אַליקס קאָרי, האַווילאַ ברוסטער, סטענלי באַהאָרעק, עמילי זאַקאַריעס און לאָרי גאַרדנער |
עפּעס לעצטנס גיי איך זען אַ פֿאָרשטעלונג אויף אַ ייִדישער טעמע און בין אַלע מאָל אונטערן אײַנדרוק, אַז איך גיי זען אַ טשעפּוכאַ — אַ שמאַטע הייסט עס. כ׳בין שוין געוווינט צו זען אַ פּיעסע אויף אַ ייִדישער טעמע צעקאַליעטשעט און דערצו הערט מען וווּלגאַרע ייִדישע רייד. ווען איך האָב דערציילט מײַנע פֿרײַנד, אַז איך גיי זען אַ טעאַטער־שטיק וואָס הייסט "אַנטדעקנדיק אַבֿי," האָבן אַלע געמיינט אַז עס איז אַ פּיעסע וועגן מײַן זון. וואָס אַן אמת האָט מײַן זון אַבֿרהם (אַבֿי) באַקומען טוצן בליצפּאָסט־אָנזאָגן און טעלעפֿאָנען וווּ מען האָט אים גראַטולירט וואָס עמעצער האָט אָנגעשריבן אַ פּיעסע וואָס האָט צו טאָן מיט אים. אָבער נישט־געשטויגן נישט־געפֿלויגן. די פּיעסע איז אַ געלונגענע, מיט אַן אינטעליגענטן צוגאַנג, גוט אויסגעפֿירט און גוט רעזשיסירט.
אין וואָזשע האַנדלט זיך דאָ? וועל איך אײַך באַלד מסביר זײַן. דער עיקר איז די גאַנצע פּיעסע אַ סאַטירע אויף טעאַטער, פּראָדוצירער, דראַמאַטורגן און אַסיסטענטן וואָס אַרבעטן פֿאַר פּראָדוצירער. דער אמת איז, אַז מיר ווייסן שוין, אַז אַ געוויסע צאָל געלט־מענטשן וואָס שטעלן אײַן זייער געלט אויף אַ טעאַטער־פּיעסע מיט דער האָפֿענונג, אַז עס וועט זײַן אַ שלאַגער און זיי וועלן דערבײַ גוט פֿאַרדינען, עלעהיי "וואָל־סטריט," די בערזע פֿאַרדינער. אַ סך פֿון זיי האָבן ליב דעם גלאַנץ אין און אַרום דעם טעאַטער, ווייסן ווייניק, פֿאַרשטייען זיך דערויף ווייניק און הייבן נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מען עסט עס. און אין דעם נוסח הייבט זיך אָן די אינטערעסאַנטע פּיעסע "אַנטדעקנדיק אַבֿי."
דייוויד סמיט (סטענלי באַהאָרעק) איז אַן אַסיסטענט פֿון איינער אַזאַ ייִדישער, מיטליאָריקער פּראָדוצענטקע, דזשודי סיף (אַליקס קאָרי), און זײַן אויפֿגאַבע איז צו לייענען פּיעסעס און אויסקלײַבן דאָס, וואָס איר זאָל געפֿעלן ווערן. אָבער דזשודי הייבט נישט אָן צו וויסן פֿון אירע הענט און פֿיס; זי ווייסט נאָר איין זאַך — געלט און שלאַגער. און זי אינוועסטירט אין דער פּיעסע. מיר געפֿינען אָבער אויס, אַז דער אַסיסטענט דייוויד סמיט, וועלכער איז דווקא נישט קיין ייִד, האָט אָנגעשריבן אַ פּיעסע און לייגט זי כּסדר פֿאָר דער פּראָדוצענטקע, וועלכע וויל בשום־אופֿן נישט הערן דערפֿון. ס׳העלפֿט נישט זײַן אײַנבעטן זיך, ס׳העלפֿט נישט זײַן בלאַגען. זי טענהט, אַז דאָס איז נישט זײַן אַרבעט. ער דאַרף איר צושטעלן אַ פּיעסע פֿון די פּיעסעס וואָס צענדליקער דראַמאַטורגן שיקן צו און וואָס געפֿעלן דעם הײַנטיקן טעאַטער־עולם. ער ווײַזט אויף מיט גוטן אַז ס׳רובֿ פֿון די פּיעסעס זײַנען גוט פֿאַרן מיסטקאַסטן, אָבער זי איז אײַנגעשפּאַרט און, טו איר עפּעס.
אין דער זעלבער צײַט געפֿינט מען אויס, אַז די דזשודי האָט אַ שוועסטער, אַן אַקטריסע, מימי (עמילי זאַקאַריעס), מיט וועמען זי איז שוין צעקריגט און ברוגז יאָרן־לאַנג. שוין ווי יונגע מיידלעך אין דער היים, זײַנען אַלע מאָל געווען צווישן זיי מחלוקתן און דער ברוגז גייט אַזוי אָן אין דער מיטלעלטער אַרײַן; ביידע טראָגן זיי אין זיך אַ קינאה: ווײַל איינע איז רײַך און די צווייטע איז אַן אַקטריסע (וואָס לײַדט, נעבעך, בײַם וואַרטן צו באַקומען אַ מענטשלעכע ראָלע אין טעאַטער). דזשודי האָט אַ מאַן און דערוואַקסענע קינדער, און מימי האָט געהאַט אַ מאַן און אַפֿילו אַ קינד, וואָס זי האָט עס נישט געוואָלט האַלטן, ווײַל עס האָט איר געשטערט אין איר קאַריערע. האָט זי אײַנגעשטימט עס אַוועקצוגעבן און לאָזן אַדאָפּטירן.
דייוויד, דער אַסיסטענט, האָט אַ באַקאַנטע איימי (האַווילאַ ברוסטער), וועלכע אַרבעט פֿאַר אַ פּירסום־אַגענץ אַ פּאָר שעה אַ טאָג, ווי אַ קעלנערקע אין אָוונט, און אין צווישן לויפֿט זי לייענען אַ ראָלע דאָ און דאָרט פֿאַר טעאַטער־אונטערנעמער. בײַ איר אין אָפֿיס דרייט זיך אַרום אַ שיינער יונגער בחור וואָס הייסט בען. אָבער ער האָט זיך צוגעאייגנט אַ טעאַטראַלן נאָמען — אַבֿי אָבֿיבֿ (דזשורי הענלי־כּהן), און יענער ווענדט אָן אַלערליי אַקצענטן. ער קען רעדן ענגליש מיט אַ ישׂראלדיקן אַקצענט, מיט אַ פֿראַנצויזישן, מיט אַ דײַטשישן, וווּ עס פֿאָדערט זיך; און ער פֿאַרוואַנדלט זיך דערבײַ אין דעם פּאַרשוין וועמען ער פּרעטענדירט צו זײַן. דייוויד באַקענט זיך מיט דעם גראַציעזן שיינעם בחור און דערציילט אים, אַז ער אַרבעט פֿאַר אַ פּראָדוצענטקע, אַ פֿרוי וואָס וויל זײַן באַרימט מיט שטעלן שלאַגערס אויף בראָדוויי. זי האָט קיין אַנונג נישט וואָס איז גוט און וואָס טויג נישט. ער דערציילט אים אויך, אַז ער האָט אָנגעשריבן אַ פּרעכטיקע פּיעסע, אָבער זי וויל נישט הערן דערפֿון.
דאָ הייבט זיך אָן אַ מעשׂה. בען, וועלכער וויל מען זאָל אים רופֿן אַבֿי, פֿאַרלאַנגט צו לייענען דייווידס פּיעסע און זאָגט אים צו פֿאָרצולייענען זי פֿאַר דער פּראָדוצענטקע און איר זאָגן, אַז ער האָט זי געשריבן. ער וויל כּלומרשט זען צי ס׳וועט איר געפֿעלן. ווי נאָר דזשודי דערזעט אים, דעם שלאַנקן, גראַציעזן און מענלעכן יונגער־מאַן, אַזוי ווערט זי אָן איר שׂכל לגמרי. איר געפֿעלט די פּיעסע, איר געפֿעלט ווי ער שפּילט זי אויס, איר געפֿעלט אַלץ, וואָס ער לייגט איר נאָר פֿאָר. פֿינאַנצירט זי די פּיעסע און עס איז אַ שלאַגער. די צײַטונגס־לײַט צערײַסן זיך זי צו באַשרײַבן, האָליוווּד שטעלט זיך שוין אויך צו צום באַנקעט. דער איינציקער נישט־טויגעניכטס נעבעך איז דייוויד, וועלכער האַלט אין איין שרײַען און געוואַלדעווען אַז ס׳איז זײַן פּיעסע, אָבער קיינער וויל אים נישט גלייבן. אַבֿי האָט די פּיעסע אַפֿילו אַוועקגעשיקט אין דער "Library of Congress" (ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס אין וואַשינגטאָן), אונטערגעחתמעט זײַן פֿאַלשן נאָמען, אַזוי אַז דער אמתדיקער דראַמאַטורג האַקט זיך קאָפּ אין וואַנט און קען בשום־אופֿן נישט אײַנברעכן דעם ליגן.
צום סוף ווענדט ער זיך צו דזשודיס שוועסטער מימי, וועלכע האָט פֿאַרבויגן איר כּבֿוד און אָנגענומען די הויפּט־ראָלע אין "אַבֿיס פּיעסע." זי ווידער האָט אַ נטיה צו רעקאָרדירן יעדן שמועס, יעדע באַגעגעניש מיט מענטשן, יעדע קאַפּיטשקע פֿאַקטן, וואָס רינגלען זי אַרום. דייוויד ווענדט זיך צו איר, בלאַגעט זי, בעט זיך ממש אײַן מיט טרערן אין די אויגן, אַז ער איז דער אמתער דראַמאַטורג פֿון דער פּיעסע, אָבער זי גלייבט אים אויך נישט. די גאַנצע וועלט האָט זיך אָפּגעקערט פֿון אים, ביז זי דערמאָנט זיך אין איר רעקאָרדיר־מאַשינקעלע, וווּ זי האָט רעקאָרדירט דעם ערשטן געשפּרעך זייערן, און דאָרט דערציילט דייוויד אַז ער האָט אָנגעשריבן די פּיעסע נאָך איידער מען האָט זי געשטעלט און נאָך איידער ער האָט זיך באַקענט מיטן שווינדלערישן אַבֿין. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַבֿי איז אַזוי פֿאַרכליניעט מיטן דערפֿאָלג, אַז ער איז אונטערן אײַנדרוק, אַז ער קען שוין אויך שרײַבן. ער דאַרף נישט קיינעם.
דאָ וועל איך בלײַבן שטיין, ווײַל איר דאַרפֿט אַליין זען דעם זייער אינטערעסאַנטן סוף פֿון דער פּיעסע. טראַכט איך זיך אַזוי, וואָס האָבן די דראַמאַטורגן ראָבערט קערי און בענדזשאַמין פֿעלדמאַן געמיינט צו זאָגן, און וווּ האָבן זיי געצילט מיט דער פּיעסע. איז ערשטנס קומט מיר אויס אַז דער הויפּט־העלד אַבֿי, איז אַ ישׂראלדיקער חוצפּהניאַק, אַ שווינדלער און אַן אוממענטש. האָבן זיי טאַקע אַזאַ אײַנדרוק פֿון די ישׂראלים? האָב איך געפֿרעגט בײַ איינעם פֿון די דראַמאַטורגן, בענדזשאַמין פֿעלדמאַן.
"ווי קומט עס וואָס זײַן הויפּט־העלד איז אַזאַ פּאַסקודניאַק און דערצו אַן ישׂראלי?"
האָט ער מיר געענטפֿערט אַז ער האָט געוווינט אַ צײַט לאַנג ערגעץ אין צוויי קיבוצים אין אייבערשטן גליל און ערגעץ אין דרום, אַזוי אַז ער האָט זיך נעענטער באַקענט מיט דער עדה."
פֿרעג איך אים ווידער:
"דעריבער האָסטו דווקא אויסגעקליבן אַן ישׂראלי וואָס זאָל פֿאָרשטעלן מיט זיך אַזאַ הפֿקר־יונג?"
שמייכלט ער:
"ניין! ער האָט עס נישט געהאַט אין זינען בײַם שרײַבן די דראַמע."
ווייס איך אַז ער האָט זיך אַרויסגעדרייט, אָבער די שילדערונג פֿון די פּראָדוצענטן און פּראָדוצירער פֿון פֿאָרשטעלונגען אויף בראָדוויי זײַנען געשילדערט געוואָרן ווי גרוביאַנען, עם־הארצים, פֿינצטערלינגען וואָס קענען זיך קוים אונטערשרײַבן. זיי לעכצן נאָך כּבֿוד און גיבן אויס אַ מאַיאָנטעק אויף שמאַטעס־שבשמאַטעס; דער עיקר, זייער נאָמען זאָל מיט עלעקטרישע לאָמפּן שײַנען אויף בראָדוויי. און די סבֿיבֿה אַרום דעם טעאַטער — אַן אַלץ־פֿרעסערישע, קיין איין פּאָזיטיוון מענטשן געפֿינט מען נישט דאָרט, אַחוץ דעם גוי דייוויד, וואָס ווײַזט זיך אַרויס צום סוף, אַז ער איז גאָרנישט קיין גוי.
פֿאַרשטייט זיך, אַז צווישן די טעאַטראַלן וואָס איך האָב געקענט אין מײַן לעבן, האָב איך באַגעגנט סײַ איגנאָראַנטן, סײַ גרוביאַנען און סײַ פּרעכטיקע, קינסטלערישע טיפּן וואָס האָבן זיך גוט געקענט אויף אַ פּיעסע, אויף טעאַטער בכלל, און נישט געווען אויסן צו פֿאַרבלענדן יענעם די אויגן מיט פּוסטע מאַכערײַקעס, צונויפֿגעבונדענע לידער־שורהלעך מיט קאָמפּאָט, אַבי דורצושטופּן און פֿאַרבלענדן יענעם די אויגן; פּראָדוצענטן וואָס האָבן נישט צוגעשניטן זייער גוסט צום עולם־גולם, נאָר אַליין געוווּסט וווּ זיי צילן. לאָזט נישט אַדורך די פֿאָרשטעלונג. זי שפּילט אין אַביגטאָן־טעאַטער אויף דער 36סטער גאַס, צווישן דער אַכטער און נײַנטער עוועניוס. קלינגט:
2055-868-212 און לאָזט נישט אַדורך די געלעגנהייט.