קינאָ
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם "מײַן מעקסיקאַנער שיבֿעה"
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם "מײַן מעקסיקאַנער שיבֿעה"

וואָס לוינט זיך דאָ צו רעדן און צו ברײַען לאַנגע מעשׂיות. געזען אויף די שפּאַלטן פֿון אַ צײַטונג אַן אַנאָנס, אַז מ'שפּילט אין "קוואַרד־קינאָ" אין ווילעדזש, אַ פֿילם, וואָס האָט אין זיך אַ ייִדיש וואָרט. בין איך אַוועק זען וואָס די מעקסיקאַנער ייִדן האָבן דאָ פֿאַר אונדז פֿאַרגרייט. ווײַזט זיך אַרויס אַז ס'איז יאָ עפּעס אַ ייִדישער פֿילם, כאָטש ס'לשון איז שפּאַניש מיט אַ טראָפּ ייִדיש אויף צו פֿאַרבײַסן. די מעקסיקאַנער ייִדן האָבן דאָס זעלבע פֿאָרטל וואָס מיר אין אַמעריקע. מ'מישט גראָז מיט פּאָדקאָווע, ענגליש מיט ייִדיש און העברעיִש. דאָרט מישט מען שפּאַניש מיט ייִדיש. עפּעס האַלטן זיך אָן די ייִדן אין אַ סך לענדער אין די פּאָר ייִדישע ווערטער און ווערטלעך, וואָס זיי האָבן געהערט אין דער היים בײַ טאַטע־מאַמע אָדער באָבע־זיידן, און מ'מישט, און מ'קאָכט אַ מעקסיקאַנער אַנטשעלאַדאַ.

דער פֿילם האָט צו טאָן מיט אַ ייִדישער משפּחה אין מעקסיקאָ־סיטי, אין אַ געגנט וואָס מען רופֿט פּאַלאַנקאַ, און ווי אַלע ייִדישע משפּחות, טרעפֿט מען זיך אויף בר־מיצוות, חתונות און לוויות. אַנישט קען אַדורכגיין אַ שאָק מיט יאָרן מ'זאָל נישט הערן און געדענקען. מילא, אָבער ווען מ'באַגעגנט זיך נאָך יאָרן און מ'כאַפּט אַ בליק איינס אויף ס'אַנדערן, הייבט מען אָן צו באַטראַכטן, ווער ס'איז אַלט געוואָרן און ווער ס'האָט זיך געמאַכט אַ פּלאַסטישע אָפּעראַציע, ווער ס'איז אַרויף אויף דער וואָג און ווער ס'האַלט אַ דיעטע, ווער ס'איז אַראָפּ פֿון די ייִדישע רעלסן, און ווער ס'איז געוואָרן רײַך, און ווער אַ בעל־תּשובֿה. מ'רעכנט זיך אָפּ פֿאַר אַלטע קריוודעס. מ'באַרעדט, מ'קריגט זיך, מ'שעלט אין טאַטנס טאַטן אַרײַן, און מ'בעט זיך איבער. מ'קען זאָגן, אַז "מײַן מעקסיקאַנער שיבֿעה" איז אַ דראַמאַטישע קאָמעדיע. אָבער ווער עס האַלט אַן אויג, זעט דערין מער ווי דאָס געלעכטער אָדער געוויין. מ'דערזעט אויף וויפֿל די מעקסיקאַנער ייִדן האָבן זיך אַסימילירט און פֿאַרלוירן דאָס פּינטעלע ייִד.

דאָס בילד עפֿנט זיך מיט משהן (סערדזשיאָ קלײַנער), אַ ייִד אין די זיבעציקער, פֿול מיט לעבנסלוסט, טאַנצט און זינגט און פֿאַרברענט הינטער זיך די פּאָדלאָגע. ער לעבט אַ גוטן־טאָג ערגעץ אין אַ נאַכט־לאָקאַל, האָט הנאה פֿונעם לעבן, כאַפּט אַרײַן וויפֿל ס'גייט אין אים אַרײַן, הוליעט מיט יונגע מיידלעך און ווײַבלעך, צעפֿלאַמט און צעהיצט, צערודערט און צעפֿידלט — און פּלוצעם אַ טראַך אין דער מעלאָנע, ווי מײַן שוועגערן פֿלעגט אַלע מאָל זאָגן, גיט אַ קנאַק אַראָפּ אין דר'ערד און אויס קאַפּעליוש־מאַכער. נו, אַ ייִד שטאַרבט, שטאַרבט ער. קלײַבט זיך צונויף די משפּחה, קינדער, אייניקלעך, שוועסטער, ברידער, פֿעטערס, מומעס, באַקאַנטע, פֿרײַנד און שכנים. מ'פֿאַרזאַמלט זיך נאָך דער לוויה און מ'זעצט זיך זיצן שיבֿעה.

דערווײַליק דערזעט מען צוויי גרײַז־גרויע זקנים, מיט לאַנגע ווײַסע בערד און נאָך לענגערע פּאות, מיט שטרײַמלעך אויף די קעפּ. זעט אויס אַז זיי זײַנען צוויי מלאכים, וואָס קומען אַראָפּ אָדער קוקן אַראָפּ פֿון הימל און האַלטן בוכהאַלטעריע. איינער פֿאַרשרײַבט די מעלות, דער צווייטער — די חטאָים, די זינד הייסט עס. זיי רעדן אַ פּרעכטיקן ליטווישן ייִדיש וואָס אַזוינס האָב איך שוין לאַנג, לאַנג נישט געהערט. נאָר גאָט אַליין ווייסט פֿון וואַנען די פֿילם־פּראָדוצענטן האָבן אויסגעגראָבן אַזאַ אוצר, אַן אויטענטיש פּאָרל ייִדן, מיט אַזאַ אויסגעצייכנט ייִדיש־לשון, ממש אַ נס. און די צוויי ליטוואַקעס זעצן זיך אַוועק און האַלטן חשבון, ווײַל לויט דער בוכהאַלטעריע, וועלן זיי וויסן אָפּצוגעבן אַ רעכענונג דער פּמליה־של־מעלה צי משה, דער הולטײַ, וועט אַדורך די שערי־צדק, צי מען וועט אים אָפּשטעלן האַרט בײַ דער גרענעץ פֿון גן־עדן און הייסן אומקערן זיך צוריק אויפֿן וועג צו דער אייביקייט אין גיהנום, און מ'וועט מיט אים לערנען בלק.

און אַזוי ווי אין יעדער משפּחה, נעמט מען זיך צוזאַמען נישט אַזוי צוליבן מת, ווי צוליבן אייגענעם אינטערעס. מ'טרעפֿט זיך, מ'רעדט ביזנעס, מ'רעכנט זיך אָפּ. איינער וויל באָרגן געלט, מ'דערציילט רכילות און, דער עיקר, טראָגט זיך דאָ אַרום אַ סוד וואָס די משפּחה פֿאַרשווײַגט. אָבער ס'איז שווער צו פֿאַרשווײַגן, ווײַל עס בריט אויף יעדערנס ליפּן. אַ חוץ דעם, קריגט מען זיך אַרום מיט דעם חבֿרה־מאַן פֿון דער חבֿרה־קדישא (לעני זונדעל), וואָס דאַרף זיי צושטעלן כּשר עסן, שיבֿעה־בענקעלעך, שטעקשיך און לאַפּטשעס, און וואָס זיי קאָסטן איז שוין אָפּגערעדט. און ווער וועט באַצאָלן איז אַ יאָר אויף מיטוואָך. יעדער וואַרפֿט דעם חשבון יענעם אין פּנים אַרײַן. משהס טאָכטער אסתּר (רחל פּאַנקאָווסקי), אין גאַנצן צערודערט און צעכראַסטעט, בײַסט אין עפּעס אַרײַן און פֿאַרלירט דערווײַל אַ צאָן. זי מוז שוין האָבן אַ דענטיסט בײַ דער האַנט, ווײַל אַנישט גייט זי אונטער. דערווײַל לאָזט זי יעדערן וויסן, אַז גלײַך נאָך דער שיבֿעה גייט זי אַרײַן אין שפּיטאָל מאַכן זיך אַ פּלאַסטישע אָפּעראַציע, צו פֿאַרריכטן איר גאַנצן גוף, ווײַל דאָ הענגט און דאָרט איז פֿאַרקנייטשט און אַרום און אַרום טויג אין דר'ערד. און אויב דאָס איז נישט גענוג האָבן מיר משהס זון, ריקאַרדאָ (דוד אָסטראָווסקי), אַ לעביונג און אַ כוואַט. ער זוכט אַרום אַ דאָקטער צווישן דעם עולם שיבֿעה־זיצערס — וואָס שטייען דווקא און טרינקען און עסן. ריקאַרדאָ כאַפּט אים אונטער אָן אַ זײַט און דערציילט אים, אַז זײַן געליבטע איז פֿאַרגאַנגען אין טראָגן און אַז ער וויל, דער דאָקטער זאָל עס אָפּטרײַבן. מיט איין וואָרט, מאַכן אַן אַבאָרט תּיכּף־ומיד, ווײַל ער וויל עס נישט פֿאַרשלעפּן אין דער לאַנגער באַנק אַרײַן.

מיט אַ מאָל ווערט שטיל ווי אין אַן אויער. עס עפֿנט זיך די טיר און ס'באַווײַזט זיך דער סוד. זי איז אַ שיינע מיטל־יעריקע דאַמע. דזשוליאַ פּאַלאַפֿאָקס (בלאַנקאַ גועראַ), אַ קאַטאָליטשקע. עס ווײַזט זיך אַרויס אַז זי איז געווען משהס געליבטע די אַלע יאָרן, בעת די משפּחה האָט געשפּיגן מיט בלוט וויסנדיק, אַז משה האָט זיך אויסגעגליטשט און געלאָזט זיך וווילגיין מיט אַ שיקסע. די ווײַבער בײַ דער שיבֿעה שושקען זיך און באַרעדן. דזשוליאַ בלײַבט שטיין און וואַרט מען זאָל זי פֿאַרבעטן צו דער שיבֿעה און נישט לאָזן שטיין בײַ דער טיר. אין דעם כאַפּט משהס זון ריקאַרדאָ אויף איר אַ בליק. זי געפֿעלט אים, ווערט ער גלײַך די כּפּרה נאָך איר, לאָזט שטיין דעם דאָקטער מיטן אַבאָרט און כאַפּט אַ פֿלירט מיט דזשוליאַן.

מיר באַקענען זיך אויך מיט משהס אייניקלעך. גליה (שרון זונדעל). זי איז אין די צוואַנציקער. זי איז אסתּרס טאָכטער. זי לערנט זיך אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. איר קוזין ניקאָלאַס (עמיליאָ סאַוויני), אַ בחור אין די שפּעטע צוואַנציקער, איז גאָר אַ ישיבֿה־בחור, וווינט אין ישׂראל און באַהאַלט זיך אויס פֿון דער מעקסיקאַנער פּאָליציי. זעט אויס, אַז אין זײַן יוגנט האָט ער געהאַנדלט אָדער גערייכערט מיט נאַרקאָטיקס און ס'הענגט איבער אים אַ מישפּט. די צוויי קוזינען באַנײַען דערווײַל זייער תּאווה איינער צום צווייטן, נישט געקוקט וואָס זיי זײַנען נישט קיין געפּאַסט פּאָרל. ביידע דריקן אויס אַ מין אַנטיפּאַטיע און ווידערשטאַנד סײַ צו דער משפּחה און סײַ צו זייער אַרום.

דערווײַל האַלטן די אַלטע ייִדן מיט די בערד און פּאות, מיט די שטרײַמלעך און מיט די שוואַרצע קאַפּאָטעס, אַ ריזיקע בוכהאַלטעריע פֿון מעלות און חסרונות, פֿון גוטע און שלעכטע מעשׂים און מידות, און קענען זיי נישט אייניקן אויף וויפֿל משה איז געפֿאַלן פֿון דער מדרגה. ווי זאָל מען אים מישפּטן? וואָס זאָל מען טאָן מיט אים? נאָך אַלעמען מוזן זיי דאָך צושטעלן אַ רשימה פֿון סאַמען אמת. וואָס זשע ווײַזט זיך אַרויס? נאָך די אַלע ספֿקות און אַמפּערנישן, האָט די משפּחה באמת ליב געהאַט דעם טאַנצעדיקן, האָפּסעדיקן משהן. זיי זײַנען אים אַפֿילו אַ טראָפּן מקנא געווען וואָס ער האָט נישט פֿאַרטאַכלעוועט זײַן לעבן אויף האַלטן פֿאַסאָן. ער האָט געוווּסט ווי צו לעבן.

דאָ וועל איך זיך אָפּשטעלן און כאַפּן אַ בליק אויף צוריק. וווּ האַלטן מיר מיט אונדזער ייִדישן טערמאָמעטער? משהס משפּחה און נאָענטע האַלטן פֿון ריטואַלן ווי מען האַלט פֿון אַ גוייִשן קאַלענדאַר מיט דאַטעס. אין דער אמתן פֿירט מען נישט קיין עכט ייִדיש לעבן ווי ייִדן האָבן עס געפֿירט אין מעקסיקע כּל־זמן ס'האָט דאָרט עקזיסטירט אַן עכט ייִדיש לעבן, מיט ייִדישע שולן און שילן, מיט אַ לעבנס־שטייגער סײַ לויט דער הלכה און סײַ לויטן ייִדישן לוח. און פּונקט ווי אין אַרגענטינע, וווּ עס האָט געשוויבלט מיט ייִדיש לעבן, פּונקט ווי אין אַמעריקע, וווּ ס'האָט זיך גערוכעוועט מיט ייִדיש לשון און ייִדישן לעבנס־שטייגער, איז עס אַלץ פֿאַרשוווּנדן צוזאַמען מיט דער שפּראַך. וואָס זשע איז פֿאַרבליבן? אָט דאָס וואָס איר זעט אין פֿילם. און אַז איר וועט זיך גוט צוקוקן וועט איר זען אַז די ייִדישע אַקטיאָרן האָבן שוין שפּאַנישע נעמען.

די אַקטיאָרן שפּילן גוט. די רעזשי איז פּראָפֿעסיאָנעל אויסגעפֿירט, און אויב מ'לאַכט לאַכט מען מיט יאַשטשערקעס און אונדזערע ייִדישע ווערטער בלאָנדזשען און וואַנדערן אַרום איבער לענדער און קאָנטינענטן, פֿאַלן אַרײַן אין די מײַלער פֿון פֿרעמדע ייִדן, אָדער נישט־ייִדן און מ'לאַכט. די ווערטער גופֿא קענען זיך נישט קיין עצה געבן, ווײַל די מײַלער וואָס גיבן זיי לעבן, זײַנען אַליין פֿאַרטעמפּט. מײַן פֿראַגע איז, פֿאַרוואָס קען מען נישט מאַכן אַ ייִדישן פֿילם מיט "אונטערטיטלען?" אָט זײַנען געווען אין פֿילם צוויי ליטוואַקעס וואָס האָבן באַשײַנט דעם עקראַן. אָבער רעד צו דער וואַנט. די הײַנטיקייט איז שוין ליכט־יאָרן אַוועק פֿון יענער ווירקלעכקייט. הײַנט רעדט מען ביזנעס — נישט קונסט. עס זײַנען אַוועק די אַמאָליקע קינסטלער, אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן צוזאַמען מיטן ייִדישן פֿאָלק, וואָס האָט אונדז פֿאַריתומט מיט זייער אומקום. מוז מען זיך לאָזן באַגנוגענען מיט דעם וואָס איז דאָ. נעמלעך, צוויי גרײַז־גרויע שטרײַמלעך וואָס דערמאָנען אין אַמאָליקן גלאַנץ און שימער פֿון אַ ייִדישער קולטור.