- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער אקטיאָר און רעזשיסאָר האַואַרד ריפּ האָט מיך פֿאַרבעטן אין טעאַטער "לאַ־מאַמאַ" צו זען צוויי איין־אַקטערס. דער ערשטער אַקט שילדערט יצחק באַשעוויסעס דערציילונג "גימפּל תּם", און דער צווייטער אַקט באַשטייט פֿון ש״י עגנונס דערציילונג "די דאַמע מיטן מדינה־גייער" (peddler). און אַזוי ווי דער ערשטער אַקט האָט צו טאָן מיט באַשעוויסעס "גימפּל", שפּילט אים אויס האַואַרד ריפּ קינסטלעריש אויף אַ פֿײַנער מדרגה. ער איז אַ פֿײַנער אַקטיאָר, און זײַן גימפּל איז באַגלייבלעך. די ענגלישע ווערסיע האָט ער אַדאַפּטירט פֿון סאָל בעלאָוס איבערזעצונג. דווקא, איז די איבערזעצונג אַ געלונגענע, אַ חוץ דעם נאָמען תּם. גימפּל איז באמת נישט קיין תּם. אויף ענגליש האָט ער געקענט אים באַצייכענען ווי גימפּל (the simpleton), ממש אַן אומשולדיקער נפֿש. דאָס גאַנצע שטעטעלע פֿראַמפּאָל האָט זיך אָנגעזעצט אויף גימפּלען און מאַכט פֿון אים קרעפּלפֿלייש, און גימפּל גיט אַלץ נאָך. גימפּל גלייבט אַלעמען. אַפֿילו, ווען מ׳האָט אים פֿאַרשדכנט עלקען, די פֿראַמפּאָלער גאַסן־גייערין, און זי ליגט אין קימפּעט זעקס מאָל נאָך אַנאַנד. פֿאַרדרייט זי גימפּלען דעם קאָפּ און רעדט אים אײַן, אַז ער איז דער טאַטע פֿון די קינדער, כאָטש גימפּל האָט זי נישט אָנגערירט פֿונעם טאָג וואָס מען האָט זיי חתונה געמאַכט און געפֿירט אונטער דער חופּה. ער האָט אָבער ליב די קינדער ווי זיי וואָלטן געווען זײַנע אייגענע. שוין אַ צײַט ווי איך חלום דעם זעלביקן חלום. ווי נאָר איך פֿאַרמאַך די אויגן, אַזוי געפֿין איך זיך אין אַ היימישער דירה אויף רחובֿ אליהו הנבֿיא נומ׳ 27, אויף עולם־הבא. איך פֿיר באַלעבאַטישקייט אין אַ קליין דירהלע פֿון אַ קאָנדאָמיניום. איך קוק זיך אַרום, 2 שלאָפֿצימערלעך, 2 וואַשצימערן מיט אַ דזשאַקוזי, אַ וואַשמאַשין, אַ טרוקנמאַשין וואָס מ׳קען בלויז אַקטיוויזירן מיט 3 קאָפּיקעס פֿון חנוכּה־געלט. "ווער איז דאָרט? ענטפֿערט מען: "דער שכן פֿון 209. דער שכן פֿון 209. דער גולם, דער שוטה, דער באָק." האָב איך שוין נישט קיין ברירה און עפֿן די טיר. ער לענט זיך אָן אין פּאָרענטש פֿון דער טיר און האַלט אין האַנט עפּעס אַ כּתבֿ. פֿאַרבעט איך אים שוין אַרײַן, ווײַל ער זאָגט מיר אַז ער קען בשום־אופֿן נישט דערגיין וואָס אין דער כּתובה שטייט געשריבן. דערווײַל זעצט ער זיך צו, מאַכט זיך באַקוועם און איך הייב אָן צו לייענען די כּתובה. ער זאָגט אַז לשון־קודש קען ער דערגיין ווײַל ער איז אַמאָל געגאַנגען אין אַ "היברו־סקול." אָבער די ייִדישע שריפֿט וואָס ס׳איז געשריבן מיט דער האַנט, הייבט ער נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ׳עסט עס. ס׳שטייט געשריבן קלאָר און ציכטיק, אַז גנעדל גייט דאָ חתונה האָבן מיט משהן און יענער כאַפּט זיך אָן פֿאַרן קאָפּ: "כ׳האָב גאָרנישט געוווּסט, אַז מײַן פֿעטער מעני איז גאָר אַמאָל געווען אַ משה, און מײַן מומע גערטאַ איז אַמאָל געווען אַ גנעדל. און וואָס אַן אמת, בין איך אַמאָל געווען אַן אַריה־לייב און הײַנט בין איך אַ פּראָסטער ‘לערי’". אויף זײַן פּנים גיסט זיך אויס אַ נאַרישער שמייכל, גיי זאָג אים, אַז דאָ אין אַמעריקע האָבן זיך די ייִדן געביטן די נעמען, געוואָלט זיך צופּאַסן צו דער גאַס. און אַז מ׳האַלט שוין דערבײַ, מאַכט ער: "און וואָס זאָגסטו צו די דעמאָנסטראַציעס אַנטקעגן וואָל־סטריט. אַ ווילדע חבֿרה משוגעים. אַלץ וואָס זיי ווילן איז אַז מען זאָל אָפּשאַפֿן זייערע שׂכירות אין די קאַלעדזשעס, אָפּשאַפֿן די ‘מאָרטגעדזשעס,’ און געבן זיי אַלערליי פּריווילעגיעס ווי זיי וואָלטן דערויף שווער געאַרבעט. איך האָב געהאָרעוועט מײַן גאַנץ לעבן, געהאַט אַ טוץ שטעלעס, קיינער האָט מיר נישט געהאָלפֿן. כ׳האָב זיך אַליין געהאָלפֿן. מײַנע גוטע פֿרײַנד עלטערן זיך פֿאַר מײַנע אויגן, און כאָטש די טיפֿע עלטער האָט זיי אײַנגעבויגן אין דרײַען, האָט זי אָבער ווייניק וואָס משפּיע געווען אויף זייערע מוח־קעמערלעך. אין זייערע אויגן בלישטשעט נאָך דער חידוש, די באַוווּנדערונג פֿון הײַנטיקע ספּאָסאָבן (מעגלעכקייטן), וואָס די קאָמפּיוטערס באַוויליקן זיי. ביידע שרײַבן זיי. ער — וועגן זײַן קינדהייט און חורבן־יאָרן פֿאַר און נאָכן חורבן. זי — וועגן איר פֿרומער וועלט־באַנעמונג. ביידע זײַנען זיי גערער חסידים, ביידע האָבן אַדורכגעמאַכט אַ קאַפּיטל אוישוויץ. ער האָט אָנגעוווירן זײַן ערשטע פֿרוי, זי האָט מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק פֿאַרלוירן איר מאַן און שפּעטער, אַ זון — אַן אויסגעשולטן דאָקטער. געווען אַ צײַט ווען איך מיט חנהן האָבן ביידע פֿאַרענדיקט קאַלעדזש. אָבער איידער וואָס ווען האָט זי אָנגעוווירן איר מאַן, אַבֿיגדורן, פּונקט פֿאַר די לעצטע סוף־עקזאַמענס. זי האָט זײַן אָרון באַגלייט קיין ניו־יאָרק וווּ איר איינציקער זון מיט די אייניקלעך האָבן זיך אַלע געזעצט זיצן שיבֿעה. כ׳האָב זיך אָקאָרשט דערמאָנט אין יענער צײַט, ווען איך בין געווען אַ יאָר זיבעצן, און בין זיך אַזוי געשטאַנען און אַרײַנגעקוקט אין אַ שויפֿענצטער פֿון באַקליידונג. און מיט אַ מאָל, כ׳הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס איז מיר אָנגעקומען, האָב איך דערפֿילט אַ שטאַרקע ליבשאַפֿט צו ליבע. איך בין ממש אַנטציקט געוואָרן פֿון יענעם טיפֿן געפֿיל, כאָטש קיין בחור האָב איך פּונקט דעמאָלט נאָך נישט געהאַט. אַ שאַרפֿער זאָג: "צו להכעיס גאָט", אָבער אַזוי האָבן זיך די ייִדן אויסגעדריקט נאָך דער מלחמה אין די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד. "צו להכעיס גאָט" וועלן מיר אויפֿשטיין תּחית־המתים, און צו להכעיס דער גאַנצער וועלט זײַנען מיר דאָ. און נישט נאָר דאָ, נאָר מיר זײַנען דאָ מיט פֿרישן לעבן, מיט פֿרישע כּוחות צו בויען, אויפֿצושטעלן משפּחות, ברענגען נײַע דורות ייִדן אויף דער וועלט, אײַנפֿונדעווען אַ שעפֿעריש און קולטורעל לעבן, מיט צײַטונגען און ביכער־פֿאַרלאַגן, מיט קאָנצערטן, לעקציעס און רעפֿעראַטן, מיט נײַע אידעאַלן; צו להכעיס גאָט. וואָס איז מיר פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן צו שרײַבן וועגן די די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, וווּ די ייִדישע פּליטים, געראַטעוועטע פֿון די געטאָס און גאַזקאַמערן, פֿון די באַהעלטענישן און סטאַלינס שקלאַפֿן־לאַגערן? איז אַזוי די מעשׂה. ערשטנס, דאָס וואָס אַן ערך אַ פֿערטל מיליאָן פֿון דער שארית־הפּליטה זײַנען אָפּגעזעסן אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע אין דײַטשלאַנד פֿון 1946 ביז אַן ערך 1950 אין צענדליקער לאַגערן. איז ווען עס איז געקומען צום רעכטן גערעכטן, האָט מען געמאַכט אַ שווײַג. נישט נאָר האָט מען נישט אָנערקענט דעם גרויסן אויפֿטו פֿון די פּליטים, די געראַטעוועטע, וואָס האָבן אַפֿילו אַרויסגעגעבן דעם תּלמוד מיט דער הילף פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי (איינער פֿון די עקזעמפּלאַרן געפֿינט זיך טאַקע אין ייִוואָ). ווי קען מען זיך פֿאָרשטעלן אַז די זעלבע רעשטלעך פֿון אַן אומגעבראַכט פֿאָלק זאָלן זײַן בכּוח צו פּובליקירן אַ צעבליטע פּרעסע פֿון אַ טוץ ייִדישע צײַטונגען, ביכער, יזכּור־ביכער, ווי מ׳וואָלט ממש אַרײַנגעאָטעמט אין דעם רעשטל ייִדן אַ נײַע נשמה, אַ נשמה־יתירה. קיינער האָט אַפֿילו נישט געגעבן קיין פּיפּס וועגן דעם גרויסן אויפֿטו פֿון אַן אייביק פֿאָלק. די טעג איז אַוועק אין איר אייביקער רו די גלענצנדיקע קינסטלערין צירל וואַלעצקי. זי איז געווען אַ מאָלערין, העכסט באַגאַבט אין פּאַפּירשניט–קונסט און אַ מײַסטערין אין קאַריקאַטור־קונסט. איך האָב זי גערופֿן צירל און זי מיך מירל. און אַזוי ווי זי איז געווען מײַן שכנטע אין דער בראָנקס האָבן מיר אַ סך יאָרן אָנגעהאַלטן אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט, געאַרבעט צוזאַמען קודם אויף אַ סעריע ביכעלעך פֿאַרן ייִדישן שולוועזן וואָס דער קולטור־קאָנגרעס האָט אַרויסגעגעבן, דערנאָך אויף אַ סעריע קאַריקאַטורן וואָס וואַרטן נאָך אויף אַן אַרויסגעבער און ס׳רעשט האָט שוין געהערט צו די קולינאַרע אַפּעטיטן. ביידע האָבן מיר ליב געהאַט גאַלע, פּעטשאַ, פֿוסנאָגע און איך האָב נישט אַנטוישט, האָט איר שוין באַדאַרפֿט זען ווי מיר האָבן זיך פּאָסמאַקעוועט מיט דעם מאכל. ציפּ איז דווקא געווען אַ וועגעטאַריערין, זי האָט געגעסן ס׳רובֿ רויע גרינס, פֿרוכטן, אָבער פֿון דער פעטשאַ האָט זי זיך קיין מאָל נישט אָפּגעזאָגט, זי האָט געטענהט אַז ס׳איז גוט פֿאַר די ביינער. מיר האָבן אָפֿט גערעדט וועגן דער לאַגע פֿון ייִדיש, זי פֿלעגט שעפּן נחת ווען איך האָב איר דערציילט וועגן מײַנע פֿולע קלאַסן אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט און איך פֿלעג שעפּן נחת פֿון אירס אַ נײַעם אײַנפֿאַל אין דער מאָלערײַ. אין טעאַטער "לאַ־מאַמאַ," וואָס געפֿינט זיך אויף דער 4טער גאַס, צווישן 2טער און 3טער עוועניוס אין מאַנהעטן, שפּילט מען איצט "דער גולם!" דער טעאַטער "לאַ־מאַמאַ" איז אַדורך אַ גרויסן רעמאָנט. די געבײַדע האָט טאַקע אונטער זיך אַ ריזיקע פֿאַרגאַנגענהייט. אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט דאָ געהויזט דאָס ערשטע ייִדישע טעאַטער אין ניו־יאָרק. דאָ האָט מען געשפּילט אין יענע יאָרן גאָלדפֿאַדענס "די מכשפֿה," מיטן אָנטייל פֿון גאָר יונגינקן באָריס טאָמאַשעווסקין. אַזוי, אַז ווען דאָס טעאַטער וואָלט געקענט רעדן, וואָלט עס זיך געטיילט מיט אונדז און געשילדערט די ערשטע טריט און די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער; און דאָס קען מען שוין נישט רעמאָנטירן. יענע צײַטן זײַנען שוין לאַנג פֿאַרבײַ. דאָ האָט מען געשטעלט אַלערליי מוזיקאַלישע, דראַמאַטישע און מסתּמא אויך שונד. דאָס מאָל האָט זיך באַוויזן אַ טרופּע שטריקל־ציִער, אַ מאַריאָנעטן־טעאַטער, וואָס האָט געהאַט בדעה אויסצושפּילן די לעגענדע פֿונעם גולם, וואָס מען האָט בײַ אונדז צוגעשריבן צום מהר״ל (לוי־יהודה בן־בצלאל), וועלכער איז אויך געווען באַקאַנט ווי אַ בעל־המופֿת (אַ וווּנדער־רבי). זײַן געבורטשײַן לאָזט אונדז וויסן, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין 1515 אין פּויזן, און געשטאָרבן איז ער אין פּראָג, אין יאָר 1609. דער זעלביקער מהר״ל האָט אויך געהאַלטן פֿון לערנען וועלטלעכע וויסנשאַפֿט, באַזונדערס אַסטראָנאָמיע און געאָגראַפֿיע. אין זײַן ספֿר "נתיבֿות־עולם," זאָגט ער בפֿירוש, אַז ייִדן דאַרפֿן לערנען וועלטלעכע וויסנשאַפֿטן. כ׳האָב דאָך שוין געזען "מיוזיקלס," מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען, הייסט עס. אָבער אַזוינס ווי "דאָס בוך פֿון די מאָרמאָנען," האָב איך, דאַכט זיך, זעלטן, ווען עס איז, געהאַט די זכיה בײַצוּוווינען; זייער זינגען, זייער טאַנצן, זייער יוגנטלעכע ענערגיע, די חכמות, די סאַטירע — נישט נאָר אויף מאָרמאָניזם, נאָר מ׳קען אַרײַנרעכענען אין דעם קאַבודל ס׳רובֿ פֿון די וועלט־רעליגיעס, מיט זייערע מיסיאָנערן, הייליקע שריפֿטן, מיט זייער וועלן אָפּשמדן אַ העלפֿט פֿון דער וועלט; דער עיקר אַזוי פֿיל אומשולדיקע שבֿטים און פֿעלקער ווי מעגלעך. אַלץ אין איינעם, אַן אָוונט פֿון גרויס אויפֿגעהײַטערטקייט און געשפּאַנטקייט. ס׳האָט מיך דערמאָנט אַ ביסל פֿון איציק מאַנגערס מגילה־לידער און חומש־לידער, מיט דעם אונטערשייד, וואָס איציק מאַנגער האָט פֿאַרמאָגט ייִדישן הומאָר און ייִדישע חכמה, און דאָ האָבן מיר צו טאָן מיט מאָרמאָנישן שפּאָט. די טײַערסטע בילעטן זײַנען שוין אויספֿאַרקויפֿט אויף צוויי יאָר אין פֿאָרויס. דער המון ציט זיך אַזש פֿון דער 49סטער גאַס ביז בראָדוויי. איז ערשטנס, האָב איך געדאַרפֿט שטיין צוויי שעה אין אַ ריי נאָך בילעטן וואָס האָבן זיך געדאַרפֿט באַפֿרײַען פֿינף מינוט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג; און דערמיט מיין איך צו זאָגן, אַז פֿינף מינוט פֿאַר דעם ווי דער פֿאָרהאַנג הייבט זיך קען מען באַקומען בילעטן וואָס מענטשן האָבן אַנולירט. נאָך צוויי שעה וואַרטן אין דער ריי, בין איך מיט מײַן פֿרײַנדינע קוים מיט צרות אָנגעקומען צו דער קאַסע. ווען עס זײַנען פֿאַרבליבן בלויז צוויי ביליקע בילעטן, וואָס דורכשניטלעך וואָלטן זיי געקאָסט פֿיר הונדערט זיבעציק דאָלאַר אַ בילעט. האָט עס אונדז אָפּגעגליקט און מיר האָבן באַקומען די טײַערסטע בילעטן פֿאַר אַ בראָדווייער שיבוש. די זיצפּלעצער זײַנען געווען אַ פֿינף־זעקסטע ריי אָפּגערוקט פֿון דער בינע. די וואָך איז אויפֿגעטראָטן דייוויד (דוד) מאַזאָווער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט מיט אַ רעפֿעראַט וועגן זײַן עלטער־זיידן שלום אַש. דייוויד אַליין קומט פֿון ענגלאַנד, רעדט ענגליש מיט אַ בריטישן דיאַלעקט, און אין צווישן הערט מען פֿון אים אַ ייִדיש וואָרט, און צו מאָל — גאַנצע זאַצן און פּאַראַגראַפֿן. ער איז הויך, שלאַנק, מיט אַ קאָפּ שוואַרצע, קוטשעראַווע האָר, אָנגעטאָן אין אַן עלעגאַנטן צוגעשניטענעם אָנצוג און מאַכט באַלד אויפֿן עולם אַ גוטן אײַנדרוק. זײַן אויפֿטריט איז געווען באַגלייט מיט בילדער און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון שלום אַשן, אין זײַן יוגנט ביז זײַן עלטער און פֿון דער אַש־משפּחה. מען האָט אויך געזען די עלעגאַנטע ווילעס וווּ אַש האָט געוווינט אין דער שווײַץ, אין לאָנדאָן, אין ניו־יאָרק און אין בת־ים, אין ישׂראל. מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק, ווען איך האָב געלערנט ייִדיש אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד, האָב איך זיך באַקענט מיט דודן, בעת ער האָט געמאַכט אַן אויסשטעלונג וועגן ייִדישן טעאַטער אין לאָנדאָן. איך האָב דעמאָלט באַשריבן די אויסשטעלונג און געווען אַנטציקט פֿון שלום אַשס אוראייניקל. זעט אויס, אַז דער זעלביקער דייוויד־דוד פֿאַרנעמט זיך ערנסט מיט שלום אַשס ייִדישער און צו מאָל ענגלישער ירושה, ער פֿאָרט אַרום איבער דער וועלט און באַקענט דעם עולם מיט זײַן באַרימטן עלטער־זיידן. די טעג בין איך אַוועק זען אַ פֿאָרשטעלונג וואָס געשריבן האָט זי ישׂראל האָראָוויץ, גאָר אַ באַקאַנטער און טאַלאַנטירטער דראַמאַטורג, וועלכער האָט אונטער זיך איבער זיבעציק פּיעסעס און איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף דרײַסיק לשונות, וואָס ווערן הײַנט צו טאָג געשפּילט איבער דער וועלט, און אַ סך פֿון זיי דווקא אין דײַטשלאַנד. דער סוזשעט איז שטאַרק און אַן אינטערעסאַנטער. דער געדאַנק איז דווקא אַן אַבסורדישער, אָבער דאָס איז די ראָלע סײַ פֿון אַ טאַלאַנטירטן דראַמאַטורג, און סײַ פֿון אַן ערנסטן דראַמאַטישן טעאַטער. "לעבנסראַום" איז אַן אָנדײַט אויף היטלערס פּראָקלאַמאַציע, אַז די דײַטשן מוזן האָבן גענוג אָרט אויף צו צעשפּרייטן זיך און צעפֿירן די הענט (Lebensraum). דעריבער מוז מען פּטור ווערן פֿון אַלע "פֿרעמדע," דער עיקר, די ייִדן. און דאָ קומט דער אַבסורד. שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אַ חבֿרה־מאַן וואָס הייסט הערמאַן קעין האָט אַ באַדערפֿעניש, נישט מיר נישט דיר, צוצושטעלן זיך צום ווײַסן שטול אין ווײַסן הויז און דווקא ווערן דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל, און פֿאַרוואָס נישט? אַיעדער בשׂר־ודם קען זיך אײַנרעדן אַ קינד אין בויך, נאָך דערצו אַז מ׳האָט דאָ צו טאָן מיט אַ "פּיצאַ־מאַגנאַט." האָט זיך הערמאַן קעינען דווקא פֿאַרגלוסט זיך צוצושטעלן צום פּאַראַד פֿון די קאָנסערוואַטיווע רעפּובליקאַנער־קאַנדידאַטן, וואָס איינער לײַדט פֿון אַ חלאַת וואָס הייסט מאָרמאָניזם, אַ צווייטער לײַדט פֿון האָרמאָניזם, אַ דריטער פֿון באַפּטיזם, און אַ פֿערטע איז גאָר אַ מאַנספּאַרשוינטע, און זי לײַדט פֿון אַלגאָריזם. ס׳רעשט לײַדן אַלע פֿון סתּם רײַסן זיך אַרויפֿצודראַפּען אויפֿן גאָלדענעם לייטער און דערלאַנגען דאָס טעלערל פֿון הימל. איז וואָס מוטשעט מען דעם עולם־גולם? מ׳דאַרף דאָך פֿאָרט אויסקלײַבן אַן אייבערדעקל־קאָמיסאַר, וואָס וועט קענען האַנדלען מיט אוזבעקי־בעקי און מיט קוטשיבאַמבאַ־באַמבאַ, מיט איראַקי־דאַקי און מיט קוקאַמאַנגאַ־מאַנגאַ. געלט איז בײַ קיינעם נישט קיין מניעה, די טעלעוויזיע־אַפּאַראַטן קנאַקן, די קאַמערעס קנאַקן און ווער געניסט דעם אויבנאָן? נישט קיין אַנדערער ווי "דזשאַן וויין," דער אַמאָליקער העלד פֿון עקראַנען, און אונדזער הערמאַן קעין. אויסגעסטרויעט אין אַ קאָוובויסקן הוט, אַן אָנצוג מיט זײַדענע מאַנזשעטן, ממש אַ קאַוואַליר צום האָבן, נעמט ער און הייבט אָן רודערן מיט די וויאָסלעס: |