פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Photos Courtesy of The National Center for Jewish Cultural Arts
Photos Courtesy of The National Center for Jewish Cultural Arts

(צווייטער אַרטיקל)

ביז אַהער האָב איך באַשריבן דעם דאַכאַו־אַלבאָם מיט די דרײַסיק קונסט־בילדער און איבער 250 פֿאָטאָגראַפֿיעס און ווי אַזוי דער 17־יאָריקער אַרנאָלד (אָלעג) אונגער, וועלכער איז געבליבן צוויי יאָר צײַט אין דאַכאַו נאָך דער באַפֿרײַונג און געאַרבעט פֿאַר דער אַמעריקאַנער אַרמיי, איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע. ווען אַרנאָלד אונגער איז אָנגעקומען אַהער אין 1947, האָט אים אויפֿגענומען זײַנס אַ קוזין, אים אַרײַנגענומען צו זיך אין הויז. מיט דער צײַט האָט ער חתונה געהאַט מיט אַן אַמעריקאַנער מיידל, מיט איר געהאַט פֿיר קינדער און צום סוף באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, איבערלאָזנדיק דעם דאַכאַו־אַלבאָם זײַנע קינדער, וועלכע האָבן קיין אַנונג נישט געהאַט וואָס דער אַלבאָם שטעלט מיט זיך פֿאָר. דער מענטש פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן פֿאַרעפֿנטלעכן דעם אַלבאָם איז געווען טאַקע אַבֿרהם (אַבֿי) האָפֿמאַן, וועלכער האָט מיר דערציילט מיט אַלע פּרטים די געשיכטע פֿונעם דאַכאַו־אַלבאָם און איצט לייענט ווײַטער:

"מיר זײַנען אַוועק קיין דײַטשלאַנד זוכן די שפּורן, פֿון וואַנען און ווער עס האָט געמאָלן די בילדער. נאָכן אָפּשטאַטן אַ וויזיט אין דאַכאַו זײַנען מיר אַוועק קיין באַדאַרלסאָן, אין International Tracing Service, וווּ עס געפֿינען זיך אין דרײַ געבײַדעס פֿופֿציק מיליאָן דאָקומענטן פֿון די חורבן־געליטענע. אַלץ וואָס מיר האָבן געדאַרפֿט טאָן איז אַרײַנשטעלן אין זייער קאָמפּיוטער־סיסטעם 'אַרנאָלד אונגער', צוזאַמען מיט זײַן קאַצעט־נומער, און אויך דעם נאָמען פֿונעם קינסטלער 'מיכאַעל פּאָראָלסקי', און זײַן קאַצעט־נומער. און מיט אַ מאָל האָט מען דערזען אַלע זייערע דאָקומענטן. ס'האָט גענומען אַ שעה צײַט און מיר האָבן געהאַט אַלע פֿאָטאָ־קאָפּיעס, צווישן זיי — ווען אַרנאָלד אונגער איז אָנגעקומען קיין דאַכאַו. דאָרט איז ער מער נישט געווען רעגיסטרירט ווי אַ ייִד, נאָר ווי אַ פּאָליאַק.

ער איז אָנגעקומען קיין דאַכאַו דרײַ וואָכן פֿאַר דער באַפֿרײַונג. די ׳עס־עס׳ איז שוין געווען פֿאַרנומען מיט דער קאַפּיטולאַציע, האָט מען זיך נישט אומגעקוקט. אַרנאָלד אונגער איז פֿאַרשלעפּט געוואָרן קיין דאַכאַו פֿונעם קאָנצענטראַציע־לאַגער נאַצווײַלער, וווּ ער איז יאָ געווען פֿאַרשריבן ווי אַ ייִד. אין צווישנצײַט איז פֿאַרלוירן געגאַנגען זײַן אידענטיטעט. לויט איינעם וואָס איז אַליין אַדורך דעם חורבן, דוד געווירצמאַן, קומט אויס, אַז דער 15־יאָריקער אַרנאָלד איז געווען אַזוי באַהאַוונט אין פּויליש, אַז ס'איז אים געלונגען איבערצײַגן די ׳עס־עס׳, אַז ער איז אַ פּאָליאַק און דער פֿאַקט וואָס דאַכאַו איז שוין דעמאָלט אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ צושטאַנד פֿון כאַאָס, האָט מסתּמא געהאָלפֿן אַרנאָלדן צו ראַטעווען זיך.

מיר האָבן זיך דאָ אויך אָנגעשטויסן אינעם קינסטלער פּאָראָלסקי. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אין 1949 איז ער אַוועק קיין אויסטראַליע און אין 1963 האָט ער זיך צוריקגעקערט קיין וואַרשע און אָנגעהויבן שרײַבן בריוו קיין דײַטשלאַנד, פּרובירט צו באַקומען גוטמאַכונג־געלטער. מיר האָבן זיך דערוווּסט, אַז ער איז געווען אַ קאַטויל. אין פּוילן האָט ער געוווינט מיט זײַנס אַ קוזינע. ער האָט קיין מאָל נישט חתונה געהאַט. מיר האָבן אויך געפֿונען בריוו, וועלכע ער האָט געשריבן פֿון ענגלאַנד, וווּ ער שרײַבט, אַז ער איז געווען אין פּאַריז און ווידער צוריקגעפֿאָרן קיין פּוילן. צום סוף, שרײַבט ער אַ בריוו פֿון וואַרשע אין 1973, וווּ ער גיט איבער, אַז ער שטאַרבט ממש פֿאַר הונגער און ווייסט נישט וואָס צו טאָן. ער איז קראַנק און קען נישט אַרבעטן. ער קלאָגט זיך, אַז די דײַטשן האָבן חרובֿ געמאַכט זײַן לעבן.

"ווען מיר האָבן פֿאַרענדיקט מיט פּאָראָלסקיס דאָקומענטאַציע, האָב איך געוואָלט אויסגעפֿינען דעם גיהנום־וועג פֿון מײַן אייגענעם טאַטן, מענדל האָפֿמאַן, וועלכער איז אַדורך די שיבֿעה־מדורי־גיהנום, אַרײַנגערעכנט אוישוויץ, אַלעס אַ יונגער בחור פֿון 15־16 יאָר. גיי איך אַרויף אויפֿן אייבערשטן שטאָק פֿונעם דאָקומענטאַציע־צענטער, און הייב אָן זוכן מײַן טאַטנס דאָקומענטן. מיר איז באַהילפֿיק דער הויפּט־אַרכיוויסט אודאָ יאָסט, אַ קליין ברייטהאַרציק מענטשעלע. ער פֿירט מיך דורך די אַרכיוון, און געפֿינט דאָס וואָס איך זוך. ער לייגט מײַן טאַטנס דאָקומענטן אויפֿן טיש און איידער איך האָב געהאַט די געלעגנהייט אַרײַנצוקוקן אין זיי, האָט מען ביידע דערזען, זיצנדיק בײַ אַ טיש אַ מאַן און אַ פֿרוי, פֿאַרנומען אין אַרכיוואַלע דאָקומענטן. ווען אודאָ דערזעט זיי, זאָגט ער: 'אַרטור! איך וויל דיך באַקענען מיט אַבֿי האָפֿמאַנען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.' רופֿט זיך אָן אַרטור: 'אַבֿי האָפֿמאַן. ס'קלינגט באַקאַנט דער נאָמען, איך קען דיך!'

"דערווײַל ליגן מײַן טאַטנס פּאַפּירן אויפֿן אַנדערן טיש און וואַרטן איך זאָל אין זיי אַרײַנקוקן. זאָג איך: 'איך ווייס נישט צי איר קענט מיך, איך בין פֿאַרנומען מיט טעאַטער־אַרבעט, טעלעוויזיע. אפֿשר האָט איר געזען מײַן אַרבעט ערגעץ, און ס'טוט מיר לײַד, איך האָב נישט געכאַפּט אײַער נאָמען.' זאָגט ער מיר: 'איך הייס אַרטור מאַקס און בײַ דער זײַט זיצט מײַן מיטאַרבעטערין מעליסאַ עדי. איך בין דער ביוראָ־שעף פֿון דער Associated Press אין אַמסטערדאַם, און מעליסאַ איז דער ביוראָ־שעף פֿון Associated Press אין בערלין. מיר אַרבעטן דאָ אויף אַ פּראָיעקט.'

"אין מיטן רופֿט זיך אָן דער אַרכיוויסט אודאָ יאָסט: 'אַבֿי אַרבעט אויף זייער אַן אינטערעסאַנטן פּראָיעקט.' פֿרעגט אים אַרטור: 'וואָס איז עס?' הייב איך אים אָן צו דערציילן. הייבן בײַ אים אָן די אויגן צו וואַקסן, און ער וויל זען די דאָקומענטאַציע. זאָג איך אים: 'פֿאַרוואָס דאָס נישט? קומט אַראָפּ מיט מיר אונטן, און איך וועל אײַך באַקענען מיט שערי, אַרנאָלד אונגערס טאָכטער. מיר וועלן אײַך ווײַזן דעם דאַכאַו־אַלבאָם.'

Photos Courtesy of The National Center for Jewish Cultural Arts
Photos Courtesy of The National Center for Jewish Cultural Arts

"און איידער וואָס און ווען, כאַפּ איך אונטער מײַן טאַטנס דערנער־וועג און טראַכט, אפֿשר האָט ער געהאַט אַ האַנט דערצו. אַרטור פֿון אַמסטערדאַם און מעליסאַ פֿון בערלין קומען אַראָפּ מיט מיר, קוקן אויפֿן אַלבאָם און אַרטור שרײַט אויס: 'דאָס האָב איך דאָך געזוכט ביז אַהער. מיר וועלן שרײַבן וועגן דעם דאָקומענטאַציע־צענטער אין באַדאַרלסאָן, און דער דאַכאַו־אַלבאָם וועט זײַן אונדזער 'טשוואָק' .'

"איך און שערי האָבן געטראַכט, אַז ס'איז אַן אויסערגעוויינטלעכע געלעגנהייט, און איך האָב געטראַכט, אַז דאָס איז מסתּמא באַשערט. מיר נעמען צונויף אַלע אויסגעפֿאָרשטע דאָקומענטן און בריוו, און דערצו האָבן מיר אַרום 45 שעה פֿאַר אונדזער דאָקומענטאַרן־פֿילם. אויף צו מאָרגנס געפֿינען מיר זיך שוין אין דער היים. אַרטור מאַקס פֿון דער Associated Press שיקט אונדז בליצפּאָסט און יעדערער פֿון זיי איז ווי אַ מתּנה פֿון הימל, ווײַל איצט פֿאַרנעמט זיך שוין די Associated Press מיט דער פֿאָרש־אַרבעט פֿאַר אונדז. זיי האָבן רעפּאָרטערן און זשורנאַליסטן איבער דער גאַנצער וועלט, וואָס פּרובירן אויסגעפֿינען מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם ענין — דאַכאַו־אַלבאָם.

"ערשטנס, אין פּוילן, פֿון וואַנען דער קינסטלער פּאָראָלסקי האָט געשיקט זײַנע בריוו. אויף זיי איז פֿאַראַן אַן אַדרעס אין וואַרשע. דאָרט וווינט איצט אַ 94־יאָריקע פֿרוי, דעם קינסטלערס אַ קרובֿה. זי קען שוין נישט רעדן, אָבער זי האָט אַ טאָכטער. די טאָכטער געדענקט נאָך פּאָראָלסקין און גיט דעם זשורנאַליסט אַן אינטערוויו. זי דערציילט, אַז פּאָראָלסקי איז טאַקע געווען אַ מאָלער, אָבער זײַן גאַנצע קונסט געפֿינט זיך איצט בײַ זיי אין קעלער. די מאָלערײַען זײַנען נאָך פֿון פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער האָט זיי געמאָלן, ווען ער איז נאָך געווען אַ יונגער־מאַן. זיי האַלטן זײַנע בילדער אין קעלער, ווײַל זיי ווילן זיי נישט אויפֿהענגען אויף די ווענט — קיינער וויל זיי נישט קויפֿן.

"בעת אַן אינטערוויו וואָס איז פֿאָרגעקומען בײַ מיר אין דער היים מיט ליליען געווירצמאַן, אויך פֿון דער שארית־הפּליטה, רופֿט זי זיך אָפּ, אַז דאַכאַו האָט דעם מאָלער געמאַכט פֿאַר אַ קינסטלער. זײַנע ליידן און פּײַן האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ קינסטלער. דער זשורנאַליסט האָט אויך געפֿונען בריוו פֿון פּאָראָלסקין, וווּ ער האָט אויסגעפֿילט אַן אַפּליקאַציע צו דער 'פֿײַנער קונסט־אַקאַדעמיע' אין וואַרשע, אין יאָר 1934, און ווײַטער האָט די Associated Press אַרויסגעשיקט זשורנאַליסטן קיין ישׂראל, צום 'יד־ושם.' דאָס אַרטיקל פֿון דער Associated Press ווערט געדרוקט איבער דער וועלט. טעלעוויזיע־סטאַנציעס, ראַדיאָ, זשורנאַלן, פֿון CNN ביז ABC, פֿון NBC ביז CBC אין קאַנאַדע. און דער טעלעפֿאָן הערט נישט אויף צו קלינגען. אַלע ווילן אינטערוויוען. דאָס אַרטיקל האָט אַרויסגערופֿן אַ ריזיקן אינטערעס אין AOL־ און Yahoo־וועבזײַטלעך פֿון אומעטום און איבעראַל.

"מיט אַ מאָל קריג איך אַ טעלעפֿאָן פֿון איינער פֿון די גרעסטע פֿילם־קאָמפּאַניעס אין האָליוווּד, פֿון פֿילם־פּראָדוצענטן. זיי דערציילן מיר, אַז זיי האָבן אַרויסגעלאָזט ביז אַהער אַ שלל מיט פֿילמען וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיטן חורבן. זייער אינטערעס ליגט אין מאַכן אַ לענגערן פֿילם, אַ דאָקומענטאַרן פֿילם און פּובליקירן אַ נאָוועלע.

"דערווײַל ווײַזט זיך אַרויס, אַז שערי, די טאָכטער פֿון אַרנאָלד אונגערן האָט מיט זיך מיטגעבראַכט דעם אַלבאָם פֿון דאַכאַו. עס געפֿינט זיך דאָ דער זון פֿונעם קוזין פֿון איר פֿאָטער, אַ קוזין וואָס די באַציִונג מיט אים איז איבערגעריסן געוואָרן מיט דרײַסיק יאָר צוריק. ער הייסט סענדי באַדען און וווינט אין באָקאַ ראַטאָן, פֿלאָרידע. זײַנען מיר גלײַך אַוועק צו אים און גענומען אינטערוויויִרן אים. ער האָט זיך ממש באַגאָסן מיט טרערן, ווען ער האָט געהערט פֿון דעם גורל פֿון שעריס טאַטן. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער 17־יאָריקער אַרנאָלד אונגער איז פֿאַרפֿאָרן צו זיי אין ניו־דזשערזי און, אַז ער איז געווען מיט אַ פּאָר יאָר ייִנגער פֿון סענדי. ער געדענקט אַז אַרנאָלד האָט געהאַלטן דעם אַלבאָם אין שופֿלאָד לעבן זײַן בעט און אַז זיי זײַנען אויפֿגעוואַקסן צוזאַמען. עס איז אויך קלאָר געוואָרן, אַז עס לעבט אַ פֿרוי אין ניו־דזשערזי מיטן נאָמען סאַלע זילבערשטיין. שערי האָט זי געפֿונען אין עדיסאָן, ניו־דזשערזי. זי הייסט הײַנט סאַלי זילבערשטיין־טשייס. איר נאָמען איז אויך דערמאָנט אין אַ בוך וועגן דעם חורבן וואָס די שארית־הפּליטה האָבן אַרויסגעגעבן אין ניו־דזשערזי.

"מיר פֿאָרן גלײַך צו איר אַריבער און געפֿינען אויס, אַז זי איז נישט בלויז די יונגע פֿרוי אויף די בילדער, וואָס אַרנאָלד אונגער האָט מיט זיך מיטגעברענגט פֿון דאַכאַו, נאָר אַז זיי ביידע האָבן געפֿירט אַ ליבע. אַרנאָלד האָט געוווינט אין אַ הויז אין שטעטל דאַכאַו, וווּ סאַלעס ברודער איז געווען אין דער פֿירערשאַפֿט פֿון די שארית־הפּליטה אין די־פּי־לאַגער נאָכן קריג. דאָס הויז איז דערווײַל באַזעצט געוואָרן פֿון יתומים און די לעבן־געבליבענע. עס האָט זיך אויך אַרויסגעוויזן אַז אַרנאָלד און סאַלע זײַנען ביידע געקומען קיין אַמעריקע צוזאַמען אין 1947, און אויף דער זעלבער שיף, און אַז אַרנאָלדס משפּחה האָט געוואָרפֿן אַן אומחן אויפֿן מיידל, סײַ צוליב דעם וואָס אַרנאָלד איז נאָך געווען צו יונג, סײַ וואָס זי איז אַ גרינע און האָט נישט קיין גראָשן בײַ דער נשמה, און נישט קיין ייִחוס.

זײַן משפּחה האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט און פֿון זייער שידוך איז געוואָרן אויס. אַרנאָלד האָט שפּעטער חתונה געהאַט און ווען דאָס ייִנגסטע ייִנגל פֿון די פֿיר קינדער, איז אַלט געווען זעקס יאָר, האָט ער זיך אויפֿגעהאָנגען. די פֿרוי איז געשטראָבן מיט צוויי יאָר שפּעטער פֿון אַ מוח־ראַק. סאַלע האָט דערווײַל חתונה געהאַט מיט אַ בוכהאַלטער, געהאַט צוויי קינדער, געדענקט ביזן הײַנטיקן טאָג אַרנאָלדן, און מיר דערוויסן זיך, אַז אַ העלפֿט פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס אינעם אַלבאָם געהערן איר משפּחה נאָך דער באַפֿרײַונג. איצט ווייסן מיר שוין אַ סך מער פֿון דעם טראַגישן טויט פֿון די אַלע וואָס זײַנען געווען פֿאַרבונדן מיטן דאַכאַו־אַלבאָם און יענע וואָס לעבן שוין קוים. אַזוי אַז די מיסטעריע בלײַבט כּמעט ווי אַנטשיידן."

די פֿראַגע בלײַבט נאָך אומפֿאַרענטפֿערט — ווער און ווי אַזוי איז דער שער־בלאַט פֿונעם אַלבאָם באַצירט געוואָרן מיט אַזאַ טײַערן לעדער? ווי אַזוי איז עס אָנגעקומען אין די הענט פֿון אַ 17־יאָריקן יאַט וואָס האָט זיך געראַטעוועט נאָכן חורבן אין דאַכאַו? וואָס פֿאַר אַ מענטש איז געווען דער מאָלער פֿון די דרײַסיק קונסט־בילדער אין דאַכאַו־קאָנצענטראַציע־לאַגער? איז עס געווען אויף באַשטעלונג פֿון דער ׳עס־עס׳? פֿון וואַנען איז צו אים געקומען דאָס פֿײַנע פּאַפּיר און פּאַסטעלן אויף צו מאָלן? האָט ער די בילדער געמאָלן אין דאַכאַו גופֿאַ, אָדער נאָכן קריג? און אויב אין דאַכאַו — פֿאַרוואָס האָט ער דעם אַלבאָם נישט מיטגענומען מיט זיך נאָך דער באַפֿרײַונג?די אַלע פֿראַגעס מוזן נאָך פֿאַרענטפֿערט ווערן. און נאָך אַ פֿראַגע? זײַנען פֿאַראַן נאָך אַזלעכע אַלבאָמען וואָס מען האָט געפֿונען נאָכן חורבן? אויב יאָ, צי זענען ענלעך איינער צום אַנדערן?