בײַ אונדז ייִדן גלייבט מען אין ל״ו צדיקים, די 36 געטלעכע, מענטשלעכע, הומאַניטאַרע וואַסער־טרעגער, קוימען־קערער און סתּם פּשוטע בני־ישׂראל, וואָס גייען איבערן לאַנד און האַלטן אַן אויג אויף יושר און גערעכטיקייט. און אַז דער הימל האָט נישט קיין פֿאַרשטאָפּט אויער, לאָזט ער זיי אויפֿהאַלטן די וועלט. פּונקט ווען איך האָב אויפֿגעהערט צו גלייבן אינעם מין מענטש, צוליב רישעות און געלט־גײַציקייט, האָט זיך אונטערגערוקט אַ געשיכטע וואָס האָט איבערהויפּט גאָרנישט צו טאָן מיט קיין ייִדן, נאָר פֿאַרקערט, עס האָט צו טאָן מיט אַן אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק, ליסאַ און הייטהעם סיילעם, וואָס האָט אין מיר רעסטאַוורירט דעם גלייבן אין מענטשן. דוכשניטלעכע מענטשן דווקא. זי אַן אַמעריקאַנערין, שטאַמט אָפּ פֿון אַ קליין שטעטעלע אין מינעסאָטאַ, און ער אַן אימיגראַנט פֿון ירדן. די געשיכטע איז אַן אויסנעם פֿון אַ לעבנס־באַשלוס, ממש צו שטוינען. די פֿאַקטן זײַנען געווען פֿילמירט פֿון דער טעלעוויזיע־סטאַנציע "ען־בי־סי", אַ פּראָגראַם וואָס הייסט "דייטלײַן", זונטיק, דעם 25סטן יוני 2006. יענעם אָוונט האָט מען זיך באַקענט מיט דער מיטל־יאָריקער פֿרוי ליסאַ און איר מאַן, ווען ביידע האָבן באַשלאָסן נישט צו האָבן קיין אייגענע קינדער, מיטן תּירוץ, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אויף דער וועלט מער קינדער ווי עלטערן.
אויב שוין יאָ אַזוי, האָט זיך ליסאַ אַוועקגעזעצט און גענומען "גוגלען" און "יאַהוען" מער ווי אַ האַלב יאָר צײַט איבערן עקראַן פֿון איר קאָמפּיוטער. געזוכט און גענישטערט איבער לענדער, אַדאָפּטיר־אַגענצן, און מיט דער צײַט זײַנען ליסאַ און איר מאַן הייטהעם אַרײַנגעצויגן געוואָרן אין אַן אומגלייבלעכן ווירוואַר פֿון גורל. בעת זיי האָבן זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט יתומים־הײַזער, איז זיי, אין 1998, אָנגעקומען אַ ווידעאָ פֿון אַ רוסישן יתומים־הויז. מען האָט זיי געוויזן אַ צווילינג, אַ ברודערל מיט אַ שוועסטערל, וועלכע די עלטערן האָבן אַוועקגעגעבן גלײַך נאָכן געבורט צוליב גרויסער נויט און אָרעמקייט. דאָס יתומים־הויז האָט זיך דערווײַל דערוווּסט, אַז דעם צווילינג האָט די מוטער געהאַט אין דער היים, ביידע זיבעלעך, און אַז מען האָט זיך אויף זיי נישט אומגעקוקט, זײַנען זיי געוואָרן קרעציק און גענומען לײַדן פֿון אויער־ און אַנדערע אָנצינדונגען. קיינער האָט זיך אויף זיי נישט אומגעקוקט און די נפֿשלעך זײַנען געווען פֿאַרמישפּט צו אונטערגאַנג.
דרײַ אַמעריקאַנער דאָקטוירים האָבן ליסאַן געוואָרנט נישט צו אַדאָפּטירן דעם צווילינג, זיי וועלן מסתּמא לײַדן פֿון מוח־דעפֿיציטן און אַנדערע חלאַתן. אָבער מאַן און ווײַב האָבן זיך נישט צוגעהערט. מיט פֿינף חדשים שפּעטער, אין יאַנואַר 1999, מיט אַ ווידעאָ־קאַמער אין האַנט, זײַנען זיי אָנגעקומען קיין מאָסקווע, גענומען די באַן און אַוועק אינעם יתומים־אַנשטאַלט ערגעץ אין אַ דערפֿל אין סיביר. דאָס דערפֿל האָט דערמאָנט אין קעניג סאָביעצקיס צײַטן. די גאַסן נישט ברוקירט, קאָזעס האָבן דאָ געקענט גריזשען דעם שטרוי פֿון די דעכער, אַזוי נידעריק זײַנען די דעכער געווען. קאַטשקעס האָבן זיך געקאַטשעט, הענער האָבן געקרייט, און דאָ קומען אָן צוויי אַמעריקאַנער פֿון 21סטן יאָרהונדערט, מיטן גאַנצן קלאַפּער־געצײַג. סוף־כּל־סוף האָט מען זיי אַרײַנגעפֿירט אינעם יתומים־הויז. איר האָט שוין געמעגט אָנקוקן דעם שליאַך, די פֿאַראומערטע פּנימער פֿון די יתומים. דער צווילינג איז געלעגן אין בעטלעך, קינדערלעך וואָס האָבן זיך גענייטיקט אין אַלע פּריווילעגיעס וואָס ס‘קומט האַלב־יאָריקע נפֿשלעך. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט גאָרנישט געקענט אָפּטרעטן פֿון זיי. זיי האָבן זיי אַ נאָמען געגעבן סאָפֿיע און דזשאָו. דאָס ייִנגעלע האָט קוים געווויגן 11 פֿונט און זי 12, אַ העלפֿט פֿון אַ נאָרמאַלער וואָג. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט אַדאָפּטירט דעם צווילינג, אַהיים גענומען, זיי געשלעפּט צו קינדער־דאָקטוירים. חדשים לאַנג האָבן די קינדער נישט אויפֿגעהערט צו עסן. שלאָפֿלאָזע נעכט, אָפּגעשוואַכט, און אַלע מאָל מיט היץ. דער מאַן, דערציילט די פֿרוי, איז געזעסן בײַם בעט מיטן ייִנגעלע גאַנצע נעכט, טרערן האָבן זיך געגאָסן פֿון זײַנע אויגן, קוקנדיק אויפֿן קינד. פֿלעגט ער שעפּטשען:
"איך וועל דיך מאַכן גאַנץ. אַלץ וואָס דו דאַרפֿסט איז עסן און ליבע און איבערגעגעבענע עלטערן".
הײַנט זײַנען שוין דער קליינער דזשאָו און סאָפֿיע געזונטע און לעבעדיקע קינדערלעך, אַמעריקאַנער, רעדן אַ פּרעכטיקן ענגליש, ביידע גייען אין קינדער־גאָרטן. די אַלע פֿיזישע פּראָבלעמען האָבן זיך פֿון זיי אָפּגעטאָן, און די גאַנצע געשיכטע פֿון זייער אָפּשטאַם איז פֿאַרגעסן געוואָרן. סאָפֿיע איז שוין אַ שעמעוודיקע באַלערינע, און דזשאָו, וואַקסט אַן אַטלעט, שפּילט בייסבאָל. "זיי זײַנען אַזעלכע צוגעבונדענע קינדער, פֿול מיט ליבשאַפֿט און דרך־ארץ פֿאַר טאַטע־מאַמע", דערציילט ליסאַ. און דאָס לעבן פֿון דער קליינער משפּחהלע האָט זיך גענומען סטאַביליזירן.
זיי האָבן נישט געהאַט קיין אַנונג וואָס עס דערוואַרט זיי. עפּעס האָט זיך דאָ נישט געסטיסעוועט. אַז מען האָט געפֿרעגט די קינדער וווּ זיי זײַנען געבוירן געוואָרן, האָבן זיי געענטפֿערט, אין רוסלאַנד צוזאַמען מיט אונדזערע ברידער און שוועסטער. די קינדער זײַנען געוואַקסן געזונט און שטאַרק, אָבער סײַ די קינדער און סײַ די עלטערן האָט עפּעס דאָקוטשעט. זיי האָבן זיך נישט מיר — נישט דיר, דערוווּסט, אַז ס'עקזיסטירט אַ צווייט און אַ דריט פּאָר צווילינגען, אַז דער צווילינג האָט נאָך פֿאַרמאָגט צוויי שוועסטער און צוויי ברידער אין עטלעכע יתומים־הײַזער. מיט דער צײַט האָט ליסאַ באַשלאָסן אַז זייער צווילינג דאַרף וויסן אַ ביסעלע מער וועגן זייער ביאָלאָגישער משפּחה און אפֿשר אַפֿילו זיך פֿאַרשטענדיקן מיט זיי. שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אין נאָוועמבער 2003, כּמעט פֿינף יאָר נאָכן אַדאָפּטירן זייער צווילינג, האָבן ליסאַ און איר מאַן באַשלאָסן אַראָפּצוכאַפּן זיך אין שטעטל מאָרענאָ, אַ דערפֿל אין צפֿון־מערבֿ פֿון רוסלאַנד, וווּ עס האָבן נאָך געלעבט די ביאָלאָגישע עלטערן.
בײַם אָנקומען האָבן זיי זיך דערוווּסט, אַז דער צווייטער צווילינג און דער דריטער, זײַנען שוין ערגעץ צעזייט און צעשפּרייט אין פֿאַרשיידענע יתומים־הײַזער. זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז אין רוסלאַנד זײַנען פֿאַראַן דרײַ הונדערט טויזנט יתומים וואָס לעבן אין די שרעקלעכסטע באַדינגונגען, וואָס די עלטערן האָבן זיי אַוועקגעגעבן צוליב הונגער און נויט און שיכּרות. דאָס אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק האָט זיך דערוווּסט, ערשטנס, וווּ די קינדער געפֿינען זיך און אַז מען האָט די צווילינגען צעשיידט. ווען ליסאַ האָט דערזען די בילדער פֿון די צווילינגען, האָט זי דערקענט די אויגן פֿון אירע קינדער, און איידער וואָס־ווען האָט מען זיך דערוווּסט וואָס די קינדער זײַנען אויסגעשטאַנען. איינזאַמקייט, קיינער האָט זיך אויף זיי נישט אומגעקוקט, אַ שרעק בלויז אַ טראַכט צו טאָן וועגן דעם. סערגיי און ניקאָלײַ זײַנען צען יאָר אַלט און וועראַ און נאַדיאַ — עלף. די עלטערן האָבן זיי פֿאַרנאַכלעסיקט, וואָכן לאַנג זיי איבערגעלאָזט אָן עסן און אָן באַהייצונג, אין שמוץ און ברוד. ביידע זײַנען געווען שיכּורים. זיי זײַנען כּמעט ווי נישט געגאַנגען אין שול. ווען די יתומים־הײַזער האָבן זיי צוגענומען, האָט מען זיי נישט צעטיילט, אָבער מיט דער צײַט האָט מען זיי אָפּגעשיידט און איצט לעבן זיי הונדערט קילאָמעטער איינער פֿון אַנדערן. אין אַן אָפּגעלאָזטן הויז, וווּ עס פֿעלט לויפֿנדיק וואַסער, עסן, קליידונג און שיך איז אַ לוקסוס. ווען די אַמעריקאַנער עלטערן פֿון ערשטן צווילינג האָבן זיך דאָס אַלץ דערוווּסט, איז זיי אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם דאָס אַלץ צו פֿאַרדײַען. דער מאַן האָט אָנגעקוקט דאָס ווײַב און דאָס ווײַב דעם מאַן און ביידע האָבן זיך אָפּגערופֿן: "דו טראַכסט אפֿשר דאָס זעלביקע וואָס איך?"
ביידע האָבן געשאָקלט מיטן קאָפּ אויף יאָ, און מאָמענטאַל באַשלאָסן צו אַדאָפּטירן די אַנדערע פֿיר קינדער, זיי זײַנען דאָך פֿאָרט געווען די לײַבלעכע ברידער און שוועסטער פֿון זייערע קינדער. אין אַפּריל 2004, האָט דאָס אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק געהאַט אַ פּלאַן. זיי וועלן נעמען זייער סאָפֿיע און דזשאָו, טרעפֿן זיך מיט זייערע געשוויסטער אין רוסלאַנד מיטן באַדינג אָנצוהייבן דעם פּראָצעס צו אַדאָפּטירן די אַנדערע פֿיר קינדער. האָבן זיי זיך אַרויסגעלאָזט זאַלבע פֿערט אויף דער לאַנגער רײַזע, פֿול מיט שרעק און ענטוזיאַזם. קודם־כּל האָט מען זיך געוווּנדערט צי די קינדער וועלן בדעה האָבן אַדאָפּטירט צו ווערן, נישט וועלן מיטקומען מיט זיי, האָבן פּראָבלעמען מיט דער רוסישער ביוראָקראַטיע. זיי זײַנען אָנגעקומען אין יתומים־הויז וווּ די מיידלעך האָבן זיך געפֿונען, נישט געוווּסט וואָס דאָ וועט געשען. די רוסישע אַמט־ביוראָקראַטן האָבן נישט דערלויבט צו באַנוצן זיך מיט דער קאַמער, האָט זיי די טעלעוויזיע־סטאַנציע אָנגעגורט מיט אַ ווידעאָ־קאַמער און געבעטן צו רעקאָרדירן אַזוי פֿיל ווי מעגלעך.
ליסאַ דערציילט, אַז ווי נאָר זי האָט דערזען די 12־יאָריקע מיידלעך, אַזוי האָבן זיי באַלד געפֿאַנגען איר האַרץ. די מיידלעך זײַנען געווען פֿרײַנדלעך, באַלד אַרויסגעוויזן ליבשאַפֿט צו זיי. זיי האָבן אָבער דערציילט אויף וויפֿל זיי בענקען נאָך זייערע ברידערלעך. דזשאָו און סאָפֿיע האָבן דאָך קיין מאָל נישט געזען זייערע שוועסטער, זיי האָבן נישט געקענט רעדן זייער שפּראַך, אין גאַנצן געווען פֿרעמד. אָבער אין עטלעכע מינוט האָט זיך אין זיי דערוועקט אַ נאָענטקייט און אַ ליבשאַפֿט, ווי זיי וואָלטן די גאַנצע צײַט געווען צוזאַמען. מען האָט זיך באַלד צוגעטוליעט איינס צום אַנדערן, געקושט זיך און די ליבשאַפֿט האָט איבערגעהיפּט די שפּראַך. מען האָט די אַמעריקאַנער געסט געוואָרנט אַז מיט די ייִנגלעך וועט עס צוגיין אַנדערש. סערגיי און ניקאָלײַ זײַנען נאָך געווען דערשיטערט פֿון דעם וואָס זיי האָבן דורכגעמאַכט אין זייערע יונגע לעבנס. דזשאָו און סאָפֿיע זײַנען שוין געווען זעקס יאָר אַלט און ביידע קינדער האַלטן בײַם באַקענען זיך איצט מיט זייערע ברידערלעך צום ערשטן מאָל אין זייער לעבן. און עס איז געווען מאָדנע, זייער מאָדנע, ווײַל סערגיי און ניקאָלײַ האָבן נישט געוווּסט וואָס צו טאָן אַרום די פֿרעמדע מענטשן. מיט אַ מאָל האָט דער קליינער דזשאָו אָנגעהויבן וויינען בעת ער איז צוגעגאַנגען צו זײַן ברודער ניקאָלײַ, אים אַרומגענומען און גענומען האַלדזן און קושן. סאָפֿיע האָט דאָס זעלבע געטאָן מיט איר ברודער סערגיי און די קאַלטע אויפֿנאַמע האָט זיך צעוואַרעמט, אַפֿילו צעפֿלאַקערט.
(סוף אין קומענדיקן נומער)