פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ'הייב נישט אָן צו וויסן פֿאַרוואָס דאָס וואָרט "ייִדיש" איז אַזוי פּאָפּולער צווישן די ייִדן אין אַמעריקע, וואָס קענען נישט קיין ייִדיש. די אַמעריקאַנער ייִדן וואָס הינקען אויף אונדזער מאַמע־לשון, דאָך האַלטן זיי אין איין אַרויסגעבן ביכער מיטן וואָרט "ייִדיש". אויף ענגליש, הייסט עס. אַ סימן האָט איר. מיר ווערן פֿאַרפֿלייצט פֿון ביכער און ביכעלעך, וווּ מ'פּאַסמאַקעוועט זיך מיט געציילטע ווערטער אויף ייִדיש אין אַזעלכע טיטלען, ווי: "שאַנדאַ", "כוצפּאַ", "שמוץ", "מעשוגע", און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן — "פֿאַר­קלעמפּט", מיט אַ "פּ" און נאָך און נאָך אַזעל­כע צאַצקעס. די טעג זײַנען מיר צו האַנט געקומען צוויי ביכלעך. איינס הייסט: "די מעשׂה אָדער געשיכטע — ייִדיש", די צווייטע הייסט "ייִדיש פֿאַר הינט", כאָטש איך האָב געזען אין אַ קאַטאַלאָג נאָך טיטלען וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש פֿאַר קעץ און הינט, הינער און קאַטשקעס.

דאָס ערשטע ביכל האָט אָנגעשריבן אַ מחבר מיטן כּשרן נישט־ייִדישן נאָמען — ניל קאַרלען. עס קען גאָר געמאָלט זײַן, אַז ער איז יאָ אַ ייִד, נאָר גיי ווייס הײַנט צו טאָג, ווער קען זײַן אַ מבֿין... וואָס פֿאַר אַ שײַכות דער שריפֿטשטעלער האָט צו ייִדיש הייב איך נישט אָן צו וויסן, אָבער פֿאָרט, ער האָט אָנגעשריבן אַ ביכל וואָס הייסט: "די מעשׂה אָדער געשיכטע — ייִדיש — ווי אַזוי אַ מיש־מאַש פֿון שפּראַכן האָט געראַטעוועט די ייִדן". איז ערשטנס, קען דער מחבר מסתּמא נישט קיין ענגליש, ווײַל ווען ער קען ענגליש, וואָלט ער געוווּסט אַז ענגליש פֿאַרמאָגט גאָר אַ גרעסערן מיש־מאַש פֿון שפּראַכן, גאַנצע זיבן און פֿופֿציק פֿון זיי. ער וואָלט אָבער ענגליש נישט באַצייכנט מיט זײַן אַנאַלאָגיע. ייִדיש קען מען באַצייכענען ווי ס'גלוסט זיך און לויט דעם ווי ס'פֿאַרקויפֿט זיך. דאָס ביכל נעמט אַרום אַ שלל מיט טעמעס, וווּ דאָס ערשטע באַרויִקט אײַך, איר זאָלט חלילה, נישט אַרויספֿאַלן פֿון אײַער געלעגער, נעמלעך: "איר דאַרפֿט נישט זײַן קיין ייִד צו פֿאַרשטיין ייִדיש", וואָס דאָס דערמאָנט מיר אין דער בעלגישער אַקטריסע, וועלכע איך האָב אַמאָל באַגעגנט אין אַמסטערדאַם בײַ אַ ייִדישן פֿעסטיוואַל. זי האָט מיט זיך מיטגעבראַכט אַ כאָפּטע יונגע אַקטיאָרן פֿון בעלגיע. פֿרעג איך זי:

"וווּ האָט איר גענומען די חבֿרה יונגע אַקטיאָרן וואָס רעדן ייִדיש?" — האָט זי זיך מיר פֿאַרטרויט:

"איך האָב אַרײַנגעשטעלט אַן אַנאָנס אין צײַטונג וואָס האָט זיך געלייענט: 'איך זוך אַקטיאָרן פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. זיי מעגן נישט זײַן קיין גרויסע שפּילער, זיי מעגן נישט קענען רעדן קיין ייִדיש, און זיי מעגן אַפֿילו נישט זײַן קיין ייִדן'."

אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? איך זאָג עס אַנטקעגן דעם, וואָס איר מעגט זײַן אַן עם־האָרץ, אַ גוי, אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק, דער עיקר — קויפֿט מײַן ביכל. ער צעטיילט דעם אינהאַלט אין פֿופֿצן קאַטעגאָריעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט דער נשמה פֿון ייִדיש, דער שטים פֿון ייִדיש, די סודות פֿון ייִדיש און פֿאַרענדיקט מיט אַ פּאָר גראָבע וויצן אין לעצטן קאַפּיטל וואָס הייסט: "איך בין אין גאַנצן פֿאַרקלעמפּט!" אין איינעם פֿון זײַנע קאַפּיטלען וווּ ער רעדט וועגן ייִדישקייט, לאָזט ער אונדז וויסן וואָס עס איז דווקא נישט קיין ייִדישקייט. און איך ציטיר:

"בן־גוריון, דער ערשטער פּרעמיער־מי­ניס­טער פֿון ישׂראל, בעת ער האָט באַפֿוילן צו זינקען אַ שיף אין די דערבײַיִקע וואַסערן, וואָס דער רעזולטאַט דערפֿון איז געווען דאָס הרגענען פֿון מענגעס ייִדישע מאַטראָסן, וועל­כע האָבן מיט זיך געפֿירט אומלעגאַלע געווער פֿאַר דער נײַ־אויפֿגעקומענער מדינה".

צווישן די אָנגעקלאָגטע האָט דער מחבר אַרײַנגערעכנט אויך די אויפֿפֿירונג פֿונעם ראַבײַ סטיווען ווײַס, דעם הויפּט־מנהיג פֿון אָפֿיציעלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע. יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו דריקן אויף זײַן בוזעם־פֿרײַנד, דעם פּרעזידענט פֿרענקלין דעלאַנאָ רוזוועלט, ער זאָל נעמען רעאַגירן צום ייִדישן חורבן, עס זאָל נישט אויסזען ווי די צווייטע וועלט־מלחמה איז אַ ייִדישער קאָנפֿליקט. און אַ חוץ דעם אַלעם, ווייטיקט דער מחבר אויפֿן פֿאַקט וואָס דער שטאַט מינעסאָטאַ האָט אַ נאָמען געגעבן זייער אינטערנאַציאָנאַלן פֿליפּאָרט, נאָכן נאַצי־סימפּאַטיקער טשאַרלס לינדבערג... דער מחבר לאָזט אויס זײַן ביטער האַרץ אויף די אַקאַדעמיקער און פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישיסטן. ער רופֿט זיי אָן מיט די יום־טובֿדיקע נעמען, ווי שמ... און פּאָ... און אַלץ צוליב דעם וואָס זיי האָבן אַ נעגאַטיוון צוגאַנג צו דער הײַנטיקער סעקסועלער אָריענטאַציע. וואָס דאָס אַלץ האָט צו טאָן מיט ייִדיש, קריכט מיר אָסור נישט אַרײַן אין מײַנע פֿאַרשטענדעניש־קעמערלעך. אַ מענטש לייענט איבער אַ פּאָר ביכלעך און צעהיצט זיך ווי אַ קאָכעדיק טעפּל.

דאָס צווייטע קונסטווערק האָט שוין צו טאָן מיט הינט. אונטערן גראַנדיעזן טיטל: "ייִדיש פֿאַר הינט" — "Yiddish for Dogs", וואָס איך האָב באַקומען צוגעשיקט דורך דער פּאָסט. געשריבן האָט דעם פּאַסקוויל די מחברטע — דזשענעט פּער. אין איר הקדמה דערציילט זי, אַז די אינספּיראַציע איז צו איר געקומען נאָכן איבערלייענען לעאָ ראָסטענס "דזשויז אָוו ייִדיש". איז די מעשׂה אַזאַ: ווי ווײַט זענען מיר פֿאַרפֿאָרן? צו די קינדער רעדט מען נישט קיין ייִדיש, צו באָבע־זיידע אויך נישט. איז ווער זשע איז געבליבן? די הינט... אויף דער הילע פֿונעם ביכעלע איז פֿאַראַן אַ בילד פֿון דער מחברטעס הינטל מיט אַ יאַרמלקע אויפֿן קאָפּ. אַז אָך און וויי איז צו איר לײַב און לעבן, מיט איר הונט צוזאַמען. איך האָב שוין געהערט, אַז מען פּראַוועט בר־מיצוות פֿאַר הינט, מיט פֿאַרבעטענע געסט... הינטישע זין, און מיט מאכלים. נישט קיין ביינער, חלילה, די הינט קענען זיך נאָך, חלילה, קרענקן.

די טעג בין איך געווען אין גאַס דווקא אין מאַנהעטן. מיט אַ מאָל זע איך, ווי אַ יונגער־מאַן שפּאַצירט מיט אַ טאָרבעלע פֿון פֿאָרנט אַזוי ווי מען טראָגט אַן עופֿעלע. בייג איז זיך איבער און וויל אָנקוקן דאָס קינדעלע. דערזע איך אין דעם טאָרבעלע אַ הינטעלע. וואָס טוט זיך מיט די מענטשן? קיין קינדער האָט מען נישט, האָט מען זיך גענומען צו די הינטלעך און מ'באַהאַנדלט זיי ווי אייגענע קינדער. מ'רעדט צו זיי, מ'זינגט צו זיי, מ'גרויסט זיך מיט זיי, און מ'ווײַזט אַפֿילו פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די הינטעלעך, עלעהיי אייגענע קינדער אָדער אייניקלעך? פֿאַראַן ספּעציעלע פֿריוו­רעס פֿאַר הינט, סופּערמאַרקעטן פֿאַר הינט, מלבושים פֿאַר הינט און צירונג פֿאַר הינט. מ'האַלט די הינט אײַנגעשפּאַרט אין די דירות, און מ'דינגט פֿאַר זיי ניאַנקעס וואָס פֿירן זיי אין גאַס אָדער אין פּאַרק אָפּצוטאָן זייער באַדערפֿעניש. מ'קושט זיך מיט די הינט אין די פּיסקעלעך, מ'צערטלט די הינט און מ'באַשיט זיי מיט לאַסקעס. אין דער הינטישער געשיכטע איז נאָך אַזוינס נישט פֿאָרגעקומען. הינט האָבן זיך אַרומגעדרייט אַרום דער יאַטקע, אויפֿן שמיעטניק אָדער אַרום וואָקזאַל, וווּ זיי האָבן אויסגעקוקט אויף אַ ביסן. און דאָ פּלוצעם אַן אוטשעכע, אַן אויסדערוויילטער דור פּריוויליגירטע הינט.

אין האַרטסדייל, אַ שטעטעלע נישט ווײַט פֿון ניו־יאָרק איז פֿאַראַן אַ בית־עולם בלויז פֿאַר הינט. יעדעס מאָל וואָס איך פֿאָר אַדורך גרענד־סענטראַל־עוועניו, זע איך ווי די מצבֿות זײַנען באַלייגט מיט בלומען, און עס ברענען לעבן די קבֿרים ליכטלעך, און מענטשן שטייען און באַוויינען דעם פֿאַרלוסט פֿון זייער הונט. איינע פֿון די רײַכסטע לאַנד־אייגנטימערינס אין ניו־יאָרק, ליאָנאַ העלמזלי, אַגבֿ אַ ייִדישע מאַגנאַטקע, האָט איבערגעלאָזט צוועלף מיליאָן דאָלאַר פֿאַר איר הינטל. איצט שלאָגט זיך די משפּחה איבער דער ירושה. אינטערעסאַנט, ווער ס'וועט אַרויס דער געווינער. די קרובֿים צי דאָס הינטל. מענטשן־קרוין, ווי קען מען עס פֿאַרשטיין? ס'וואַקסט אונטער אַ פּאַטעטישער דור, אַ דור וואָס פֿאַרמאָגט נישט קיין וואָרצלען, אַ דור וואָס פֿאַרמאָגט פֿון אַלעם גוטן, אַ דור וואָס ווייקט זיך אין לוקסוס און וווילטאָג אויף אַזוי פֿיל, אַז אַנשטאָט קינדער האָט מען הינט, אַנשטאָט חתנים אָדער כּלות, האָט מען דעם מענטשנס בעסטן פֿרײַנד — אַ הונט, און אַז מ'האַלט שוין דערבײַ, איז פֿאַרוואָס נישט צערטלען אים מיטן ייִדישן ניבֿול־פּה? דאָס ביכעלע "ייִדיש פֿאַר הינט" איז פֿול מיט וווּלגאַריזמען, מיט פּראָסטקייט און אָפּגעשטאַנענקייט. די מחברטע דזשענעט פּער האָט זיך נאָך גענייטיקט אין זייער אַ סך הילף, און אַ גאַנצע מחנה עם־הארצים זײַנען איר צו הילף געקומען. איר ווילט הערן די הינטישע חכמות? אָט האָט איר זיי:

"מזל־טובֿ!

נאָך דרײַ וואָכן אין דיסציפּלין־אַקאַדע­מיע", זאָגט דער הונט, "האָב איך זיך אויס­געלערנט צו זיצן. מסתּמא איז עס דערפֿאַר וואָס מען האָט מיך געקאָרמעט מיט נאַשע­רײַען. שטעלט אײַך פֿאָר, אַ נאַש פֿאַר יעדן פּרוּוו צו זיצן. מזל־טובֿ!" זאָגט דער לערער, "ביסט קלוג!"

אָט די פּאַפּע און אַזאַ מין פּראָזע קען ממש אויפֿטרייסלען אַ העלפֿאַנד. אַן אַנדער הונט באַקלאָגט זיך:

"סיירי, כּלבֿטע (קליאַפֿטע) אַנטקעגן איבער דער גאַס, האַלט אין איין נאָכלויפֿן, איר עק, אַרום און אַרום, אַזוי אַ גאַנצן טאָג אָן אַן אָפּשטעל ביז זי גיט אויף. זי איז משוגע".

נאַש.

דאָס בילד באַווײַזט אַ הונט מיט אַ מצה אין פּיסק. די פּראָזע אונטערן קעפּל לאָזט וויסן דעם לייענער:

"אַ דאַנקען גאָט, ווען דו לאָזט מיך איבער און גייסט צו דער אַרבעט אין דער פֿרי, באַהאַלטסטו אַלערליי נאַשערײַען איבער דער דירה, איך זאָל האָבן אַ קליינעם נאַש אין צײַט פֿון טאָג. אַ מאָל געפֿין איך אַ פּלעצל אונטערן קישן פֿון דער סאָפֿקע, איין מאָל האָסטו באַהאַלטן אַ מצה אויפֿן קישן פֿון דײַן בעט, וויסנדיק אַז איך וועל כאַפּן אַ דזשימדזשיק וווּ איך שלאָף אַלע מאָל. איך זוך אויך אַלע מאָל אונטערן קילידענם בײַ טיר. נעכטן האָב איך געפֿונען צוויי קליינע מערעלעך. גאָט זאָל שיצן פֿון הונגער בעת דו ביסטו נישטאָ".

בכלל דאָס האָבן הינט, איז גאָרנישט געווען קיין ייִדישע זאַך. ייִדן האָבן זיך נישט פֿאַרנומען מיט קיין הינט. די גויים האָבן געפּילנעוועט הינט, מיט זיי געגאַנגען אויף יאַגד און מיט זיי געסטראַשעט די וואַנצן. בײַ ייִדישע קינדער איז געגאַנגען אַ ווערטל:

"הינט! הינט! דו ביסט עשׂוס קינד!"

Mike Mayers hot banutzt "farklemt" a sach

Mike Myers hot oft genutzt dos vort "farklemt" in "Saturday Night Live" mit fast 15 yor tzurik. Er hot geshpilt a role fun a idisher yente in Brooklyn vos hot geredt mit a shtarken idishen aktzent vos ich hob gefunen zeer komish. Di daitchen hobn oich dos vort "verklemmt" ober keiner macht nisht kein shpot fun zei vegen dizen vort. Vos fara diskriminatzie iz dos?