טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
צפּורה שפּײַזמאַן אינעם פֿילם "ייִדיש טעאַטער — אַ ליבע־געשיכטע"

נאָוועמבער דעם 21סטן הײַנטיקס יאָר עפֿנט זיך אַ דאָקומענטאַר־פֿילם אין "טו־בוטס פּײַאָניר טיִייטער" (www.twoboots.com/pioneer/jewish.html) אונטערן טיטל: "ייִדיש טעאַטער — אַ ליבע־געשיכטע" (Yiddish Theater — a Love Story). דער פֿילם איז געווידמעט צפּורה שפּײַזמאַן, דער פֿאָלקסבינעס אַרטיסטישע דירעקטאָרין און אַקטריסע אַ קײַמא־לן פֿון 42 יאָר. דאָס איז אָבער איר לעצטער אויפֿטריט אין "גרינע פֿעלדער", וואָס זי האָט געשטעלט נאָך דעם ווי זי איז באַזײַטיקט געוואָרן פֿון דער "פֿאָלקס­בינע".

פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער כירורג, ד״ר אַלעהאַנדראָ בערנשטיין

מיר לעבן אין אַ וועלט פֿון וווּנדיירים און אויסער ווי געוויינטלעכע אײַנפֿאַלן און דערפֿינדונגען. גאָט צו דאַנקען פֿאַר די אײַנפֿאַלן און אינאָוואַציעס. דער עיקר, אין מעדיצין, ווײַל אויב אַ יחיד פֿאַלט אַרײַן אין טעגלעכן, מאָנאָטאָנעם גאַנג פֿון לעבן אָדער פּראָפֿעסיע, איז ער פֿאַרמישפּט צו סטאַגנאַציע און חלאַתן. דאָס איז חל אויף אַלע פּראָפֿעסיעס און אונטערנעמונגען. יעדער מענטש מוז בײַטראָגן עפּעס, וואָס איז ביז אים נישט אַנטדעקט געוואָרן.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טויזנטער סטודענטן וואַרטן צו הערן די רעדע פֿון אַכמאַדינעדזשאַד, געוויזן אויפֿן עקראַן, קאָלומביע־אוניווערסיטעט

איך האָב הײַנט באַשלאָסן נישט צו האַלטן דעם דריטן קורס מײַנעם און כ׳בין אַרויס אויפֿן קאַמפּוס צו זען און הערן, לייענען די פּלאַקאַטן און צונויפֿמישן זיך מיט די טויזנטער סטודענטן, וועלכע האָבן זיך געזאַמלט דורך די טויערן פֿון בראָדוויי און אַמסטערדאַם עוועניו. יעדער אַרײַנגאַנג איז געווען אַרומגערינגלט מיט פּאָליציי, זיכערהייט־אַגענטן און הויך אין הימל האָבן אַרומגעקרײַזט העליקאָפּטערס און אָנגעמאַכט אַ רעש. די פּראָטעסטן און פּלאַקאַטן האָבן פֿאַרשווענקט דעם קאַמפּוס; צווישן זיי: פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אויפֿן קאַמפּוס, די איראַנער סטודענטן און אַנטי־בוש פּאַמפֿלעטן.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף אונדז ייִדן רוקט זיך אָן אַ נײַ יאָר. עס ציטערן און טרעשטשען די ווענט פֿון בית־דין־של־מעלה. עס ווערט דאָרט פֿאַרחתמעט און פֿאַרזיגלט אַ יעדן ייִדנס גורל, ווער צום לעבן, ווער חלילה צום טויט, ווער צו גוטס און ווער צו שלעכטס, ווער צום לײַדן און ווער צו וווילזײַן, ווער צו געזונט און ווער צום קרענקען. ציטערט אויף די ייִדן די הויט ימים־נוראָים־צײַט. איין קלייניקייט, זייער לעבן שטייט אין קאָן — זייער גורל איז אײַנגעשטעלט. זיי גלייבן באמונה־שלמה אַז זייער לעבן אין די טעג פֿון ראָש־השנה ביז יום־כּיפּור איז אײַנגעשטעלט.

טשיקאַװעס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויב איר מיינט אַז איך טרײַב כּתּבֿות, מוז איך זיך גלײַך, אויפֿן אָרט מודה זײַן, אַז איך פּראַווע נישט קיין לצנות און אַז איך בין טויט־ערנסט. אויף מײַן ערנוואָרט, ווי איך בין אַ ייִדענע. נישט נאָר האָב איך געהערט, נאָר איך בין שוין אַרויפֿגעפֿאָרן אויפֿן זיבעצנטן שטאָק פֿון אַ ריזן געבײַדע אין נתניה, מיט אַ "שבת־עלעווייטאָר". דער ליפֿט האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף יעדן שטאָק באַזונדער, און די שומרי־שבת־ייִדן זײַנען אויסגעשטיגן.

ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
משה נאַדיר

דאָס וואָס מיר האָבן פֿאַרגעסן ווי אַ פֿאָלק, וואָלט מען געקענט אָנפֿילן גאַנצע ענציקלאָפּעדיעס. בײַ די אומות־העולם גע­דענקט מען שעקספּירן — אָבער ווער בײַ אונדז, צווישן דער אַמעריקאַנער ייִדי­שער יוגנט, וועט וויסן ווער ס'איז געווען י.ל. פּרץ, אָדער שלום־עליכם, אָדער מענ­דעלע מוכר־ספֿרים, אַז בײַ אונדז ווייסט מען שוין נישט מער, ווער ס'איז געווען חיים גראַדע אָדער איציק מאַנגער, יעקבֿ גלאַטשטיין אָדער אַהרן צייטלין. פֿרעמדע נעמען פֿאַר יונגע אויערן. איך האָב אַמאָל געפֿרעגט אין קלאַס, ווער ס'איז געווען שאַגאַל.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

דאָ האַנדלט זיך וועגן אַן אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק וואָס האָט אַדאָפּטירט אַ צווילינג פֿון אַ יתומים־הויז אין טיף רוסלאַנד. אַהיים געברענגט די עופֿעלעך, וועלכע זײַנען געבוירן געוואָרן פֿאַר דער צײַט, בײַ עלטערן, וועלכע האָבן געלעבט אין גרויס נויט און געשיכּורט און האָבן זיך נישט אומגעקוקט אויף זיי חדשים לאַנג. ווען דאָס אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק, ליסאַ און הייטהעם האָבן זיי אַהיים געברענגט, האָבן זיי עס געטאָן נישט קוקנדיק אויף די וואָרענונגען פֿון זייערע דאָקטוירים,

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַ אונדז ייִדן גלייבט מען אין ל״ו צדיקים, די 36 געטלעכע, מענטשלעכע, הומאַ­ניטאַרע וואַסער־טרעגער, קוימען־קע­רער און סתּם פּשוטע בני־ישׂראל, וואָס גייען איבערן לאַנד און האַלטן אַן אויג אויף יושר און גערעכטיקייט. און אַז דער הימל האָט נישט קיין פֿאַרשטאָפּט אויער, לאָזט ער זיי אויפֿהאַלטן די וועלט. פּונקט ווען איך האָב אויפֿגעהערט צו גלייבן אינעם מין מענטש, צוליב רישעות און געלט־גײַציקייט, האָט זיך אונטערגערוקט אַ גע­שיכטע וואָס האָט איבער­הויפּט גאָרנישט צו טאָן מיט קיין ייִדן, נאָר פֿאַר­קערט, עס האָט צו טאָן מיט אַן אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק, ליסאַ און הייט­העם סיילעם, וואָס האָט אין מיר רעס­טאַוורירט דעם גלייבן אין מענטשן

ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיר האָבן אַ נטיה צו פֿאַרגלײַכן אַ מענטש צו עפּעס, אָדער עמעצן. אָט, למשל, האָט מיך מײַן מאַמע אַלע מאָל פֿאַרגליכן צו אַ ייִדישן יום־טובֿ, ווען זי האָט מיך גערופֿן "גרינער שבֿועות". אין אָנהייב האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען וואָס זי מיינט דערמיט. שפּעטער, אָבער, האָט עס מיר געגעבן אַ טיאָכקע אונטערן לעפֿעלע. זי האָט געמיינט דערמיט צו זאָגן, אַז איך בין פֿאַרגרינט, אויסגעדאַרט און זע אויס — אַ שענערן באַגראָבט מען.

פּובליציסטיק, פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַמעריקאַנער פֿרײַנדשאַפֿט דריקט זיך אויס אויף גאָר אַנדערע אופֿנים פֿונעם אייראָפּעיִשן סטיל. די אַמעריקאַנער פֿרײַנד­שאַפֿט דריקט זיך אויס אין פֿאַרברענגען צוזאַמען, אַרויסגיין אין די רעסטאָראַנען צוזאַמען, אַמאָל אַוועקפֿאָרן אויף וואַקאַ­ציע צוזאַמען און אַמאָל פֿאַרבעטן ווערן אויף וועטשערע. דאָס זײַנען די "גוד טײַם פֿרענדס" (good time friends). איך ווייס, אַז מען טאָר נישט די זאַך פֿאַראַל­גע­מיי­נערין, אָבער יעדער פֿון אונדז האָט זײַנע אייגענע דערפֿאַרונגען.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין די פֿופֿציקער יאָרן זײַנען מיר געווען פֿינף חבֿרטעס, דרײַ אין דער בראָנקס און צוויי אין ברוקלין. מיר האָבן זיך געהאַלטן אין איינעם, נישט ווײַל מיר האָבן געפּאַסט איינע צו די אַנדערע, נאָר ווײַל מיר זײַנען געווען מלחמה־קינדער, האָבן גערעדט דאָס זעלבע לשון, פֿאַרשטאַנען זיך אויפֿן וווּנק און זיך געפֿילט פֿאַרלוירן אין דער פֿרעמדער אַמעריקע. די וועלט אַרום איז נישט געווען צו פֿרײַנדלעך, האָבן מיר זיך געכאָוועט אויף פֿילמען און טעלעוויזיע. עס האָט דעמאָלט דאָמינירט אַ חבֿרה יונגוואַרג אויפֿן האַליוווּדער עקראַן, צווישן זיי מיקי רוני און דזשודי גאַרלאַנד, עליזאַבעט טיילאָר און דזשיין פּאַועל.

הומאָר
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

האָט איר זיך אַ מאָל אַרומגעקוקט און באַמערקט די מענטשן וואָס דרייען זיך אַרום אײַך? אין אײַער וועלטל, הייסט עס. וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק מאַכן זיי אויף אײַך? אַרום מיר האָבן זיך דורך די יאָרן אַרומגעדרייט אַ טוץ טויטע נשמות. מײַן מאַמע פֿלעגט אָפּשאַצן אַ טויטע נשמה אַזוי: