פּובליציסטיק

כ׳האָב זיך אָקאָרשט דערמאָנט אין יענער צײַט, ווען איך בין געווען אַ יאָר זיבעצן, און בין זיך אַזוי געשטאַנען און אַרײַנגעקוקט אין אַ שויפֿענצטער פֿון באַקליידונג. און מיט אַ מאָל, כ׳הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס איז מיר אָנגעקומען, האָב איך דערפֿילט אַ שטאַרקע ליבשאַפֿט צו ליבע. איך בין ממש אַנטציקט געוואָרן פֿון יענעם טיפֿן געפֿיל, כאָטש קיין בחור האָב איך פּונקט דעמאָלט נאָך נישט געהאַט.
אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס אײַך. אַנטקעגן דעם וואָס מײַנע אַ תּלמידה אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, האָט מיר די טעג געברענגט אַ פּאָר "סי־דיס" מיט מוזיק, וווּ אַ חבֿרה אָרטאָדאָקסישע ייִנגלעך זינגען זמירות, שבתדיקע, יום־טובֿדיקע, וואָכעדיקע זמירות, און ס׳איז מיר מיט אַ מאָל באַפֿאַלן אַ שטאַרק געפֿיל, ממש אַ ליבשאַפֿט צו אַלעם וואָס אָטעמט מיט ייִדיש און ייִדישקייט, אַ וואַרעם געפֿיל צו ייִדן, צום ייִדישן מהות, צום ייִדישן פֿאָלק. אָנעם שתּדלנות פֿונעם הימל און אָן דער פֿאַרגלאָצעניש און הדרת־פּנימדיקייט, נאָר אַ מין פּראָסט און פּשוטן אַהבֿת־ישׂראל, ליבשאַפֿט צו עמך, צום פֿאָלק, צו די דורות ייִדן וואָס זײַנען אַדורכגעגאַנגען קאַלטס און וואַרעמס אויף דער אַכזריותדיקער וועלט. כ׳האָב דערפֿילט טיף אין האַרצן אַ מין פֿאַרבינדונג, אַן אָנגעהעריקייט צו אַלעם ייִדישלעכן, צו די ביכער און הייליקע ספֿרים, צו די ייִדישע לידער און מעשׂיות, און חכמות, און אַלץ מיט אַ ייִדישן טעם. און קיינער שטייט נישט איבער מיר און מאָנט נישט פֿון מיר אָנצושליסן זיך אין דער אָדער יענער עדה ייִדן. קיינער מישפּט מיך נישט און קיינער פֿאַרמישפּט מיך נישט, קיינער מאָנט נישט מײַן ייִדישן זכות. אין יענעם מאָמענט איז אַלץ, וואָס האָט געהאַט אַ ייִדישן שײַכות צו מיר, געווען דער קינדער־כאָר וואָס איז זיך פֿאַרגאַנגען אין ייִדישער נגינה. אין יענעם מאָמענט האָב איך דערפֿילט די טיפֿע ליבשאַפֿט צום פֿאָלק מיט אַלע זײַנע מעלות און חסרונות, גאווה און ייִאוש. אַלץ, אַלץ האָט אונטער די טענער פֿון די שטימעלעך געהאַט אַ שײַכות צו מיר.

פֿרעגט מיך בחרם פֿאַרוואָס ס׳איז מיר אָנגעקומען אַזאַ הוראַגאַן פֿון ליבשאַפֿט; אפֿשר די ייִדישע יום־טובֿים, דער עיקר שׂימחת־תּורה, ווען ייִדן טאַנצן און שאַצן אונדזער געבורט־שײַן ווי אַ פֿאָלק, די תּורה. אָסור צי איך זע עס בײַ די אומות־העולם, זיי זאָלן טאַנצן מיט זייערע הייליקע ביכער. געטראָפֿן דאָס אָרט. בלויז מיר האָבן פֿאַרקידושט און פֿאַרהייליקט אונדזער הייליקע שריפֿט, און זיך פֿאַרוואַנדלט אין דעם עם־הספֿר. דאָס איז די מחיצה צווישן אונדז מיט די אומות־העולם.
איך בין נישט אויסגעוואַקסן אין קיין פֿרומער היים, נישט בײַ פֿרומע עלטערן, נישט בײַ פֿרומע באָבע־זיידעס. איך האָב זיי בכלל נישט געקענט. זיי זײַנען אומגעקומען מיטן כּלל, פֿרײַע און ערלעכע ייִדן, צוזאַמען מיט דער אומשולדיקער עדה. פֿאַרן שׂונא זײַנען זיי אַלע געווען גלײַך.
מיר דרײַ, טאַטע־מאַמע און איך האָבן אַדורכגעמאַכט דעם ייִדישן נע־ונד, נישט ווײַל מען האָט אונדז אַרויסגעטריבן פֿון גן־עדן, חלילה, נאָר ווײַל מיר זײַנען אַנטלאָפֿן פֿונעם רויטן גיהנום. אויף די וועגן האָט מען זיך נישט אָנגעטראָפֿן אויף קיין שבת און נישט אויף קיין יום־טובֿ; און ווען דאָס לעבן הענגט אויף אַ האָר, איז נישט פֿאַראַן קיין שבת און נישט קיין יום־טובֿ. דאָס ראַטעווען זיך איז בײַ אונדז געווען דער ענדגילטיקער ציל.
אַ מזל וואָס טאַטע־מאַמע האָבן צו מיר כּסדר גערעדט ייִדיש, כאָטש איך האָב זיי געענטפֿערט אויף רוסיש. פֿאַרוואָס זיי האָבן צו מיר גערעדט אַ "פֿרעמדע שפּראַך" האָב איך נישט פֿאַרשטאַנען. ייִדיש האָב איך זיך ערשט אויסגעלערנט רעדן אין אונדזער די־פּי־פּליטים־לאַגער אין דײַטשלאַנד, און מיר קינדער האָבן פּלוצעם זיך גענומען פֿאַרשטענדיקן אויף מאַמע־לשון, ווײַל די מאַמעס האָבן אָנגעוווירן די שרעק און באַנײַט זייער צונג מיט זייער אַמאָליק לשון.
די העברעיִשע שול אין פּליטים־לאַגער האָט געפֿאָדערט עבֿרית־בעבֿרית, אָבער מיט קיין ייִדישקייט האָט מען אונדז נישט געקאָרמעט. דעם תּנ״ך האָט מען נישט געלערנט. קיין ייִדישע לידער האָט מען נישט געזונגען אַ חוץ "שובֿי שובֿי אַרצה," און די חלוצים־לידער. איז דער ייִד אין אונדז געבליבן הענגען אין דער לופֿטן.
שבת האָט די מאַמע געשטעלט טשאָלנט אין דער אַלגעמיינער בעקערײַ אין די־פּי־לאַגער, און מיר קינדער האָבן דעם טשאָלנט געשלעפּט אַהיים, אײַנגעאָטעמט אין זיך דעם ריח פֿון שבת און דערפֿילט אַ קרובֿישאַפֿט צום כּלל.
קומענדיק קיין אַמעריקע, איז ווידער געווען דאָס אייגענע — ענגליש. די ענגלישע שול, די אַמעריקאַנער גאַס, פֿילמען, ביכלעך. אין "פּאָבליק־דזשוניאָר־הײַסקול" האָט מען אונדז געלערנט "קריסטמעס־לידער" מיטן "לאָרדס־פּרייער" (גאָטס תּפֿילה), וואָס דאָס איז געווען אַ געבעט צום גוייִשן גאָט. איך האָב ווייניק וואָס פֿאַרשטאַנען.
פּלוצעם, אין מיטן וואָכנטאָג, האָט זיך אין מיר דערוועק — דער ייִד. אַ באַדערפֿעניש פֿון וועלן וויסן וואָס מיינט ייִד, צו וועמען געהערן מיר? און כאָטש איך האָב אויפֿגעהויבן יהואשס תּנ״ך און זיך געזעצט לייענען, האָט עס ווייניק וואָס געהאַט צו טאָן מיט געטלעכקייט, און אַ סך מער מיט פֿאָלק; אונדזער אָפּשטאַם, ווער זײַנען געווען אונדזערע אָבֿות און אמהות, און פֿון וואַנען האָבן מיר זיך גענומען, און ווער איז אונדז געשטאַנען אין וועג און נישט געלאָזט אַריבערשפּאַנען די באַריקאַדעס, צום הייליקן לאַנד. האָבן מיר דעם אַלטן גאָט אונדזערן געדאַרפֿט איבערשאַפֿן און איבערניצעווען לויט אונדזער פֿאַרשטענדעניש, און ער איז געוואָרן צוגענגלעך צום טעגלעכן געברויך. און מיר האָבן זיך צעזונגען מיט הללויות און לויבגעזאַנגען פֿאַר זײַנעט וועגן. כאָטש טיף אין האַרצן האָבן מיר זיך שוין אָפּגעלערנט, אַז יעדער איינער פֿון אונדז איז פֿאַר זיך, מוז אויסקעמפֿן זײַן אייגענע שטיקל עקזיסטענץ. איך בין אונטערן אײַנדרוק אַז די ייִדן זײַנען אַ קלוג פֿאָלק, ווײַל זיי פּאַסן זיך צו סײַ צו דער וועלט און סײַ צו זייער גאָט אין יעדן לאַנד און אין יעדער תּקופֿה. טיף אין האַרצן ווייסן זיי, אַז מ׳טאָר זיך נישט פֿאַרלאָזן אויפֿן הימל ווען מען איז אײַנגעשטעלט מיטן לעבן; ס׳הייסט, אין אַן עת־צרה, און אַז דער גן־עדן איז נישט מער ווי אַ צוקערקע וואָס פֿאַרטרײַבט וויסטע געדאַנקען.
און נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, זוכן מיר אין זיך און אין יענעם דעם עטישן מענטש. אַפֿילו ווען מען באַגייט אַן עוולה קעגן דעם מיטמענטש, איז דער נאָמען "ייִד" אײַנגעשטעלט. יעדער איינער פֿון אונדז וואָס באַגייט אַ שווינדל און אַ גזלה, פֿאַרדאַמט אים די וועלט נישט ווי דעם גנבֿ, נאָר זײַן גאַנץ פֿאָלק.
מיר, וואָס ציילן נישט מער ווי 0.2% אין דער וועלטס־באַפֿעלקערונג האָבן געוווּנען 22% פֿון אַלע נאָבעל־פּריזן זינט די אינסטיטוציע איז אַנטשטאַנען. ערשט די וואָך האָט מען צוגעטיילט אַזש פֿינף נאָבעל־פּרעמיעס מיט וועלכע עס האָבן זיך אויסגעצייכנט אין ישׂראל ד״ר פּערלמוטער און ד״ר רײַז אין פֿיזיקע, ד״ר ביוטלער און ד״ר שטיינמאַן האָבן זיך אויסגעצייכנט אין מעדיצין, און ד״ר שעכטמאַן, אַ פּראָפֿעסאָר אין טכניון (אוניווערסיטעט) פֿון חיפֿה, האָט געוווּנען דעם נאָבעל־פּריז אין כעמיע. ד״ר שטיימאַן האָט, ליידער, נישט באַוויזן צו דערלעבן בײַצוּוווינען דעם כּבֿוד. ער איז געשטאָרבן דרײַ טעג פֿאַר דער אויסטיילונג פֿון די פּרעמיעס.
אין 1966, ווען מדינת־ישׂראל האָט זיך נאָך געהאַלטן אויף הינערשע פֿיסלעך, האָט שוין ש. עגנון צוזאַמען מיט דער פּאָעטעסע נעלי זאַקס געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור. אָבער אין 1978 האָט יצחק באַשעוויס־זינגער באַקומען זײַן אייגנס נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור, וואָס ער האָט געשריבן אויף ייִדיש. אלי וויזעל האָט באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר שלום אויף דער וועלט, און אַ צאָל פּאָליטיקער פֿון ישׂראל האָבן געטיילט די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. ווי עס זאָל נישט זײַן, מיר זײַנען דאָס אמתע מאכל. דער אמתער עם־הספֿר.
זײַנען מיר טאַקע אַן אויסטערליש פֿאָלק. אַזוינס קען מען אויספֿאָרן אַ וועלט און נישט געפֿינען. מיר האָבן באַוויזן דעם הימל דורך דור־דורות, אַז מיר קאָנען אונדזער שטעטל אַליין בײַשטיין און מאַכן שבת פֿאַר זיך.
די צרה איז, וואָס מיר לעבן נישט אין קאָמפּאַקטע מאַסן, ווי די פֿרומע ייִדן טוען עס הײַנט צו טאָג אין קרית־יואל, וויליאַמסבורג, באָראָ־פּאַרק און קראַון־הײַטס און אין אַ צאָל שטעטלעך אַרום ניו־יאָרק. און איך בין נאָך נישט זיכער צי זיי דערפֿילן דעם דראַנג און די גרויסע ליבשאַפֿט צום גאַנצן פֿאָלק, צו וועלכן מיר ביידע צדדים געהערן. ווי עס זאָל נישט זײַן, אַמאָל איז געווען אַ ייִדישלעבן אין מיזרח־אייראָפּע, דער עיקר אין פּוילן, וווּ עס האָבן געלעבט איבער דרײַ און אַ האַלב מיליאָן ייִדן, און דער עיקר אין לאָדזש, און דער עיקר אין באַלוט, די אָרעמסטע געגנט אין לאָדזש. פֿון דאָרטן שטאַמען מײַנע עלטערן. אָבער איך האָב נישט געהאַט די זכיה צו לעבן צווישן יענע ייִדן, דעריבער פֿעלט עס מיר אויס, און דאָס אויספֿעלן דריקט זיך אויס אַ סך מאָל אין אַ בענקשאַפֿט צו עפּעס וואָס איך האָב נישט געהאַט די זכיה בײַצוּוווינען. דעריבער טרעפֿט זיך, אַז איך לאָז מײַן פֿאַנטאַזיע לויפֿן און זי איז מײַן פֿאַרטרעטערין ווען עס קומט צו קוועלן פֿון אייגענעם פֿאָלק.