פֿאַרלאָפֿן האָט זיך די געשיכטע קוים אַ יאָר נאָך מײַן חתונה. דער טעלעפֿאָן האָט געקלונגען און אויף דער אַנדערער זײַט האָט זיך געהערט אַ יונגע און איידעלע מענער־שטימע. ער האָט מיר צו וויסן געטאָן, אַז ער הייסט לעאָ שטיינבערג און געוואָלט וויסן, צי איך שרײַב אויף אַ ייִדישער שרײַב־מאַשינקע. ווען איך האָב אים פֿאַרזיכערט אַז יאָ, האָט ער פֿרײַער אָפּגעאָטעמט און ווײַטער געצויגן דעם שמועס. ער האָט גערעדט אויף ייִדיש, וואָס אין יענער צײַט איז עס נישט געווען קיין אויסנאַם.
— "איך בין דער זון פֿון י. נ. שטיינבערגן", וואָס אויף מיר האָט עס נישט געמאַכט קיין גרויסן אײַנדרוק, איך האָב נישט געוווּסט ווער דער י. נ. שטיינבערג איז און וואָס פֿאַר אַ ראָלע ער שפּילט אין ייִדישן לעבן. סך־הכּל בין איך דעמאָלט אַלט געווען צוואַנציק יאָר און נישט אוספּייעט זיך צו באַקענען מיטן ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן און אירע קולטור־טרעגער. אַלץ וואָס איך האָב אין יענער מינוט געוואָלט, איז הערן אין וואָס עס האַנדלט זיך. לעאָ שטיינבערג האָט מיר אויפֿגעקלערט די סיטואַציע.
— "אַזוי ווי מײַן טאַטע איז דער פֿירער פֿון דער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג בײַ ייִדן אין אַמעריקע, און אַזוי ווי זײַן סעקרעטאַרקע האָט אים פֿאַרלאָזט צוליב כּמה־וכּמה סיבות, זוכט מען אַרום אַ מענטש ווי מיט ליכט, וואָס קען אַ גוטן ייִדיש, קען אַרבעטן אויף ביידע שרײַב־מאַשינקעס אין ביידע שפּראַכן".
מיט איין וואָרט, ער האָט מיר אָנגעבאָטן אַ שטעלע, וואָס באַצאָלט זיך, כאָטש מ׳קען דערפֿון נישט רײַך ווערן. איך בין נאָך דעמאָלט געגאַנגען אין ייִדישן לערער־סעמינאַר אין די אָוונטן, אָבער בײַ טאָג בין איך נאָך געווען פֿרײַ. ווען איך בין אָנגעקומען אויף דער 86סטער גאַס און ריווערסײַד־דרײַוו, האָב איך צום ערשטן מאָל דערזען אַ לוקסוס־געבײַדע, שוין אָפּגערעדט פֿון דער רחבֿותדיקער דירה פֿון אַ צען צימערן. לעאָ איז געווען אַן עלעגאַנטער יונגער-מאַן, גראַציעז מיט אַן אַריסטאָקראַטיש שיין פּנים. איך בין געשטאַנען צוגעקאָוועט צו דער פּאָדלאָגע און זיך שנעל געכאַפּט, אַז איך האָב ערשט חתונה געהאַט, ווי מעגן אַזעלכע געדאַנקען אַרומבלאָנקען אין מײַן מוח? אָבער נישט געקוקט אויף דעם, בין איך ממש אַנטציקט געוואָרן ווען ד״ר שטיינבערג איז אַרײַן אין צימער. ער איז געווען הויך, פֿאַרמאָגט איידעלע ריסן, די לענגלעכע האָר פֿון טונקל־גרויען קאָליר, פֿאַרשאַרט פֿון אונטן איבער דער פּלייצע. אויפֿן קאָפּ האָט ער געטראָגן אַ קאַפּעלע, עלעהיי אַ פֿרומער ייִד, און וואָס אַן אמת האָב איך זיך גלײַך דערוווּסט, אַז ער האָט ערשט אָפּגעדאַוונט. אויפֿן טיש פֿונעם אַריסטאָקראַטישן עס־צימער האָט געבלאַנקעט אַ ריין, ווײַס טישטעך, אין מיטן טיש איז געשטאַנען אַ וואַזע מיט אַ בוקעט פֿרישע, שמעקעדיקע בלומען, און פֿון דער סטעליע איז אַראָפּגעהאַנגען אַן עלעגאַנטער שענדעליר. דאָס אַלץ איז פֿאַר מיר געווען אַ נײַעס. ד״ר שטיינבערג האָט מיר דערלאַנגט די האַנט און זיך גענומען פֿרייען מיט מיר. ער האָט מיר פֿאַרזיכערט, אַז אונדזער אַרבעט וועט זײַן אינטערעסאַנט, באַלערנדיק און וועט ברענגען גרויס נוצן דער באַוועגונג. אויפֿן דערבײַיִקן שרײַב־טיש זײַנען געלעגן קאָפּיעס פֿונעם זשורנאַל "אויפֿן שוועל", און ד״ר שטיינבערג האָט מיט אַ שמייכל מיר דערציילט, אַז ער קריגט פּאָסט אַדרעסירט צו "מיסטער אויפֿן־שוועל". מיר האָבן ביידע געלאַכט.
איך האָב די אַרבעט אָנגענומען ווײַל די גאַנצע סבֿיבֿה שטיינבערגס איז מיר געווען צום האַרצן. פּאַמעלעך זײַנען מיר צוגעטראָטן צו דער אַרבעט. עס פֿלעגן אַרײַנקומען אַ סך מאָדנע מענטשן, צווישן זיי: אַ סוחר, וואָס איז געווען אַ בעל־הבית פֿון אַ בינדע־פֿאַבריק, אַ הויט־דאָקטער (ד״ר פֿרוכטבוים), אַ קליין, רײַך ייִדעלע מיט אַ הויקערל — אַן אַדוואָקאַט, און זײַן פֿרוי, דווקא אַ הויכע, אַ באַלײַבטע און אויך אַן אַדוואָקאַטקע. עס האָבן זיך אַרום אים אַרומגעדרייט אַלערליי פּאַרשוינען, וועלט־באַרימטע פּסיכאָלאָגן, ווי ד״ר פֿראָם, דאָקטוירים אויף פֿאַרשיידענע געביטן און סתּם עמך. פֿאַר מיר איז דאָס אַלץ געווען אומפֿאַרשטענדלעך. דאָס יאָר איז געווען 1957, נײַן יאָר נאָך דער עטאַבלירונג פֿון מדינת־ישׂראל, און איך שרײַב בריוו צו די הויכגעשעצטע פּרינצן, קעניגן, דיקטאַטאָרן און טיראַנען פֿון עקוואַדאָר, אוגאַנדע, סורינאַם און נאָך אַ וועלט מיט לענדער, וואָס זײַנען מיר געווען לגמרי פֿרעמד. ד״ר שטיינבערג איז געווען אַן אויסנאַם פֿון אַן אַרבעטס־געבער. קודם־כּל, האָט ער זיך אַן עצה געהאַלטן מיט מיר ווען ס׳האָט זיך געהאַנדלט וועגן שפּראַך־אויסדרוקן אויף ענגליש. ער האָט זיך צוגעהערט מיט גרויס נײַגער צו דעם, וואָס איך האָב געהאַט צו זאָגן, מיט איין וואָרט — ער האָט זיך געטיילט מיט זײַנע געדאַנקען און אײַנפֿאַלן. איך בין געווען אין זיבעטן הימל. איך האָב זיך ממש פֿאַרליבט אין אים. ווען איך האָב אים געזען שפּאַצירן אין גאַס, און דער ווינט האָט געשוועבט דורך זײַנע לענגערע האָר, פֿאַרקעמטע אויף אַהינטער איבער דער פּלייצע, די אויגן שטראַלנדיק, דאָס פּנים אויפֿגעלייגט, האָב איך זיך געטראַכט, אַז אַזוי האָבן געמוזט אויסזען אונדזערע נבֿיאים. בײַ די פֿאָרלעזונגען און דיסקוסיעס, וואָס ער האָט אײַנגעפֿירט אין זײַן דירה, פֿאַר אַ געקליבענעם עולם, איז זײַן אָראַטאָריע געווען פֿאַרכאַפּנדיק. זײַנע חסידים האָבן אים ממש געדינט. איך בין געווען פֿאַרחידושט. מיט דער צײַט האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ד״ר שטיינבערג האָט אָפּגעשטאַמט פֿון אַ העכסט רעליגיעז הויז; ער און זײַן ברודער אַהרן זײַנען טאַקע געבליבן פֿרומע ייִדן. ביידע ברידער זײַנען אין רוסלאַנד געוואָרן אויסגעשולט אין יורי, און פֿאַרנומען בכּבֿודיקע פּאָזיציעס. צו מיר איז דערגאַנגען אַ קלאַנג, אַז ד״ר שטיינבערג איז אַמאָל געווען יוסטיץ־מיניסטער אין לענינס קאַבינעט, (בלויז אַ פּאָר חדשים צײַט), און אַז דער קאַבינעט האָט געמוזט נעמען די באַן און אָפּשטאַטן אַ וויזיט ערגעץ ווײַט, האָט מען אָפּגעשטעלט די באַן ביז דער שבת איז אַריבער. אַזוי האָב איך געהערט רעדן. איין מאָל, טאַקע אין מיטן דער אַרבעט, האָב איך זיך אָנגענומען מיט מוט און געפֿרעגט:
— "זאָגט מיר, ד״ר שטיינבערג, איך בעט אײַך, אַז מיר ייִדן האָבן שוין מדינת־ישׂראל, צו וואָס זוכט מען נאָך אַלץ אַ טעריטאָריע פֿאַר ייִדן ערגעץ אין די הייסע מדינות?"
ד״ר שטיינבערג האָט פֿאָטערלעך געשמייכלט און געענטפֿערט:
— "דו פֿאַרשטייסט, מדינת־ישׂראל איז אַ קליין לענדעלע, עס קען נישט אַרײַננעמען אַלע ייִדן. און נאָך אַ זאַך. ייִדן טאָרן נישט זײַן פֿאַרזאַמלט אַלע אויף איין אָרט. חס־וחלילה, ס׳קומט אויף אַ צווייטער היטלער, ווישט ער אונדז אַלע אַוועק פֿונעם אויבערפֿלאַך פֿון דער ערד. דעריבער מוזן מיר זײַן פֿאַרזאַמלט ערגעץ אַנדערש, זײַן צוזאַמען, בויען אַ ייִדיש וועלטל אויף אונדזער קולטור־פֿאַרמעגן, אָפּהיטן די ייִדישע שפּראַך, טראַדיציעס און קולטור".
פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס אַלץ איז פֿאַר מיר געווען פֿרעמד. איך האָב נאָך נישט געהערט אַזעלכע רייד. אַ צווייט מאָל האָב איך אים באַלעסטיקט מיט אַן אַנדער פֿראַגע.
— "זאָגט מיר, ד״ר שטיינבערג, דער ייִד מיט דער פֿאַבריק פֿון בינדעס, די קראַוואַטן הייסט עס, וואָס דרייט ער זיך דאָ אַרום, וואָס?" האָט ער מיר געענטפֿערט:
— "פֿאַרשטייסט, ווען מיר וועלן אָפּקויפֿן אַ טעריטאָריע ערגעץ אין אַפֿריקע, לאָמיר זאָגן, וועט דער ייִד אַריבערפֿירן זײַן פֿאַבריק אַהין, דאָרט אָנשטעלן אַרבעטער און דאָס וועט זײַן די ערשטע אינדוסטריע, וואָס מיר וועלן פֿאַרמאָגן".
— "יאָ! אָבער ווער טראָגט בינדעס אין אַפֿריקע?" האָב איך געוואָלט וויסן, "מ׳קען דאָך דאָרט צעשמאָלצן ווערן פֿאַר היץ. און בכלל, די אַפֿריקאַנער גייען אָנגעטאָן אין זייערע אייגענע אוביאָרן (אָנטועכץ)". ד״ר שטיינבערג האָט ווידער געשמייכלט.
— "לאָמיר נאָר האַלטן דערבײַ, וועט מען זיך שוין אַן עצה געבן".
פֿאַרשטייט זיך, אַז הײַנט, ווען מען שיקט אַוועק כּמעט די גאַנצע אַמעריקאַנער אינדוסטריע קיין כינע און אינדיע, פֿאַרשטיי איך, אַז ער איז געווען אַ וויזיאָנער אין דעם פּרט. דעמאָלט האָט עס מיר אויסגעזען פֿאַנטאַסטיש, און שטיינבערג אַ פֿאַנטאַזיאָר. און כאָטש איך בין דעמאָלט געווען מיט צענדליקער יאָרן גערוקט פֿון אים, און ער אין די זיבעציקער, האָב איך געקוקט אויף אים ווי אויף אַ נאַיִוון מענטשן, עפּעס האָט ער מיך דערמאָנט אין די פֿאַנטאַסטישע בײַקעס (מעשׂהלעך), אַ נישט היגער, אַ מענטש מיט ביידע פֿיס און דעם קאָפּ אין הימל. איך האָב זיך דערוווּסט, אַז די אַלע רײַכע אײַנגייער זײַנע, האַלטן אים אויס בכּבֿוד־גדול און אַז עס פֿעלט אים נישט פֿון קיין פֿויגל־מילך. איין זאַך האָט אים יאָ אויסגעפֿעלט: דאָס געזונט. שטיינבערג האָט געליטן אויפֿן האַרץ, און שוין אַדורכגעמאַכט אַ פּאָר האַרץ־אַטאַקעס. ער האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז ווען דער האַרץ־ספּעציאַליסט האָט באַטראַכט זײַן האַרץ, האָט ער אויסגעפֿונען, אַז ער האָט אַ ייִדיש האַרץ. מיט אַ מאָל האָב איך זיך דערוווּסט, אַז זײַן באַליבטע טאָכטער אַדאַ, וועלכע האָט אָנגעפֿירט מיט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם און געווען אַן אײַנגייערין אין דער "יו־ען", איז געשטאָרבן. דאָס האָט שטיינבערגן פּריטשמעליעט. ער פֿלעגט צוריקקומען פֿון שפּיטאָל, וווּ זי האָט זיך געמאָרדעוועט מיטן טויט, זיך אַוועקגעזעצט אויף אַ קליינער באַנק בײַם אַרײַנגאַנג, נישט אָנגעצונדן די ליכט, און אַזוי געזעסן ביז ער איז צו זיך געקומען. איך האָב נישט געוווּסט, ווי אַזוי צו טרייסטן אַן עלטערן, צעבראָכענעם מענטשן, בין איך געזעסן בײַ דער שרײַב־מאַשינקע און אַרײַנגעכליפּעט אין טאַשן־טיכל. איך האָב אים ליב געהאַט, דעם מאָדנעם, טשודנעם, אויסטערלישן מענטשן. זײַן איידלקייט, זײַן צאַרטקייט, זײַן מוסטער פֿון אַ מענטשן, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז אַ פּריווילעגיע געווען אים צו קענען. צו זײַן לוויה איז אָנגעקומען זײַן ברודער אַהרן פֿון לאָנדאָן, זײַנע צוויי אַנדערע קינדער, און די אינטעליגענץ פֿון ייִדישן ניו־יאָרק. איך בין געווען צעבראָכן וואָכן לאַנג נאָך זײַן טויט.
און אַזוי האָט זיך געענדיקט מײַן סאַגאַ מיטן וווּנדערלעכן מענטשן ד״ר י. נ. שטיינבערג, וואָס ווען איך דערמאָן זיך אין אים, שטייען מיר נאָך אַלץ טרערן אין די אויגן.