(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)
דאָ האַנדלט זיך וועגן אַן אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק וואָס האָט אַדאָפּטירט אַ צווילינג פֿון אַ יתומים־הויז אין טיף רוסלאַנד. אַהיים געברענגט די עופֿעלעך, וועלכע זײַנען געבוירן געוואָרן פֿאַר דער צײַט, בײַ עלטערן, וועלכע האָבן געלעבט אין גרויס נויט און געשיכּורט און האָבן זיך נישט אומגעקוקט אויף זיי חדשים לאַנג. ווען דאָס אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק, ליסאַ און הייטהעם האָבן זיי אַהיים געברענגט, האָבן זיי עס געטאָן נישט קוקנדיק אויף די וואָרענונגען פֿון זייערע דאָקטוירים,
וועלכע האָבן געטענהט, אַז די קינדער וועלן זײַן פֿאַרמישפּט צו שווערע קראַנקייטן און וועלן מסתּמא אויסוואַקסן נישט דערבאַקענע. אָבער אין לעבן האָט עס נישט פּאַסירט. אין לעבן זײַנען די קינדער אויסגעוואַקסן געזונט און שטאַרק און ליבלעך און טײַער. מיט דער צײַט האָט זיך דאָס פּאָרפֿאָלק דערוווּסט, אַז עס געפֿינען זיך אין סיביר, אין יתומים־הײַזער נאָך אַ פּאָרל צווילינגען — צוויי לײַבלעכע שוועסטער און ברידער פֿונעם ערשטן צווילינג סאָפֿיע און דזשאָו. די אַמעריקאַנער עלטערן האָבן באַשלאָסן צו אַדאָפּטירן די אַנדערע צוויי צווילינגען און אַוועק קיין רוסלאַנד מיט זייער ערשטן צווילינג צו באַקענען זיי מיט זייערע נאָענטע, און צו פֿאַרהאַנדלען מיטן רוסישן געריכט־וועזן. און איצט לייענט ווײַטער:
און אַזוי קושנדיק און האַלדזנדיק, זײַנען אַוועק שעהען. און סערגיי און ניקאָלײַ האָבן זיך דערלויבט צו שמייכלען און אַפֿילו לאַכן. בײַם געזעגענען זיך, האָבן די עלטערן צוגעזאָגט די ייִנגלעך צו קומען צוריק. זיי אַדאָפּטירן און מיטנעמען קיין אַמעריקע. זיכער זײַנען זיי נישט געווען זיכער צי מ׳וועט זיי דערלויבן דאָס צו טאָן. די רוסישע געריכטן זײַנען זייער שטרענג ווען עס קומט צום אינטערנאַציאָנאַלן אַדאָפּטיר־פּראָצעס. דאָס געריכט האָט זיך געשטעלט נאָכצופֿאָרשן די פּרטים פֿון דער אַמעריקאַנער משפּחה: זייערע פֿינאַנצן, זייער פֿאַרגאַנגענהייט, זייער היים, זייערע אַרבעטס־שטעלעס און מעדיצינישע דאָקומענטאַציע. נאַכער דאַרפֿן די קינדער זעלבסט זאָגן די ריכטער צי זיי ווילן אַדאָפּטירט ווערן. די אַנדערע שרעק וואָס האָט אַרומגעכאַפּט ליסאַן און איר מאַן הייטהעם, איז געווען די מורא, אַז די ביאָלאָגישע עלטערן וועלן זיך אַנטקעגנשטעלן און אָפּשטעלן דעם אדאָפּטיר־פּראָצעס.
אין פּענסילוועניע, וווּ דאָס אַמעריקאַנער פּאָרפֿאָלק האָט געוווינט, האָט דער ערשטער צווילינג, סאָפֿיע און דזשאָו, גענומען זיך לערנען אַ ביסל די רוסישע שפּראַך, זיי זאָלן זיך קענען צוזאַמענרעדן מיט זייערע געשוויסטער. אין רוסלאַנד, אַלץ וואָס די עלטערן האָבן זיך געקאָנט פֿאָרשטעלן, זײַנען געווען די שרעקלעכע באַדינגונגען, אונטער וועלכע די שוועסטער און ברידערלעך האָבן געלעבט. דאָס יתומים־הויז האָט זיך געהאַלטן אויף הינערשע פֿיסלעך. די קעלט האָט געבושעוועט און קיין היץ און קליידונג צו באַשיצן זיך איז נישט געווען. זיי זײַנען געזעסן אין אַמעריקע און דער זייגער איז געלאָפֿן. זיי האָבן געוואַרט מען זאָל זיי לאָזן וויסן וווּ מען האַלט. קינדער ווערן עלטער. זיי זײַנען שוין נישט קיין קליינע קינדער: די מיידלעך — 12, און די ייִנגלעך — נאָענט צו 10 יאָר אַלט. דאָס איז זייער לעצטע געלעגנהייט אויסגעלייזט צו ווערן פֿון דעם גיהנום. זייערע שאַנסן האָבן אָנגעהויבן אײַנצושרינקען. אין רוסלאַנד, פּונקט ווי אין אַנדערע יתומים־הײַזער איבער דער וועלט, נאָכן עלטער פֿון פֿינף יאָר, האָבן 95 פּראָצענט קינדער שוין מער נישט קיין אויסזיכט אַדאָפּטירט צו ווערן. די סטאַטיסטיק אין רוסלאַנד באַווײַזט, אַז די קינדער וואָס ווערן נישט אַדאָפּטירט, דערוואַרט אַ דריטל פֿון זיי היימלאָזיקייט; און צען פּראָצענט פֿון זיי באַגייען זעלבסטמאָרד.
הייטהעם, דער אַמעריקאַנער טאַטע, איז פֿון פֿאַך אַן אינזשעניר. פֿאַרדינט 64 טויזנט דאָלאַר אַ יאָר. ליסאַ אַרבעט בלויז אַ פּאָר שעה אַ טאָג אין אַ זקנים־הויז. אויסצוהאַלטן אַ משפּחה פֿון פֿיר, איז איין זאַך. אָבער פֿאָרן קיין רוסלאַנד — די אויסגאַבעס זײַנען גרויס; און אויב עס וועט זיי געלינגען צו אַדאָפּטירן די פֿיר שוועסטער און ברידער, וועלן זיי פֿאַרטאָפּלען די צאָל מענטשן אין דער משפּחה. ווער ווייסט ווי אַזוי זיי וועלן אויסקומען. אָבער זיי טראַכטן נישט וועגן דעם. און וווּנדער איבער וווּנדער... די גאַנצע אויסערגעוויינטלעכע געשיכטע האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין זייער שטעטל. די צײַטונגען און טעלעוויזיע האָבן נישט אויפֿגעהערט צו דערציילן די וווּנדיירים פֿון דער משפּחה און זייערע איבערלעבונגען. דאָס גאַנצע שטעטל האָט אַדאָפּטירט די סיילעמס. די אײַנוווינער האָבן גענומען שיקן בײַשטײַערונגען, בעת די סיילעמס האָבן געוואַרט מיט גרויס אומגעדולד אויף אַן ענטפֿער פֿונעם רוסישן געריכט, זיי זאָלן וויסן וווּ זיי האַלטן. אַלץ וואָס זיי האָבן געקאָנט טאָן, איז זיצן בײַם טעלעפֿאָן אין דערוואַרטונג.
סוף־כּל־סוף האָט דער טעלעפֿאָן געקלונגען. עס איז אויסגעפֿאַלן דעם 24סטן יוני, 2004, ווען ליסאַ און איר מאַן הייטהעם האָבן זיך צוריקגעקערט קיין רוסלאַנד. דאָס מאָל — אַליין, אָן די קינדער. פֿון מאָסקווע, ווידער אַ מאָל גענומען די באַן און אָפּגעפֿאָרן גאַנצע 12 שעה. אויף דער באַן האָבן זיי אײַנגעחזרט די רוסישע ווערטער: "דו ביסט איצט אין גוטע הענט, האָסט נישט וואָס מורא צו האָבן". ווי נאָר זיי זײַנען אָנגעקומען איז זיי געוואָרן זיכער, אַז זייער נסיעה איז נישט קיין געזיכערטע. די מיידלעך האָבן שוין גענומען וואַרטן מיט אומגעדולד. ליסאַ און הייטהעם האָבן זיי פֿאַרזיכערט, אַז זיי וועלן זיך צוריקקערן מיט זיי קיין אַמעריקע און צוריק זײַן צוזאַמען מיט זייערע ברידער און שוועסטער. און פֿארגעסט נישט, מיר האָבן אײַך ליב ווי אייגענע קינדער. די מיידלעך זײַנען שוין געוואָרן אומגעדולדיק; זיי האָבן געהאַלטן אין איין פֿרעגן, ווען וועט עס שוין געשען? ווי שנעל? און בעת די מיידלעך האָבן זיך געזאָרגט וועגן זייער צוקונפֿט, זײַנען די סיילעמס דערווײַל אָפּגעפֿאָרן הונדערט קילאָמעטער צו זען די צוויי ייִנגלעך. און די גאַנצע צײַט האָט זיי געקלאַפּט אַ צאָן אין אַ צאָן — זײַנען די ייִנגלעך אַדורך צו פֿיל טראַוומע? זײַנען זיי שוין צו אַלט זיך צוצוטוליען צו אַ נײַער משפּחה? דער עיקר סערגיי. ער איז געווען אַ שווײַגער. מורא געהאַט אָנצוּוואַרעמען זיך לעבן דעם נײַעם פֿאָטער. אַנשטאָט דעם, האָבן זיי זיך צוגעקלעפּט צו ליסאַן, זיי האָבן זיך מיט איר געפֿילט נענטער און זי אַזוי צוגעדריקט צו זייער ברוסט, אַז זי האָט ממש פֿאַרלוירן איר אָטעם. דאָס איז געווען זייער חלום. און דער פֿאַקט, וואָס די צוויי אַמעריקאַנער זײַנען צוריקגעקומען נאָך זיי, האָט זיי ממש שאָקירט. אויף צו מאָרגנס האָבן זיך ביידע צווילינגען — די מיידלעך מיט די ייִנגלעך — צונויפֿגענומען, ווײַל אַלע האָבן איצט געדאַרפֿט שטיין פֿאַר אַ ריכטער, וועלכער וועט דאַרפֿן באַשליסן צי דאָס איז אַן איינטאָגיקע שׂימחה, אָדער עס דערוואַרט זיי דאָס גליק אויפֿן לעבן.
אין 2004, דאָס יאָר פֿון דעם גרויסן באַשלוס, האָט זיך די דראַמע אָפּגעשפּילט אין דעם סיבירער געריכט. וועראַ און נאַדיאַ האָבן זיך פֿאַראייניקט מיט זייערע ברידער, סערגיי און ניקאָלײַ, נאָך צוויי יאָר וואָס זיי האָבן זיך נישט געזען. די מיידלעך זײַנען אָנגעקומען די ערשטע, און זיי האָבן אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז אָט־אָט וועלן זיי זיך פֿאַראייניקן מיט זייערע אָפּגעפֿרעמדטע ברידער. פֿון דער ווײַטנס האָבן זיי דערזען סערגייען און ניקאָלײַען. די ברידער און די שוועסטער האָבן געהאַט אַזוי פֿיל צו דערציילן זיך. אָבער די ייִנגלעך, וועלכע זײַנען שוין געווען צען יאָר אַלט, האָבן באַמערקט אויף וויפֿל זייערע 12־יאָריקע שוועסטער זײַנען אויסגעוואַקסן. און דאָס טרויעריקסטע דערפֿון איז, וואָס פֿון דעם אַלעם קען זיך אויסלאָזן אַן אויסגעבלאָזן איי, אויב מ׳וועט נישט דערלויבן די קינדער צו ווערן אַדאָפּטירט פֿון די אַמעריקאַנער עלטערן.
ליסאַ און הייטהעם האָבן פֿאַרזיכערט די ריכטערין, אַז זיי האָבן גענוג פֿינאַנצן אויסצוהאַלטן די דרײַ צווילינגען. איצט איז געבליבן די דילעמע, צי ווילן די קינדער אַדאָפּטירט ווערן? דאָ האָבן זיך ליסאַ און הייטהעם גענומען שרעקן אויפֿדאָסנײַ. די אַטמאָספֿערע אין געריכט איז אַן אָנגעצויגענע, אַ נערוועזע. וואָס וועלן די קינדער זאָגן? און וואָס וועלן זײַן די פֿראַגעס? מען האָט נישט דערלויבט קיין קאַמערעס אין געריכט. ליסאַ האָט געזאָגט, אַז זי איז געווען גרייט אָנצוכאַפּן די ריכטערין און זי פֿאַרזיכערן, אַז די קינדער טאָר מען מער נישט צעשיידן; זיי מוזן אויסוואַקסן צוזאַמען. די ריכטערין האָט אַראָפּגעקוקט פֿון איר פּאָדיום און געזען פֿיר שטאַרק דערשראָקענע קינדער און זיי געפֿרעגט:
— ווילט איר טאַקע ווערן אַדאָפּטירט? איך מוז הערן כאָטש פֿון איינעם פֿון אײַך?
און דאָס איז געווען דער מאָמענט, ווען דער שווײַגנדיקער סערגיי, דאָס ייִנגל וואָס אַלע האָבן אים קלאַסיפֿיצירט ווי אַרײַנגעטאָן אין זיך און זיך נישט געקאָנט דערוואַרעמען, האָט זיך פּלוצעם אויפֿגעוועקט און באַקומען לשון. ער האָט גערעדט קלאָר און דײַטלעך און מיט גרויס שטאָלץ, אין נאָמען פֿון אַלע זײַנע ברידער און שוועסטער, געקוקט דירעקט אין די אויגן פֿון דער ריכטערין, און געזאָגט:
— איך וויל זײַן מיט מײַנע ברידער און שוועסטער. און דער עיקר, מיט מײַן טאַטן און מאַמען.
די גאַנצע צערעמאָניע האָט גענומען צוואַנציק מינוט און די ריכטערין האָט אַרויסגעגעבן איר פּסק:
— די אַדאָפּטירונג איז באַשטעטיקט.
מען האָט געזען ווי טרערן גיסן זיך פֿון אירע אויגן. זי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די קינדער מוזן זײַן צוזאַמען און אַז ס׳דערוואַרט זיי גאָר אַן אַנדער לעבן.
בײַ דער ערשטער מאָלצײַט מיט די קינדער אין רוסלאַנד, האָבן ליסאַ און הייטהעם באַלד געביטן זייערע נעמען, זיי זאָלן באַלד ווערן אַמעריקאַניזירט. די מיידלעך האָבן געהייסן סעלין און דזשוליאַן, און די ייִנגלעך — סעם און דזשייק. די רוסישע נעמען וועלן זײַן זייערע צווייטע נעמען. די לעצטע טעג אין רוסלאַנד האָבן די קינדער גענומען דערציילן וועגן זייערע קאָשמאַרן. און אַזוי אַרום האָט זיך אָנגעהויבן זייער רײַזע פֿון סיביר, אָנהייבנדיק מיט דער פֿינף טויזנט קילאָמעטערדיקער נסיעה צו אַ נײַער היים, אַ נײַ לעבן. אויפֿן וועג האָבן זיי דערזען זייער געבורט־שטעטל מאָרענאָ. דאָ האָבן זיי אַ צײַט געלעבט מיט זייערע ביאָלאָגישע עלטערן. פֿון די באַן־פֿענצטער האָבן זיי אָנגעוויזן די דירה — אויסגעהאַקטע פֿענצטער, אַ צעלעכערטער דאַך. "דאָסווידאַניאַ" מאָרענאָ, האָבן זיי געשעפּטשעט טרויעריק.
צוריק אין פֿילאַדעלפֿיע איז ממש געווען אַ בהלה: טעלעוויזיע־קאַמערעס, זשורנאַליסטן, בילדער. אַפֿילו די אָנגעשטעלטע אויפֿן לופֿט־פֿעלד, וועלכע האָבן בײַגעשטײַערט פֿאַר די בילעטן, זײַנען געקומען זען די צווילינגען. און ווען זיי זענען אַלע אַהיימגעקומען, האָבן זיי דערזען, אַז די שכנים האָבן זיי דערווײַל אויסגעבויט אַ נײַעם פֿליגל צום הויז אין דער ווערט פֿון 55 טויזנט דאָלאַר, מיט עקסטראַ שלאָף- און וואַש־צימערן, מעבל — און אַלץ ווי אַ מתּנה פֿון די שכנים. און די נײַע צווילינגען האָבן נישט געקאָנט גלייבן זייערע אויגן. זיי האָבן געהאַלטן אין איין פֿרעגן: "זײַנען דאָס אונדזערע בעטן? אונדזערע וואַש־צימערן? אונדזערע קליידער?" און זיי האָבן אַרומגענומען די נײַע טאַטע־מאַמע, זיי געקושט און געזאָגט "אײַ לאַוו יו".
די קינדער האָבן זיך געמוזט צוגעוווינען צו טראַכטן אַנדערש. הײַנט גייען זיי אין שול. זיי געפֿעלט די שול. זיי האָבן פֿרײַנד. זיי רעדן שוין ענגליש. ס׳איז נישט נאָר אַ חלום, וואָס איז צושטאַנד געקומען, ס׳איז ממש אַ נס.
און אין מיר האָט די משפּחה אַרײַנגעזעצט אַ נײַע נשמה. איך האָב שוין ווידער אָנגעהויבן צו גלייבן אין דער גוטסקייט פֿון מענטשן.
(דער פּראָגראַם האָט געהייסן:
"פֿון רוסלאַנד מיט ליבע")