טעאַטער
אדם גערבער און איידאַן קאָהלער אין "לעבענסראַום"
אדם גערבער און איידאַן קאָהלער אין "לעבענסראַום"
Photo: Stella Adler Studio/Amanda Embry

די טעג בין איך אַוועק זען אַ פֿאָרשטעלונג וואָס געשריבן האָט זי ישׂראל האָראָוויץ, גאָר אַ באַקאַנטער און טאַלאַנטירטער דראַמאַטורג, וועלכער האָט אונטער זיך איבער זיבעציק פּיעסעס און איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף דרײַסיק לשונות, וואָס ווערן הײַנט צו טאָג געשפּילט איבער דער וועלט, און אַ סך פֿון זיי דווקא אין דײַטשלאַנד.

דער סוזשעט איז שטאַרק און אַן אינטערעסאַנטער. דער געדאַנק איז דווקא אַן אַבסורדישער, אָבער דאָס איז די ראָלע סײַ פֿון אַ טאַלאַנטירטן דראַמאַטורג, און סײַ פֿון אַן ערנסטן דראַמאַטישן טעאַטער.

"לעבנסראַום" איז אַן אָנדײַט אויף היטלערס פּראָקלאַמאַציע, אַז די דײַטשן מוזן האָבן גענוג אָרט אויף צו צעשפּרייטן זיך און צעפֿירן די הענט (Lebensraum). דעריבער מוז מען פּטור ווערן פֿון אַלע "פֿרעמדע," דער עיקר, די ייִדן. און דאָ קומט דער אַבסורד. דער דײַטשישער קאַנצלער, הער קאָהלער, באַשליסט מיט אַ מאָל צו פֿאַרבעטן די ייִדן צוריק קיין דײַטשלאַנד און בעטן בײַ זיי מחילה פֿאַרן חורבן.

שטעלט ער זיך אַוועק פֿאַר אַן עולם צוהערער, און פּראָקלאַמירט על־קול־רם, פֿאַר דער גאַנצער וועלט צו הערן, אַז ער פֿאַרבעט צוריק קיין דײַטשלאַנד זעקס מיליאָן ייִדן, אויפֿן אָרט פֿון די זעקס מיליאָן וואָס זײַנען פֿאַרניכטעט געוואָרן, און די פֿאַרבעטונג גייט אַפֿילו ווײַטער. ער פֿאַרזיכערט די זעקס מיליאָן לעבעדיקע ייִדן מיט וווינערטער, אַרבעטס־שטעלעס, גלײַכער בירגערשאַפֿט און וועט זיי העלפֿן אײַנפֿונדעווען זיך ווי אין די אַמאָליקע גוטע צײַטן פֿאַרן חורבן. און מיט אַ מאָל באַווײַזט זיך אַ ייִדיש פּאָרל פֿון פּאַריז. ביידע טראָגן זיי רויטע בערעטיקלעך און שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ האָמאָסעקסואַל פּאָרפֿאָלק. פֿאַר די דײַטשן איז עס אַ נײַעס, זיי זײַנען נישט גרייט אויפֿצונעמען אַזאַ פּאָרל, כאָטש מיר ווייסן, אַז בײַ היטלערן זײַנען אַוועק אַלערליי ייִדן, אַפֿילו יענע וואָס האָבן זיך געפֿירט סעקסועל אַנדערש. שיקט מען דאָס פּאָרל צוריק פֿון וואַנען זיי זײַנען געקומען. עס הייבן זיך אָן צו באַווײַזן ייִדישע פּאָרפֿעלקער פֿון ישׂראל, פֿון קיבוצים, וואָס לײַדן פֿון אַרבעטסלאָזיקייט. זוכן זיי פּרנסה וווּ עס זאָל נישט זײַן. בײַ די דײַטשן זײַנען זיי אָנגעלייגטע געסט, באַהאַנדלט מען זיי בתּשואות־חן. עס קומט אַ משפּחה פֿון אויסטראַליע, מיט אַ יונגן זון. דער טאַטע דערציילט, אַז ער האָט אין מעלבורן חתונה געהאַט מיט אַ "שיקסע", אָבער זי האָט זיך מגייר געווען און פֿירט זיך ווי אַ ייִדישע טאָכטער. דער זון איז דווקא אַ ביסל פֿרום. ער איז אַ יונגער־מאַן פֿון אַכצן און האַלט נישט פֿון קיין געמישטע חתונות. דאָ אין דײַטשלאַנד אַקלימאַטיזירט ער זיך זייער שנעל. באַקענט זיך מיט אַ בלאָנד דײַטשיש מיידל און כאָטש זיי פֿירן אַ ליבע, ווייסט ער בײַ זיך אין האַרצן אַז פֿון דעם וועט גאָרנישט אַרויסקומען.

עס אָרגאַניזירט זיך אין אַ קיבוץ אין ישׂראל אַ גרופּע קעמפֿער, וואָס ווילן אינפֿילטרירן דאָס דײַטשישע לאַנד און אויסשיסן די חבֿרה פֿאַשיסטן און שׂונאי־ישׂראל. דער עיקר נעמען נקמה.

דערווײַל קומען צו לויפֿן די דײַטשישע בירגער, אויפֿגעבראַכט און אויפֿגעזאָטן. סטײַטש, די ייִדן נעמען צו זייערע וווינערטער, זייערע אַרבעטס־שטעלעס, זייער פּרנסה. און זיי זײַנען אַפֿילו נישט קיין דײַטשן.

די סצענקעס פֿליִען איינס נאָכן אַנדערן. יעדעס מאָל בײַט זיך די סצענע, און מיר דערוויסן זיך עפּעס נײַעס. אָט קומט אַן עלטערער ייִד און אַז מ׳פֿרעגט אים וווּ ער איז געבוירן. זאָגט ער "דאָ און דאָרט." וואָס הייסט "דאָ און דאָרט?" ווילן זיי וויסן, און באַשליסן אַז ער איז מסתּמא געבוירן אין פּוילן, וואַרשע. יענער שאָקלט צו מיטן קאָפּ ווי איינער זאָגט, זאָל זײַן אין וואַרשע. אָבער מיר דערוויסן זיך שפּעטער, אַז ער איז גאָר געבוירן געוואָרן אין בערלין און שפּילט די ראָלע פֿון אַ ויזתא. דער זעלבער ייִד נעמט אָן אַן אַרבעט אין בערלין, אין זעלבן הויז וווּ ער איז געבוירן געוואָרן און וווּ די גאַנצע משפּחה זײַנע האָט געוווינט פֿאַר דער מלחמה. ער ווערט אָנגעשטעלט ווי אַ באַדינער בײַ אַן עלטערער פֿרוי, וועמענס מאַמע ליגט אין אָנמאַכט, פּאַראַליזירט נאָך אַ בלוט־שטורץ אין מוח און זי קען נישט רעדן.

דער ייִד איז גליקלעך. ער באַדינט די פֿרוי גאַנצענע טעג און די טאָכטער איז זייער גליקלעך מיט זײַן פּראַצע. בעת זי איז בײַ דער אַרבעט קוקט ער אויף דער אַלטער און באַגיסט די פּאָדלאָגע לעבן איר בעט מיט זײַן השתּנה. ווען די טאָכטער קומט פֿון דער אַרבעט, זאָגט ער איר אַז דאָס האָט איר מאַמע געטאָן, און זי ווישט און זי וואַשט און זי רוימט, און אַלץ אויף די קני, בעת דער ייִד טוט זיך מחיה זײַן. ער פֿירט אויס ס׳זײַניקע.

ווען די טאָכטער איז בײַ דער אַרבעט רעדט דער ייִד אָפֿענע דיבורים צו דער אַלטער. ער זאָגט איר אויס ווער ער איז און אַז ער האַלט בײַ דערשטעכן זי צום טויט מיט אַ שאַרף מעסער.

בײַ דער זײַט שטייט אַ פּיאַנע און ער פּרובירט צו שפּילן. ער דערמאָנט זיך, אַז ווי אַ יונג קינד האָט די אַלטע אים געגעבן פּיאַנע־לעקציעס. דעמאָלט האָט ער זי פֿאַרערט און אַרויפֿגעקוקט צו איר. דעמאָלט האָט ער ליב געהאַט מוזיק, און ווי ער שפּילט אַזוי, זאָגט ער איר אַז ער גייט זי טויטן ווײַל די אַלטע האָט אין צײַט פֿון דער מלחמה איבערגעגעבן זײַן גאַנצע משפּחה, טאַטע־מאַמע, באָבע־זיידע, ברידער, שוועסטער; די גאַנצע משפּחה אין די הענט פֿון די נאַציסטישע מערדער און זיי זײַנען אַלע אומגעקומען.

די אַלטע קען זיך נישט רירן און קען אים נישט ענטפֿערן. דער ייִד פּלאַנירט זײַן מאָרד אויפֿן קול, און וויל זי זאָל הערן. ער רעדט צו איר און בעת ער רעדט, פֿאַרגיסט ער טרערן, און דער טעאַטער־עולם מיט אים צוזאַמען. ער וויינט און כליפּעט און צום סוף קומט ער צום אויספֿיר, אַז ער וועט זי נישט הרגענען. ער וועט זיך נישט אַראָפּלאָזן צו דער מדרגה פֿון די מערדער.

דער יונגער חבֿרה־מאַן פֿון אויסטראַליע פֿירט אַ ליבע מיט דער יונגער דײַטשקע און ווייסט בשעת־מעשׂה אַז פֿון דעם ראָמאַנס וועט גאָרנישט אַרויסקומען. זי זאָגט אים צו אַז זי וועט זיך מגייר זײַן, זי וועט זייערע קינדער אויפֿהאָדעווען ווי ייִדן. זי האָט אים ליב.

אָבער די גרופּע ייִדישע טעראָריסטן פֿון קיבוץ, שלײַפֿן שוין זייערע כּלי־זין. זיי זוכן וועמען צו הרגענען — קודם, אויף צו נעמען נקמה, און צווייטנס, אויפֿצוטאָן אַ העלדישע טאַט.

ווען זיי הערן דעם קאַנצלער קאָהלער פֿאַרזיכערן די ייִדן, אַז בײַ אים אין דײַטשלאַנד וועט זיי גאָרנישט פֿעלן, אַז דאָס איז אַן אָפּצאָל פֿאַר דער הריגה פֿון די זעקס מיליאָן, ערשט דעמאָלט שיסט אים די חבֿרה ייִדישע טעראָריסטן און צוזאַמען פֿאַלט אויך די בלאָנדע דײַטשקע פֿון זייערס אַ קויל.

פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב נאָך נישט אויסגעשעפּט די צענדליקער סצענקעס וואָס דער דראַמאַטורג שילדערט. די אָנדערטהאַלבן שעה פֿליט שנעל און מ׳פֿאַרלירט נישט ס׳געדולד אָדער דעם אינטערעס.

נאָך דער פֿאָרשטעלונג איז פֿאָרגעקומען אַ פּאַנעל־דיסקוסיע סײַ מיט די דרײַ אַקטיאָרן און סײַ מיטן דראַמאַטורג, ישׂראל האָראָוויץ. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז הײַנטיקס יאָר שפּילן צוועלף פֿון זײַנע פּיעסעס אין דײַטשלאַנד און אַלע אין דער דײַטשער שפּראַך. ער גרייט זיך אַפֿילו צו פֿאָרן קיין מאָסקווע וווּ איינע פֿון זײַנע דראַמעס וועט ווערן געשפּילט. ישׂראל האָראָוויץ האָט אָנגעשריבן מער ווי זיבעציק פּיעסעס ביז אַהער. איבערגעזעצט האָט מען אים אויף דרײַסיק שפּראַכן. ער איז אַ ייִד, וואָלט איך געזאָגט, אין די זעכציקער, אין אַ גוטן פֿיזישן צושטאַנד, ווײַל ער לויפֿט קילאָמעטראַזשן יעדן פֿרימאָרגן און ערשט נאָך דעם פֿאַרנעמט ער זיך מיט דער שרײַבערײַ. אַ פּאָליטישער דראַמאַטורג; און איך מוז צוגעבן, אַז איך בין אים מקנא וואָס ער האָט אַ מאַרק וווּ אויסצולאָדענען זײַן סחורה ווײַל ער שרײַבט אויף ענגליש און נישט אויף ייִדיש.

וואָס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן איז דאָס, וואָס דער עולם האָט אַרויסגעוויזן גרויס נײַגער, כאָטש די טעמע איז געווען אַ שווערע און געהאַט צו טאָן מיטן חורבן. בײַ אונדז האָט מען שוין מורא צו שטעלן אַ פּיעסע וואָס האָט צו טאָן מיטן ייִדישן אומקום. פֿון ייִדישן טעאַטער איז אָפּגערעדט, אפֿשר ווײַל עס איז נישטאָ קיין ייִנגערער עולם און מער אַרײַנגעטאָן אין ייִדישן מהות. די פּיעסע פֿאַרדינט זיך אַ לויב.

דאָס טעאַטערל איז קליין. עס האָט אַמאָל געהערט צו דער סטעלאַ אַדלערס קונסט־סטודיאָ וואָס גייט אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿונעם אַבינקטאָנס טעאַטער־קאָמפּלעקס. די פּיעסע האָט אונטערגעכאַפּט אַ מענטש מיטן נאָמען טאַם אָפּענהיים, דער פּרעזידענט פֿון דער סטודיאָ און אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער גופֿא. ער זאָגט, אַז סטעלאַ אַדלערס קונסט־סטודיאָ מוז אויפֿגעלעבט ווערן מיט נײַע כּוחות און נײַע קינסטלערישע אײַנפֿאַלן, און דערצו איז ער נישט קיין אַנדערער ווי סטעלאַ אַדלערס אייניקל. ער דערציילט:

"ווען איך האָב איבערגענומען דאָס טעאַטערל, האָב איך זיך ממש אײַנגעשטעלט, אַז די סטודיאָ זאָל נישט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ וואַקס־מוזיי אין סטעלאַ אַדלערס זכר. איך האָב געהאַט בדעה עס צו פֿאַרוואַנדלען אין אַ לעבעדיקן, אָטעמענדיקן אויסדרוק פֿון איר טאַלאַנט. סטעלאַס סטודיאָ האָט צוגעגרייט אַזעלכע ריזיקע האָליוווּדער שטערן ווי מאַרלאָן בראַנדאָ, ראָבערט דע ניראָ, איליין סטריטש און אַנדערע.

אָפּענהיים האָט זיך אײַנגעשטעלט אָנצופֿירן מיט אַ סטודיאָ וווּ ער האָט אַרײַנגעברענגט אַ סעריע רעפֿעראַטן וועגן קונסט, פּאָעזיע־אָוונטן, און אין 2001 האָט ער אויפֿגעשטעלט אַ האַראָלד קלורמאַנס לאַבאָראַטאָריע־טעאַטער.

לייענענדיק דאָס איז מיר דאָס האַרץ אײַנגעפֿאַלן. סטײַטש, שוין יאָרן ווי עס שטייט ליידיק דער קליינער בנין פֿון דעם "היברו עקטאָרס יוניאָן." ליידיק און פּוסט, בעת דאָס צעקרישלטע ייִדישע וועלטעלע אונדזערס ליגט אין אָנמאַכט און פֿוילט. זיכער האָט דאָרט געקענט עקזיסטירן אַן אָרט פֿאַר די פֿאַרבליבענע אויף די פֿינגער אָפּצוציילן, ייִדישע אַקטיאָרן פֿון ייִנגערן דור. יעדן אָוונט וואָלטן דאָרט געקענט פֿאָרקומען אויפֿטריטן מיט לעקציעס וועגן ייִדישער קונסט, טעאַטער, ליטעראַטור און פּאָעזיע. אָבער מיר געפֿינען זיך אין אַ שווערן צושטאַנד, ווײַל מיר פֿאַרמאָגן נישט אַזעלכע אָפּענהיימס.

עס נעמען אָנטייל אין דער פֿאָרשטעלונג נישט מער ווי דרײַ אַקטיאָרן, צווישן זיי: אָדם גערבער, מיקי רײַען און איידאַן קאָהלער. אַלע דרײַ, גאָר באַגאַבטע אַקטיאָרן וואָס אַרבעטן איבער די כּוחות, קומט זיי דערפֿאַר אַן אמתער יישר־כּוח. רעזשיסירט האָט עס דאַן ק. וויליאַמס, און דערבײַ געטאָן אַ פֿאַנטאַסטישע אַרבעט. אַלץ צוזאַמען איז עס געווען אַן אינטערעסאַנטער אָוונט.

נאָך בילעטן ווענדט זיך — 4444־868 (212)

אַבינגטאָן־טעאַטער אַרטס־קאָמפּלעקס

312 וועסט 36־סטע גאַס, צווישן דער אַכטער און נײַנטער עוועניוס.