פּובליציסטיק

אויף אונדז ייִדן רוקט זיך אָן אַ נײַ יאָר. עס ציטערן און טרעשטשען די ווענט פֿון בית־דין־של־מעלה. עס ווערט דאָרט פֿאַרחתמעט און פֿאַרזיגלט אַ יעדן ייִדנס גורל, ווער צום לעבן, ווער חלילה צום טויט, ווער צו גוטס און ווער צו שלעכטס, ווער צום לײַדן און ווער צו וווילזײַן, ווער צו געזונט און ווער צום קרענקען. ציטערט אויף די ייִדן די הויט ימים־נוראָים־צײַט. איין קלייניקייט, זייער לעבן שטייט אין קאָן — זייער גורל איז אײַנגעשטעלט. זיי גלייבן באמונה־שלמה אַז זייער לעבן אין די טעג פֿון ראָש־השנה ביז יום־כּיפּור איז אײַנגעשטעלט. וואָס טוט מען? ווי גיט מען זיך אַן עצה? טוט מען תּפֿילה צו גאָט, טוט מען זיך ריינוואַשן און בעטן מחילה אויב מ'פֿאַרזינדיקט זיך. און ווי עס איז באַקאַנט, נישט נאָר פֿאַרזינדיקט מען זיך קעגן גאָט, נאָר קעגן אַ שכן, אַנטקעגן אַ פֿרײַנד, אַ שותּף, דער עיקר — אַן אייגענעם. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס געשעט איין מאָל אַ יאָר. איז די טעג פֿאַלט אויס דאָס נײַע יאָר. מיר זײַנען אָבער פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר אונדזערע טאַטן דאָס קײַלעכדיקע יאָר.

לאָמיר זיך נישט נאַרן. ס'איז אונדז קיין מאָל נישט אָנגעקומען גרינג צו הויזן מיט אונדזער שטרענגן רבונו־של־עולם, וועלכער איז כּסדר באַצירט מיט די שטערן פֿון אַ יום־טובֿדיקן פּרוכת. דער כּבֿיכול (גאָט), וואָס מיר פֿאַרמאָגן, האָט זיך אַלע מאָל געהאַלטן בײַ זײַניקן. אונטער אַלע אומשטאַנדן, אונטער אַלע וועלט־געשעענישן, אונטער אַלע אומגליקן און אונטער אַלע חורבונות, מאַכט מען מיט אים שלום ווען עס קומען די ימים־נוראָים. מען פּראַוועט יום־טובֿ און מען פֿאַסט, מען בלאָזט שופֿר און מ'גייט צו כּל־נידרי. מען בעט זיך אויס אַ גוט־יאָר און מען גייט צו תּשליך. ייִדן־יחסנים האָבן גאָר אַן אַנדער צוגאַנג צו די פֿאָרכטיקע טעג. זיי זײַנען זיכער, אַז זיי האָבן אַ קפֿיצת־הדרך צום כּסא־הכּבֿוד און האַלטן, אַז יעדער פֿון זיי איז פֿאָרט אַ "טאַנטס אַ קינד." (דעם טאַטן אין הימל, הייסט עס). אַזוי טראַכטן בײַ זיך יענע ייִדן ווען עס דערנענטערן זיך די ימים־נוראָים.

איין זאַך קענען מיר גוט — ווינטשע­וואַניעס. צום נײַעם יאָר ווינטשן זיך ייִדן, געזונט און לעבן, און דער עיקר שלום און שלווה סײַ פֿאַר זיך און סײַ פֿאַרן כּלל־ישׂראל. איר האָט אַמאָל געהערט ווי עלטערע ייִדן ווינטשן זיך אָן צום נײַעם יאָר? ניין? איז הערט:

"איר זאָלט מיר האָבן אַ גוט און געזונט יאָר, מיט נחת און פֿריידן, איר זאָל מגדל זײַן די קינדער און די אייניקלעך לתּורה ולחופּה ולמעשׂים־טובֿים."

"טײַערער מחותּן, איר זאָלט זיך אויס­בעטן אַ גוט יאָר און אַ גוט קוויטל, אָמן!"

"ר' מנחם, דער אייבערשטער זאָל צושיקן פֿון זײַן כּשרער האַנט דאָס שטיקעלע געזונט."

"טײַערע דבֿורהלע, צום נײַעם יאָר זאָלן אונדז בײַשטיין זכות־אָבֿות, מיר זאָלן דערלעבן משיחן און איר זאָלט מיר נאָר מאריך־ימים זײַן!"

"ליבער פֿרײַנד, ווער מיר גוטס גינט, פֿאַרגין איך אײַך אַל דאָס גוטס, מיט געזונט און שפֿע, נחת פֿון קינדער און זאָלן בעסער אײַנפֿאַלן צען קלויסטערס, איידער ס'זאָל אונדז ייִדן עפּעס שאַטן."

ס'האָט גאָרנישט גענומען קיין סוף צו דעם וואָס ייִדן פֿלעגן זיך אָנווינטשן. פֿאַרגעסט נישט, אַז פֿאַרן חורבן איז דאָס ייִדישע לעבן געפֿלאָסן אויף צערודערטע וואַסערן, די כוואַליעס האָבן נישט געשאַ­נעוועט, און צום סוף פֿאַרשווענקט אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק. און וווּ האַלטן מיר הײַנט? ווי גוט עס זאָל אונדז נישט זײַן, איז אונדזער לעבן סײַ ווי אײַנעשטעלט. די זעלבע כוואַליעס ברויזן אַרום אונדזערע ברעגעס וווּ מיר זאָלן נישט זײַן.

רבי לוי־יצחק פֿון בערדיטשעוו האָט אַמאָל, אום ראָש־השנה, פֿאַר תּקיעת־שופֿר געזאָגט פֿאַרן עולם:

"איך בין אַמאָל געווען אין אַן אַכסניה בשעת אַ יריד. סוחרים און קליינהענדלער האָבן זיך געאײַלט צום יריד. האָבן זיי אויף גיך־גיך אָפּגעזאָגט זייער דאַווענען, אַז מ'האָט גאָרנישט געקענט פֿאַרשטיין קיין וואָרט. אַלץ וואָס מ'האָט געהערט זײַנען געווען אָפּגעריסענע קלאַנגען. בע... מע... בע... בין איך געוואָרן אין כּעס אויף זיי, און זיי גוט דערפֿאַר אָפּגעמוסרט. איך האָב זיי געטאַדלט:

‘אַזוי כאַפּט מען אָפּ אַ דאַווענען צום מלך־מלכי־המלכים?’

האָט זיך צווישן די דאַווענערס אויסגע­שיילט אַ ייִד, דווקא אַ פּשוטער ייִד. האָט ער מיר די אויגן געעפֿנט און געגעבן צו פֿאַרשטיין. ‘אַ קינד אין וויגעלע,’ האָט ער געזאָגט, ‘רעדט דען קלאָרע דיבורים? עס בעקעט און עס מעקעט און עס פּלאַפּלט. און דאָך פֿאַרשטייען אים טאַטע־מאַמע. זײַנען מיר דאָך דעם רבונו־של־עולמס קינדער. פֿאַרשטייט ער אונדז אויף אַ וווּנק.’

רבותי!"

האָט לוי־יצחק דער בערדיטשעווער געענדיקט, "יענער ייִד איז געווען אַ ייִד אַ חכם. פֿון זײַנע רייד האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז נישט אין די ווערטער ליגט דער כּוח פֿון אַ תּפֿילה, נאָר אין דער כּוונה וואָס געפֿינט זיך אין האַרצן."

אַז מען טוט זיך מטריח זײַן צום "איסט ריווער," סוף גרענד־סטריט אויף דער איסט־סײַד, וועט איר זען ווי עס שטראָמען ייִדן, יונגע און אַלטע, מיט קליינע קינדערלעך בײַ דער האַנט, צום פֿליסנדיקן וואַסער. מען ליידיקט זיך אויס די קעשענעס פֿון אַלע קרישקעס און קרישקעלעך און מען וואַרפֿט זיי אַרײַן אין פֿליסנדיקן וואַסער. דער טײַטש פֿון תּשליך איז אַרײַנוואַרפֿן. דער מינהג צו גיין דעם ערשטן טאָג ראָש־השנה פֿאַרנאַכט צו אַ וואַסער, אַ טײַך אָדער אַ ים אָדער גלאַט אַ לויפֿנדיקן קוואַל, און זאָגן תּפֿילות, אין וועלכע עס איז אויך פֿאַראַן דער פּסוק פֿונעם נבֿיא מיכה, וואָס לייענט זיך "ותּשליך במצולות ים כּל־חטאָתם," און דו זאָלסט אַרײַנוואַרפֿן אין די טיפֿענישן פֿונעם ים אַלע דײַנע זינד. און בעת־מעשׂה, ווען מען זאָגט דעם פּסוק איז מען זיך נוהג צו שאָקלען די עקן פֿון טלית־קטן אָדער אויסשאָקלען די קעשענעס. דער פֿאָלקס־גלייבן איז, אַז דערמיט וואַרפֿט מען אַרײַן אין וואַסער די עבֿירות. דער מינהג ווערט נישט דערמאָנט אין דער גמרא און אויך נישט אין די ערשטע פּוסקים־ספֿרים און אין "שולחן־ערוך".

אין מאַראָקאָ איז געווען אַ מינהג צו גיין צו תּשליך שבֿיעי־של־פּסח. דער דאָזיקער מינהג איז אויך פֿאַראַן בײַ די אַנוסים אין פּאָרטוגאַל. ווען דער ערשטער טאָג ראָש־השנה פֿאַלט אויס אום שבת, איז דער מינהג צו גיין צו תּשליך דעם צווייטן טאָג ראָש־השנה.

פֿאַראַן אַ מאָדנער מינהג בײַ די קור­דיסטאַנער ייִדן. ראָש־השנה נעמט מען זיך צוזאַמען און מען גייט צו אַ טײַך, וועמענס וואַסערן פֿליסן אַראָפּ פֿון די בערג, און אַנטשאָט אויסשאָקלען די קעשענעס און אַרײַנוואַרפֿן די שטיקעלעך און ברעקעלעך פֿון די טאַשן אין וואַסער, ווי די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, די אַשכּנזים טוען עס צו תּשליך, שפּרינגען זיי אַלע אַרײַן אין וואַסער און שווימען אַרום ווי די פֿיש אין ים, און אַז מ'האָט זיי אַמאָל געפֿרעגט ווי קומט צו זיי אַזאַ מאָדנער מינהג האָבן זיי געענטפֿערט, אַז מיט טובֿלען זיך אין וואַסער וואַשן זיי פֿון זיך אַראָפּ אַלע זייערע זינד וואָס זיי זײַנען באַגאַנגען אין משך פֿון אַ גאַנץ, קײַלעכדיק יאָר. די וואַסערן פֿון טײַך מאַכן ריין דעם גוף און די נשמה.

ווי האָט אַמאָל געזאָגט י.ל. פּרץ:

"נישט נאָר אַ מענטש, נאָר אויך אַ פֿאָלק דאַרף האָבן אַ זכּרון, און אַ פֿאָלקס־זכּרון איז זײַן געשיכטע."

איך ווייס, אַז מען מוז ענדיקן אַזאַ ערנסט אַרטיקעלע מיט גאָר ערנסטע רייד, מיט ווערטער ווי "מסורה," און "מסירת־נפֿש," און "אַהבֿת־ישׂראל". דאָס זײַנען ווערטער וואָס דאַרפֿן אונדז פֿאַרבינדן מיטן פֿאָלק, אָבער איר האָט דאָך אָנגעטראָפֿן אויף מיר. וועל איך אײַך דערציילן וועגן אַ ייִד, אַ פּשוטן און פּראָסטן ייִד, וועלכער האָט נעבעך נישט פֿאַרשטאַנען אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. קומט ער ראָש־השנה אין שיל און ברענגט מיט זיך מיט אַ קישעלע. פֿרעגט אים דער שמשׂ:

"ר' ייִד! וואָסי, איר זײַט געקומען אין שיל דאַווענען צי שלאָפֿן?" ענטפֿערט אים דער ייִד מיטן קישעלע:

"וואָס הייסט? ווען איר האָט מיר פֿאַרקויפֿט דעם בילעט אויף יום־טובֿ, האָט איר מיר אַליין בפֿירוש געזאָגט, אַז איך קען קומען אין שיל ראָש־השנה און דאָ אויסבעטן זיך אַ גוט־יאָר. בין איך דאָ מיטן קישעלע".

מײַנע ליבע ייִדן! לאָמיך אײַך אַלע אָנווינטשן, דאָס נײַע יאָר זאָל אײַך ברענגען געזונט, שלום און שלווה אין אַלע ייִדישע שטיבער. און מיר זאָלן שוין מער נישט וויסן פֿון קיין רישעות און שלעכטס, טיראַנען און דעספּאָטן, מלחמות און אומגליקן. זאָל דאָס נײַע יאָר ברענגען נחת פֿון קינדער און אייניקלעך און אוראייניקלעך. מיר זאָלן טאַקע אַלע דערלעבן משיחס צײַטן. אָמן!