קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם

דער פֿילם הייסט טאַקע "אַ דערציִונג" (An Education), וואָס האַלט זיך בײַם אָנהייבן דעמאָנסטרירט צו ווערן אין ניו־יאָרק די טעג. איך הער דערציִונג, ווערט שוין מײַן אינטערעס אויפֿגעלעבט און איך בין באַלד אַ בעלנטע צו גיין זען דעם פֿילם. איך האָב זיך אויך מיט אײַך נישט געטיילט דערמיט וואָס מײַנס אַ טײַערע חבֿרטע איז אַ מיטגליד אין "וועסטשעסטער סינעמאַ־קלוב," וואָס ווײַזט פֿילמען כּמעט יעדן זונטיק אין דער פֿרי, פֿילמען וואָס דאַרפֿן ערשט געוויזן ווערן אין ניו־יאָרק און איבערן לאַנד מיט אַ וואָך אָדער צוויי שפּעטער. אַ סך פֿון די פֿילמען זײַנען באמת קינסטלערישע ווערק, אַנדערע ווידער קען מען גאַנץ פֿײַן בלײַבן לעבן אָן זיי. האָט מײַן גוטע חבֿרטע אַבאָנירט שוין פֿאַר אונדז ביידן און פֿון דעמאָלט אָן בין איך צוגעבונדן צום עקראַן. פֿאַראַיאָרן האָט מען גרויס הנאה געהאַט פֿון די פֿילמען, ווײַל דער אויסוואַל איז געווען אַ גוטער. נאָך אַ זאַך. אין שפּיץ פֿון דער אונטערנעמונג שטייען צוויי ייִדן, סטיווען שייפֿער און דוד שוואַרץ. זיי קלײַבן אויס די פֿילמען, און פֿאַרלאָזן זיך אויף זייער גוסט (געשמאַק).

די האַנדלונג שפּיגלט זיך אָפּ אין לאָנדאָן, דאָס יאָר איז 1961. מיר באַקענען זיך מיט זייער אַ שיין זעכצן־יאָריק שול־מיידל. זי הייסט דזשעני (קערי מאַליגאַן), וועלכע גייט שוין אַדורך אירע אַלע מיידלש־פֿיזישע ענדערונגען. זי פֿילט די ענדערונגען אין זיך. זי איז שוין געקומען צו דער הסכּמה, אַז צו זיבעצן וועט זי ווערן רײַף און קענען טאָן וואָס איר געפֿעלט, אַפֿילו האָבן אינטימע באַציִונגען מיטן מענערישן מין. בײַ די רייד האָט זי מיך דערמאָנט אין אַ שלייערל (caterpillar), וואָס פֿאַרוואַנדלט זיך שפּעטער אין אַ קאָלירפֿול זומער־פֿייגעלע. זי האַלט שוין נישט פֿון די עלטערן, נישט פֿון אירע קאַטוילישע לערער, פֿון וועלכע זי לאַכט אָפּ. זי טענהט, אַז די לערערינס בלײַבן אַלטע, פֿאַרזעסענע מיידן, און פֿאַרזוכן נישט פֿונעם עץ־הדעת, פֿון דעם וואָס די וועלט האָט פֿאַרגרייט. זי מאַכט חוזק פֿון דעם זיבעצן־יאָריקן בחורל וואָס גייט אויס נאָך אירע טריט. זי שפּילט טשעלאָ און געהערט צו אַ שול־אָרקעסטער. זי הערט זיך צו צו די פּליטן פֿון די זעכציקער יאָרן. זי איז אַן ערשטקלאַסיקע סטודענטקע. זי צייכנט זיך אויס אויף אַלע געביטן, אַחוץ לאַטײַן. דזשעק, איר טאַטע (אַלפֿרעד מאָלינאַ), האַקט אין איר אַרײַן טאָג און נאַכט, אַז זי טאָר נישט פֿאַרפֿוטשן איר געלעגנהייט אָנצוקומען אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אויב זי וועט אַדורכפֿאַלן אין לאַטײַן, ווײַל בלויז אין אָקספֿאָרד קען זי צוקומען צו עפּעס, און אַז דערציִונג העלפֿט בײַם אויסקלײַבן אַ גוטע פּראָפֿעסיע. אָבער רעדט צו דער וואַנט.

איין טאָג אין אַ כליאַפּע־רעגן, וואָס דאָס איז נישט קיין נײַעס אין ענגלאַנד, שלעפּט זי זיך אַהיים מיט איר טשעלאָ און ווערט נאַס אויסצודרענגען; און ווי זי שלעפּט זיך אַזוי איבער די גאַסן. קומט אָן, דייוויד (פּיטער סאַרסגאַרד), אַ שיינער, עלעגאַנטער און פֿרײַנדלעכער יונגער־מאַן פֿון אַ יאָר דרײַסיק, אין אַן עלעגאַנטן אויטאָ, און שלאָגט איר פֿאָר זי אַהיים צו נעמען. זי זאָגט זיך אָפּ, נישט געוואָלט ריזיקירן. לייגט ער איר פֿאָר כאָטש צו ראַטעווען די טשעלאָ. זי שטימט אײַן, און לייגט איר טשעלאָ אַרײַן אין זײַן מאַשין, און ווידער אַ מאָל גייט זי צו פֿוס אינעם כליאַפּ. געזען, אַז ער איז טאַקע אַן אָרנטלעכער דזשענטלמען, לאָזט זי זיך איבעררעדן און דערלויבט אים זי צו נעמען אַהיים. ביז אַהער איז אַלץ אין בעסטן אָרדענונג. זי קומט אַהיים און דערציילט די עלטערן די נסים, וועגן דער געשעעניש, וואָס איז מיט איר פֿאַרלאָפֿן. דער טאַטע איז נישט צופֿרידן, די מאַמע בייגט זיך. נאָך אַלעמען, וואָס האָט זי דאָ צו פֿאַרלירן, זי איז אַרײַן אינעם אויטאָ פֿון אַ גבֿיריש זונדל. נו איז וואָס? ס׳איז גאָרנישט געשען.

אָבער דייוויד לאָזט נישט אָפּ. ער ווערט אַן אײַנגייער אין דזשעניס היים, באַקענט זיך מיט די עלטערן, גיט קאָמפּלימענטן דער מאַמען, ברענגט מתּנות און בעט בײַם טאַטן ער זאָל אים דערלויבן צו נעמען דזשענין צו אַ קאָנצערט. קוים מיט צרות אויסגעפּועלט בײַם טאַטן, נעמט דייוויד דזשענין צו אַ קאָנצערט און באַקענט זי מיט זײַן שותּף אין געשעפֿט און דעם שותּפֿס עלעגאַנטער דאַמע. ער זאָגט דזשענין גלײַך, אַז ער איז אַ ייִד. זי לייגט נישט קיין אַכט דערויף, אָבער מיט דער צײַט דערוויסט זי זיך, אַז ער האַנדלט מיט הײַזער, קויפֿט — פֿאַרקויפֿט. זי זעט ווי ער זעצט אַרײַן אַ משפּחה נעגער און גיט זיי אַ דירה אין זײַן הויז צווישן ווײַסע לאָקאַטאָרן. דאָ בין איך געווען אונטערן אײַנדרוק אַז מיר האָבן צו טאָן מיט אַ מענטש וואָס קוקט נישט אויף דער ראַסע. גאָר פֿאַרקערט. ער איז ליבעראַל און האַלט פֿון יושר. נאָך דעם גנעדיקן אַקט, קומט ער צוריק אין אויטאָ וווּ די זעכצן־יאָריקע דזשעני זיצט און קוקט זיך צו צום איידעלן טאַט. דאָ האַקט ער איר איבער די גנעדיקע געדאַנקען און לאָזט איר וויסן, אַז ער טוט עס אומישנע (ספּעציעל) מיט דער כּוונה אַרויסצוטרײַבן די ווײַסע לאָקאַטאָרן. אויב ער וועט פֿאַרשוואַרצן די געגנט וועט ער קאָנען אָפּקויפֿן די הײַזער פֿון די דערשראָקענע באַלעבאַטים בחצי־חינם.

זי קווענקלט זיך. זי קוקט זיך צו צו אַנדערע שווינדלערײַען וואָס דייוויד און זײַן שותּף באַגייען, אָבער זי קען נישט בײַשטיין די תּאווה פֿון טאַנצן אין די נאַכט־לאָקאַלן, פֿון רייכערן און טרינקען, פֿון רײַזעס קיין פּאַריז. לאַטײַן שווימט שוין אַוועק העט ווײַט פֿון איר געוויסן, אָקספֿאָרד איז שוין נישט מער ווי אַ נעכטיקער חלום, וואָס האָט אַמאָל געשפּילט אַזאַ וויכטיקע ראָלע אין איר יונג לעבן. מיט איין וואָרט, איר דערציִונג האָט זיך אָנגעהויבן ווען זי האָט זיך באַקענט מיט דעם ייִדן דייוויד. און דאָס רעשט האָט שוין נישט געשפּילט בײַ איר קיין ראָלע.

איז קודם־כּל, האָט מיך געמוטשעט די פֿראַגע. פֿאַר וואָס האָט דער הויפּט־העלד דייוויד געמוזט דווקא זײַן אַ פּאַרשיווער ייִד, אַ שווינדלער, אַ מאַטאַץ. פֿאַר וואָס האָט מען נישט געקענט דעם העלד מאַכן פֿאַר אַ "יעדנמאַן", פֿאַר גלאַט עמעצן, אַן ענגלענדער צי אַן אירלענדער, צי גלאַט און סתּם אַ שיינעם יונג וואָס געהערט נישט צו קיין עטנישער צי אַ רעליגיעזער שיטה? זעט אויס, דער שרײַבער ניק האָרנבי האָט געהאַט אין זינען אַרויסצוברענגען אויף דאָס נײַ דאָס אַנטיסעמיטישע חזיר־פֿיסל, די שׂינאה און קינאה צו ייִדן.

מיט דער צײַט ווערט דזשעני אַנטוישט און פֿאַרלאָזט איר ייִדישן פֿאַרדאָרבענעם ליובאָווניק. און אַזוי ווי זי האָט געפֿונען אַ פּאָר בריוועלעך אין זײַן לוקסוס־אויטאָ, אַדרעסירט צו מיסטער און מיסיס דייוויד גאָלדשטיין, פֿאַרשטייט זי שוין, אַז איר פֿאַרפֿירער איז גאָר פֿאַרהייראַט און וווינט נישט ווײַט פֿון איר גאַס. נעמט זי זיך אָן מיט קוראַזש און שטאַט אָפּ אַ וויזיט. זי באַגעגנט אויף די טרעפּ דייווידס ווײַב, אַ ייִדישע פֿרוי מיט אַ זעקס־זיבן־יאָריק ייִנגעלע בײַ דער האַנט. דזשעני צעוויינט זיך, אָבער דייווידס פֿרוי שטעלט זי אָפּ און לאָזט זי נישט וויינען. זי זאָגט איר, אַז זי איז נישט די ערשטע און דער עיקר וויל זי וויסן צי דזשעני טראָגט שוין נישט זײַנס אַ קינד, ווײַל די אַנדערע האָבן שוין געשוואַנגערט.

די דראַמע גיט דזשענין די אמתע דערציִונג. זי קערט זיך אום אין דער קאַטוילישער שול און בעט זיך אײַן בײַ דער לערערקע, וועלכע זי האָט פֿריִער באַליידיקט, יענע זאָל איר מוחל זײַן. זי האָט איר דערציִונג שוין געקראָגן... אַלץ וואָס זי דאַרף איצט, איז אויסלערנען זיך לאַטײַן אויף צו קענען אויסהאַלטן דעם עקזאַמען מיטן געדאַנק, אַז אפֿשר וועט זי פֿאָרט קענען אָנגענומען ווערן אין אָקספֿאָרד. די לערערקע שיקט זי צו דער דירעקטאָרשע פֿון דער קאַטוילישער שול. יענע נעמט זי אויף מיט אַ פּאָר שטעכיקע בליקן, אויפֿצועסן, און זי טאַדלט זי:

"ער איז דאָך אַ ייִד, נישט אַזוי? ווייסטו דען נישט, אַז די ייִדן האָבן געהרגעט אונדזער גאָט?"

דזשעני פֿאַרענטפֿערט זיך:

"יאָ, אָבער יעזוס איז דאָך אויך געווען אַ ייִד און אַחוץ דעם האָבן דאָך די ייִדן באַצאָלט מיטן חורבן, נישט אַזוי?"

אָבער די דירעקטאָרשע ווערט מלא־רציחה: "דו רעדסט וועגן דעם חורבן. דאָס איז נישט מער ווי פּראָפּאַגאַנדע..."

דאָס האָט מיך שוין אונטערגעטראָגן. ווי האָבן די צוויי ייִדן וואָס קלײַבן אויס די פֿילמען פֿאַר אַ ייִדישן עולם פֿון אַ פּאָר הונדערט מאַן, געקאָנט צושטעלן פֿון ענגלאַנד אַזאַ אַנטיסעמיטישן פֿילם אין יאָר 2009? און ווי האָט מען געמעגט שפּײַען מיט שׂינת־ישׂראל ווען די קרעמאַטאָריעס זײַנען נאָך אין 1961 געשטאַנען פֿריש. ווי האָבן זיי געקענט זיך דערלויבן צו ווײַזן דעם פֿילם ווען די שארית־הפּליטה איז ערשט צו זיך געקומען נאָכן חורבן, ווען ארץ־ישׂראל איז ערשט נישט לאַנג צוריק עטאַבלירט געוואָרן און שוין געמוזט אַדורכמאַכן עטלעכע מלחמות. וואָסי? די ייִדישע פֿרידלעכע באַפֿעלקערונג האָט ביז אַהער נישט בײַגעטראָגן צו דער ענגלישער קולטור, דער עקאָנאָמיע, דער וויסנשאַפֿט, דער דערציִונג? זעט אויס, אַז דער מחבר פֿונעם ווערק האָט זיך ווידער אַ מאָל פֿאַרטשעפּעט אינעם אַלוועלטלעכן אַנטיסעמיטיזם. עס האָבן אים געפֿעלט טעמעס, האָט ער זיך פֿאַרזיכערט מיט ייִדישע מיאוסע טיפּן. און אַזוי טראַכטנדיק פֿאַלט מיר אײַן, אַז גאַנץ אייראָפּע איז הײַנט באַדראָט פֿון די דזשיהאַדניקעס. זאָלן די ענגלענדער, די פֿראַנצויזן, די שפּאַניער און, בכלל די אייראָפּעער, פֿילן אויף זייערע רוקנס דעם טעם פֿון טעראָר; פֿון אויפֿרײַסן אין די אונטערערדישע באַנען און די שרעק אין וועלכער זיי זאָלן לעבן טאָג און נאַכט. עס וועט קומען אויך אויף זיי אַ מפּלה פֿאַר אונדזער אומגליק, וואָס מען רופֿט עס אין אַ הײַנטיקן פֿילם — פּראָפּאַגאַנדע. איך בין פֿון דעם פֿילם קנאַפּ דערצויגן געוואָרן. ווען וועלן אָבער די אייראָפּעער סוף־כּל־סוף דערצויגן ווערן.

An Education

I do understand your point but I respectfully disagree. I thought that this film was one of the best films I have seen in quite some time. In addition to the exceptional acting, it is an attractive film in large part because of the terrific character development. The antisemitism pervading some of the characters, including the principal whom you quote, is shown in a highly negative light. I think that it is unfair of you to quote her statements as a message of the film -- if anything, the principal is the least attractive character in the film, shown to be insensitive and prejudiced, entirely unhelpful to Jenny. The father's willingness to abandon his initial antisemitic sentiments when he sees an opportunity for his daughter to achieve financial security with David also tells us a lot about the father's character and gives that role greater depth. While the film could have been written with a "yedesman" as you say, I don't think it would have been nearly as compelling without that element.

Of course, it is unfortunate that David is a swindler, but no one claims that all Jews are perfect. Also, his partner in crime is not Jewish, as far as we know. And David himself is shown as a character of depth, troubled and well meaning despite his hurtful actions.

Add to that the fact that this is a memoir rather than a work of fiction -- though I admit I have not read it so I don't know whether the "David" in the memoir is also Jewish. If this is a true story, then this adaptation to film is even more appropriate.