אַנדרו ראַנעלס (צענטער) מיט דער טרופּע פֿון "דאָס בוך פֿון די מאָרמאָנען" |
כ׳האָב דאָך שוין געזען "מיוזיקלס," מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונגען, הייסט עס. אָבער אַזוינס ווי "דאָס בוך פֿון די מאָרמאָנען," האָב איך, דאַכט זיך, זעלטן, ווען עס איז, געהאַט די זכיה בײַצוּוווינען; זייער זינגען, זייער טאַנצן, זייער יוגנטלעכע ענערגיע, די חכמות, די סאַטירע — נישט נאָר אויף מאָרמאָניזם, נאָר מ׳קען אַרײַנרעכענען אין דעם קאַבודל ס׳רובֿ פֿון די וועלט־רעליגיעס, מיט זייערע מיסיאָנערן, הייליקע שריפֿטן, מיט זייער וועלן אָפּשמדן אַ העלפֿט פֿון דער וועלט; דער עיקר אַזוי פֿיל אומשולדיקע שבֿטים און פֿעלקער ווי מעגלעך. אַלץ אין איינעם, אַן אָוונט פֿון גרויס אויפֿגעהײַטערטקייט און געשפּאַנטקייט. ס׳האָט מיך דערמאָנט אַ ביסל פֿון איציק מאַנגערס מגילה־לידער און חומש־לידער, מיט דעם אונטערשייד, וואָס איציק מאַנגער האָט פֿאַרמאָגט ייִדישן הומאָר און ייִדישע חכמה, און דאָ האָבן מיר צו טאָן מיט מאָרמאָנישן שפּאָט.
די טײַערסטע בילעטן זײַנען שוין אויספֿאַרקויפֿט אויף צוויי יאָר אין פֿאָרויס. דער המון ציט זיך אַזש פֿון דער 49סטער גאַס ביז בראָדוויי. איז ערשטנס, האָב איך געדאַרפֿט שטיין צוויי שעה אין אַ ריי נאָך בילעטן וואָס האָבן זיך געדאַרפֿט באַפֿרײַען פֿינף מינוט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג; און דערמיט מיין איך צו זאָגן, אַז פֿינף מינוט פֿאַר דעם ווי דער פֿאָרהאַנג הייבט זיך קען מען באַקומען בילעטן וואָס מענטשן האָבן אַנולירט.
נאָך צוויי שעה וואַרטן אין דער ריי, בין איך מיט מײַן פֿרײַנדינע קוים מיט צרות אָנגעקומען צו דער קאַסע. ווען עס זײַנען פֿאַרבליבן בלויז צוויי ביליקע בילעטן, וואָס דורכשניטלעך וואָלטן זיי געקאָסט פֿיר הונדערט זיבעציק דאָלאַר אַ בילעט. האָט עס אונדז אָפּגעגליקט און מיר האָבן באַקומען די טײַערסטע בילעטן פֿאַר אַ בראָדווייער שיבוש. די זיצפּלעצער זײַנען געווען אַ פֿינף־זעקסטע ריי אָפּגערוקט פֿון דער בינע.
דער "יודזשין אָניל"־טעאַטער האָט זיכער יענע נאַכט באַזעצט אַ צוויי טויזנט צושויער, אַ חוץ יענע וואָס האָבן געצאָלט 27$ פֿאַר שטייענדיקע בילעטן. דערבײַ האָב איך באַמערקט, אַז די זיצפּלעצער זײַנען געווען אַזוי צוזאַמענגעקוועטשט אין אַזאַ ענגשאַפֿט, אַז אַ צושויער וואָס וואָלט געווען פֿוללײַביק, וואָלט אין די בענקלעך בשום־אופֿן נישט געקענט אַרײַן. עס האָט מיך דערמאָנט אין די עראָפּלאַן־זיצערטער. און איצט צו דער פֿאָרשטעלונג גופֿא.
ערשטנס, האָט די פֿאָרשטעלונג צו טאָן מיטן הייליקן בוך פֿון די מאָרמאָנען. איינע פֿון די ייִנגסטע רעליגיעס אין אַמעריקע, כאָטש זיי האַלטן, אַז זייערס איז גאָר אַן אַלטע רעליגיע. זייער הויפּטשטאָט אין אַמעריקע איז "סאָלט־לייק־סיטי", וואָס געפֿינט זיך אין דעם שטאַט יוטאַ. די פֿאָרשטעלונג הייבט זיך אָן מיט דער מיסיאָנערישער אויסשטעלונג. אַלע יונגע־לײַט וואָס לערנען זיך ווי אָנצוקלינגען אין גלעקל פֿון אַ הויז און פֿאַראינטערעסירן די אײַנוווינער אין זייער מאָרמאָנישער רעליגיע. דער עיקר, אין זייער מאָרמאָנישער תּורה.
איך געדענק ווען מיר האָבן אַמאָל געדונגען אַ דירה בײַ אַ ייִדן אין רוזוועלט, ניו־דזשוירזי, אויף אַ זומער. האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז דאָס גלעקל האָט געקלונגען איין זונטיק צו פֿרי, און מײַן מאַמע האָט געעפֿנט די טיר. די צוויי יונגע־לײַט האָבן זיך דערפֿרייט און זי געפֿרעגט:
"זאָגט אונדז מאַדאַם! האָט איר שוין הײַנט געלייענט אײַער ביבליע?"
פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַן מאַמע האָט נישט געוווּסט מיט וואָס מ׳עסט עס. האָט זי גלײַך רעאַגירט:
"אוי! איר זײַט מסתּמא ייִדן, איז קומט אַרײַן, וועל איך אײַך מכבד זײַן." זי האָט קיין מאָל נישט געהערט און נישט געזען קיין מיסיאָנערן.
אין דער מיסיאָנערישער שול לערנט מען אַ פּאָר טוץ יונגע־לײַט אין חכמה פֿון קלינגען גלעקלעך און פֿאָרלייגן די באַלעבאַטים די מאָרמאָנישע סחורה; און נאָכן ענדיקן דעם קורס, אַסיגנירט מען יעדעס פּאָרל פֿון זיי אַ לאַנד, וווּ זיי זאָלן לייגן דעם מאָרמאָנישן טראָפּ. איז פּונקט אויסגעפֿאַלן אויף צוויי חבֿרה־לײַט זיך אַרויסצולאָזן אַזש קיין אוגאַנדאַ און דאָרט באַאַרבעטן די שבֿטים. ביידע פֿרייען זיך, ביידע אַמעריקאַנער יוגנטלעכע וואָס האָבן נישט קיין אַנונג וואָס ס׳דערוואַרט זיי אין אַפֿריקע.
און ווי נאָר זיי קומען אָן אַהין, דערזעען זיי די אָרעמקייט, די מחלוקתן צווישן די מיליטאַנטן אָנגעגורט מיט ביקסן, וואָס טוען פֿראַנק־און־פֿרײַ שענדן מיידלעך און קינדער, ראַבירן און פֿאַרביטערן דאָס לעבן פֿון דער באַפֿעלקערונג וואָס איז פּרימיטיוו, אָפּגעשטאַנען און אַנאַלפֿאַבעטן. אַ חוץ דעם פֿירן זיי אויס בריתן אויף מיידלעך און שנײַדן אָפּ זייערע קליטאָרוסן. ווילן זיי, די מאָרמאָנטשיקעס, פֿאַרקויפֿן די מאָרמאָנישע תּורה. קוקט מען אויף זיי ווי אויף ווילדע באַשעפֿענישן. פֿון וואַנען האָבן זיי זיך גענומען, פֿון וועלכע וועלדער און יבשות? זיי באַנעמען גאָרנישט, אַז די חבֿרה איז געקומען אַזש פֿון אַמעריקע זיי אײַנרעדן אַ קינד אין בויך.
שילדערן זיי אָפּ דאָס בוך פֿון די מאָרמאָנען אין געזאַנג און טענץ און, דער עיקר, רעדט זיך דאָ אין דער הלכה פֿון מאָרמאָניזם, דהײַנו, אַז אין 1823 איז אָנגעקומען קיין אַמעריקע איינער מיטן נאָמען דזשאָזעף סמיטה, וואָס האָט געברענגט מיט זיך שריפֿטן און לוחות מיט געזעצן און דינים, וואָס מ׳מעג און וואָס ס׳איז אָסור. געבויט האָט ער די מאָרמאָנישע תּורה אויפֿן אַלטן און נײַעם טעסטאַמענט. קיין קריסטן זײַנען זיי דווקא נישט, און געהערן נישט צו קיין שום קריסטלעכער סעקטע. אָבער זיי גלייבן אין יעזוסן, אינעם פֿאָטער אין הימל און דעם הייליקן גײַסט, און אַז דער דזשאָזעף סמיטה איז אַראָפּגעקומען קיין אַמעריקע, איז ער אָנגעקומען אַהער נישט אַליין, נאָר באַגלייט פֿון יעזוסן אַליין. אין קורצן, אין דעם באַשטייט זייער גלויבן.
פֿאַרשטייט זיך, אַז קיינער פֿון די אײַנגעבירגערטע אוגאַנדער פֿאַרשטייען נישט קיין איין וואָרט דערפֿון, ווײַל זיי פֿאַרמאָגן זייער אייגענע קולטור, טראַדיציעס און רעליגיע, און זיי זינגען טאַקע זייערע זמירות פֿאַר די מאָרמאָנישע אַמבאַסאַדאָרן, וואָס קײַקלען זיך אַראָפּ קיין אוגאַנדע אויף אינספּעקציעס. זיי געפֿינען אויס, אַז דאָס גאַנצע דערפֿל האָט זיך געלאָזט אָפּשמדן, אַדורכגעגאַנגען דעם באַפּטיזם, און אָט ווי אַזוי זיי האָבן עס אַלץ באַנומען. זיי זינגען די זעלבע לידער ווי אַזוי זיי האָבן עס געטאָן נאָך פֿאַרן מאָרמאָניזם אין זייער אייגן לשון און באַנעמונג. קומט עס אויס לויט זייער מינהג און שטייגער צו זינגען נעמלעך אַזאַ תּפֿילה, "האָט גאָט אין דר׳ערד," אָבער מיט אַ טראָפּ ניבול־פּה, וואָס עס איז מיר נישט דערלויבט דאָ אָפּצושילדערן.
עס קומט אָן מיט גרינע ווערעם צו פֿאַרקויפֿן די אײַנוווינער די מאָרמאָנישע רעליגיע. מען זאָגט זיי צו גאָלדענע גליקן, מ׳שילדערט פֿאַר זיי דעם גן־עדן אויף דער וועלט, און, דער עיקר, אין "סאָלט־לייק־סיטי". און זיי גרייטן זיך מיט גרויס אומגעדולד צו דערלעבן דעם טאָג ווען זיי וועלן קענען איבערטרעטן די שוועל פֿונעם מאָרמאָנישן גן־עדן אויף דער וועלט.
איך בין געזעסן צוגעשמידט צו מײַן בענקל. ערשטנס, האָב איך זיך דערמאָנט, וואָס די מיסיאָנערן מיטן פּויפּסט בראָש, האָבן אָפּגעטאָן אין פּערו, און אין די ווײַטסטע מקומות פֿון לאַטײַן־אַמעריקע, ווען זיי האָבן פֿאַרטשאַדעט די מוחות מיטן קריסטנטום די אײַנגעבירגערטע שבֿטים פֿון אַפֿריקע און אַזיע. זיי האָבן אָפּגעשניטן קוואַלן פֿון וואַסער ביז די אײַנוווינער האָבן זיך נישט אונטערגעגעבן דעם באַפּטיזם. דערמיט האָבן זיי פֿאַרניכטעט די קולטורן פֿון דער באַפֿעלקערונג מיט כּוח און אויף אַזאַ אופֿן האָט מען צוגעוווּנען מיליאָנען קריסטן אויף דער וועלט.
די ווילדע פֿעלקער האָבן בכלל נישט פֿאַרשטאַנען אין וואָס דאָ האַנדלט זיך, געדינט זייערע אייגענע געטער טויזנטער יאָר נאָך אַנאַנד, און אין מיצקע דרינען — אַ יעזוס אויף זייער קאָפּ; אַ ייִד פֿון בית־לחם, וואָס מען האָט אים געקרייציקט אין ירושלים; און ער קומט, כּלומרשט, אָפּ פֿאַר זייערע זינד. אָבער איידער וואָס ווען, שטאַט ער אָפּ אַ וויזיט אין אַמעריקע און ווערט אַ מאָרמאָנטשיק. אַגבֿ, ווייסט איר דאָך וועגן די מאָרמאָנען, אַז זיי האָבן זיך אונטערגענומען אָפּצושמדן די זעקס מיליאָן קדושים און האַלטן אַ גאַנצע בוכהאַלטעריע מיט די גרעסטע ייִדישע קאַרטאָטעקעס פֿון אומגעקומען ייִדן אין דער וועלט.
דער סוף איז געווען שיין. ווען די אוגאַנדער חבֿרותא געשמדטע אוגאַנדער הייבן אָן אַן אייגענע פּראָפּאַגאַנדע־טעכניק אָפּצושמדן די אַפֿריקאַנער מיט די אַמעריקאַנער בתוכם.
וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע פֿרײַנד; ווען בײַ אונדז שטייען אויף דראַמאַטורגן און נעמען זיך שילדערן די סאַטמאַרער עדה ייִדן מיט די ליובאַוויטשער אויף אַזאַ אופֿן, וואָלט מען אויפֿגעריסן דאָס טעאַטער. פֿאַרוואָס זאָג איך עס? ווײַל עס איז געווען אַ צײַט ווען די סאַטמאַרער האָבן געכאַפּט ליובאַוויטשער אין די גאַסן און זיי אָפּגעשניטן די בערד מיט די פּאות. דאָס טוען הײַנט די אַמישע אין אַמעריקע. זיי האָבן זיך געשפּאָלטן פֿון אַנדערע אַמיש־גלייביקע און געמאַכט שבת פֿאַר זיך, און ווער ס׳פֿאַלט נישט אונטער זייער השגחה שערן זיי אָפּ די בערד. בײַ די אַמישע איז עס די גרעסטע עוולה.
צוריק צו די מאָרמאָנען. געשריבן האָבן די מוזיקאַלישע, האָפֿערדיקע, אויספֿאַרקויפֿטע אויף יאָרן אַרויס פּיעסע אַ טריומוויראַט פֿאַרפֿאַסער. צווישן זיי: טריי פּאַרקער, ראָבערט לאָפּעז און מעט סטאָון. אַלע דרײַ דערפֿאָלגרײַכע דראַמאַטורגן, טעלעוויזיע־קאַרטוניסטן, מיט זייער באַרימטע קאַרטון־סעריע "סאַוט־פּאַרק," פֿאַר דערוואַקסענע. די דעקאָראַציעס (סקאָט פּאַסק) קען מען אָסור באַשרײַבן זייער שיינקייט און אײַנפֿאַלערישקייט. די כאָרעאָגראַפֿיע (קייסי ניכאָלאָו) ווערט אויסגעפֿירט מיט אַזאַ שנעלקייט און אַזאַ געביפֿטקייט, אַז פֿרעד עסטעיר, דזשינדזשער ראַדזשערס צוזאַמען מיט דזשין קעלין, קענען זיך באַהאַלטן. ווער קען גאָר אויסרעכענען די צענדליקער אַקטיאָרן און טענצער? אָבער איינער פֿון זיי האָט זיך שוין, מסתּמא, דערוואָרבן האָליוווּד. ער הייסט דזשאַש גאַד. זײַן נידעריקער וווּקס, זײַן בײַכל, זײַן קאָמיזם, זײַן טאַלאַנט וועט אים זיכער פֿאַרזיכערן זײַן צוקונפֿט.
מיט איין וואָרט, לאָזט נישט אַדורך. נאָר מ׳דאַרף צאָלן מיט לאַנגע שעהען וואַרטן אין ריי נישט וויסנדיק צי עס וועלן בלײַבן בילעטן פֿאַר ביליקע פּרײַזן. נאָך דעם וועל איך שוין מסתּמא אויסמײַדן אַלע מוזיקאַלישע פּיעסעס, ווײַל קיינע פֿון זיי וועט זיך נישט קענען פֿאַרגלײַכן.