אַבֿינועם י. פּאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מאָדערנער ייִדישער געשיכטע אין אוניווערסיטעט פֿון האַרטפֿאָרד. ער האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בוך מיטן נאָמען:
Finding Home and Homeland:
Jewish Youth and Zionism in the Aftermath of the Holocaust
דאָס בוך האָט צו טאָן מיט דער שארית־הפּליטה, די די־פּי־לאַגערן און דעם ווידערגעבורט פֿון ציוניזם צווישן דער געראַטעוועטער יוגנט אין די די־פּי־לאַגערן.
אין דער אמתן זײַנען יענע פֿינף יאָר גלײַך נאָך דער מלחמה שטאַרק נישט באַקאַנט דעם דורכשניטלעכן ייִדישן עולם אין אַמעריקע און דעם ייִדנטום אין דער גאָרער וועלט, שוין אָפּגערעדט פֿונעם נישט־ייִדישן עולם. איך האָב ערשט הײַנט געלייענט אין 'New York Times,’ פֿון סעפּטעמבער 7, 2009, אַז דער פּויפּסט בענעדיקט דער זעכצנטער האָט געהאַלטן אַ רעדע אין וואַרשע אָפּצומערקן זיבעציק יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה אונטערן טיטל: "די טראַגעדיע פֿונעם האָלאָקאָסט," וווּ ער באַוויינט די מיליאָנען קרבנות, דער עיקר פּאָליאַקן, נישט דערמאָנענדיק מיט קיין וואָרט וועגן די ייִדן. די רעדע איז געווען אַ באַשטעטיקונג פֿון זײַן אַנטיסעמיטיש־אײַנגעבאַקענעם אָדער.
נאָך דער פֿאַרטיליקונג פֿון די זעקס מיליאָן ייִדן — און דאָס אויך אַ דאַנק דעם שטום־לשון פֿונעם וואַטיקאַן — זײַנען די געראַטעוועטע ייִדן געבליבן היימלאָז, מורא האָבנדיק צוריקצוקערן זיך אין זייערע געוועזענע היימען, ווײַל אין פּוילן האָבן זייערע גוייִשע שכנים נישט אויפֿגעהערט צו באַפֿאַלן און הרגענען די אָפּגעראַטעוועטע ייִדן. דאָס זעלבע איז פֿאָרגעקומען אין אונגאַרן, רומעניע, און אַנדערע לענדער, וווּ ייִדן האָבן זיך אומגעקערט — די זעלבע בעסטיע האָט געבושעוועט אומעטום; דער זעלבער ברוך־הבא פֿון די גוייִשע שכנים האָט זיי באַגעגנט:
"וואָס? דו לעבסט נאָך?"
האָט מען געגנבֿעט גרענעצן, טשעכײַ, עסטרײַך, דײַטשלאַנד, מיט דער הילף פֿון דער אומלעגאַלער "בריחה," וואָס האָט זיך אָרגאַניזירט נאָך איידער דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה, מיטן ציל אַרײַנצושמוגלען די רעשטלעך געראַטעוועטע ייִדן קיין פּאַלעסטינע, וואָס איז דעמאָלט נאָך אַלץ געווען אונטער דער הערשאַפֿט פֿון די ענגלענדער; אויך נישט קיין גרויסע אָנהענגער פֿון אונדזער פֿאָלק. אַבֿינועם פּאַט שרײַבט:
"די ייִדן זײַנען מיט אַ מאָל געקומען פּנים־אל־פּנים מיט זיך אַליין. וווּהין איצט? איינזאַם און היימלאָז, וווּ קערט מען זיך?"
אַבֿינועם באַשרײַבט אַז בוכנוואַלד איז געווען פֿון די ערשטע קאָנצענטראַציע־לאַגערן באַפֿרײַט צו ווערן, און באַפֿרײַט האָט זיי די אַמעריקאַנער אַרמיי אין 1945. און כאָטש עס האָט זיך געהאַנדלט אין טויזנטער מענטשן, צווישן זיי אויך ייִדן, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, זײַנען אַ סך פֿון זיי געשטאָרבן די ערשטע טעג נאָך דער באַפֿרײַונג. דאָס איז געווען חל אין אַ שלל טויטלאַגערן, וווּ עס זײַנען שוין באַפֿרײַט געוואָרן מענטשן־סקעלעטן, צווישן זיי בוכנוואַלד, דאַכאַו, מאַוטהאַוזען, טערעזיענשטאַט, אַרײַנגערעכנט אוישוויץ, טרעבלינקע וכ׳.
באַלד זײַנען געקומען צו הילף אַ צאָל אָרגאַניזאַציעס, צווישן זיי "אונראַ" (United Nations Relief and Rehabilitation Administration), דער "האַיאַס" (Hebrew Immigrationt Aid Society), "איראָ" (International Relief Organization), "אָרט" (Organization for Rehabilitation through Training) און דער "דזשוינט" (Joint Distribution Committee) און געאַרבעט מעשׂים באַהילפֿיק צו זײַן.
מײַן גוטע פֿרײַנדינע ליליען געווירצמאַן, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט אַן אויסשטעלונג וועגן די־פּי־לאַגערן, האָט אין איר פֿאָרשאַרבעט זיך אָנגעשטויסן אין דאָקומענטן פֿון דער צײַט ווען גענעראַל אײַזענהאַוער האָט באַזוכט די די־פּי־לאַגערן און דערזען אַז צווישן די אַמעריקאַנער קאַרפּאָראַלן, אַ באַדײַטנדיקע צאָל אָפֿיצירן און אַפֿילו גענעראַלן טליִעט נאָך אַלץ דער שרעקלעכער אַנטיסעמיטיזם.
צווישן אַ שלל מיט אויסצוגן פֿון געראַטעוועטע, ציטירט אַבֿינועם פּאַט די רייד פֿון חיים ראָזנפֿעלד, אַן אַכצן־יאָריקן געראַטעוועטן בחור פֿון טשעכײַ, וועלכער איז באַפֿרײַט געוואָרן אין דאַכאַו, און ווידער אַ מאָל שטייט ער פּנים־אל־פּנים מיט דער גרויזאַמער ווירקלעכקייט וווּ ער דאַרף אויסקלײַבן פֿאַר זיך אַן אויסוועג גלײַך נאָכן חורבן:
"דאָ האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר מיר מײַן צווייטע טראַגעדיע. איך האָב נישט געוווּסט ווער איז געבליבן לעבן און ווער איז אומגעקומען. איך האָב גערעדט מיט מענטשן פֿון מײַן שטעטל און זיי האָבן מיר געזאָגט, אַז זייער ציל איז צו פֿאָרן קיין אַמעריקע. איך האָב זיי געזאָגט, אַז איך וועל פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל, אָבער צום אַלעם ערשטן וועל איך אָפּשטאַטן אַ וויזיט אין מײַן שטעטל. בײַם רעגיסטראַטאָר האָב איך דערמאָנט, אַז איך קום פֿון קאַרפּאַטן־רוסלאַנד. די רוסן האָבן מיך נישט געוואָלט, די אונגאַרן האָבן מיך נישט געוואָלט. זיי האָבן מיך גערופֿן 'איבֿריי־זשיד.’ בין איך אַוועק צו די טשעכן און זיי געזאָגט, אַז איך בין אַ טשעך און נישט קיין ייִד, און דאָ האָב איך געהערט אַ זאַך וואָס איז געבליבן שטעקן אין מײַן מוח און איז געבליבן מיט מיר ביזן הײַנטיקן טאָג, אַז יעדעס פֿאָלק האָט פֿאַרמאָגט זײַן אייגענע פֿאָן. איך האָב נישט געהאַט די זכיה פֿון אַן אייגענער פֿאָן"...
דער עפּיזאָד שפּיגלט אָפּ די איינזאַמקייט און די פֿאַרלוירנקייט פֿון די געראַטעוועטע. דער מחבר גיט צו, אַז די געראַטעוועטע זײַנען געבליבן אָן אַ היים, אָן משפּחה, אָן דערנערונג, און אָן אַ דאַך איבערן קאָפּ. יענע, וועלכע זײַנען געבליבן שטעקן אין דײַטשלאַנד אין די די־פּי־לאַגערן זײַנען באמת געבליבן הענגען צווישן האַמער און קאָוואַדלע. אַבֿינועם דערמאָנט, אַז דער גײַסטיקער ייִדישער פֿירער אַבֿרהם קלאַוזנער, וועלכער איז אָנגעקומען קיין דאַכאַו די דריטע וואָך נאָך דער באַפֿרײַונג, אין מײַ 1945, האָט באַזוכט אַן ערך פֿערצן טויזנט ייִדן אין די זיבעצן די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד. זייער מצבֿ איז געווען אַ ביטערער. ער האָט דערלאַנגט אַ באַריכט צום עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון קאָמיטעט בײַם מיליטער, איינעם אַ פֿיליפּ בערנשטיין, וואָס האָט זיך פֿאַרנומען מיט רעליגיעזע ענינים, וווּ ער שרײַבט:
"עס זעט אויס, אַז ס׳איז בכלל נישט פֿאַראַן קיין פּלאַן, אַחריות פֿאַר די שטאַטלאָזע ייִדן... איך קען נישט אָפּשטעלן זייערע טרערן. אַמעריקע איז געווען זייער האָפֿענונג, און אַלץ וואָס זי האָט זיי געגעבן זײַנען געווען נײַע לאַגערן און וועכטער. זיי פֿאַרלירן די האָפֿענונג."
מיט איין וואָרט, די באַדינגונגען און די לאַגע פֿון די ייִדן איז געווען אַ טרויעריקע. פֿאַרשטייט זיך, אַז די יוגנט האָט זיך אָנגעכאַפּט אינעם געדאַנק פֿון אַ ייִדישער מדינה. אַ שלל מיט ציוניסטישע פֿירער האָבן זיך באַוויזן צווישן די געראַטעוועטע אין די אימפּראָוויזירטע לאַגערן, און גענומען אָרגאַניזירן די יוגנט אין ציוניסטישע גרופּעס, קיבוצים, ווי אַ צוגרייטונג צו דער אומלעגאַלער עליה. מען האָט געעפֿנט בתּי־ספֿר, תּרבות־שולן, וווּ מען האָט די קינדער געלערנט אַלץ אויף העברעיִש.
וואָס אַן אמת, בין איך, אַלס אַ נײַן־יעריק מיידעלע, געגאַנגען אין איינער פֿון די שולן, געזונגען די העברעיִשע לידער און פּרובירט עפּעס פֿאַרשטיין וואָס עס קומט פֿאָר אַרום מיר. עס האָבן גענומען אויפֿקומען ציוניסטישע באַוועגונגען אין די לאַגערן אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע. ווי עס גיט איבער דער מחבר פֿונעם בוך, האָט די קיבוץ־באַוועגונג און איר פֿירערשאַפֿט אין יענער צײַט געשיקט שריפֿטלעכע באַריכטן אויף ייִדיש, העברעיִש און פּויליש, און פֿון דעם איז צו פֿאַרשטיין, אַז די שפּראַך פֿונעם ייִדישן לאַנד, וואָס דאַרף ערשט אויפֿקומען, און זײַן פֿירערשאַפֿט לײַדט שטאַרק פֿון אַ מאַנגל אין העברעיִשן וואָקאַבולאַר.
ווי איך געדענק עס, האָבן אונדזערע שליחים־לערער אונדז געוואָרנט, אַז אויב זיי וועלן כאַפּן איינעם פֿון די קינדער רעדן ייִדיש וועלן זיי אונדז באַשטראָפֿן, כאָטש די לערער אַליין האָבן נישט געקענט קיין העברעיִש.
דער עיקר האָט זיך די יוגנט געגרייט צו פֿאָרן אויף אומלעגאַלער עליה און פֿאַרטיידיקן דאָס לאַנד פֿון די אָבֿות. צווישן דעם יונגוואַרג וואָס האָבן ערשט איבערגעלעבט אַזאַ חורבן, אָנגעוווירן די משפּחות, געבליבן באָרוועס און נאַקעט, האָט זיך אַנטוויקלט אַ ווילן צום קאַמף. מסתּמא האָט מען זיך אויך גענייטיקט אין אַן אָרט וווּ דעם קאָפּ אַוועקצולייגן, אַן אייגן ווינקל, אַ שטיקל לאַנד, ווײַל מיר זײַנען דעמאָלט געווען אויסגעוואָרצלט פֿון גאַנץ אייראָפּע.
דאָס בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר, דער עיקר, די פּאָליטיש־ציוניסטישע פּלאַטפֿאָרמע, דער עיקר אויפֿן די־פּיניקס־ציוניזם און די אַרבעט וואָס די שליחים האָבן דורכגעפֿירט צווישן דעם עולם ניצול־געוואָרענע. דאָס בוך אַנטהאַלט אין זיך אַ סך פּרטים פֿון דער די־פּי־באַפֿעלקערונג, זייער סטאַטוס, זייער געדאַנקען־גאַנג אין די פֿיר יאָר פֿון זייער אָפּזײַן אין די־פּי־לאַגערן און זייער דעמאָגראַפֿיע. איך בין דווקא צופֿרידן וואָס עס איז אַרויס אַזאַ בוך, ווײַל מענטשן האָבן נישט די מינדסטע אַנונג וועגן די פֿיר־פֿינף יאָר פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס האָט זיך געפֿונען צווישן האָפֿענונגסלאָזיקייט און דעם אידעאַל פֿונעם ציוניזם.
איך מוז אָבער צוגעבן, אַז די זעלבע די־פּיניקס האָבן אין דײַטשלאַנד אַרויסגעגעבן ביכער, צײַטונגען, זשורנאַלן, אַ יזכּור־בוך, פֿאַרמאָגט אַנדערע באַוועגונגען אַחוץ דעם ציוניזם און געפֿירט אַ גײַסטיק לעבן. ייִדן האָבן דאָרט אויך געשטרעבט צו קומען קיין אַמעריקע, געהאַט גענוג צרות און לייד אין לעבן, און געפֿאָרן קיין קאַנאַדע, אויסטראַליע און דרום־אַמעריקע. דאָס איז שוין געווען דער דור פֿון מיטליעריקע ייִדן וואָס האָבן מער קיין כּוחות נישט פֿאַרמאָגט אָנצוהייבן אַלץ פֿון דאָס נײַ — מלחמות, הריגות און נויט. אַלנפֿאַלס, ס׳קומט דעם מחבר אַבֿינועם י. פּאַט אַ ייִשר־כּוח פֿאַר זײַן טיכטיקער און פּרטימדיקער אַרבעט וואָס ער האָט אַרײַנגעלייגט אינעם בוך. ס׳איז אַ דאָקומענט פֿון אַ קאַפּיטל וואָס טאָר בשום־אופֿן נישט פֿאַרזען ווערן.