פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שוין אַ צײַט ווי איך חלום דעם זעלביקן חלום. ווי נאָר איך פֿאַרמאַך די אויגן, אַזוי געפֿין איך זיך אין אַ היימישער דירה אויף רחובֿ אליהו הנבֿיא נומ׳ 27, אויף עולם־הבא. איך פֿיר באַלעבאַטישקייט אין אַ קליין דירהלע פֿון אַ קאָנדאָמיניום. איך קוק זיך אַרום, 2 שלאָפֿצימערלעך, 2 וואַשצימערן מיט אַ דזשאַקוזי, אַ וואַשמאַשין, אַ טרוקנמאַשין וואָס מ׳קען בלויז אַקטיוויזירן מיט 3 קאָפּיקעס פֿון חנוכּה־געלט.
אַרום דער דירה איז פֿאַראַן אַ לאָנקע וווּ עס פּאַשען זיך שאָף און רינדער, שוין אָפּגערעדט פֿונעם שור־הבר, צופֿוסנס פֿון גאַניק אַ שווים־באַסיין געוואַרעמט פֿון די זונשטראַלן. אין אָוונט קומען זיך צונויף משפּחה און קרובֿים. מײַן באָבע מירעלע פֿון טאַטנס צד. איך האָב זי קיין מאָל נישט געקענט. זי איז אַוועק פֿון דער וועלט אין 1908, צו 23 יאָר. איר זון חיים, מײַן טאַטע הייסט עס, זעט דאָ אויס ווי איר זיידע. זי וווּנדערט זיך קוקנדיק אויף מיר:
"מײַן אייניקל זעט שוין אויס ווי מײַן באָבע!"
דער שמועס אַרום דעם טיש רודערט זיך מיטן מישפּט פֿון לובאַוויטשער רבין ז״ל, וואָס אַ טייל פֿון זײַנע חסידים אויף דער וועלט האָבן אים פּראָקלאַמירט ווי משיח צדקינו, רחמנא־לצלן, בשעת משיח בן דוד זיצט אין געריכטזאַל, גענעצט, און בײַם איבערוועקן זיך צופּט ער זײַן ווײַסע באָרד.
דער בית־דין של מעלה באַשטייט פֿון רבנים, דיינים און תּלמידי־חכמים. זיי טראָגן לאַנגע קיטלען מיט שוואַרצע אויסגעשטריקטע קאַפּעלעך, אויסגענייט מיט רויטע דרימער, וואָס לייענען זיך "חי־חי־וקים".
דעם אויבנאָן, אין דער לאָזשע, פֿאַרנעמען משה רבינו, דוד המלך, שלמה המלך, רש״י און רמב"ם. אויף זייערע פּנימער רוט די שכינה. דער עולם אין זאַל באַשטייט פֿון פּראָסטע און פּשוטע בעל־מלאָכות, עמך. אַלע רעדן ייִדיש, אַפֿילו די ריכטער. דער סניגור (פֿאַרטיידיקער־מלאך) מיטן קטיגור (פּראָקוראָר) האָבן זיך אין דעם מאָמענט געפּאָרעט אַרום זייערע יורידישע ענינים. דער קטיגור טראָגט אַ הויכן, שוואַרצן צילינדער, זײַן אַנצוג הענגט אויף אים ווי אויף אַ הענגער, ברייט און שטײַף. דער סניגור ווידער, פֿאַרמאָגט אַן איידל פּנים, מיט צוויי לאַכעדיקע אויגן, אַ ברייטלעכע נאָז מיט אַ ייִדיש ציפּעט־היטל מיט אַ דאַשיק אויפֿן קאָפּ. ער טראָגט אַ ספּאָרטיוון ווײַסן זשאַקעט מיט לעדערנע, צעקנייטשטע הויזן.
די ריכטער פֿון דער פּמליא של מעלה פֿאָדערן פֿון עולם צו באַרויִקן זיך. דער הויפּט־דיין גיט אַ האַק אין טיש מיט אַ קליין העמערל און אַלע נעמען אָן אַ פֿול מויל מיט שטילשווײַגעניש. דער פֿאַרטיידיקער, וואָס מען רופֿט אים ר׳ ניסן־עליה רופֿט אַרויס זײַן ערשטן עדות. עס באַווײַזט זיך פֿון ערגעץ אַ ייִד, וואָס כאַפּט אַן אָנבליק אויף אַ טערקישן סולטאַן. מיט אַ טורבאַן אויפֿן קאָפּ, אַ פּאָר סאַמעטענע אויגן מיט אַ גלײַכגילטיקן בליק. מ׳הייסט אים זיצן.
"אײַער נאָמען? זײַט מוחל"
"ר׳ שבתי־צבֿי"
"אַדרעס?"
"דוד המלך־גאַס נומ׳ 18."
"זאָגט אונדז, זײַט אַזוי גוט, ווי אַזוי איז אײַך אײַנגעפֿאַלן זיך פֿאָרצושטעלן פֿאַר אַחינו־בני־ישׂראל ווי משיח צדקינו?"
"חס־וחלילה! איך האָב זיך פּונקט דעמאָלט געפֿונען אין שערי־צדק־שפּיטאָל אין ירושלים פֿאַר גײַסטיק קראַנקע חולים."
"ווי זשע איז געקומען די קאַץ איבערן וואַסער?"ֿ
"שולדיק איז געווען מײַן קראַנקן־ברודער, נתן פֿון גזה (גאַזאַ), דער שווינדלער, דער מאַטאַץ, דער אויסוווּרף. ער האָט זיך געלאַסטשעט אויף אַ הויכן ראַנג. אַ געשליפֿן צינגל האָט ער פֿאַרמאָגט, איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון זײַן אייגענעם אײַנפֿאַל. ער האָט דאָס געברענגט די ידיעה פֿון משיח בן דוד צו די ייִדעלעך אין גלות־אַשכּנז. פֿאַרשטענדלעך, ער האָט עס געטאָן נאָך די רדיפֿות אויף ייִדן, די גירושים, די פּאָגראָמען. דעמאָלט האָט זיך אונטערגערוקט אַ גינסטיקער מאָמענט אַראָפּצוברענגען משיחן."
"ווײַל ווי נאָר איך בין אַרויס פֿון אַנשטאַלט פֿאַר משוגעים, אַזוי האָט מיך די טערקישע פּאָליציי אַרעסטירט און אָפּגעשיקט קיין סטאַמבול, אויף מיר אַרויפֿגעצוווּנגען דעם שמד און איך האָב שוין אָפּגעלעבט מײַנע יאָרן ווי אַ מאַכמעדאַנער."
דער עולם האָט זיך געבונטעוועט:
"שיקט אים אָפּ אין מאַכמעדאַנישן גן־עדן! וואָס טוט ער דאָ?"
"דער מאַכמעדאַנישער גן־עדן איז געשלאָסן פֿאַר ייִדישע משיחים!" — האָט שבתי־צבֿי זיך אָפּגערופֿן מיט אַ פֿריידיק פּנים.
דערווײַל האָב איך זיך גענומען איבערוועקן. כ׳האָב זיך אויף שנעל אַראָפּגעשאַרט פֿון מײַן היימיש בעט, צוגערוימט דאָס קיכעלע, אַ וואַש געטאָן די פּאָדלאָגע און ברייט געעפֿנט מײַנע מידע אויגן.
"וווּ בין איך?", האָב איך געטראַכט. "נישט שוין זשע צוריק אין דער בראָנקס?" אויפֿן וועג צו דער אַרבעט האָב איך נאָך באַוויזן צו לייענען די צײַטונג, זיך דערוווּסט אַז מ׳האָט אָפּגעווישט פֿון דער יבשה דעם הויפּט־אַל־קײַדעניק, בין־לאַדען. כ׳האָב געטראַכט, אַז ער וועט אָנקומען אין מאַכמעדאַנישן גן־עדן אַ נאַסער, די פֿיש האָבן מסתּמא אָפּגעצופּט די נאָז, אויסגעדזשאָבעט דאָס האַרץ מיט די לונג־און־לעבער, אַ חוץ אַ צאָל פֿון די וויכטיקע קאָמפּאָנענטן אין דער אַנאַטאָמיע. מען וועט אים זיכער נישט דערקענען. דער עיקר, די מולאַס מיט די אימאַמס וואָס האַלטן פֿון שאַריאַ־געזעץ וואָס פֿאָדערט אַז מען דאַרף אָנקומען אין מאַכמעדאַנישן גן־עדן פֿולקאָם, מיט אַלע אַנאַטאָמישע פּיטשעווקעס. זיי האָבן לעצטנס געמאַכט אַן אַמנעסטיע נאָר פֿאַר יענער חבֿרה וואָס קומט אָן מיט אויפֿגעריסענע אבֿרים, וואָס זיי רופֿן די מאַרטירער.
דאָס טעפּעלע קאַווע האָט מיך אויסגעניכטערט. און איך האָב לגמרי פֿאַרגעסן אין מײַן הימלישן קאָנדאָמיניום. ס׳גייט נישט אַדורך אַ וואָך ווען די אויגן־אַפּלען קלעפּן זיך בײַ מיר: דאָס מאָל געפֿין איך זיך אין אַ טויבנשלאַק און קלײַב קליינע אייעלעך אויף אַ פּרעזשעניצע. דאָס גלעקל קלינגט און ס׳קומט אַרײַן אַ גאַסט אין שטעטל. ס׳קאָצל קומט, מײַן באַליבטער פּענמײַסטער משה נאַדיר. כ׳האָב אים גלײַך דערקענט לויט זײַן פּליושענער שוואַרצער פּעלערינע.
"אַ גוט־העלף דיר משה!", האָב איך אויסגערופֿן מיט פֿרייד. "דאָ אויף עולם־הבא הייסטו נאָך אַלץ משה. דײַן מאַמעשי האָט דאָך דיך גערופֿן איצעלע, געדענקסט?"
"צי איך געדענק! אָבער משה נאַדיר האָט מיר בעסער געדינט. מיט ‘נאַדיר’ איז מיר גרינגער אָנגעקומען צו זאַטאַשטשען די יונגע מיידלעך און ווײַבלעך ווען זיי האָבן זיך געשאַרט צו מיר און מיך גערופֿן ‘משה! נאַ־דיר!’ איז מיר גרינגער אָנגעקומען זיי אַרײַנצולאָוויען אין מײַן פּאַסטקע".
"איצט זאָג מיר נאָר יצחק, משה, פּיפּערנאָטער, האָסט דאָך קיין מאָל נישט געגלייבט אין יענער וועלט, ביסט דאָך אַ לעבן־לאַנג געווען אַ פֿאַרברענטער אַטעיִסט, געפּרעדיקט אַמאָל ‘סטאַלינס תּורה.’ איך דערקען דיך אָסור.
"אַ לאַנג־לעבן אויף דיר!", האָט ער מיר געוווּנטשן, "נאָר צו ליגן נײַן אײַלן אין דר׳ערד און באַקן בייגל איז נישט געווען פֿאַר מיר. איך האָב אַלע מאָל ליב געהאַט רחבֿות, שיינקייט און חכמה. דאָ געפֿין איך זיך אין אַ גוטער געזעלשאַפֿט, משה־לייב (האַלפּערין) און קאַדיע (מאָלאָדאַווסקי), דוד בערגעלסאָן און שלמה מיכאָעלס. מיר אַלע דאַווענען אין דער אַפּיקורסישער שיל. און אַזוי ווי אַלע חזנים זײַנען נאַראָנים, פֿירט דאָ די גרענדע כאַצקעלע קוסעוויצקי. ווען ער ענדיקט אַרויס זײַן כּל־נדרי, אָטעמען מיר אָפּ פֿרײַ."
"זאָג מיר משה! ווי באַהאַנדלט מען דאָ שלום אַשן?"
"פֿון אָנהייב האָט מען אים איגנאָרירט לגמרי. וואָס ס׳האָט אים געראַטעוועט, איז געווען זײַן ביכל ‘קידוש־השם.’ ווען נישט דער ‘קידוש־השם,’ וואָלט מען אים משלח געווען אין גוייִשן גן־עדן. אָבער ווייסט דאָך, ייִדן זײַנען דאָך בני־רחמים, איז מען אים מוחל געווען." נאָך איין פֿראַגעלע:
"האָסטו זיך דאָ באַגעגנט מיטן רבין אלישע בן־אבֿויה? וווּ געפֿינט ער זיך?"
"טײַערינקע! מ׳שאַצט אים דאָ אָפּ ווי אַן אבֿן־טובֿ, דער עיקר זײַן אַמאָליקער תּלמיד ר׳ מאיר."
"און וואָס טענהט דערצו דער רבונו־של־עולם?"
"לאָמיך דיר עפּעס זאָגן, דער אייבערשטער איז אַן אל־רחמים. ער שעפּט נחת פֿון זײַנע ייִדעלעך. ער קוקט זיך צו ווי זיי בריקעווען זיך, און אַמפּערן זיך און ווילן איבערשטײַגן איינער דעם אַנדערן אין ייִדישקייט; איז וואָס מיינסטו זיך, דער טאַטע אין הימל איז פֿאַרנומען אַ גאַנצן מעת־לעת מיט די רבנישע דינים־והלכות. נאָך אַלעמען, גאָט האָט דאָך אונדז געגעבן די עשׂרת־הדיברות און מיר האָבן דערפֿון געמאַכט אַ גאַנצן באַרג — סיני."
ווען ס׳איז געקומען צום באַרג סיני האָב איך זיך גענומען איבערוועקן. אַ שאָד, האָב איך זיך געטראַכט, איבערצורײַסן אַזאַ תּוכיקן שמועס.
כ׳גיב אַ קוק, די זון שײַנט שוין אַרײַן אין פֿענצטער. אויף אַ רגע בין איך נישט געווען זיכער אויף וועלכער וועלט איך בין, האָב איך געעפֿנט די אויגן און דערזען מײַן פּיאַנע. געלויבט צו גאָט, כ׳בין שוין אָף (אויף).