געזעלשאַפֿט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מ׳קלינגט אין טיר. איך פֿרעג:
"ווער איז דאָרט? ענטפֿערט מען:
"דער שכן פֿון 209. דער שכן פֿון 209. דער גולם, דער שוטה, דער באָק." האָב איך שוין נישט קיין ברירה און עפֿן די טיר. ער לענט זיך אָן אין פּאָרענטש פֿון דער טיר און האַלט אין האַנט עפּעס אַ כּתבֿ. פֿאַרבעט איך אים שוין אַרײַן, ווײַל ער זאָגט מיר אַז ער קען בשום־אופֿן נישט דערגיין וואָס אין דער כּתובה שטייט געשריבן. דערווײַל זעצט ער זיך צו, מאַכט זיך באַקוועם און איך הייב אָן צו לייענען די כּתובה. ער זאָגט אַז לשון־קודש קען ער דערגיין ווײַל ער איז אַמאָל געגאַנגען אין אַ "היברו־סקול." אָבער די ייִדישע שריפֿט וואָס ס׳איז געשריבן מיט דער האַנט, הייבט ער נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ׳עסט עס.
ס׳שטייט געשריבן קלאָר און ציכטיק, אַז גנעדל גייט דאָ חתונה האָבן מיט משהן און יענער כאַפּט זיך אָן פֿאַרן קאָפּ:
"כ׳האָב גאָרנישט געוווּסט, אַז מײַן פֿעטער מעני איז גאָר אַמאָל געווען אַ משה, און מײַן מומע גערטאַ איז אַמאָל געווען אַ גנעדל. און וואָס אַן אמת, בין איך אַמאָל געווען אַן אַריה־לייב און הײַנט בין איך אַ פּראָסטער ‘לערי’". אויף זײַן פּנים גיסט זיך אויס אַ נאַרישער שמייכל, גיי זאָג אים, אַז דאָ אין אַמעריקע האָבן זיך די ייִדן געביטן די נעמען, געוואָלט זיך צופּאַסן צו דער גאַס. און אַז מ׳האַלט שוין דערבײַ, מאַכט ער:
"און וואָס זאָגסטו צו די דעמאָנסטראַציעס אַנטקעגן וואָל־סטריט. אַ ווילדע חבֿרה משוגעים. אַלץ וואָס זיי ווילן איז אַז מען זאָל אָפּשאַפֿן זייערע שׂכירות אין די קאַלעדזשעס, אָפּשאַפֿן די ‘מאָרטגעדזשעס,’ און געבן זיי אַלערליי פּריווילעגיעס ווי זיי וואָלטן דערויף שווער געאַרבעט. איך האָב געהאָרעוועט מײַן גאַנץ לעבן, געהאַט אַ טוץ שטעלעס, קיינער האָט מיר נישט געהאָלפֿן. כ׳האָב זיך אַליין געהאָלפֿן. קיין קינדער האָט מען נישט געהאַט, איז אונדז דאָס לעבן אָנגעקומען לײַכטער, און דאָס הינטל איז בײַ אונדז געווען ווי אַן אייגן קינד. האָסט דאָך אַליין געזען ווי יעדן אינדערפֿרי האָב איך אים גענומען אויף אַ שפּאַציר. אַפֿילו ווען ער איז שוין געווען חרובֿ קראַנק. איך בין אַ דיאַבעטיקער און דאָס הינטל איז געווען אַ דיאַבעטיקער. איך האָב זיך אײַנגעשפּריצט פֿיר מאָל אַ טאָג אינסולין און אין דער זעלבער צײַט האָב איך געפּילנעוועט דאָס הינטל מיט אינסולין. איז וואָס זאָגסטו אויף דעם ווילדן המון? איבערן גאַנצן לאַנד טאַקע. צו וואָס זײַנען מיר דערגאַנגען? רעוואָלוציעס, דעמאָנסטראַציעס, פּלאַקאַטן. זיי ווייסן צו מאָל נישט וואָס זיי ווילן, גלאַט אַ מיאוסער המון. איז וואָס זאָגסטו נישט דערצו?"
איך זיצט און שטוין. דער ייִד איז אַן אויסגעפּאַשעטער אַמעריקאַנער, וויסן ווייסט ער נישט פֿון זײַנע הענט און פֿיס, קען אַפֿילו נישט איבערלייענען אַ בלעטל פֿון דער כּתובה, און ווען עס קומט צו ייִדיש וויסן, איז עס בײַ אים פֿאַר אַ גראָשן. זאָג איך אים:
"אינטערעסאַנט וואָס דו פּלאָגסט זיך אַזוי מיט די דעמאָנסטראַנטן. מען האָט שוין געדאַרפֿט דעמאָנסטרירן מיט יאָרן צוריק, ווען בוש און טשייני, און ראַמספֿעלד זײַנען געזעסן אויפֿן פֿאַרכּישופֿטן בענקל. קלינטאָן האָט ס׳לאַנד געשטעלט אויף די פֿיס. נישט נאָר האָט ער נישט געהאַט קיין דעפֿיציט, ער האָט געשאַפֿן אַן עודף, אַן איבערפֿלוס פֿון וועלכן מען האָט געקענט שעפּן. הײַנט ווי נאָר די צוויי קונע־לעמלס האָבן איבערגענומען די קאַסע. האָבן זיי זיך אַרומגעקוקט, אַז ס׳פֿעלט זיי בענזין, און סאַדאַם כוסיין באָדט זיך אין געזאָלין, איז ‘דאַווײַ’ איז מען אָנגעפֿאַלן אויף איראַק. געזען אַז די רוסן האָבן פֿאַרלאָזט אַפֿגאַניסטאַן, נאָך צען יאָר מאָרדעוואַניע, און פּלאָגעניש. איז אַ סימן אַז מ׳קען באַווײַזן דער וועלט אַז מיר קענען די מלאָכה בעסער ווי די רוסן, האָט מען פֿאַרכאַפּט אַפֿגאַניסטאַן. און דאָס אַלץ קאָסט אַ מאַיאָנטעק, רײַסט מען פֿון טויט און פֿון לעבעדיק. אָנגעזאַמלט אַ פּותּיקי האָט מען צוגעלאָזט די דעמאָקראַטן צום בענקל, און די דעמאָקראַטן אין זייער נאַיִוויטעט, האָבן נישט אָפּגעשטעלט די מלחמות, און ווײַטער זיך אַרײַנגעבאָדן אין די הוצאות.
דערווײַל לײַדט דאָס פֿאָלק, דער עיקר די יונגע. מען זאָגט אָפּ לערער, וואָס אָן זיי זײַנען מיר פֿאַרלוירן. מען שפּילט זיך אַרום מיט דער מעדיצינישער פֿאַרזיכערונג וואָס אירע קאָסטן גרייכן שוין ביזן זיבעטן הימל. מיט ‘מעדיקייר’ שפּילט מען אויף דער רולעטקע. מענטשן פֿאַרלירן די אַרבעט רעכטס און לינקס, און דאָס זינט מען האָט גענומען אויסליפֿערן די אינדוסטריעס קיין כינע, טײַלאַנד און אינדיע. אַפֿילו מײַן ייִנגסטער זון בנימין האָט אָנגעוווירן זײַן אַרבעט בײַ די קאָמפּיוטערס ווײַל די פֿירמע איז אַריבער קיין אינדיע. ער האָט נאָך באַדאַרפֿט אויסלערנען די אינדישע קאָמפּיוטער־טעכניקער אין וואָס ס׳האַנדלט זיך און ממש פֿאַרבליבן אויפֿן וואַסער מיט יונגע קינדער.
דערווײַל האָבן זיך די קאַסעס פֿון וואָל־סטריט גענומען ברעכן, דער עיקר ווען עס איז געקומען צו די מאַכערײַקעס וואָס זיי האָבן אָנגערופֿן ‘העדזשפֿאָנדס.’ די בענק האָבן זיך געטונקען אין ‘קעש,’ און גענומען צו שווינדלען. די גרויסע פֿירמעס ווי ‘גאָלדמאַן־באַקס,’ ‘פֿעני־מיי’ און ‘פֿרעדי־מעק.’ זיי אַלע האָבן אָנגעוווירן דאָס געוויסן, פֿאַראָרעמט הויזבאַזיצער, בעת זייערע קאַרפּנקעפּ לעבן אַ גוטן טאָג אויף יאַכטעס און רחבֿותדיקע זומערהיימען אין אויסלאַנד. זייערע פּריוואַטע דזשעט־עראָפּלאַנען און לוקסוס־האָטעלן, פּונקט ווי דאָס אַמאָליקע מלכות, די צאַרן, די פּרינצן און דער פּויפּסט אין וואַטיקאַן.
דאָס איז נאָך אין אַמעריקע קיין מאָל נישט פֿאָרגעקומען. יאָ, עס זײַנען געווען די ראַקפֿעלערס, די פֿאָרדס, די קענעדיס, אָבער די אַלגעמיינע באַפֿעלקערונג האָט נישט געליטן אַזאַ דחקות. ווער עס האָט געוואָלט אַרבעטן האָט געאַרבעט, די אינדוסטריעס זײַנען געווען דאָ אויפֿן אָרט, אויטאָמאָבילן און קליידונג, שפּילצײַג און בעטגעוואַנט, שוכוואַרג, שמינקע און פּודער. אַלץ, אַלץ האָט מען אויסגעאַרבעט אויף דער אַמעריקאַנער אַרענע.
הײַנט, די אַרבעטס־שטעלעס האָט מען עקספּעדירט מעבֿר־לים, און ווען עס קומט צו דערציִונג, איז דער חורבן גרויס. זינט די זעכציקער יאָרן, ווען חבֿרה היפּיס האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אויף אונדז ווי היישעריקן, מיט אַ רעווערענד מוני מיט די הונדערטער קאַדילאַקן און מערצעדעסן, דער סעקס־רעוואָלוציע און וווּדסטאָק, האָט מען גענומען צו ביסלעך פֿאַרדאַרבן די דעמאָקראַטיע, זי אינטערפּרעטירן ווי ס׳האָט זיך געלוינט, ביז מיר זײַנען געקומען צום הײַנטיקן טאָג.
הײַנט וועקט זיך איבער דער אַמעריקאַנער בן־אָדם און דערזעט אַז ער איז טיף אין דער בלאָטע. האָט מען גענומען זוכן דעם שולדיקן, האָט מען זיך אָנגעזעצט אין אָבאַמאַן. ער איז שולדיק אין אַלע אונדזערע אומגליקן. דאָס ווײַסע הויז פֿאַרשוואַרצט אונדז דאָס פּנים. מיר ווילן אַראָפּשיבן דעם צאַר אָבאַמאַ פֿונעם טראָן, און אַרויפֿזעצן אויף זײַן אָרט וועמען עס זאָל נישט זײַן, אַפֿילו דעם קעניג פֿון די פּיצאַ־פּײַס, אָבער חלילה נישט דעם מאָרמאָנטשיק. ער איז נישט קיין אמתער קריסט. אפֿשר פּערי, ער איז אַן עכטער גלייבער אין יעזוסן, און אפֿשר די פּרינצעסין באַכמאַן וואָס ווייסט נישט ווער ס׳האָט איר דעם קאָפּ געמאַכט. און פֿאַרוואָס נישט סאַראַ פּיילין. זי וועט אַרויסקוקן דורכן פֿענצטער און זען פּוטינען אין די גאַטקעס, וועט זי גלײַך צו וויסן געבן דעם ‘סטייט־דעפּאַרטאַמענט,’ אַז ס׳רוכעוועט זיך אויפֿן צפֿון־פּאָלוס."
מײַן שכן איז געזעסן מיט אַן אָפֿן מויל, זיך נישט געריכט אויף מײַן אויסבראָך. ער האָט אָבער נישט געוווּסט אויף וועמען ער האָט דאָ אָנגעטראָפֿן, האָט ער זיך אָפּגעווישט די טראָפּנס שווייס פֿון שטערן, גענומען פּינטלען מיט די אויגן און אַרויסגעכריפּעט:
"איך האָב גאָרנישט געוווּסט, אַז מײַן שכנטע איז אַ טראָצקיסטקע. מען לעבט אָפּ אַ האַלב לעבן אין אַ הויז און מ׳ווייסט גאָרנישט וואָס ס׳טוט זיך בײַ יענעם אין טעפּל. איז זײַט מיר מוחל, איר ווילט אַ רעוואָלוציע, מײַדט אויס אונדזער הויז, ווײַל דאָ וווינען לויטער אָנשטענדיקע מענטשן." איך האָב זיך צעלאַכט. אַ טראָצקיסטקע גאָר, מײַן טאַטע וואָלט אים זאַדישעט, מײַן מאַמע וואָלט אים די אויגן אויסגעקראַצט. נישט גענוג זיך אָנגעליטן בײַם רוס, באַשולדיקט מען זייער טעכטערל אין טראָצקיזם. דער אמת איז, אַז דער שכן הייבט נישט אָן צו וויסן ווער טראָצקי איז געווען און וואָס ער האָט געפּרעדיקט, און אַז ער וואָלט איבערגענומען די מאַכט וואָלט ער געברענגט דאָס זעלבע אומגליק אויפֿן אומגליקלעכן פֿאָלק רוסן. דער אומגליק איז אַז דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק, דער עיקר די ייִדן, זײַנען אויסגעוואַקסן און וואַקסן ווידער אין אַ וועלט פֿון אומוויסן, פֿון עם־הארצות, סײַ לגבי אונדזער ייִדישקייט און סײַ לגבי זייער אַמעריקאַנישקייט. זיי זײַנען אָבער אַלע באַזאָרגט וועגן מדינת־ישׂראל. דאָס יאָ, דאָ בין איך וויליק אַוועקבייגן מײַן רעטאָריק. הלוואַי וואָלטן זיי געווען אַזוי באַזאָרגט אין צײַט פֿון חורבן. אָבער נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, מוזן מיר פֿאַרהיטן און אָפּהיטן דאָס שטיקעלע לאַנד וואָס מיר פֿאַרמאָגן.