ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאַרגאַנגענער וואָך)

אַ נײַ יאָר און אַ נײַער סעמעסטער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. בײַ מיר אין די קלאַסן איז ייִדישלאַנד. ווי קען איך עס אײַך אויסטײַטשן? בײַ מיר אין די ייִדיש־קלאַסן פֿאַלט מען אַרײַן אין אַ ייִדישער מיקווה און מ׳טובֿלט זיך אין ייִדיש. חבֿרה פֿילן זיך אין דער היים, ווי זיי וואָלטן אַלע מאָל געלעבט צווישן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. ס׳רובֿ פֿון די סטודענטן זײַנען מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. די וועלטלעך־סעקולערע קענען נישט קיין ייִדישן אות און דאַרפֿן אָנהייבן בײַם אַלף. אין מיטעלן קלאַס האָב איך אַ סטודענט פֿון סערביע, נישט קיין ייִד דווקא; ער לערנט שוין מיט מיר דאָס צווייטער יאָר. פֿרעג איך אים:

"טײַערינקער. צו וואָס באַדאַרפֿסטו ייִדיש. נאָך אַלעמען..."

זאָגט ער מיר:

"איר פֿאַרשטייט! איך שטאַם אָפּ פֿון סערביע און מײַנע עלטערן האָבן געהאַלטן אין דער היים אַן אײַנגעפֿונדעוועטע סערבישע ביבליאָטעק מיט ביכער. אַ סך איבערזעצונגען צווישן זיי. האָב איך זיך אַמאָל גענומען גריבלען אין די איבערזעצונגען פֿון יצחק באַשעוויס־זינגערס מעשׂיות. מיר האָבן פֿאַרמאָגט צוואַנציק פֿון זײַנע איבערזעצונגען; מער ווי פּוילן, אויף פּויליש. בין איך געוואָרן פֿאַרכאַפּט. איך בין אַ גראַדויִר־סטודענט און אַרבעט אויף מײַן דאָקטאָראַט. לערן איך זיך ייִדיש צו קענען באַשעוויס־זינגערן לייענען אין אָריגינאַל, זען וואָס די איבערזעצונג האָט פֿאַרפֿעלט."

דרך־אַגבֿ, אויב די נײַע סטודענטן פֿאַרמאָגן נישט קיין ייִדישן נאָמען גיב איך זיי אַ ייִדישן נאָמען. דער סערבישער סטודענט הייסט פּעטער צווי־יאָוויץ. האָב איך אים געגעבן דעם נאָמען פּינחס אָנשטאָט פּעטער. נאָך אַ פּאָר חדשים אַרום קומט ער צו מיר און זאָגט:

"מײַן ייִדישער נאָמען איז נישט פּינחס, ס׳איז צבֿי."

וווּנדער איך זיך און פֿרעג:

"ווי קומט עס? פֿון וואַנען ווייסטו?"

דערציילט ער מיר אַזאַ מעשׂה:

"אַזוי ווי ער הייסט צווי־יאָוויץ, איז ער דערגאַנגען אַז זײַן נאָמען מוז זײַן צבֿי. און אפֿשר שטאַמט ער אַפֿילו אָפּ פֿון די שפּאַנישע ייִדן וואָס זײַנען אין צײַט פֿון גירוש געלאָפֿן קיין טערקײַ, גריכנלאַנד און יוגאָסלאַוויע. און די פֿאָדערשטע פֿאַמיליע־נעמען פּרעזערווירן זייער אָפּשטאַם."

גיי שטעל זיך מיט אים אַז ער וויל דווקא הייסן צבֿי און האָט אָפּגעזוכט אַ סיבה. ווי געזאָגט, אויסטערלישע זאַכן קומען פֿאָר אין מײַנע קלאַסן. די לעבנס־געשיכטעס, די דערפֿאַרונגען, די דערפֿאָלגן און דורכפֿאַלן. איך האָב דאָס אויער און אַ סך מאָל דערצייל איך איבער זייערע געשיכטעס אין מײַנע אַרטיקעלעך. און איצט לייענט ווײַטער:

גילנה קעלער

דאָס וואָס איך בין אויסגעוואַקסן אין אַ ייִדיש הויז, האָב איך זיך אויסגעלערנט אַ כאָפּטע ייִדישע ווערטער וואָס האָבן זיך באַזעצט אין מײַן קאָפּ. צווישן די ווערטער האָב איך געוווּסט, אַז זיי שטאַמען פֿון לשון־קודש־אַראַמעיִש אָדער פֿון גערמאַנישן עלעמענט וואָס איז אויך אַרײַן אין ענגליש.

בײַם פּסחדיקן סדר האָט מײַן פֿעטער געזונגען "אחד מי יודע" אויף ייִדיש, מיט אַן אַנדער ניגון. אָבער מײַן קענטשאַפֿט פֿון דער שפּראַך און געשיכטע זײַנען געבליבן הענגען אין דער לופֿטן. לעצטנס בין איך דערגאַנגען די וויכטיקייט פֿון קענען ייִדיש.

דעם זומער האָב איך אַרויסגעהאָלפֿן מיט דער אַרבעט אין "דזשוינט דיסטריביושן קאָמיטי" (Joint Distribution committee), וווּ איך האָב געאַרבעט אין דער פֿאָטאָגראַפֿיע־אַרכיוו־אָפּטיילונג. מען האָט מיר צוגעטיילט די אַרבעט פֿון רעדאַגירן און אַדורכקוקן זייערע פּוילישע פֿאָטאָגראַפֿיע־זאַמלונגען. אַ סך פֿון די שילדן און אונטערקעפּלעך פֿון די בילדער זײַנען געווען אויף ייִדיש.

פֿאַר מײַנע אויגן האָבן זיך געעפֿנט דורך די בילדער, גאַנצע שילדערונגען פֿון טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון פּוילישע ייִדן. איך האָב בײַגעוווינט זייער אייגענע שפּראַך און נישט סתּם אַן איבערבלײַבעכץ. מײַן ווילן צו לייענען זייערע רייד איז געווען באַגרענעצט פֿון קענען ייִדיש. זיכער קען איך לייענען אַן איבערגעזעצט בוך, נאָר באמת צו דערגיין די ניואַנסן פֿון זייער קאָרעספּאָנדענץ און ליטעראַטור, צו דעם האָב איך געדאַרפֿט קענען די שפּראַך. זײַן פֿליסיק אין ייִדיש וועט פֿאַרזיכערן דעם המשך און פּרעזערוואַציע פֿון אונדזערע פֿאַרגאַנגענע טראַדיציעס.

צבֿיה (דזשוליאַ) שטראַוס

אַז מ׳רעדט ייִדיש דרינגט מען אַרײַן אין דער ייִדישער געשיכטע. ס׳איז אַ קולטורעלע דערפֿאַרונג און אַן אופֿן פֿון פֿאַרשטענדיקן זיך. כאָטש דאָס וואָרט ייִדיש קען מען אָנווענדן צו גלאַט אַ שפּראַך, איז עס אָבער אָנגעלאָדן מיט גרעסערע באַטײַטן. ייִדיש אַנטהאַלט אַ באַטײַטיקע עטימאָלאָגיע, אַ נעץ פֿון אייראָפּעיִשע שפּראַכן, שוין אָפּגערעדט פֿון איר פֿונדאַמענט — לשון־קודש־אַראַמעיִש.

ייִדיש איז אויך אַ מיקראָקאָזם פֿון דערפֿאַרונגען. עס באַלײַכט די אַנטוויקלונג פֿון ייִדישן לעבן אין גלות. ייִדיש איז אַדורכגעזאַפּט מיט רבניש און רבייִש לשון. ווען מען לערנט זיך ייִדיש עפֿנט מען אַ פֿענצטער צו דער טאָטאַלער ייִדישער געשיכטע. עס דעקט אויף פֿאַקטן ווי ייִדן האָבן זיך אַן עצה געגעבן אין דער גאָרער וועלט דורך זייער גאַנג אין גלות.

קיילע קאַשאַן

צו וואָס דאַרפֿן מיר ייִדיש? ייִדיש האָט פֿאַראייניקט ייִדן אין דער גאָרער וועלט הונדערטער יאָרן נאָך אַנאַנד, אַפֿילו ווען זיי האָבן זיך באַנוצט מיט פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן. ייִדיש אַליין האָט געהאַט דעם כּוח צו פֿאַראייניקן אַ גאַליציאַנער ייִד מיט אַ ליטווישן, אַ ייִד פֿון פֿראַנקרײַך מיט אַ ייִד פֿון פּוילן. און כאָטש ייִדיש שפּילט נאָך אַלץ די זעלבע ראָלע, לעבן מיר אין אַ וועלט וווּ ייִדן אַסימילירן זיך גאָר שנעל און ווערן אַ טייל פֿונעם שמעלצטאָפּ פֿון דער מערבֿדיקער קולטור.

הײַנט נייטיקן מיר זיך מער אין ייִדיש ווי פֿריִער. די שפּראַך טראָגט מיט זיך אַ גאַנצע קולטור וואָס מיר מאַטערן זיך צו פּרעזערווירן. זי האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין דער ענגלישער שפּראַך מיט אַ "שמיר אויף אַ בייגל," מיט אַ וואָרט ווי "חוצפּה" און "נאַרישקייט" און אַ "מענטש." אַ סימן, אַז די באַגריפֿן פֿעלן אין דער ענגלישער שפּראַך.

לאה קאָלווין

די לעצטע אַכט יאָר האָב איך שטודירט לאַטײַן, אַ שפּראַך וואָס איז פֿאַראורטיילט געוואָרן צום טויט. ס׳איז אָבער אַ טעות, ווײַל לאַטײַן לעבט אין ענגליש, און קיינער האָט מיך נאָך אַלץ ביז אַהער נישט געפֿרעגט "פֿאַרוואָס לערנסטו זיך לאַטײַן?"

מיר איז דערווידער אַזאַ פֿראַגע. ווען עס האַנדלט זיך אין פֿאַרגרעסערן דעם שפּראַך־רעפּערטואַר, ווער דאַרף סיבות? ווער דאַרף אַן על־פּי שׂכל? קיין שום לאַטײַנישער פּראָפֿעסאָר האָט מיך נאָך נישט געפֿרעגט פֿאַרוואָס? דאָס זעלבע קען מען אָנווענדן צו ייִדיש. עס איז זייער לײַכט און זייער ייִדישלעך צו פֿרעגן אַזעלכע קשיות.

מײַן באָבעס רות בערגסאָן־עפּלערס משפּחה שטאַמט פֿון פּוילן — דער עיקר, לאָדזש און וויסאָקי־מאַזאָוויעצק. ווי אַשכּנזישע ייִדן האָבן זיי אַלע גערעדט ייִדיש; און כאָטש מײַן באָבע האָט אָנגעוווירן איר טאַטן, אַ חזן און אַ שנײַדער, און אויך איר מאַמען ווען זי איז נאָך געווען יונג, איז זי אַליין שוין געבוירן געוואָרן אין קליוולאַנד. זי זאָגט מיר אַלע מאָל, אַז ייִדיש איז די אויסדריקספֿולסטע שפּראַך אויף דער וועלט. אַלע מאָל מיטן "גיי געזונט און קום געזונט."

די באָבע מײַנע איז אַלע מאָל גרייט צו דערציילן וועגן איר פֿאַרגאַנגענעם לעבן. האָט זי אָבער ליבערשט צו רעדן וועגן דער איצטיקייט און מיט אַ בליק צו דער צוקונפֿט, אַ כאַראַקטער־שטריך וואָס איך רעספּעקטיר. מיט ייִדיש קען איך אָפּעטעמען פֿרײַער ווען ס׳האָט צו טאָן מיט ייִדישקייט.

ייִדיש אַנטהאַלט אין זיך טויזנט יאָר פֿון וויסן און אידענטיטעט. איז עס דאַכט זיך נאַריש צו פֿרעגן פֿאַרוואָס מיר לערנען זיך ייִדיש. אָבער די אונטערשטע שורה, איך לערן זיך ייִדיש ווײַל עס פֿילט מיך אָן מיט גרויס גליק.

קרײַנדל (קאַראַ) קלײַמאַן

איך האָב גרויסע דערוואַרטונגען דאָס יאָר נעמענדיק דעם קורס — ייִדיש. איך האָב יאָרן געבענקט צו לערנען זיך ייִדיש און איר קולטור, און דאָס יאָר טו איך עס. איך בין אויך זייער ענטוזיאַסטיש וואָס איך וועל סוף־כּל־סוף קענען די שפּראַך פֿון מײַנע עלטערן.

ערשטנס, די פֿונדאַמענטאַלע שפּראַך, די גראַמאַטיק און וואָקאַבולאַר; לידער און מעשׂיות. וואָס איז אַזוי שטאַרק אינטערעסאַנט אין דער ייִדישער געשיכטע און קולטור. מיט יעדן ליד און פּראָזע קומט אַ נײַע דאָזע פֿון דער ייִדישער ירושה.

ס׳איז זייער וויכטיק אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע שפּראַך. ייִדיש שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וועלט אין וועלכער מײַנע באָבעס און זיידעס האָבן געלעבט פֿאַרן חורבן, און דאָס טאָר מען נישט פֿאַרגעסן. דעריבער איז עס גאָר וויכטיק פֿאַר מיר אַרײַנצוכאַפּן אַלץ וועגן דער שפּראַך אינעם יאָר וואָס מיר איז פֿאַרבליבן אין אוניווערסיטעט.

שפּרינצע (רחל) באָלניק

ייִדיש איז אַן אייראָפּעיִשע שפּראַך און האָט זיך פֿאַרשפּרייט איבער אַ סך טיילן פֿון אייראָפּע. ייִדן האָבן אַנטוויקלט אַ לשון בכדי נישט צו מישן זיך מיט דער אַרומיקער וועלט. הײַנט צו טאָג רעדן די שפּראַך ס׳רובֿ ייִדן אין אולטראַ־אָרטאָדאָקסישע טיילן פֿון ניו־יאָרק און יענע וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט ס׳לשון אין דער היים, ווי אויך די חסידישע און ליטווישע ישיבֿות און זייערע קהילות. בײַ זיי איז ייִדיש שטאַרק אַפֿילו הײַנט. זיי נוצן די שפּראַך ווידער אַ מאָל זיך צו פֿאַרשליסן אין זייער אייגענער וועלט און איזאָלירן זיך פֿון דעם דרויסנדיקן אַרום, מיט אַ קאַטעגאָרישן אָפּזאָג פֿון אַסימילירן זיך.

זיי רעדן נישט קיין העברעיִש און האַלטן נישט פֿונעם ציוניזם. כאָטש הײַנט צו טאָג איז עס נישט אין גאַנצן אַזוי. הײַנט זײַנען פֿאַראַן אַ סך ערטער אין אַמעריקע אַרײַנגערעכנט באָראָ־פּאַרק, וויליאַמסבורג, קראַון־הײַטנס, אין ברוקלין; אין מאָנסי, קרית־יואל, ניו־סקווער; לייקוווּד, פּאַסעיק אין ניו־דזשוירזי, און אַ סך אַנדערע שטעטלעך און דערפֿלעך. פֿאַר זיי איז ייִדיש נישט נאָר אַ שפּראַך. עס שטעלט מיט זיך פֿאָר די געשיכטע פֿון אַנטקעגנשטעלן זיך דער אַסימילאַציע און דאָס שפּילט אַ גרויסע ראָלע אין זייער אָנהאַלט אין דער ייִדישער רעליגיע.