פּובליציסטיק

פֿאַר די אַלע וואָס הייבן נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ׳עסט די פּאָסנע זופּ, וועל איך עס אײַך פּרובירן מסביר צו זײַן. נעמט זיך אין זינען אַזאַ בילד: די מאַמע שטעלט צו אַ זופּקעלע. זי גיט אַ קוק — ס׳פֿעלט איר אויס פֿלייש, ס׳פֿעלן איר אויס הינער־פֿיסעלעך, און ס׳רעשט קלאַפּער־געצײַג אויף צו קאָכן אַ זופּקעלע. ברעכט זי זיך דעם קאָפּ, ביז עס פֿאַלט איר אײַן, מ׳וועט שוין מוזן מאַכן אַ פּאָסנע זופּ.

אַמאָל האָבן ייִדן נישט געקענט זיך פֿאַרגינען קיין קעלבערנע ביינער, מאַרך־ביינער, אָדער הינערשע פּיפּקעלעך, האָט מען אָבער פֿאָרט געלעכצט נאָך אַ זופּקעלע, האָט מען געמאַכט אַ ציבעלע־רײַשטל מיט אַ מערעלע, אַ קאַרטאָפֿעלע און אַ לעפֿעלע, פּוטער, אויב מ׳האָט אַזוינס פֿאַרמאָגט. הייסט עס, פֿאַרשטייט איר שוין וואָס פֿאַר אַ טעם די זופּ האָט געהאַט. פֿאַר אָרעמע־לײַט, טעם־גן־עדן, זייערע קינדער האָבן זיך סײַ ווי באַלעקט. האָט מען גערופֿן אַזאַ זופּקעלע אַ פּאָסנע זופּ. ווען איז דאָס גערעדט געוואָרן? ווען ייִדן זײַנען געווען גאָלע און נישט געהאַט קיין גראָשן בײַ דער נשמה.

הײַנט, אַז מיר האָבן זיך אַרויפֿגעאַרבעט אין דעם רײַכן אַמעריקע, און לײַדן שוין נישט מער פֿון קיין דחקות און נויט; לײַדט מען אָבער יאָ פֿון אַ פּאָסנער ייִדישקייט, אויב מ׳ווענדט אָן דעם געדאַנק פֿון דער פּאָסנער זופּ צום הײַנטיקן דור יונגוואַרג וואָס באָדט זיך אין שוווילטאָג. זייערע עלטערן פּרעגלען זיך אויף דער זון אין די באַהאַמאַס, זייערע באָבעס און זיידעס שפּילן גאָלף, מאַזשאַנג און טעניס. זיי זײַנען אײַנגייער, אין די קאַסינאָס אין אַטלאַנטיק־סיטי און לאַס־וועגאַס, און אין די "ספּאַס." אַוווּ אַן אוטשעכעלע, האָט מען זיך אַזויערנאָך דאָראָבעט צו דורות פֿון פּאָסנע ייִדעלעך.

לאָמיר אָנכאַפּן, למשל, אַזעלכע זאַכן ווי די ייִדישע קולטור, וועגן זייער ייִדיש וויסן, זייער באַקאַנטשאַפֿט מיט אונדזערע גאונים, שרײַבער, קינסטלער, מוזיקער און דער עיקר — זייערע אייגענע ייִדישע שפּראַכן. וואָס אַן אמת פֿעלט זיי נישט פֿון קיין פֿויגלמילך. זייערע קינדער באָדן זיך אין די מעכאַנישע און טעכנאָלאָגישע מאַכערײַקעס, און ווערן אַלץ פּאָסנער און פּאָסנער פֿון טאָג צו טאָג, אָפּגעשטאַנענער און דזשיקע, און דאָס קען מען אויך אָנווענדן לגבי דער אַלגעמיינער באַקאַנטשאַפֿט מיט וועלט־ליטעראַטור, פּאָעזיע, קלאַסישער מוזיק און קונסט.

און ווען מ׳כאַפּט זיך וואָס דאָ קומט פֿאָר, ווערט קאַלעמוטנע אויפֿן האַרצן, און ס׳נעמט אָן אַ רחמנות אויף די הײַנטיקע יונגע דורות. מיר ייִדן האָבן ערשט נישט לאַנג אַדורכגעמאַכט אַזאַ קאַטאַסטראָפֿע, אַזאַ חרובֿע געשיכטע, אַזאַ טראַגיש לעבנסגאַנג ווי אַ פֿאָלק, און דאָ — "טאַבולאַ ראַסאַ," אַ ליידיקער דנאָ. עס פֿעלט זיי ייִדישע אינטעליגענץ.

נעמט, למשל, די הײַנטיקע אייניקלעך מיט זייער "אײַ־פֿאָון," און "אײַ־פּאָד," "פֿייס־בוק," "נוק," צי שנוק, צעלולאַרע טעלעפֿאָנדלעך. דער רוח ווייסט וויפֿל פֿון די טשאַטשקעס זיי פֿאַרמאָגן. זײַנען זיי דאָך פֿאַרנומען טאָג און נאַכט. איז פֿון וואַנען זאָלן זיי וויסן אַז מיר ייִדן האָבן אַ לאַנגע געשיכטע אונטער זיך, און פֿאַרמאָגן אייגענע ייִדישע שפּראַכן, מוזיק און לידער, ווען די חבֿרה איז צוגעטשעפּעט צו די פּלאַסטישע שטריקעלעך, וואָס ציִען זיך ביז די אויער־מושלען. דאָרט הערן זיי מוזיק און ווייסן צו מאָל נישט, אַז אין דרויסן רעגנט, צי ס׳גייט אַ שניי; אַז מענטשן גייען אין גאַס, און די פֿאַרקער־ליכט בײַט זיך פֿון גרין אויף רויט און פֿאַרקערט. זיי זײַנען צוגעטשעפּעט צו אַ קוויטשערקע וואָס מ׳פֿאַרשטייט נישט פֿון איר זינגען קיין איין מענטשלעך וואָרט.

פֿון וואַנען זאָל די חבֿרה אַמעריקאַנער אייניקלעך וויסן, אַז אַ גאַנצן טאָג פֿליִען די פֿינגער זייערע איבער די קלאַווישן פֿון מעכאַנישע מאַכערײַקעס, עד־כּדי־כּך, אַז איין בחורטע האָט זיך אַזוי פֿאַרטיפֿט אין איר "אײַ־אײַ־אײַ־פֿאָון" בעת זי האָט מאַרשירט איבער אַ "שאַפּינג־סענטער," ביז זי איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ פֿאָנטאַן מיט וואַסער. די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען דווקא אין פֿלאָרידע. הײַנט, שטעלט אײַך פֿאָר, די זעלבע בחורטע קלאָגט אָן אין געריכט דעם גאַנצן "שאַפּינג־סענטער," בראָש מיט די בעלי־בתּים פֿונעם פֿאָנטאַן. זי באַגרײַפֿט צו מאָל נישט, אַז זי איז אַ פּוסטע כּלי. פֿאַרשטייט זיך, אַז די אַדוואָקאַטן האָבן זי אַרומגערינגלט ווי די פֿליגן אַרום אַ לאָמפּ, און זי וועט נאָך פֿאַרדינען דערבײַ אַ פּותּיקא.

זיכער פֿאַרנעמען זיך מײַנע אייניקלעך מיט די מעכאַנישע טשאַטשקעס. זיי זײַנען אָנגעשטאָפּט מיט די מאַשינקעלעך. האָב איך בעת מײַן לעצטן באַזוך אין פֿלאָרידע זיך ממש נישט געקענט צוקוקן ווי מ׳איז אַרײַנגעטאָן אין די שמײַ־דרײַקעלעך טאָג און נאַכט, ווי מ׳קען זיך גאָרנישט אָפּרײַסן פֿון די מעכאַנישע שפּילצײַגן, ווי זיי וואָלטן ממש געווען צוגעטשעפּעט צו "אַלאַדינס כּישוף־לעמפּעלע." איין רײַב און ס׳שפּרינגט אַרויס "דעם כעלעמער חזנס אינדיק" און דאָס כּישוף־לעמפּעלע פֿרעגט:

"וואָס האָט זיך דיר הײַנט פֿאַרגלוסט מײַן מײַסטער? אפֿשר וויל דער חכם־בלילה שפּילן אין קעסטעלעך, זען אַ פֿילם, ,פֿירן מלחמה מיט אַ שׂונא, לייענען די נײַעסן, אויסגעפֿינען וווּ עס געפֿינט זיך די נאָענטסטע פּיצעריִאַ, ווי ווײַט איז פֿון באָסטאָן קיין דענווער, שפּילן גאָלף אָדער שפּילן עמעצן אויף די נערוון?"

געזען, אַז די מאַשינקעלעך גרײַפֿן אָן אַ מוח ווי די היישעריקעס, האָב איך גענומען פֿאַרקערעווען דעם אָנפֿאַל, נעמענדיק מײַן אייניקל אַלעקסאַנדער־חיימען, און אים געפֿרעגט ווער ס׳איז זײַן באַליבטסטער פּאָעט. האָט ער מיר צו וויסן געטאָן אַז ס׳איז עדגאַר אַלען פּאָו. האָב איך אים געבעטן ער זאָל מיטקומען מיט מיר אין ביכער־געשעפֿט פֿון "באַרנס און נאָבל," וווּ איך האָב אים פֿאַרזאָרגט מיטן פּאָעט עדגאַר אַלען פּאָוס פּאָעזיע. נאָך דער עקסקורסיע האָב איך אים גענומען אַהיים צו זיך, און פֿאָרגעלייגט מיר זאָלן פֿאַרגלײַכן זײַן פּאָעזיע מיט מײַן באַליבטסטן פּאָעט און זען ווער ס׳טויג זיך אויס אויפֿן געביט פֿון פּאָעזיע.

האָט מען זיך באַקוועם געמאַכט אויף דער סאָפֿקע און גענומען פֿאָרלייענען עדגאַר אַלען פּאָו פֿון זײַנע "פּאָעטישע ווערק," און איך האָב גענומען פֿאָרלייענען די ענגלישע איבערזעצונג פֿון איציק מאַנגערס לידער, און געפֿרעגט צי ער וויל הערן איציק מאַנגערס אַ ליד אין אָריגינאַל, אויף ייִדיש, הייסט עס. זײַנען מיר אַזוי אָפּגעזעסן שעהען־לאַנג און זיך מהנה געווען מיט אונדזערע פּאָעטן. אַלעקס־חיים איז געוואָרן אין פֿערבואַר פֿופֿצן יאָר אַלט.

איך האָב אים דערציילט פֿון דער פּאָסנער זופּ, און אַז זײַן דור וואַקסט אויף און שמעקט מיט פּאָסנער זופּ. און ער האָט פֿאַרשטאַנען. אָבער ער האָט זיך געקלאָגט, אַז די לערער אין גימנאַזיע האַלטן אין איין צוגרייטן זיי צו עקזאַמענס, און ס׳בלײַבט נישט קיין צײַט צו קיין פּאָעזיע אָדער שיינער ליטעראַטור. פֿרעג איך אים צי די לערער קען מען אויך פֿאַרגלײַכן צו פּאָסנער זופּ? האָט ער זיך צעלאַכט און געענטפֿערט, אַז ער האָט רחמנות אויף זײַנע לערער. זיי האָרעווען, אָבער ס׳קומט קוים עפּעס אַרויס דערפֿון.

איך האָב זיך געטיילט מיט אים מיטן געדאַנק, אַז מען דאַרף בכלל אָפּשאַפֿן די אַמעריקאַנער גימנאַזיעס (High-schools). די חבֿרה "טיניידזשערס" (יונגע חבֿרה) אַנשטאָט צו גיין אין גימנאַזיע און דאָרט פֿאַרטאַכלעווען זייער צײַט, זאָלן זיי זיך בעסער אָפּגעבן מיט באַאַרבעטן די ערד: פֿעלדאַרבעט ערגעץ אויף אַ פֿאַרם, לערנען זיך מעלקן קי, אײַנזייען אוגערקעס און קאַרטאָפֿל, רייניקן די שטאַלן מיט די קורניקעס, אַרויסהעלפֿן קראַנקע אין שפּיטאָל אָדער אין אַ היים פֿאַר עלטערע מענטשן, טאָן וואָלונטיר־אַרבעט אין ביבליאָטעקן, אין טעאַטער, אויף אַ שיף, טעלעוויזיע, רעדאַקציעס, — מיט איין וואָרט, זיי דאַרפֿן פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון אַרבעט און פֿאַראַנטוואָטלעכקייט, און אויפֿהערן צו זײַן פּאַראַזיטן.

ערשט נאָך דרײַ יאָר דינסט, קענען די חבֿרה אָנהייבן גיין אין אַ דזשוניאָר־קאַלעדזש און נעמען זיך ערנסט צו די קורסן. מיידלעך זאָלן זיך קליידן ווי עס פּאַסט פֿאַר ערנסטע סטודענטקעס, די ייִנגלעך דאַרפֿן אויפֿהייבן זייערע הויזן איידער זיי פֿאַלן אַראָפּ לגמרי.

וווּ זשע האַלטן מיר? אָט גייען ייִדן צו אַ בת־מיצווה אין שיל. דאָס מיידעלע טראָגט אַ טליתל, אויפֿן קאָפּ אַ יאַרמלקע, און ווען ס׳האַנדלט זיך אין געשעפֿט וועגן דעם קליידל, וויל דאָס מיידעלע זײַד מיט בלימעלעך, אָדער סאַטין מיט פֿייגעלעך. ווען עס קומט צום פּרײַז, איז עס נישט קיין מניעה, דער עיקר, דאָס מיידעלע גייט פּראַווען איר בת־מיצווה. אין דער אמתן איז עס גאָר אַ פּאָסנע בת־מיצווה. די גאַנצע בת־מיצווה, איז נישט מער ווי אַ "פּאַרטי," און אַ שׂימחה, אָבער דאָס מיידעלע הייבט נישט אָן צו וויסן וווּ זי פּאַסט דאָ אַרײַן. אירע חבֿרטעס האָבן געפּראַוועט, וויל זי אויך פּראַווען.

ליבע פֿרײַנד. דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט נאָך קיין מאָל אין דער ייִדישער געשיכטע נישט געפּראַוועט אַזאַ לוקסוס־לעבן ווי אין דעם אַמעריקע. אָבער מיר צאָלן אַ טײַערן פּרײַז דערפֿאַר מיט אונדזערע קינדער און אייניקלעך. וואָס פּאָסנער זייער לעבן — אַלץ פּאָסנער ווערט זייער ייִדישער אָפּשטאַם. מײַן מאַמעס פּאָסנע זופּקעלע האָט געהאַט טויזנט טעמען; די פֿרעסאַרניע בײַ ייִדישע חתונות און בר־מיצוות — זעטיקט נישט.