פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נישט איין מאָל טרעפֿט זיך מיר צו זײַן אין אַ געזעלשאַפֿט וווּ מען רעדט וועגן אַ מענטשן. כאָטש זעץ אים אַנידער צווישן די כּהנים און ווער בלינד אויף איין אויג, ווי יענער וואָלט געווען אײַנגעזאָטלט אין גוטסקייט אַליין. בדרך־כּלל האָט עס צו טאָן מיט איינעם וואָס פֿאַרנעמט אַ וויכטיקע פּאָזיציע אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט — צי דאָס איז אין דער אַקאַדעמיע, פּאָליטיק, אָדער סתּם אַ בעל־הבית איבער אַ הייפֿטל קרויט. און דו הערסט זיך צו, באָמקעסט צו מיט דער גאָמבע אויף יאָ, און בײַסט זיך אַ ליפּ, ווײַל דו קענסט נישט דערציילן דעם אמת; ווײַל יענער, וואָס צעשמעלצט זיך פֿאַר נחת בעת ער שילדערט דעם געוויסן פּאַרשוין, איז אָדער אַ נאָענטער פֿרײַנד, אָדער אַ שותּף אין געשעפֿט, אָדער אָפּהענגיק אין זײַנע פּריווילעגיעס, אָדער גלאַט אַ צובאָמקער. איז גיי רײַס אים איבער אין מיטן די רייד, און מאַך קאַליע די פּלוידערײַ.

האָט זיך מיר די טעג געטראָפֿן אַזאַ מין מאַנספּאַרשוינטע, אַ געוויסע דעבי, וואָס איז אַ רעפּובליקאַנערין, דינט דעם פּרעזידענט בוש מיט אַזאַ התלהבֿות, ווי מען דינט די אָפּגעטער אין אינדיע. זי דערציילט אַלעמען, אַז זי פֿאַר­מאָגט סטאַק (אַקציעס) אין "האַליבוירטן", אַ בוש־ און טשייני־פֿירמע, וואָס האָט פֿאַרכאַפּט אַלע קאָנטראַקטן אין איראַק — פֿון צושטעלן עסן פֿאַר די סאָלדאַטן ביז ליפֿערן נאַפֿט "נאַ ליעוואָ", דאָס הייסט, אויף לינקס. די אַקציעס האָבן זיך שוין אַ פּאָר מאָל געשפּאָלטן אויף דער ניו־יאָרקער בערזע און זי לעבט ווי די גאָטיכע אין אַדעס.

אָט די זעלבע פּאַרשוינטע דערציילט מיר וועגן אַ געוויסער ד"ר ה', וועלכע האָט אַמאָל פֿאַרנומען אַ וויכטיקע שטעלע אין אַן אוניווער­סיטעט אין די דרומדיקע שטאַטן, און איר ספּעציאַליטעט איז געווען דער "האָלאָקאָסט‘, דער חורבן הייסט עס, און ווי דעבי האָט זיך פֿאַרכליניעט פֿון דער "פּי־אייטש־דיניצע", דאָק­טאָראַטניטשקע הייסט עס. האָט זי נעבעך נישט געוווּסט, אַז דער דאָקטאָראַט איז גע­קומען פֿון אַ פֿיקטיוון אוניווערסיטעט.

דעבי:

"די פֿרוי ד"ר ה' איז ממש אַ גאונית. זי האָט אַ בריליאַנטענעם קאָפּ אויף די פּלייצעס. זי אַרבעט צוזאַמען מיט אלי וויזעלן, זי פֿאָרט קיין וואַשינגטאָן און טרעפֿט זיך מיט די גרעסטע שישקעס. זי העלפֿט זאַמלען געלט פֿאַר ׳האָלאָקאָסט־סענטערס און מוזייען.'"

און איך טראַכט בײַ זיך. איך קען די פֿויגל­טע גוט. ווען זי איז אַרײַנגעקומען אין יענעם אוניווערסיטעט פֿון וואַנען איך האָב באַקו­מען מײַן צווייטן באַקאַלאַריאַט, איז דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער אָפּטיילונג געווען אַ טײַערער ייִדישער פּראָפֿעסאָר, מיט אַ ראַיעלן דאָקטאָראַט פֿון ירושלימער אוניווערסיטעט. ער איז געווען באַהילפֿיק יעדן סטודענט און מען האָט אים שטאַרק אָפּגעשאַצט. די פֿיפֿיקע און פֿיקטיווע דאָקטאָרשע האָט אָנגעהויבן מיטן "האָלאָקאָסט" און אַריבער אויף אונטערשטעלן אַ פֿיסל דעם טײַערן ייִדן וואָס האָט געהאַט אַ משפּחה מיט פֿיר קינדער. זי איז אָבער געווען אַגרעסיוו און ברוטאַל. האָט זי אויסגעפּועלט בײַ דער פֿירערשאַפֿט פֿון אוניווערסיטעט מען זאָל דעם לעגיטימען ד"ר ש' אָפּזאָגן און זי האָט איבערגענומען זײַן שטעלע.

דעבי:

"וואָס די פֿרוי קען אַלץ אויפֿטאָן. זי איז ממש אַ קינסטלערין ווען עס קומט צום איבערצײַגן מענטשן צו שטיצן אירע פּלענער און זי פֿירט אויס".

טראַכט איך בײַ זיך, אַז אין צײַט פֿון דער מלחמה האָט זי זיך אויסבאַהאַלטן אויף דער אַרישער זײַט און געשפּילט די ראָלע פֿון "האָלאָקאָסט־סוירווײַווער". זיכער האָט זי זיך אָנגעליטן, אָבער דאָס האָט זי נישט געמאַכט מילדער. זי האָט צוגעזאָגט גאָלדענע גליקן די סטודענטן און אָנגעפֿילט אירע קלאַסן מיט צענדליקער פֿון זיי.

דעבי:

"זי האָט דערגרייכט אַן אויסערגעוויינטלעכע פּאָזיציע צווישן די געראַטעוועטע צוליב איר העלדישקייט אין צײַט פֿון דער מלחמה".

און איך טראַכט בײַ זיך, הײַנט קען מען אויסטראַכטן וואָס דאָס האַרץ גלוסט. ווער וועט רעווידירן? קיין ייִדיש קען זי נישט, נאָר פּויליש, און דאָס "פּאָפּאָליאַשו" איז בײַ איר געווען טײַער. אַן אַסימילירטע, אַמעריקאַ­ני­זיר­טע, לייטער־קריכערקע, האָט זי זיך דאָביוועט. און ווען איר קאַדענץ האָט זיך געענדיקט האָט זי געשלאָסן איר קאַטעדרע, צוגענומען די שליס­לען און האָץ־מע און זאַץ־מע... זי איז אַוועק מיטנעמענדיק מיט זיך דעם גלאָררײַכן נאָמען.

נאָך אַן עפּיזאָד, וואָס שילדערט אַ מענטשן אין די הויכע פֿענצטער וועלכער האָט חרובֿ געמאַכט אַן אַקאַדעמישע אָפּטיילונג אין אַ וויכטיקן אוניווערסיטעט און אַלע האָבן אויף אים געלייגט גרויסע האָפֿענונגען. ער איז געווען סימפּאַטיש און צולעסלעך אין די יונגע יאָרן, און אַלע האָבן געהאַלטן פֿון אים. מיט דער מינוט, וואָס ער איז געוואָרן דעקאַן, האָט ער זיך אַראָפּגעגליטשט אין דער שאול־תּחתּיה, געוואָרן אַנשטאָט אַ דעקאַן — אַ דעקאַדענט, דערלאַנגט ייִדישע דאָקטאָראַטן די שיקסלעך וואָס האָבן אים באַדינט, און ווען ער האָט געהאַט גענוג פֿון זײַן דעקאַדענטישקייט, האָט ער חרובֿ געמאַכט די קאַדענץ, אַוועקגעוואָרפֿן די שליסלען און אַוועק. זאָגט מיר לאה:

"ער איז דאָך געווען אַזאַ ליבלעכער מענטש, אין אַן עת־צרה איז ער מיר געקומען צו הילף. ער האָט אַ האַרץ און אַ נשמה".

האָב איך רחמנות געקראָגן אויף לאהן. אַז אַ פֿרוי, וועלכע ווייסט מער פֿון מיר, קען אים אַזוי פֿאַרטיידיקן, בין איך מסתּמא נישט פֿון די מענטשן, וואָס זאָלן אויפֿדעקן דאָס גאַנצע פּעוול און מיסט, וואָס רויעט זיך אונטער אַ מענטשנס כאַראַקטער. איז כּל־זמן ער טוט נישט אָן קיין שאָדן, מהיכא־תּיתי. אָבער מיטן מאָמענט, וואָס ער רויִנירט די צוקונפֿט פֿון אַ שפּראַך, איז שוין בײַ אונדז נישט פֿאַרבליבן מער קיין אויטאָריטעט וואָס זאָל צושטעלן אַזאַ איינעם צום ווענטל.

אַ סך פּאַרשוינען האָבן געטראָגן אויף זיך די שולד פֿון פֿאַרלעשן די ליכט פֿון אונדזער לשון. די צרה איז דאָס וואָס ס'איז נישט געבליבן קיינער וואָס זאָל אויפֿהייבן די שטימע און פּראָטעסטירן. ווי זאָגט מײַן רעדאַקטאָר:

"דו טו עס! דו טו עס!"

נו, האָב איך אַמאָל געטאָן. איך האָב קרי­טיקירט אַ פּאָר ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַפֿילו אָנגערופֿן זיי בײַ זייערע כּשרע נעמען. האָט איר שוין געדאַרפֿט זען און הערן ווי איך האָב דאָס געקראָגן איבערן קאָפּ. און אויב דער אייבערדעקל־קאָמיסאַר פֿון אַזאַ אינסטיטוציע קען נישט רעדן אָדער לייענען אונדזער לשון, זײַנען דאָ טרעגער, וואָס ווילן זיך אויספֿײַנערן, לעקן די פּאָדעשוועס אויף צו הייבן זייער טיראַזש, וואָזשע האָט פּאַסירט? טאַקע אָט דער אייבערדעקל־קאָמיסאַר האָט מיר אָנגעקלונגען און גענומען שרײַען אויפֿן הויכן קול:

"ווי דערוועגסטו זיך צו קריטיקירן אונדזער אינסטיטוציע. מ'האָט מיר צוגעטראָגן, אַז דו האָסט אַ סך אויסצוזעצן קעגן אונדז. זאָלסטו וויסן זײַן, אַז דאָס וועט דיר טײַער קאָסטן..." דאָס איז פּונקט געווען דער טאָג ווען מײַן מענדל האָט געהאַלטן בײַם שטאַרבן. האָב איך זיך גענומען אײַנבעטן מיט טרערן אין די אויגן:

"לאָזט אָפּ! מײַן מאַן הויכט אויס זײַן נשמה הײַנט. מיר שטייען אַלע אַרום אים און לײַדן גרויסע יסורים".

ס'האָט געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס. דער ייִד האָט געקוויטשעט און געליאַרעמט אָן אַן אָפּשטעל, ביז איך האָב געמוזט אַוועקלייגן דאָס טרײַבל מיט ספּאַזמעס. אָט אַזעלכע מענטשן שטייען בײַ אונדז בײַם רודער און פֿירן אונדזער שיף אין דער שאול־תּחתּיה. דער באַגאַזש, וואָס די שיף שלעפּט מיט זיך איז אַן איידעלע סחורה. דאָס זײַנען רענצלעך מיט שפּראַך און ביכער, אוצרות מיט ייִדיש גײַסטיקן האָב־און־גוטס. אָבער די שישקעס ווייסן נישט דערפֿון אָדער ס'גייט זיי נישט אָן. דערווײַל רודערט זיך מיט קאָנפֿערענצן, קאָנצערטן, שנאָר־אַקציעס (fund-raisers), און אומעטום די זעלבע פּנימער, די זעלבע לידער, די זעלבע כּלי־זמר, די זעלבע אַלטע קליאָטשע, אַפֿילו נישט איבערגעניצעוועט, און דער ניוואָ פֿאַלט פֿון טאָג צו טאָג, כאָטש שטעל אונטער אַ פּאָמעשאַף דאָס אָנצופֿילן און אַרײַנוואַרפֿן אין רינשטאָק. קיין איין אײַנפֿאַל, קיין איין אינאָוואַציע, קיין איין אינספּיראַציע. דער שנעלצוג פֿליט מיט אַן אומגעהײַערער שנעלקייט באַרג־אַראָפּ, די יונגע פּנימער רעדן אַלטע רייד, די אַלטע פּנימער זײַנען גליקלעך, וואָס זיי הערן נאָך אַ ייִדיש וואָרט. ס'גייט נישט אָן צי עס האָט אַ זינען.

און וואָס איז מכּוח דער דרויסנדיקער וועלט? לויט דעם וואָס איך לייען אין די ענגלישע צײַטונגען און זשורנאַלן, אָדער וואָס איך הער אויף דער בעסטער ראַדיאָ־סטאַנציע אין אַמעריקע (N.P.R.), און לויט דעם, וואָס איך זע אויף בראָדוויי און אויף אָף־בראָדוויי, שיילן זיך אָפּ באַגאַבטע שרײַבער און רעזשיסאָרן, יונגע טאַלאַנטן. לויט די דיסקוסיעס, וואָס מען האַלט אָפּ וועגן וויכטיקע ענינים אין פּאָליטיק, דערציִונג, וויסנשאַפֿט, שפּראַך־אינאָוואַציעס אויף קאַנאַל 75 אין דער טעלעוויזיע; אָפּשאַ­צונגען פֿון ביכער און רעליגיע — וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע לעזער — קוועלט אין מיר דאָס האַרץ, און ס'וויינט אין מיר דאָס האָרץ. פֿאַרוואָס נישט בײַ אונדז? ווײַל בײַ אונדז האַלט מען ס'מויל, בײַ אונדז טאָפּטשעט מען זיך אין נעפּאָטיזם און האַלב געבאַקענע השׂגות. אַ שאָד, אַ שאָד. דער מענטש טאָר נישט אָנווערן זײַן צלם־אלקים, זײַן טראַכט־אַפּאַראַט. אַ פֿאָלק טאָר נישט אָנווערן זײַן ראָלע אין דער געשיכטע, זײַן גײַסטיקן צושטײַער, זײַן אָנטייל אין אַ וועלט פֿון געדאַנקען און שטיין אויף דער וואַך מען זאָל עס נישט באַראַבעווען, באַגזלען און פֿאַראָרעמען. דער קאָנפֿליקט צווישן אונדזער גײַסטיקן פֿאַרמעג, וואָס ווערט פֿאַרנאַכלעסיקט, פֿאַרטאַכלעוועט, פֿאַרפּאַרטאַטשעט, און דער וועלטס אייביקע זוכענישן וועלן אויספּרובירן נײַע אײַנפֿאַלן, נײַע צוגאַנגען צום אַלטן, אויספּרובירטן דרך — נישט איבערצולאָזן אויף הפֿקר אונדזער גײַסטיקן פֿאַרמעג. איז בולט, אַז עס זײַנען נאָך פֿאַרבליבן אויף דער וועלט מענטשן וואָס טראַכטן בעת מיר לויפֿן אַרום ווי פֿאַרסאַמטע מײַז, אויסגעוועפּט און אָפּגעלעבט. דאָס קען נאָר געשען אין אַ געזעלשאַפֿט וואָס גיט זיך נישט אָפּ קיין דין־וחשבון פֿון בויען אַ קיום פֿאַר אונדזער שפּראַך, פֿאַר אונדזער אַשכּנזישער קולטור מיט אירע גרויסע אויפֿטוען, און דער עיקר, פֿאַר אונדזער אייגענעם באַרויִקונגס־מיטל.