. דער ראַבינער איז אַרײַנגעקומען, גאָר אַ יונגער־מאַן. די רביצין האָט גענומען מכבד זײַן מיט שבתדיקע מאכלים. ליליען האָט זיך געוואָנדן צו די צוויי רוסישע ייִדן:
"זאָגט מיר, איך בעט אײַך, ווער זײַנען די אַלע מענטשן אַרום דעם טיש? נישט שוין זשע זײַנען זיי אַלע ייִדישע קינדער?"
איין רוסישער ייִד האָט איר אַרײַנגעשושקעט אין אויער:
"אויף זייער ברית בין איך נישט געווען, נאָר דער יונגער־מאַן, וואָס שאָקלט זיך מיט אַזאַ התלהבֿות, הייסט סאַשאַ. צי ער איז אַ ייִד צי נישט, קען איך אײַך נישט פֿאַרזיכערן." דער ראַבינער האָט זיך אויפֿגעשטעלט, געהייסן אָנגיסן די כּוסות מיט ווײַן און זיך געוואָנדן צום שאָקלענדיקן גמרא־בחור:
"אַנו סאַשאַ! מאַך קידוש!"
סאַשאַ האָט זיך אויפֿגעשטעלט און אויסגערופֿן אויף אַ קלינגענדיקן קול:
"רבותי, לאָמיר בענטשן."
און ער האָט געבענטשט דעם ווײַן מיט דער חלה, געמאַכט המוציא, און געפֿירט טיש. דער ראַבינער האָט אונטערגעכאַפּט די נגינה און צוזאַמען מיטן יונגן עולם געפּראַוועט די אמתע שבתדיקע סעודה, אַז ס׳האָט אַזש פֿאַרקלונגען דאָס הויז מיט זייער ייִדיש געזאַנג.
ליליען האָט פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיטן שאָקלענדיקן יונגער־מאַנטשיק. זי האָט געוואָלט דערגיין פֿון וואַנען ער שטאַמט און ווער זײַנען געווען זײַנע עלטערן. האָט ער איר געענטפֿערט אַז געבוירן איז ער אין קיִעוו, און אין קראָקע האָט ער זיך ערשט דערוווּסט פֿונעם ראַבינער, זיך באַקענט מיט דער שיינקייט פֿון דער ייִדישער קולטור, אירע זמירות און ברכות און טיפֿקייט. וועגן די עלטערן האָט ער גאָרנישט דערמאָנט.
שבת־צו־נאַכטס זײַנען זיי אַוועק אין אַ פּוילישן קאַבאַרעט זען וואָס דאָרט טוט זיך. אַרום די טישלעך איז געזעסן די פּוילישע יוגנט. מ׳האָט געטרונקען משקה, פֿאַרביסן מיט אַ שטיק קעלבאַסע, אַ סך געלאַכט און זיך משׂמח געווען. אין צווישן איז די ליכט געפֿאַלן אויף דער בינע, וואָס איז געווען דעקאָרירט מיט פֿריילעכע מאַסקעס פֿון לצים. די מוזיק האָט אויפֿגעשפּילט און עס האָט אַרויסגעטאַנצט אַ חבֿרה טענצער און זינגער, אָנגעטאָן אין קאָלירפֿולע יופּקעס אויסגענייט מיט קווייטן (בלומען). זיי האָבן געטאַנצט דעם האָפּאַק, זיך געהויבן אין דער לופֿטן ווי די פֿייגל, אַראָפּגענידערט און געטופּעט מיט די לעדערנע שטיוועלעך, אַז ס׳איז געגאַנגען אַ רויך. דער עולם האָט אויפֿגעלעבט. מען האָט אַפּלאָדירט און געשריגן בראַוואָ.
ליליען מיט איר מאַן האָבן זיך צוגעקוקט צו די יונגע טענצער און דערקענט צווישן זיי פֿיר וואָס האָבן כּלומרשט באַשײַנט דעם ראַבינערס טיש נעכטן, שיקסלעך, שיינע, בלאָנדע טענצערקעס און זינגערקעס. וואָס האָבן זיי געטאָן בײַם ראַבינערס טיש? האָט זיך ליליען געוווּנדערט, נישט שוין זשע זײַנען זיי אָנגעשטעלט געוואָרן פֿונעם ראַבינער צו זינגען ייִדישע לידער און פֿאַרווײַלן די געסט? אָדער דאַרפֿן זיי מאַכן אַ רושם אויף די אויסלענדער ווי אַ סימן, אַז יונגע ייִדן קען מען הײַנט געפֿינען אין פּוילן.
נישט לאַנג געטראַכט, דער זאַל ווערט אָנגעפֿילט מיט אַ ייִדישן ניגון. דער אָרקעסטער הייבט אָן צו שפּילן אַ טרויעריקע ייִדישע מעלאָדיע און אַ כאָפּטע טענצער, אָנגעטאָן אין שוואַרצע קאַפּאָטעס, מיט שטרײַמלעך און פֿיקטיווע פּאות רוקן זיך אַרײַן אויף דער בינע און מען הייבט אָן צו טאַנצן עפּעס אַ בידנעם ייִדישן, נעבעכדיקן טאַנץ. זיי שלעפּן זיך פֿון איין זײַט בינע צו דער צווייטער, אײַנגעבויגן און אײַנגעקאָרטשעט אין דרײַען, ווי קאַריקאַטורן פֿון עפּעס וואָס האָט קיין מאָל נישט עקזיסטירט. זעט אויס, אַז זיי האָבן כאָרעאָגראַפֿירט דעם טאַנץ לויט זייער וויזיע וועגן ייִדן. בײַ זיי אין דמיון האָבן ייִדן אויסגעזען פֿאַרהויקערט און פֿאַרדרייט אין דרײַען. זיי האָבן געהויבן זייערע הענט צום הימל און געפּליעסקעט מיט די הענט און פֿאַרגלאָצט די אויגן.
ליליען איז געוואָרן דערשטוינט ווען זי האָט דערזען דעם שגץ וואָס איז ערשט נעכטן געזעסן בײַם ראַבינערס טיש, געמאַכט דעם קידוש איבערן ווײַן און איבער דער חלה, געזונגען און משׂמח געווען דעם עולם. דאָס הייסט, איז זי געקומען צום אויספֿיר, אַז דעם "רבינס טיש" אין קראָקע איז אַ פֿאַרס, אַן אָנשטעל. נישטאָ קיין יונגע ייִדן אין פּוילן, נאָר יונגע פּאָליאַקן וואָס מאַכן אַ לעבן פֿון שפּילן ייִדן. זיי האָבן זיך אַזוי געשאַרט איבער די ברעטער פֿון דער בינע, ווי מען שאַרט אַ זאַק קאַרטאָפֿל ביז...
מיט אַ מאָל איז אויפֿגעשטאַנען אַ גרופּע ייִדישע טוריסטן פֿון אַמעריקע, וואָס האָבן נישט געקענט פֿאַרנעמען די נאָכקרימעניש פֿון די טענצער און גענומען זינגען אויף אַ קול:
"הבֿה נגילה! הבֿה נגילה! הבֿה נגילה ונשׂמחה..."
זיי האָבן געפּליעסקעט מיט די הענט, זיי האָבן געמאַכט אַ רעדל אין מיטן זאַל, און גענומען טאַנצן די הורה. געענדיקט דעם טאַנץ האָבן זיי גענומען זינגען "עם־ישׂראל חי!" ביז די שאָטנס אויף דער בינע האָבן זיך אָפּגעטראָגן. זיי האָבן אַרויסמאַרשירט אין אַ גלײַכער שורה און געשריגן: "בלאָף! בלאָף! בלאָף!"
אַרויסגייענדיק פֿון דעם קאַבאַרעט, האָבן זיי אַלע באַדויערט וואָס מען מאַכט חוזק פֿון דער ייִדישער קולטור. מען ווייסט, אַז זי עקזיסטירט נישט מער אין פּוילן, נאָר די גאַנצע קראָקער וואַקכאַנאַליע, מיט די קלעזמער און זינגער, ברענגט אַרײַן קיין קראָקע פּרנסה סײַ פֿאַר די ייִדישע מוזיקאַנטן וואָס קומען פֿון אַמעריקע, פֿון קאַנאַדע און גאַנץ אייראָפּע; ייִדן און גויים. עס ברענגט אויך חיונה פֿאַר די פּאָליאַקן וואָס לעקן אָפּ דערבײַ אַ ביינדל. ערשטנס, פֿאַרקויפֿן זיי מאָלערײַען און בילדער פֿון ייִדן אין בערד און פּאות. זיי האַנדלען מיט מנורות און שבת־לײַכטער, מיט ייִדיש געפֿעס און מיט ייִדישע פּליטן און דיסקן.
און וואָס טוט דאָרט דער ראַבינער? די שאלה איז, וואָס פֿאַר אַ ראַבינער איז ער בכלל, אין אַ לאַנד וואָס האָט פֿאַרלוירן איר ייִדישע באַפֿעלקערונג אויף אַ ברוטאַלן אופֿן. צווישן אַ פֿאָלק וואָס האָט געהאַט אַ האַנט אין אונדזער אומקום, וווּ דער אַנטיסעמיטיזם לעבט ביזן הײַנטיקן טאָג; אַ ייִדנהאַס, וואָס האָט איבערגעלעבט אַלע שטרויכלונגען פֿון אַלע רעזשימען און געבליבן אײַנגעבאַקן אין די הערצער פֿון די פּאָליאַקן.
און וואָס איז דאָ דער וווּנדער, אַז דאָס קאַטוילישע פֿאָלק איז אָנגעזאַפּט מיט אומגלייבלעכער שׂינאה קעגן אַ פֿאָלק וואָס האָט מיט זיי געלעבט בשכנות טויזנט יאָר צײַט, און טויזנט יאָר האָט דער קאַטוילישער קאָשטשאָל (קירכע) געהיט דאָס פֿלעמל פֿון האַס אַנטקעגן ייִדן, און יעדן זונטיק דערמאָנט מען די פּאָליאַקן אין די קלויסטערס, אַז אין אַלעם זײַנען שולדיק די ייִדן. נאָך אַלעמען, מיר האָבן דאָך מיט די אייגענע הענט געהרגעט זייער גאָט.
און אַחוץ די אַלע זיבן זאַכן, האָבן די פּאָליאַקן כּמעט אין יעדער שטוב, אין יעדער טעקסי, בײַ יעדער געלעגנהייט זיך אײַנגעהאַנדלט די "פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון" — איינע פֿון די שענדלעכסטע פֿאַלסיפֿיקאַציעס, וואָס עס האָט געשריבן איינער מיטן נאָמען סערגיי נילוס — אײַנגעהילט אין באַשולדיקונגען פֿון די שוואַרץ־מאהניקעס אין צאַרס צײַטן. מען האָט דאָס העכסט אַנטיסעמיטישע בוך אויסגעכאַפּט ווי מצה־וואַסער איבער דער גאַנצער וועלט. דאָרט גיט מען איבער די פֿיקטיווע קאָנספּיראַציע, וואָס ייִדן פֿירן כּדי איבערצונעמען די וועלט, די פּרעסע, די בערזע, די פּאָליטיק און דאָס גאַנצע רעדל וואָס פֿירט דעם פּולס פֿון דער וועלט. אַפֿילו דאָ אין אַמעריקע האָט הענרי פֿאָרד, דער מאַגנאַט פֿון די פֿאָרד־אויטאָס, פּובליקירט די "פּראָטאָקאָלן" אין זײַן געלבלעטל "The Dearborn Independet" מיט איבערזעצונגען אין כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע שפּראַכן. האָבן די באַשולדיקונגען געהאַט גרויס דערפֿאָלג, דער עיקר — אין דײַטשלאַנד, און הײַנט איז עס אַ "בעסטסעלער" צווישן די אַראַבער.
מיט איין וואָרט, ייִדן האָבן אַ קורצן זכּרון. מען פֿאָרט הײַנט קיין פּוילן נישט נאָר אויף קבֿר־אָבֿות, נאָר אויך האַנדלען מיט הײַזער. איך געדענק ווען מײַנע ייִדישע לערער אין מיטלשול האָבן אונדז אָנגעזאָגט ס׳לעבן, אַז אַ ייִדישער פֿוס טאָר נישט איבערטרעטן די שוועל פֿון שפּאַניע. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן גירוש־שפּאַניע, און איך האָב זיך צוגעהערט צו מײַנע ייִדישע לערער און זיך געגעבן אַ נדר. שפּאַניע איז פֿאַר אונדז טמא, אָבער איר זעט דאָך, ווי ייִדן שטראָמען אַהין. ווער געדענקט שוין הײַנט גירוש־שפּאַניע? צווישן זיי, ס׳רובֿ פֿון אונדזערע ייִדן. מיר האָבן אַ קורצן זכּרון.