פּובליציסטיק

האַרט פֿאַר מײַן אָפּפֿליִען קיין פֿלאָרידע בין איך מיט מײַן זון אַבֿי (אַבֿרהמל) אַוועק זען די פֿאָרשטעלונג וואָס הייסט אויף ענגליש (Stunning) און אויף ייִדיש וואָלט איך עס גערופֿן — "פּרעכטיק". איך בין געגאַנגען זען די אויפֿפֿירונג, ווײַל כ׳האָב געוואָלט זען אַ פּיעסע וועגן די סירישע ייִדן. כ׳בין געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז זיי האָבן אַ קולטור־געשיכטע אונטער זיך, אייגענע מינהגים און טראַדיציעס וואָס ס׳לוינט זיך צו זען. אַ נעכטיקער טאָג. דאָס וואָס איך האָב געזען איז געווען אַ שילדערונג וועגן דעם ווי פֿאַרגרעבט זיי זײַנען, ווי אָפּגעשטאַנען, ווי באַאײַנפֿלוסט פֿון דער איסלאַמישער השפּעה, אַפֿילו נאָך דאָ, אין אַמעריקע.

געשריבן האָט די פּיעסע אַ ייִדיש־סירישער דראַמאַטורג מיטן נאָמען דוד אַדזשמי, וועלכער האָט שוין אַ נאָמען אונטער זיך. זײַנע ביאָגראַפֿישע שטריכן זײַנען ממש מקנא צו זײַן. אָבער ווען עס קומט צו זײַן אייגנס, צו זײַן סירישער קולטור־געשיכטע, איז "קיינער נישטאָ אין דער היים". ער זעט בלויז די אָפּגעשטאַנענקייט, די ווילדע אויסברוכן, די פּרימיטיווע באַציִונגען פֿון ייִד צו ייִד, פֿון מענטש צו מענטש, ממש פֿינצטערע העלדן אין באַלויכטענע לוקסוס־צימערן פֿון אַן אויפֿגעקומענעם גבֿיר.

דער ערשטער אַקט הייבט זיך אָן מיט אַ וווינונג וווּ אַ פֿאַרהייראַט פּאָרפֿאָלק לעבט. די ווענט אינעם זיץ־צימער זײַנען כּמעט באַשפּיגלט, אַז מ’זעט אין די שפּיגלען דעם עולם צושויער ווי זיי וואָלטן געווען אַ טייל פֿון די אינעווייניקסטע באַאָבאַכטער. אַלע ווענט זײַנען געפֿאַרבט אויף ווײַס. די שענקלעך זײַנען אָנגעשטאָפּט מיט וואַזעס און וואַזאָנעס, מיט עלעקטראָנישע צאַצקעס, און שאַנדעליערן. אין מיטן צימער, אויף ווײַסע פֿאָטעלן, זיצן דרײַ יונגע דאַמעלעך. צווישן זיי, דאָס זעכצן־יאָריקע ווײַבל לילי (קריסטין מאַטי), וועלכע באַקלאָגט זיך, אַז דער שידוך איז געשלאָסן געוואָרן ווען זי איז נאָך געווען צוועלף, און אַז זי האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט, אָבער ס’האָט איר גאָרנישט געהאָלפֿן. געזען אַז זי בריקעוועט זיך, האָט מען זי גענומען וואָרענען און סטראַשען, אַז אויב זי וועט זיך נישט אונטערוואַרפֿן אירע עלטערנס ווילן, וועט אויף איר אויסגעטראַכט ווערן אַ בילבול, און די גאַנצע וועלט וועט זיך דערוויסן, אַז זי איז נישט קיין בתולה, וואָס דאָס איז געווען אַ ליגן צו פֿאַרנאַרן זי אין נאָכגעבן.

און אויב מ’וועט מוזן קומען צו דעם אויספֿיר, דעמאָלט וועט זי בכלל נישט קענען חתונה האָבן. איז זי בייז און קינדיש, נישט־דערוואַקסן און ווייסט נישט וואָס עס טוט זיך אויסער אירע פֿיר ווענט. זי טענהט כּסדר, אַז די משפּחה האָט זי חתונה געמאַכט פֿאַר אַ מאַן וואָס איז אין די דרײַסיקער (סטיווען ראַטאָזי), און זי האָט נישט געהאַט קיין ברירה און זיך אונטערגעוואָרפֿן זייער ווילן.

דער מאַן רעדט נישט צו איר, נאָר ער האַווקעט. ער פֿירט שווערע געשעפֿטן, פֿאָרט אַרום איבער דער וועלט, האָט זיך זײַנע אינטריגעס און אַוואַנטורעס, און קומט צו איר אַהיים האַווקען. די ערשטע סצענע שפּילט זיך אָפּ אינעם ווײַסן סאַלאָן, וווּ דאָס מעבל איז אויך ווײַס. עס זיצן צוזאַמען אויף דער סאָפֿקע דרײַ יונגע פֿרויען, רעדן שנעל, באַרעדן, ווער ס’האַלט בײַ גטן זיך און ווער איז שוואַנגער. קלאָדין (סאַס גאָלדבערג) האַלט אין איין שרײַען אַז זי איז צו פֿעט און צו אַלט. כאָטש זי איז ווייניקער ווי צוואַנציק. די צווייטע — שילאַ (דשענין סאַראַלעס) קאַליאַקעט אויף וואָס די וועלט שטייט, דער עיקר, אַז זי שוואַנגערט שוין צום צווייטן מאָל — און זי האָט ליב צו שוואַנגערן ווײַל זי שײַנט ווען זי טראָגט. דאָס יונגע ווײַבל איז כּסדר פֿאַרנומען מיט זיך, און וויל מיט זיי טיילן איר דאָליע. אָבער יעדע איינע פֿון זיי רעדט וועגן מאַניקירן די נעגל און אַנדאָלירן די האָר, אײַנקויפֿן און עסן אין די טײַערסטע רעסטאָראַנען, אַפֿילו נישט קיין כּשרע מאכלים. דער עיקר, קיינער הערט זיך צו קיינעם נישט צו.

דאָס יונגע ווײַבל ווייסט נישט אויף וועלכער וועלט זי געפֿינט זיך. זאָל זי זײַן גליקלעך אָדער אומגליקלעך, זאָל זי אײַנשטימען צו זײַן געהאָרכזאַם און אונטערטעניק, אָדער זאָל זי זײַן אומגליקלעך און שטעלן זיך אַנטקעגן דעם טיראַן — איר מאַן, הייסט עס. אָבער דער מאַן איז דאָס מאָל אין כינע צוליב געשעפֿטן. ער וויל זי נישט מיטנעמען ווײַל אים איז ניחא צו זײַן אַ פֿרײַער פֿויגל. איז איר אומעטיק און זי איז עלנט אַליין אין די ווײַסע סאַלאָנען מיט די שאַנדעליערן.

שטעלט זי אַרײַן אַן אַנאָנס אין אַ צײַטונג, אַז זי זוכט אַ רוימערקע. באַווײַזט זיך אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿרוי אין די פֿערציקער, פֿול מיט ענטוזיאַזם און בעט זיך אײַן בײַ איר זי זאָל זי צונעמען צו דער אַרבעט. זי דערציילט איר, אַז זי האָט געענדיקט באַרימטע אוניווערסיטעטן און האָט איר דאָקטאָראַט, אָבער זי קומט אַזוי פֿיל געלט צוליב די סטודענטישע הוצאָות, אַז זי מוז פֿאַרדינען און אויסצאָלן די חובֿות.

איר נאָמען איז בלענדיש (שאַרליין וווּדאַרד). אָבער דאָס יונגע ווײַבל וויל זי דווקא רופֿן אַננאַ־מאַריאַ, ווײַל זי האָט פֿריִער געהאַט אַ פּאָרטאָ־ריקאַנער רוימערקע, וועלכע זי האָט ליב געהאַט, און יענע האָט געהייסן אַננאַ־מאַריאַ. זי וויל אויך, אַז זי זאָל זײַן אַ פּאָרטאָ־ריקאַנערין און רעדן שפּאַניש מיט איר. אָבער יענע זאָגט זיך אָפּ. געזען אַז זי וועט די שטעלע נישט באַקומען, הייבט זי אָן מיט אַ מאָל צו רעדן שפּאַניש, ווײַל זי קען אַ סך שפּראַכן. און דאָס ווירקט צום גוטן אויפֿן קינדישן שׂכל פֿונעם יונגן ווײַבל. זי גיט איר די שטעלע, און זאָגט איר אָן, אַז ווען זי וועט רוימען און דער מאַן וועט זײַן אין דער היים, זאָל זי פֿאַרבן אויף ווײַס די פּאָר ווענט וואָס זיי פֿאַרמאָגן אין זיץ־צימער. זי וויל, דער מאַן זאָל זען, אַז זי האָט צוגענומען אַ רוימערקע וואָס אַרבעט שווער און איז ווערט דאָס געלט וואָס מען צאָלט איר.

און דאָ הייבט זיך אָן דער אַמעריקאַנער אײַנפֿלוס אויף דעם סיריש־ייִדישן דראַמאַטורג. אין צווייטן אַקט פֿאַרלירט ער זײַן גאַנצע סירישקייט, און גייט אַריבער אויפֿן אַמעריקאַנער סטיל פֿון אַרײַנדרינגען אין די רייען פֿון הײַנט־צײַטיקייט וואָס זאָל דווקא זײַן אין אײַנקלאַנג מיטן זשאַנער פֿון לעזביאַנישע ליבע־אַפֿערעס. און אַזוי ווי דאָס ווײַבל איז אַזוי עלנט און פֿאַרלוירן, טוליעט זי זיך צו צו דער דינסט, וועלכע איז טאַקע אַ לעזביאַנקע און זי דערקלערט זיך איר אין ליבע.

איך בין זיכער, אַז אין דער סיריש־ייִדישער קולטור וואָלט מען ביידע פֿרויען פֿאַרשטיינערט אָדער פּשוט דערהרגעט. אָבער דאָ, אין אַמעריקע, איז עס אַ טייל פֿונעם לעבן, און ס’איז אָננעמבאַר. אינטערעסאַנט צי די סיריש־ייִדישע קהילה אין קאַליפֿאָרניע צי אין ברוקלין, טאָלערירט דעם פֿענאָמען.

דערווײַל קערט זיך אום דער מאַן פֿון זײַן רײַזע אין כינע, פֿול מיט פֿאָרוואָרפֿן און זידלערײַען. ער דערזעט פּלוצעם זײַן ווײַבל לייענט אַ בוך. אומגעהערט אין זייער געזעלשאַפֿט. וויל ער וויסן ווער פֿאַרדרייט איר דעם נאַרישן קאָפּ און מאַכט זי קאַליע. זי דערציילט אים, אַז די דינסט. ווערט ער ווילד. ער זוכט נאָך אויף דער אינטערנעץ און געפֿינט אויס, אַז די דינסט האָט טאַקע אירע דיפּלאָמען פֿון די באַרימטסטע אוניווערסיטעטן. נאָר וואָס? זי באַהאַלט זיך אויס פֿון דער פּאָליציי, ווײַל זי האָט דערהרגעט איר טאַטן.

דאָס ווײַבל זאָגט אים אויס, אַז זי איז פֿאַרליבט אין איר דינסט, און וויל אַ גט. און דאָ, מיין איך, האָט דער דראַמאַטורג אָנגעוווירן זײַן גלײַכגעוויכט פֿון דראַמאַטורגיע. ערשטנס, איז די מעשׂה סירישע קולטור פֿאַרשוווּנדן לגמרי. די דראַמע האָט אָנגענומען נישט נאָר ספּאַזמאַטישע אויסברוכן, נאָר זי האָט אָנגעוווירן איר עקזיסטענץ־באַרעכטיקונג. ערשטנס, ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער מאַן אירער איז אַ גנבֿ און אַ שווינדלער. ער האָט באַשווינדלט זײַן אייגענעם ברודער. צווייטנס, איז נישט פֿאַראַן קיין איין פּאָזיטיווער העלד. די פֿרויען זײַנען אַמעריקאַניזירטע פֿלאָנדריעס, די מענער — ברוטאַלע גראָבע יונגען, אין סטיל פֿון דער אונטערוועלט.

איך גלייב קוים צי דער מחבר האָט נישט געפֿינען אין זײַן סירישער קולטור אַ טראָפּן ייִדישקייט, אַ לעק מענטשלעכקייט. אַלץ און אַלע זײַנען פּרימיטיווע, איגנאָראַמוסעס, פֿאַר וועמען דאָס געלט איז גאָט, שווינדל איז אַן אָנגענומענער פֿאַקט, און בעסטיאַלישער אויפֿפֿיר פֿון די מענער קעגן די פֿרויען איז אײַנגעבאַקן אין זייער לײַב און לעבן. נישט שוין זשע איז דאָס אמת? און אויב יאָ, שטעלט דער דראַמאַטורג פֿעסט אַז די סירישע ייִדן זײַנען נישט בעסער פֿון זייער אַראַבישער געשיכטע, וועלכע זיי האָבן איבערגעפֿלאַנצט אין דער גאָלדענער מדינה.

בײַ אונדז, אַשכּנזים, איז נאָך פֿאַראַן אַ שטיקל עטיק און מאָראַלישע קוואַליטעטן. משפּחות וואָס היטן אָפּ פֿרומקייט און כּשרות נישט נאָר לשם דער תּורה, נאָר לשם אייגענער מענטשלעכקייט. זיכער זײַנען צווישן אונדז פֿאַראַן סײַ פֿרומע און סײַ וועלטלעכע ייִדן, שווינדלער און אָפּנאַרער, אָבער ווען מ’גייט שילדערן אַ קולטור, דער עיקר אַ שטיק ייִדישע קולטור, קען זי נישט זײַן איינזײַטיק. סײַדן מ’וויל געפֿעלן און אַפּעלירן צום הײַנטיקן טעאַטער־עולם לויט דער געפֿאַלנקייט פֿון דער צײַט.

אין דער ייִדישער ליטעראַטור האָבן מיר פֿאַרמאָגט אַ שלום אַש, מיט זײַן דראַמע "גאָט פֿון נקמה," וווּ ער האָט געשילדערט דאָס אָפּפֿאַלעכץ פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין אַמאָליקן פּוילן. מען האָט אים טאַקע דערפֿאַר געזידלט און געשנידלט און שיעור נישט געלייגט אין חרם. מיר האָבן אויך פֿאַרמאָגט אַ שלום־עליכם, וועלכער האָט געשילדערט מיט האַרץ און הומאָר די ייִדישע אָרעמקייט און צו וואָס זי קען דערפֿירן. אָבער אַלץ איז געווען מיט אַ מאָס.

אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור האָבן מיר פֿאַרמאָגט טענעסי וויליאַמס און יודזשין אָניל, וועלכע האָבן געשילדערט די רײַכע און די אָרעמע משפּחות אין מיאוסע פֿאַרבן: אַ באַנדע שיכּורים, דאַרמאָיאַדעס, דעקאַדענטן און דאָס גלײַכן. אַרטור מילער האָט געשילדערט שווינדל אויף אַ גרויסן מאַסשטאַב אין "אַלע מײַנע זין," און ענדיקט די פּיעסע מיט געוויסן־ביסן, מיט חרטה. און אַז מ’שילדערט די יאָרן פֿון דער גרויסער דעפּרעסיע, זײַנען דאָס יאָרן פֿון גרויס דחקות און מיר פֿאַרשטייען צו וואָס דאָס האָט דערפֿירט. איך האָב געוואָלט זען פֿון וואַנען די פֿיס וואַקסן; עפּעס וועגן די סירישע ייִדן, וואָס פֿירט צום אויספֿיר, צו וועלכן דער דראַמאַטורג איז געקומען. אָבער דאָס איז אים נישט געלונגען.

דער רעזשיסאָרקע קומט אַ יישר־כּוח פֿאַר איר דירעקציע. די אַקטיאָרן זײַנען ס’רובֿ געווען אויסגעצייכנט. די פּיעסע ווערט געשפּילט אין "דיוק"־טעאַטער אויף דער 42סטער גאַס. זי ווערט פֿינאַנצירט פֿון "לינקאָלן־סענטער"־טעאַטער, וווּ זיי גיבן אַ געלעגנהייט נײַע און יונגע דראַמאַטורגן צו אַנטוויקלען זייערע פּיעסעס. איך לייג אײַך פֿאָר צו גיין זען די פֿאָרשטעלונג ווײַל ס’לוינט זיך. בילעטן קאָסטן בלויז צוואַנציק דאָלאַר און דאָס טעאַטער פֿאַרמאָגט נישט מער ווי אַ 200 זיץ־פּלעצער.