פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דניאל פּינטשבעק
דניאל פּינטשבעק

(אײַנדרוקן — פֿון בנימינה אייברעמס)

ערשט די וואָך איז צו מיר דערגאַנגען אַ ידיעה אַז דער קאַמפּוס אין קאָלומביע רודערט זיך צווישן די ייִדישע סטודענטן. וואָס איז די מעשׂה? איז די געשיכטע אַזאַ. אַ סך פֿון זיי — אָדער זיי גרייטן זיך צו גיין אין טשאָלנט־קלוב, אָדער מ'איז שוין געווען אין טשאָלנט־קלוב, אָדער מ'דערציילט די נסים־ונפֿלאָות פֿונעם טשאָלנט־קלוב. מאַכט זיך אַ געלעגנהייט, און איינע פֿון מײַנע ערנסטע סטודענטקעס האָט עס באַשריבן. בנימינה אייברעמס לערנט זיך בײַ מיר ערשט דאָס ערשטע יאָר. אַזוי אַז איר ייִדיש איז נאָך נישט קוואַליפֿיצירט גענוג אויף אָנצושרײַבן אַזאַ מין שטיקל אַרבעט. זעץ איך איבער איר אַרבעט, ווײַל עס האָט צו טאָן מיטן הײַנט, מיט פֿרומע און פֿרײַע חבֿרה און מיט ייִדישע דילעמעס.


אין אַ שפּעטן דאָנערשטיק בײַ נאַכט, אין איסט־ווילעדזש, איז פֿאָרגעקומען אַ פֿאַסצינירנדיקער פֿענאָמען, אין אַן אַלטער שול וווּ עס טרעפֿן זיך אַ סך יונגע ייִדן. זיי לערנען, זיי שמועסן, זיי זינגען, זיי טיילן זיך מיט זייערע געדאַנקען, זיי עסן, און דער עיקר, זיי טיילן זיך מיט אַן אינטימקייט, אַ וואַרעמקייט, אַ פֿאַרשטענדעניש און אַ קרובֿהשאַפֿט. די חבֿרה וואָס רופֿט זיך טאַקע "טשאָלנט־קלוב," איז אַן אָנוואַרף פֿון ייִדן, אַ געמיש פֿון חילוקי־דעות. דאָ קען מען געפֿינען יונגע־לײַט מיט פּאות און אַנדערע וואָס טראָגן צעריסענע "דזשינס"־הויזן, חבֿרה אין די צוואַנציקער און אין די זעכציקער, פֿרויען מיט דראַמאַטישע שײַטלען (איך שטעל זיך פֿאָר זיי טראָגן זיי נישט צוליב רעליגיעזע טעמים וואָס פֿרומע פֿרויען טראָגן צו פֿאַרדעקן די קעפּ), און אַ גאַנצע כאָפּטע יחידים וואָס זעען אויס צו זײַן אויפֿריכטיק פֿרום, אויך אַזעלכע וואָס זײַנען עס אַמאָל געווען, און אַזעלכע וואָס זײַנען עס קיין מאָל נישט געווען.

די חבֿרה וואָס טרעפֿט זיך איצט אין "קאָמוניטי סינאַגאָגע" אויף דער זעקסטער גאַס צווישן דער ערשטער און צווייטער עוועניוס, פֿלעגן זיך פֿריִער טרעפֿן אין "מילינעריסענטער סינאַגאָגע" אין צענטער פֿון דער "גאַרמענט אינדוסטריע." לויטן אַרטיקל פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס," קומט אויס אַז אין אָנהייב פֿלעגן זיי זיך טרעפֿן אין באָראָ־פּאַרק, וווּ זיי האָבן גאַנצע נעכט פֿאַרבראַכט אין אַ קאָמפּיוטער־עלעקטראָניק־געשעפֿט, וואָס האָט געהערט צו איינעם יצחק שיינפֿעלד, וועמען די "טײַמס" האָט געשילדערט ווי דער אומאָפֿיציעלער אַנקער, וואָס באַשאַפֿט פֿאַר זיי דעם ביבלישן "עיר־מיקלט," די שטאָט פֿון אַזיל, וווּ אַ מענטש וואָס האָט נישט ווילנדיק דערהרגעט עמעצן קען זיך ראַטעווען. און כאָטש די אָנוועזנדיקע האָבן קיינעם חלילה נישט דערהרגעט, זײַנען זיי אין אַ געוויסן זין "דרויסנדיקע," און נייטיקן זיך אין אויפֿזיכט. אַ סך פֿון דער חבֿרה זײַנען טאַקע חסידים, וועלכע האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון געוויסע עלעמענטן פֿון שטרענג רעליגיעזע דינים און לעבן, אין אַ געוויסן זינען, אין דער פֿרײַער, מאָדערנער וועלט. אַ סך פֿון זיי, למשל, קומען אַהער אין מיטן נאַכט, נאָך דעם ווי זיי האָבן זיך אַרויסגעגנבֿעט פֿון זייערע היימען אונטער דער דעקונג פֿון נאַכט, און קומען צוריק אַהיים פֿאַר זונאויפֿגאַנג, קיינער זאָל זיי נישט חושד זײַן.

אַנדערע ווידער האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון זייער רעליגיעזן אויפֿפּאַס, אָבער בענ­קען נאָך געוויסע עלע­מענטן פֿון זייער פֿאַר­גאַנ­גענהייט. איינעם, וואָס הייסט אַבֿרהם, האָט מען ציטירט אין דער "טײַמס." ער האָט דער­ציילט אַז ס'איז פֿאַראַן אַ סך וואַרעמקייט אין דער גאָר פֿרומער געזעל­שאַפֿט, און אַז ער בענקט דערנאָך ביז משוגעת. אַ גאַנצן מעת־לעת איז מען אײַנגעטונקען אין דער משפּחה און פֿרײַנד, און מיט אַ מאָל אויס. פֿאַראַן בײַ די חרדים געוויסע שיינקייטן, געוויסע אמתן, וואָס מ'קען נישט געפֿינען אין דער דרויסנדיקער וועלט. אָט די ליבע־ און האַס־באַציִונג שילדערט מיסטער שיינפֿעלד פֿון איינעם וואָס וויל טאַנצן אויף צוויי חתונות מיט איין מאָל.

מ'קען זיך נישט אָפּשטעלן אויף איין געוויסן פּונקט פֿאַרוואָס מענטשן קומען אין "טשאָלנט־קלוב." מיסטער שיינפֿעלד שטעלט עס אַוועק אַזוי:

"די מענטשן, זיי זײַנען איין מענטש. יעדערער פֿון זיי האָט זײַן געשיכטע אונ­טער זיך. בעת אייניקע קומען אַהער צו זוכן אַן אָפּרו פֿון דער שטיקנדיקער רעלי­גיעזער סבֿיבֿה, אַנדערע קומען אַהער צו זוכן אַזיל פֿון דער פֿרײַער וועלט, אַ געזי­כערט אָרט וווּ מ'קען דיסקוטירן עקזיס­טענציעלע קאָמוניקאַטן. דאָ געפֿינט מען אַ פֿאָרום וווּ מ'קען זיך אַרײַנוואַרפֿן אין אַ דיסקוסיע וועגן פֿאַרשניטענער אילוזיע און מאַטעריאַליזם."

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, צום בײַשפּיל, האָבן דער ראַבײַ יעקבֿ טראַוויס און מיס­טער דניאל פּינטשבעק דיסקוטירט דאָ "די מיסטישע דערפֿאַרונג פֿון משהן ביז שוועמ­לעך." ראַבײַ טראַוויס, וועלכער איז דער דירעקטאָר פֿון "תּפֿארת־אינסטיטוט פֿאַר עקסעלענץ אין די שטודיעס פֿון ייִדיש־גײַסטיקע ווערטן", האָט גערעדט וועגן גײַס­טיקער דערפֿאַרונג. ער גלייבט, אַז ווען משה־רבינו איז אַרויף אויפֿן באַרג סיני פֿערציק טעג נאָך אַנאַנד, שילדערט דאָס די ווערט פֿון זיך אונטערנעמען אַ וועג איינער אַליין (ווי משה האָט עס געטאָן אַרויפֿגייענדיק אַליין אויפֿן באַרג סיני), און די וויכטיקייט צו בלײַבן דאָרט. ער האָט ציטירט פֿון חומש וווּ עס זאָגט זיך: "גאָט און משה גייען אַרויף אויפֿן באַרג און בלײַבן דאָרט...". "בלײַבן", וואָס אין לשון־קודש איז עס "והיה", קען מען אויך טײַטשן "צו זײַן." לויטן ראַבײַ טראַוויס קומט אויס, אַז דאָס וואָרט "והיה," קומט אונדז צו לערנען, אַז די רגע וואָס משה־רבינו איז אָנגעקומען צום שפּיץ באַרג האָט ער געמוזט קודם "זײַן," איידער ער באַקומט די צען געבאָט. זיכער האָט ראַבײַ טראַוויס געווירקט אויפֿן אָנגעזאַמלטן עולם וועלכער האָט גאַנץ גוט געוווּסט וואָס עס מיינט אַראָפּצונידערן אַליין, און אַ סך פֿון אים האָבן גאַנץ גוט געוווּסט וואָס מען מיינט מיטן זאָג "זײַן," צי דאָס האָט געמיינט צו באַקלערן זיך, צו טראַכטן אָדער צו לעבן אינעם מאָמענט.

און דאָ קומען מיר צו דער טעמע פֿון אַ ווערט­פֿולער עקזיסטענץ, זײַן פֿאַרבונדן מיט דער הייליקייט, טראַנס­צי­דענ­טאַלער איבערלע­בונג. די טעמע האָט באַרירט פּינטש­בעק, דער עיקר, אין זײַן ערשטן בוך — "דאָס עפֿענען זיך דעם קאָפּ: אַ פּסיכאָגעלישע רײַזע אינעם האַרץ פֿון מאָדערנעם שאַמאַניזם,". פּינטשבעק האָט ערשט אַרויסגעגעבן זײַן צווייט בוך "'2012' דער צוריק­וועג פֿון וועצלקוט." פּינטשבעק האָט דער­ציילט פֿון זײַן אייגענער רײַזע — אַ זון פֿון אַ קינסטלער, אַ דערפֿאָלגרײַכע קאַריערע ווי אַ זשורנאַליסט און איבערלעבנדיק אַן עקזיס­טענציעלן קריזיס וואָס האָט אים געפּלאָגט, ווײַל ער האָט געוואָלט וויסן דעם זינען דערפֿון. פּינטשבעק, אַ וועלטלעכער ייִד, וויל דערגיין וואָס איז שאַמאַניזם צווישן די שבֿטים אין עקוואַדאָרישן אַמאַזאָן, וווּ ער האָט אָפּגעשטאַט אַ וויזיט "דעם ברענענדיקן מענטש־פֿעסטיוואַל" אין נעוואַדאַ, און אַרומ­געפֿאָרן איבער אַפֿריקע. נאָך אַזוי פֿיל רײַזעס, און דער עיקר, בשעת ספּעציפֿישע צערעמאָניעס מיט לאָקאַלע שבֿטים, און צען יאָר פֿון פּסיכאָאַנאַליזע, איז ער געקומען צו אַ גײַסטיקן אויספֿיר וואָס די וועלט שטעלט מיט זיך פֿאָר. ער איז געקומען צום אויס­פֿיר אַז די וועלט האָט אָנגעוווירן איר פֿאַר­שטאַנד צוליב דעם מאַטעריאַליזם.

אין זײַן פּסיכאָדעלישן צושטאַנד און אָפּשאַץ פֿון דער וועלט, האָט פּינטשבעק אָפֿן זיך מודה געווען וועגן זײַן באַנוצן זיך מיט "על־עס־די," און אַזעלכע נאַרקאָ­טיקעס וואָס האָבן אים געהאָלפֿן אין זײַן פּסיכאָלאָגישן און גײַסטיקן געזונט־צו­שטאַנד. צווישן עולם האָט מען מיט אים נישט אײַנגעשטימט, כאָטש ער האָט זיי פֿאַרזיכערט אַז ער האָט אויך געזוכט דעם זינען פֿון לעבן און אָנגעהעריקייט. אַ סך פֿון צווישן דעם אַמאָליק־חסידישן עולם זוכן דעם וועג צווישן די רעדנער און נײַ־געפֿונענע פֿרײַהייטן, אַ סך פֿון זיי זײַנען געווען ערלעך און קריטיש צו באַנעמען אַז די פֿרײַע וועלט איז ווײַט פֿון גן־עדן. ווי איין פֿרומער בחור האָט זיך אויסגעדריקט אינעם "טײַמס"־אַרטיקל: "דאָס ערגסטע איז ווען מען וואַקסט אויס אין אַ רעליגיעזער סבֿיבֿה, און מ'פֿאַלט אַרײַן אין דער אילוזיע אַז אַלע דײַנע צרות האָבן צו טאָן מיט די רעליגיעזער דערשטיקעניש, נישט באַנע­מענ­דיק ווי אוניווערסאַל דאָס איז. מען מוז אָפּלאָזן דעם פֿאַרדראָס מיט דער סבֿיבֿה און לויבן אַ צווייטע." איז דער אויספֿיר פֿאַר­וואָס מענטשן גייען אין "טשאָלנט־קלוב" איז אוניווערסאַל. זיי בענקען, ווי מיר אַלע, נאָך פֿרייד און אַ געפֿיל פֿון זײַן אַן אינעווייניקסטער, ווי יצחק שיינפֿעלד דריקט זיך אויס:

"מיר פּרובירן צו שאַפֿן אַן אָרט וווּ מיר קענען אַנטלויפֿן פֿון דער באַרבאַרער וועלט. פֿאַר אייניקע איז עס די רעליגיעזע וועלט, פֿאַר אַנדערע — די סעקולערע. מיר זײַנען אַלע אויף דער פּעריפֿעריע."

(...) נאָך אַלעמען, איז נישט דער מין מענטש אַ טייל פֿון דער מענטשהייט וואָס איז אַ טייל פֿונעם אוניווערס אויף אַ געוויסער צײַט, וואָס זוכט און נישטערט צו געפֿינען דעם זינען דערפֿון, און פֿאַראייניקן זיך מיט זײַנס גלײַכן? די טשאָלנטניקעס זײַנען זוכערס וואָס זוכן אַ זינען און אַן אמת. כ'האָב דאָרט באַגעגנט אַ בחור וואָס הייסט אַרי. ער קומט אַהער צוליב דער מוזיק. ער דערציילט מיר אַז ער האָט אַן אויטאָבוס מיט פֿופֿצן זיצפּלעצער וואָס ווערט געפֿירט אויף גרינס־בוימל און נישט אויף בענזין, און ער ווײַזט מיר אַז דער אויטאָבוס שטייט אין דרויסן לעבן דער "קאָמיוניטי סינאַגאָגע." זײַן געשיכטע איז אַן ענלעכע. ער איז אויסגעוואַקסן אין אַ פֿרומער היים. צו דרײַצן־פֿערצן איז ער אַרויס אויף דער פֿרײַ, און דער אויטאָבוס איז זײַן היים. אַרי זאָגט אַז צווישן דער חבֿרה זײַנען דאָ אַזעלכע וואָס קומען אַהער צו כאַפּן אַ פֿלירט און אָנבינדן אַ באַקאַנטשאַפֿט מיט אַ מיידל. אַ חוץ דעם קען מען באַקומען נאַרקאָטיקעס, כאָטש מ'דאַרף נישט דערצו דעם "טשאָלנט־קלוב," ווײַל מ'קען עס געפֿינען אומעטום. ער אַליין איז אַ נאַרקאָמאַן, זאָגט ער. אָבער דאָס איז נישט די סיבה פֿון זײַן קומען אַהער.

איך מוז ענדיקן מיט דעם וואָס די חבֿרה וואָס קומען אַהער זײַנען ערנסטע און פֿאַרלוירענע נשמות. זיי מעגן זײַן עקצענטריקער, זיי מיינען חלילה קיינעם נישט קיין שלעכטס. אַרי האָט נאָך צוגעגעבן אַז, ווען ער פֿירט זײַן אויטאָבוס אויף די פֿאַרשנייטע וועגן אין אײַאָוואַ זוכט ער, דערווײַל, אין זיך און פּרובירט צו פֿאַרשטיין וואָס פֿאַר אַ ראָלע דו שפּילסט אין דער באַלדיקייט, וואָס אַנטפּלעקט זיך פֿאַר דיר. מיסטער שיינפֿעלד גיט צו:

"ס'איז פֿאַראַן עפּעס גראַנדיעז און גײַס­טיק אין זוכעניש און דאָס זוכעניש מיינט אַלץ."


דאַכט זיך מיר, אַז די בנימינה האָט געכאַפּט דעם גאַנצן תּוהו־ובֿוהו פֿון אונדזער עקזיסטענץ, וווּ דער טשאָלנט־קלוב איז אַ קליינער מיקראָקאָזם פֿון דעם וואָס ס'שפּילט זיך אָפּ סײַ אין דער אינעווייניקסטער, פֿרומער וועלט, און סײַ אין דער דרויסנדיקער, סעקולערער וועלט. און וואָס איז דער וווּנדער? ייִדן האָבן אַלע מאָל און אין אַלע צײַטן זיך אַרײַנגעלאָזט אין חקירות, און געוואָלט דערגיין דעם אמת, אַן אמת, וואָס מיר ווילן פֿאַרריכטן, תּיקון־עולם. מיר ווילן פֿאַרריכטן אַלע אונדזערע וועלטן, די אינעווייניקסטע און די דרויסנדיקע, און זי צושנײַדן לויט אונדזער אײַנזעעניש, און אונדזער פֿאַרשטאַנד. אויב זי געפֿעלט אונדז נישט, ווילן מיר זי פֿאַרריכטן דורך אונדזערע אידעאָלאָגיעס און באַוועגונגען. אָבער די וועלט לאַכט זיך אויס, ווײַל זי באַשטייט פֿון אַ צעבראָכענעם און צו מאָל פֿון אַ קרומען שפּיגל. און כ'ווייס נישט צי ס'איז פֿאַראַן אַזאַ מײַסטער וואָס זאָל זי קענען פֿאַרריכטן.