פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איציק גאָטעסמאַן האָט שוין דערמאָנט אין זײַן רובריק, אַז אין די לעצטע צען יאָר האָבן זיך באַזעצט אין ישׂראל קאַווקאַזער און אַזערבײַדזשאַנער ייִדן און שוין באַוויזן אויפֿצושטעלן אַ טעאַטער אין זייער מוטערשפּראַך — יודעאָ־יואַהוריש און יודעאָ־טאַט. איינע איז באַזירט אויף פּערסיש און לשון־קודש, די אַנדערע — אויף טערקיש און לשון־קודש.

דערווײַליק לייען איך אין דער "ניו־יאָרק טײַמס" וועגן אַ פּראָפֿעסאָר קאַופֿמאַן, וועלכער האָט געגרינדעט אין מאַנהעטן אַ פֿאָרש־צענטער פֿאַר לינגוויסטיק מיט צוויי יאָר צוריק. דאָ גופֿא, צווישן אונדז, געפֿינען זיך הונדערטער פֿעלקער. אייניקע וואָס לעבן שוין דאָ מער ווי אַ האַלבן יאָרהונדערטער. אַנדערע, וואָס האַלטן אין איין אָנקומען אַהער און רעדן נאָך אַלץ זייערע היימישע שפּראַכן. צווישן זיי: אַראַמעיִש, כאַלדעיִש, מאַנדעיִש — צווישן סעמיטישע פֿעלקער — און יענע, וואָס זײַנען געקומען פֿון בוכאַראַ, און האָבן זיך באַזעצט אין קווינס, פֿאַרמאָגן מער בוכאַרי־רעדער ווי אין זייערע היימלענדער אין בוכאַראַ (אוזבעקיסטאַן) און טאַדזשיקיסטאַן, וווּ מען רעדט עד־היום כאַמאָראָ. פֿאַראַן דאָ מענטשן פֿון די מאַריאַנע־אינדזלען, פֿון אירלאַנד, וועלכע רעדן גייליק, קאַשוביאַן־רעדער פֿון פּוילן (וואָס דאָס האָב איך קיין מאָל נישט געהערט). מען הערט דאָ נאָך אַלץ ראַעטאָ־ראָמאַניק וואָס מען רעדט נאָך אין דער שווייץ, ראָמאַני פֿון די באַלקאַנען, און ייִדיש.

פֿאָרשער לאָזן זיך אַראָפּ אויף קליינע קהילות אין פֿלאָשינג, וווּ עס זײַנען פֿאַראַן אײַנוווינער וואָס רעדן נאָך אָרמורי — אַ שפּראַך, וואָס איז דערגאַנגען אַהער פֿון קליינע עדות וואָס האָבן אַהערגעברענגט זייערע שפּראַכן פֿון פּאַקיסטאַן און אַפֿגאַניסטאַן. תּקופֿות־לאַנג האָבן אײַנוווינער גערעדט קראָאַטיש אין אָפּגעזונדערטע געגנטן פֿון צפֿונדיקע איסטריען־אינדזלען אַרום דעם אַדריאַטישן ים. די איסטריאַנער פֿון יענע מקומות רעדן ביזן הײַנטיקן טאָג אַ שפּראַך וואָס הייסט וולאַשקי. גאַנצע קהילות איסטריאַנער האָבן זיך באַזעצט אין פלאָשינג, קווינס, און רעדן נאָך ביזן הײַנטיקן טאָג וולאַשקי.

"גאַנצע ייִשובֿים האָבן זיך אויסגעליידיקט אין אונדזער היימלאַנד", דערציילט ווילנעאַ סמילאָוויטש, וועלכע איז הײַנט 59 יאָר אַלט און געקומען איז זי קיין אַמעריקע אין 1960 מיט איר מוטער, וועלכע איז הײַנט 92. זי איז דאָ מיט איר ברודער און שוועסטער. "דאָס רובֿ פֿון זיי," זאָגט פֿרוי סמילאָוויטש, "וווינט שוין הײַנט אין אַמעריקע." איר מאַן רעדט קראָאַטיש און דער זון רעדט שוין ענגליש. פֿרוי סמילאָוויטש זאָרגט זיך אַז איר שפּראַך און קולטור גייען אונטער און אַז די שפּראַך וועט שטאַרבן מיט איר צוזאַמען.

מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז אָנגעקומען אַ פֿרוי פֿון ישׂראל און זיך באַזעצט מיט אירע שוועסטער־קינדער. זי הייסט זוויעסדאַנאַ וורזיק. אַ פּראָפֿעסאָר פֿון לינגוויסטיק אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט זי אָרגאַניזירט אַ צוזאַמענטרעף אין קווינס און צו איר איבערראַשונג זײַנען געקומען אַרום הונדערט מענטשן. זי האָט געטענהט, אַז אַ שפּראַך שפּיגלט אָפּ מענטשן וואָס רעדן זי. פּראָפֿעסאָר וורזיק האָט לעצטנס פּובליקירט אַן אָדיאָוולאַשקי־בוך פֿון פֿראַזן. און איצט אַרבעט זי אויף אַ וולאַשקי־קראָאַטיש־ענגליש ווערטערבוך. זי קלאָגט זיך, אַז קיינער האָט זי נישט געלערנט וולאַשקי. מען איז געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז ס’איז אַ מינדערווערטיק לשון.

פּראָפֿעסאָר וורזיק האָט אויך געפֿונען גרופּקעלעך אין ניו־יאָרק און צפֿון־ניו־דזשוירזי וווּ מ’רעדט נאָך אַלץ נעאָ־אַראַמעיִש, וואָס, לויט איר, איז די שפּראַך פֿאַרוואָרצלט אין דער שפּראַך פֿון יעזוסן, און להבֿדיל אין תּלמוד. אויף דער שפּראַך רעדן נאָך סירישע אימיגראַנטן און זי ווערט געלערנט און שטודירט אין סיריאַק־אָרטאָדאָקסישע קירכעס סײַ אין פּאַראַמוס, ניו־דזשוירזי און סײַ אין טינעק, ניו־דזשוירזי. זי גיט איבער, אַז דער רעווערענד עלי שאַבאָ רעדט נעאָ־אַראַמעיִש אין דער היים אויך מיט זײַנע קינדער, און אַלץ צוליב דעם וואָס ער איז דער לערער. עס איז, אָבער, אויפֿגעשוווּמען די פֿראַגע, צי וועלן זײַנע קינדער ממשיך זײַן די טראַדיציע פֿונעם לשון אויב זיי וועלן חתונה האָבן מיט אַמעריקאַנער? און דער ענטפֿער איז געווען ניין. זיי וועלן נישט ממשיך זײַן די שפּראַך.

אין לאָנג־אײַלענד האָבן שפּראַך־פֿאָרשער געפֿינען מענטשן וואָס רעדן נאָך אַלץ פֿליסיק די מאַנדעיִשע שפּראַך, באַזירט אויף אַ פּערסישן אַראַמעיִש, וואָס אַ פּאָר הונדערט פֿון זיי רעדן נאָך אַלץ איבער דער וועלט. איינער פֿון זיי איז אַ 76־יאָריקער מיטן נאָמען ראַכליל שושטאַרי, אַ פּענסיאָנירטער יוּוועליר, וועלכער האָט זיך באַזעצט אין לאָנג־אײַלענד מיט 45 יאָר צוריק. ער שטאַמט אָפּ פֿון איראַן. ער שטעלט צוזאַמען אַ מאַנדעיִשן ווערטערבוך.

פּראָפֿעסאָר קאַופֿמאַן האָט אָנגעשטעלט דאַוד אײַ. סאַלי, 45 יאָר אַלט, אַ אימיגראַנט פֿון דאַרפֿו, וועלכער וווינט אין ניו־דזשוירזי און איז אַ פּערזענלעכער אסיסטענט־אויפֿפּאַסער אין אַ היים פֿאַר עלטערע מענטשן. זײַן ציל איז אָבער צו לערנען אַ קלאַס פֿון לינגוויסטיק אין ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט אַ שפּראַך וואָס הייסט מאַסאַליט, וואָס בלויז אייניקע שבֿטים רעדן זי נאָך. ער אַרבעט אויף אַ מאַסאַליט־לעקסיקאָגראַפֿיע, קאָדיפֿיצירט די גראַמאַטיק, דעפֿיניציעס און דעם אַרויסרעד — די הבֿרה, הייסט עס.

"שפּראַך איז אידענטיטעט," דערקלערט מיסטער סאַלי. ער קלאָגט זיך: "אַזוי פֿיל אַפֿריקאַנער שבֿטים האָבן אָנגעוווירן זייערע שפּראַכן."

די רעדער פֿון גאַריפֿונאַ, וואָס ווערט הײַנט פֿאַרביטן אין צענטראַל־אַמעריקע מיט שפּאַניש און ענגליש קוקן זיך אויס די אויגן אויפֿצוהאַלטן עס אין זייערע ניו־יאָרקער געגנטן. קורסן זײַנען אויפֿגעקומען אין "יערומיין־קולטור־צענטער" אין דער בראָנקס און אין ברוקלין, וווּ דזשיימס לאָוועל, אַ פֿאָלקשול־מוזיק־לערער, פֿירט אָן אַ קליינעם גאַריפֿונאַ־קלאַס אין "ביקאָ־טראַנספֿאָרמיישן־צענטער" אין איסט־בושוויק. מיסטער לאָוועל, וועלכער איז אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק פֿון בעליז אין 1990, האָט דערציילט, אַז זײַן צווילינג־ייִנגלעך, הײַנט 21 יאָר אַלט רעדן נישט קיין גאַריפֿונאַ. זיי קענען זיך ספּראַווען מיט רעדן שפּאַניש אָדער ענגליש. די גאַריפֿונאַ־רעדער זאָגן, אַז מיט גאַריפֿונאַ וועלן זיי צו גאָרנישט נישט דערגיין, איז בעסער פּטור צו ווערן פֿון איר. מיסטער לאָוועל האָט באַשלאָסן אַרײַנצודרינגען טיפֿער אין דער שפּראַך און באַקענען זײַנע קינדער סײַ מיטן לשון און סײַ מיט איר קולטור. מערסטנס האָט ער עס געטאָן דורך פּשוטע פֿאָלקס־לידער, שפּילנדיק אויף זײַן גיטאַרע. ער לערנט זיי זייער גאַריפֿונאַ־געשיכטע. אין זייער קלויסטער אין דער מאָריסעניע־געגנט פֿון דער בראָנקס, פֿירט מען די גאָטעסדינסט איין מאָל אַ חודש אין גאַריפֿונאַ.

אין ריגאָ־פּאַרק, קווינס, וווינט הוסני הוסיין, וועלכער טענהט, אַז ער איז דער איינציקער מענטש אין גאַנץ ניו־יאָרק וואָס רעדט מאַמוזשו, די אַסטראָנעזישע שפּראַך, וואָס ער האָט גערעדט בעת ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ פּראָווינץ אין אינדאָנעזיע. ער איז 67 יאָר אַלט און האָט נישט מיט וועמען צו רעדן זײַן לשון. אַפֿילו נישט מיט זײַן ווײַב און קינדער. ער דערציילט, אַז זײַן ווײַב שטאַמט פֿון דזשאַוואַ און די קינדער זײַנען געבוירן אין דזשאַקאַרטאַ. זיי קענען נישט די מאַמוזשו־שפּראַך, און ער לייענט נישט קיין ביכער אויף מאַמוזשו, מען דריקט זיי נישט מער. רעדט ער בלויז דאָס לשון ווען ער איז צו גאַסט אין אינדאָנעזיע, אָדער ווען ער רעדט מיט זײַן ברודער טעלעפֿאָניש.

מען האַלט, אַז אין ניו־יאָרק אַליין רעדט מען מער פֿון 800 שפּראַכן. ניו־יאָרק איז טאַקע אַ וווּנדער־לאַבאָראַטאָריע פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער, קולטורן און לשונות, און דאָ האָט מען נישט אָנגערירט די רוסן, די אוקראַיִנער, די דײַטשן, די ליטווינער, די מענטשן פֿון האַיִטי, די מעקסיקאַנער, די אינדיאַנער, די אַראַבער פֿון די אַראַבישע לענדער, די ישׂראלדיקע ייִדן, די ייִדישע ייִדן, וואָס האַלטן אויף ייִדיש־לשון. און דאָס איז בלויז אַ לעק איבער דער סטעצקע ווען עס קומט צו שפּראַכן.

פֿארשטייט זיך, אַז בײַ אונדז האַלט עס נאָך נישט אַזוי שמאָל. מיר זײַנען, נאָך אַלעמען, אַן עם־הספֿר; דרוקערײַען דרוקן, די נגינה פֿאַרגייט זיך אין שירה, די ייִדישע פּרעסע עקזיסטירט עד־היום, און מיט דעם אַלעמען ווייסן מיר גאַנץ גוט, אַז ס’איז נישט פֿויגלדיק. פֿויגלדיק וואָלט געווען ווען די קליינוואַרג רעדט ייִדיש, ווען מ’שטעלט אויף קינדער־גערטנער ביז סעמינאַרן וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש. אָבער ווי זאָגט מען "נישט צו נאַזשעקען" (נישט געקלאָגט זיך). נישקשה, עס קען זײַן ערגער.