אונדזער אייגענער און מײַן באַליבטסטער ייִדישער פּאָעט, איציק מאַנגער, מיט זײַן קאָלירפֿולן כּוח־הדמיון וואָס איז געווען בכּוח אָפּצושילדערן יענע וועלט מיט אַלע פּיטשעווקעס, האָט ער דאָס געטאָן אין זײַן "בוך פֿון גן־עדן."
לויט ווי מאַנגער האָט עס געשילדערט איז יענע וועלט אונדז נישט געווען פֿרעמד. פֿאַרקערט, מיר האָבן געקענט אַיעדעס געסעלע, אַ יעדעס שטיינדעלע. אונדזערע אָבֿות און אמהות, אַלע נבֿיאים, דער עיקר אליהו־הנבֿיא מיט זײַן גוטסקייט; שאָול המלך — דער מעלאַנכאָליקער און מרה־שחורהניק; דוד המלך — דער פּאָעט און מחבר פֿון תּהילים, און שלמה המלך — דער קליגסטער פֿון זיי אַלע. אַ גרויסע ייִדישע משפּחה. אַלע זײַנען אונדז געווען באַקאַנט, אַלע העלדן פֿון חומש און אַלע טיפּן פֿון דער מגילה.
י. ל. פּרץ האָט באַוויזן אַראָפּצוברענגען לילית פֿון שאול־תּחתּיה, וווּ זי האָט פֿאַרבראַכט אירע אַריכותֿ־ימים מיט איר באַליבטסטן מלך־התּחתּיה — אַשמדאַי. און ווען ס׳איז איר נימאס געוואָרן די וועלט פֿון די נישט־גוטע, די טײַוולאָנים מיט די שלאַנגען, האָט זי זיך אַראָפּגעלאָזט צו פֿאַרפֿירן יצחק־לייבוש פּרצעס יונגן מתמיד "מאָנישן." פֿאַרשטייט זיך, דאָס אַלץ איידער די ליטעראַטן האָבן זיך אַראָפּגעלאָזט אויף פּרצן און גענומען אַנאַליזירן מיט שפּאַקטיוון און פֿאַרגרעסער־גלעזער זײַן העלד מאָנישן, וואָס ווערט פֿאַרפֿירט פֿון דער השׂכּלה.
יצחק באַשעוויס־זינגער ווידער האָט זיך דווקא אַרויסגעלאָזט אויפֿן דרך פֿון כּישוף, גילגולים, דיבוקים און נישט גוטע, וואָס האָבן באַוווינט עולמות־עליונות, וווּ די אײַנוווינער זײַנען ממש געווען אונדזערע שכנים, באַקאַנטע און קרובֿים. באַשעוויס האָט דעם חסיד געשילדערט ווי אַ גלייביקן אין שדים און רוחות, און די מתנגדים, סקעפּטיקער פֿון דער נאַטור. מיט איין וואָרט, אין די לעצטע איבער טויזנט יאָר האָבן אונדזער מיטאָלאָגיע און דער עיקר, די איבערגלויבערישע טענדענצן, אָנגענומען הימלישע פֿאַרבן, מיסטעריעזע, עזאָטערישע און עקזאָטישע פֿאַרבלענדענישן און צו מאָל, פֿעטישן.
דער אמת איז, אַז אַ פֿאָלק האָט ליב מעשׂיות, זיי מעגן זײַן פֿאַרבונדן מיט דער וועלט און יענער וועלט. דער עיקר אינטריגע, אַוואַנטורע, צויבערקונסט, איבערגלויבענישן, סגולות, קמיות, אָפּשפּרעכענישן, עין־הרעס. בײַ באַשעוויסן האָבן די רוחות פֿאַרפֿירט, פֿאַרדרייט די יוצרות; דער עיקר, יענע וואָס האָבן זיך געפֿונען אין זײַן פֿאַרכּישופֿטן קרײַז.
מײַן מענדל פֿלעגט מיר אויסזינגען אַ לידל וואָס ער האָט געהערט אין זײַן שטעטל בערעקסאַס, אין די קאַרפּאַטן, און דאָס לידל איז געגאַנגען אַזוי:
אַ חלום האָט זיך מיר געחלומט נעכטן —
אַז איך בין אויף יענער וועלט געווען.
וויל איך אײַך פֿאַרציילן אין גערעכטן,
וואָס איך האָב אויף יענער וועלט געזען...


רעפֿריין:
אַ יעדער מלאך האַנדלט דאָרט מיט שוועבעלעך,
מיט שוועבעלעך —
נאַקעט און באָרוועס גייען זיי אין דער גרעסטער קעלט.
אין גיהנום איז אַ פֿראָסט,
אין גן־עדן איז אַ קעלט.
דאָס האָב איך געזען אויף יענער וועלט.


אָדם־הראשון האַנדלט דאָרט מיט עפּל —
חווה מאַכט די קונצן מיט דער שלאַנג,
לוט טרינקט בראָנפֿן פֿון אַ גרויסן שעפֿל,
ווײַל פֿאַר אַ שיכּור איז ער גוט באַקאַנט.


רעפֿריין.


אַבֿרהם אָבֿינו איז אַ מאַנטל־מאַכער,
יצחק איז קאָנדוקטער בײַ דער באַן —
יעקבֿ איז דירעקטער בײַם טעאַטער.
מיט די בנים פֿירט ער זײַן פּראָגראַם.


רעפֿריין:
אַ יעדער מלאך האַנדלט דאָרט מיט שוועבעלעך,
מיט שוועבעלעך —
נאַקעט און באָרוועס גייען זיי אין דער גרעסטער קעלט,
אין גיהנום איז אַ פֿראָסט,
אין גן־עדן איז אַ קעלט.
דאָס האָב איך געזען אויף יענער וועלט.


הייסט עס, אַז מיר לעבן כּסדר מיט עולם־הזה און עולם־הבא זײַט בײַ זײַט. אָבער די השׂגה פֿון אַ גן־עדן, אַ שאול־תּחתּיה — די וועלט און יענע וועלט — איז צו אונדז דערגאַנגען פֿון חומש (בראשית ג׳). דאָרט ווערט דערציילט, אַז ווען גאָט האָט באַשאַפֿן אָדמען און חווהן, האָט ער זיי באַזעצט אין גאָרטן "גן" און אויף אַן אָרט וואָס ער האָט גערופֿן "עדן." און אַלץ איז צוגעגאַנגען קאָשקעלעך גדולות. עס האָט זיי נישט געפֿעלט פֿון קיין פֿויגלמילך. האָבן זיי אָבער עובֿר געווען אויפֿן אָנזאָג נישט צו עסן פֿון "עץ־הדעת," דעם בוים פֿון וויסן. האָט גאָט זיי פֿאַרטריבן פֿון גן־עדן, און — פֿאַרטיק.
דער פֿאַקט, וואָס גאָט האָט דאָס ערשטע פּאָרפֿאָלק געהאַלטן אין דער פֿינצטער, וואָס ווייסן נישט וואָס עס רוקט זיך אויף זיי, און אַז וויסן איז אַ זינד, לייגט זיך נישט אויפֿן הײַנטיקן שׂכל. אָבער ווער בין איך אײַנצוטענהן מיטן אייבערשטן?
אין דער מישנה און גמרא ווערט מיטן וואָרט גן־עדן באַצייכנט דאָס אָרט וואָס מיר רופֿן יענע וועלט, עולם־הבא; וווּ די נשמות פֿון אונדזערע צדיקים פֿאַרזאַמלען זיך נאָכן טויט און ווערן באַלוינט פֿאַר זייערע מעשׂים־טובֿים. די נשמות פֿון די רשעים ווידער, קומען אָפּ זייער שטראָף אין גיהנום.
פֿאַראַן אין דער גמרא (ברכות ל״ר) געשילדערט אין די אַגדות, אַז אין גן־עדן וועט דאָס לעבן זײַן ענלעך צום לעבן וואָס מיר האָבן אויף דער וועלט, מיט עסן און טרינקען. נאָך משיחס צײַטן וועט מען מאַכן אַ סעודה פֿון שור־הבר מיטן לוויתן, טרינקען וועלן מיר דעם יין־המשומר און זיך משׂמח זײַן ווי גאָט האָט געבאָטן.
אָבער אין אַנדערע ערטער פֿון דער גמרא (ברכות י״ן) שטייט געשריבן, אַז אויף יענער וועלט איז נישטאָ קיין עסן און נישט קיין טרינקען. בלויז די צדיקים זיצן מיט קרוינען אויף זייערע קעפּ און האָבן הנאה פֿון די שטראַלן פֿון דער שכינה.
דער רמב״ם אין פּירוש־המשניות (סנהדרין צום פּרק "חלק") טײַטשט, אַז די אַלע אויסדרוקן וועגן עסן און טרינקען אין גן־עדן זײַנען נאָר בדרך־מליצה, און אַז אין גן־עדן זײַנען די פֿאַרגעניגנס נאָר גײַסטיקע. בלויז דער העכערער גענוס פֿון דערקענטעניש האָט צו טאָן מיט דער געטלעכקייט, וועלכע די מענטשהייט אויף דער ערד קען עס בשום־אופֿן נישט באַנעמען. אין כּתובֿות (ע״ז) ווערט געבראַכט די אַגדה, אַז רבי יהושע בן־לווי איז אַרײַן אין גן־עדן לעבעדיקערהייט, אַזוי ווי ער גייט און שטייט. אויב איך מאַך נישט קיין טעות האָט אליהו־הנבֿיא געהאַט דעם זעלביקן זכות.
אַן אַנדער מדרש דערציילט, צווישן אַנדערע, די לעגענדע וועגן דעם באַרימטן גריכישן קעניג, אַלעקסאַנדער מוקדון — אַ מוטיקער קריגער, וועלכער האָט העלדיש באַזיגט פֿעלקער און לענדער, און פֿאַרשלונגען אַ גאַנצע וועלט. האָט ער זיך אַמאָל אַרויסגעלאָזט אויף אַ רײַזע אין אַ ווײַטער מדינה האַלטן מלחמה. מיט אַ מאָל איז ער צוגעקומען צו אַ געגנט צווישן הויכע בערג און טיפֿע טאָלן. פֿון איין טאָל האָט געשטראָמט אַ לעבעדיקער קוואַל וואַסער. ווען ער האָט זיך אַוועקגעזעצט עסן, האָט ער אַרויסגעצויגן פֿון זײַן רײַזעטאַש אַ הערינג און אים גענומען שווענקען אין וואַסער־קוואַל. איז געשען אַ וווּנדער. זײַן פֿיש איז פּלוצעם לעבעדיק געוואָרן און גענומען צאַפּלען אין זײַנע הענט.
"וואָס פֿאַר אַ וואַסער איז דאָס?" — איז דער קעניג געוואָרן פֿאַרחידושט. "נישט אַנדערש ווי ס׳ציט זיך פֿון גן־עדן טײַך און מאַכט פֿון טויט לעבעדיק."
האָט זיך אים פֿאַרגלוסט צו דערשלאָגן זיך צום גן־עדן. האָט ער זיך אַוועקגעלאָזט לענג־אויס דעם קוואַל אויפֿן וועג וואָס האָט געפֿירט צום געטלעכן גאָרטן. דאָ איז ער געבליבן שטיין פֿאַר די טויערן פֿון גן־עדן וואָס זײַנען געשטאַנען פֿעסט געשלאָסן און פֿאַרריגלט מיט אײַזערנע ריגלען.
"עפֿנט אויף די טויערן!" — האָט אַלעקסאַנדער גענומען קלאַפּן מיט ביידע הענט אין די טויערן.
"ווער איז דאָרטן?" — האָט אַ קול געפֿרעגט פֿון אינעווייניק.
"דאָס בין איך, אַלעקסאַנדער מוקדון!" — האָט דער קעניג געענטפֿערט — דער גרעסטער קעמפֿער וואָס די וועלט פֿאַרמאָגט. לאָזט מיך אַרײַן!"
האָט דאָס קול געענטפֿערט:
"דער טויער געהערט צו גאָט און נאָר די צדיקים קענען אַרײַנקומען דורך אים, אָבער נישט קיין גרויזאַמע בלוט־פֿאַרגיסער."
געזען אַז זײַן מי איז אומזיסט, האָט זיך אַלעקסאַנדער גענומען שטאַרק אײַנבעטן, מען זאָל אים כאָטש עפּעס געבן אויף אַ סימן אַז ער איז געשטאַנען בײַ די טויערן פֿון גן־עדן. דאָ האָט אַ געהיימע האַנט אים אַרויסגעוואָרפֿן אַ מענטשלעך אויג. האָט אַלעקסאַנדער געלאָזט רופֿן די גרעסטע חכמים פֿון לאַנד. ער האָט זיי געוויזן דאָס אויג און געפֿרעגט:
"וואָס באַטײַט דאָס אויג?"
האָבן זיי אים געזאָגט:
"לייג אַרויף דײַן גאַנץ פֿאַרמעגן, דײַן זילבער און גאָלד אויף איין זײַט פֿון וואָגשאָל און דאָס אויג אויף דער צווייטער זײַט." — האָט ער אַזוי געטאָן.
און דאָס אויג האָט אַלץ איבערגעווויגן. האָט זיך אַלעקסאַנדער נאָך מער פֿאַרוווּנדערט. וואָס קען דאָס באַטײַטן? האָבן אים די חכמים געזאָגט:
"איצט שיט אַרויף אויפֿן אויג אַ טראָפּעלע ערד." האָט ער אַזוי געטאָן.
מיט אַ מאָל האָט דאָס אויג אָנגעוווירן זײַן גאַנצע קראַפֿט. האָבן די חכמים אים דערקלערט:
"כּל־זמן דאָס אויג איז לעבעדיק וויל עס פֿאַרכאַפּן אַלץ און אַלעמען. וויפֿל דער מענטש זאָל נישט פֿאַרמאָגן, איז אים קיין מאָל נישט גענוג. אָבער ווי נאָר דאָס אויג ליגט זיבן אײַלן אין דר׳ערד דאַרף ער שוין גאָרנישט."
די אַגדות ברענגען אונדז הונדערטער אַזעלכע לעגענדעס און מעשׂיות מיט מוסר־השׂכּלען. אַלץ וואָס מיר דאַרפֿן טאָן איז אַרײַנקוקן אין זיי, ווען מיט אַ מאָל ווערן מיר אויך חכמים, נבֿונים, פֿילאָסאָפֿן, און הייבן ערשט אָן צו פֿאַרשטיין וואָס עס טוט זיך אויף דער וועלט. דער אמת איז, אַז יענע וועלט קען מען אַליין צושנײַדן צו אונדזער פֿאַנטאַזיע. אָבער די וועלט האָט נאָך קיינער נישט באַוויזן צו פֿאַרשטיין.