פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָט קום איך אײַך צו דערציילן אַ געשיכטע, אין ניכטערן לשון וועגן ממשותדיקע פֿאַרברעכנס אַנטקעגן דער ייִדישער שפּראַך. עס רעדט זיך דאָ וועגן ייִדישע פּראָפֿעסאָרן וואָס האָבן זיך שוין צענדליקער יאָרן אַרײַנגעזאָטלט אין די פּראָפֿעסיעס פֿון ייִדיש־לערערײַ, נעמלעך ייִדישער ליטעראַטור, לינגוויסטיק, ייִדישער געשיכטע. און דאָס אין די אָנגעזעענסטע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט און דורך די צענדליקער יאָרן, אָן אָפּשטעל זײַנען זיי באַגאַנגען סכּנות־נפֿשותדיקע טאַטן אַנטקעגן דער ייִדישער שפּראַך און די סטודענטן. די פּראָפֿעסאָרן מיט חזקה אויף זייערע שטעלעס, אויף וועלכע ס׳איז געפֿאַלן דער חובֿ צו דערציִען דורות ייִדיש־קענער, ליטעראַטור־קריטיקער, געשיכטע־פֿאָרשער. האָט מען אָבער אין דער אמתן דערצויגן עם־הארצים. וואָס גרעסער דער עם־האָרץ אַלץ אַ גרעסערע געלעגנהייט צו באַקומען אַ דאָקטאָראַט. דער עיקר, ווען מען איז אַ בחור און נישט קיין מיידל. אָבער ס׳איז פֿאַראַן דערין אַ גרעסערער פֿאַרברעכן. ווען דער פּראָפֿעסאָר גלייבט נישט אין דער פּראָפֿעסיע מיט וועלכער ער פֿאַרנעמט זיך, נאָר טוט עס צוליב פּרנסה, אָט דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. ווער לײַדט? די ייִדישע שפּראַך און די אַשכּנזישע קולטור אונדזערע.

איך בין, חס־ושלום, נישט אויסן צו צעשטערן און חרובֿ מאַכן אַ חשובֿה ייִדישע פּאָזיציע; און כאָטש ער האַלט זײַנע ייִדישע ליטעראַטור־קלאַסן אויסשליסלעך אויף ענגליש, איז מסתּמא אַזוי אײַנגעפֿירט. דערין האַלט די גאַנצע וועלט; אַז ער איז דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. כאָטש איך בין נישט באַקאַנט מיט זײַנע ווערק אויפֿן געביט פֿון ייִדיש, אויף ייִדיש, איז משה — זוך מיך און יוקל — געפֿינען מיך. ס׳הייסט, אַ ייִדיש ווערק זײַנס אונטער זײַן חתימה. אין צײַט פֿון מײַן סטודענטישער קאַריערע האָט מיך דער פֿויגל צוגערופֿן און מיט אַ פֿאַרשוויצטער נאָז גענומען מיט מיר אײַנטענהן.

"הער זיך צו! צו וואָס טויג דיר די גאַנצע טירחה פֿון ווײַטער אָנגיין מיט דײַנע ייִדישע שטודיעס אין קאָלומביע? די זאַך איז נישט פֿאַר דיר. דו ביסט שוין 45 יאָר אַלט, צו אַלט פֿאַר אַזעלכע זאַכן. קיין שטעלע וועסטו אין קיין שום אוניווערסיטעט ממילא נישט באַקומען, ווײַל שטעלעס ווערן אָנגעבאָטן עפּעס ייִנגערס פֿון דיר. און בכלל, ווען עס וועט קומען צו דאָקטאָראַט, וועל איך דיר פּערזענלעך צערײַסן, צעפֿליקן און מאַכן פֿון דיר קרעפּל־פֿלייש. איך אַליין וועל זײַן אויף דער קאָמיסיע און גלייב מיר, גלאַטיק וועט עס דיר נישט אַדורכגיין."

ערשטנס, האָב איך זיך דערשראָקן פֿאַר זײַנען רייד. נאָך אַלעמען, ער איז אַ גרויסער מומחה אין ייִדישער ליטעראַטור. איך אַליין בין אָפּגעזעסן אין אַלע זײַנע קלאַסן און באַקומען די העכסטע אויסצייכענונגען. וואָס ווייס איך. צווייטנס, בין איך אפֿשר טאַקע צו אַלט, כאָטש ער איז אין מײַן עלטער און רופֿט מיך אַלט. ס׳האָט זיך מיר אַלע מאָל אויסגעדאַכט, אַז ער האָט אַ ביטולדיקע באַציִונג צו ייִדיש, און במילא צו זיך, וואָס ער דאַרף נעבעך פֿאַרנעמען זיך מיט אַזאַ שיפֿלותדיקער פּראָפֿעסיע ווי לערנען ייִדישע ליטעראַטור.

אַז איך קוק אויף צוריק, האָב איך באַמערקט אַ גרויסן חילוק צווישן מיר און די אַנדערע גראַדויִר־סטודענטן אין קלאַס. ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען אַלע מאָל געזעסן ווי די טשוטשעלעך, און געציילט די פֿליגן אויף דער וואַנט, בעת איך האָב געהאַלטן אין איין שטעלן קשיות. ווען ער האָט געזאָגט, למשל, אַז מיר ייִדן פֿאַרמאָגן בכלל נישט קיין ייִדישע ליטעראַטור־קריטיקער וואָס איז ווערט זיי צו דערמאָנען, האָב איך פּראָטעסטירט און געברענגט אים אַ רשימה פֿון אַ טוץ ייִדישע קריטיקער וואָס האָבן זיך נישט נאָר אויסגעצייכנט אין ייִדישער ליטעראַטור־קריטיק, נאָר זײַנען אַליין געווען גרויסע ליטעראַטור־מבֿינים. האָט ער שמואל ניגערן משלח געווען מיט אַ "גאָרנישט ווערט!" און די רעשט האָבן זיך נישט פֿאַרדינט דערמאָנט צו ווערן. צווישן זײַנע באַליבטסטע ליטעראַטור־קריטיקער איז געווען "דזשיימס דזשויס." בײַ יעדער צווייטער געלעגנהייט האָט ער דערמאָנט דזשיימס דזשויסן, ווי ער וואָלט געווען דער גרעסטער אָפּשאַצער פֿון ייִדישער ליטעראַטור. דאָס האָט מיר געקיצלט אין דער נאָז און געצופּט ערגעץ אונטערן לעפֿעלע.

האָב איך זיך אָפּגערופֿן און געפֿרעגט:

"זײַט מוחל פּראָפֿעסאָר! בײַ ייִדן איז דאָ אַ ווערטל: 'ער האָט נישט געמאַכט דאָס היטל לויט דער מאָס פֿונעם קינדס קעפּל, נאָר ער האָט דעם קינדס קעפּל צוגעשניטן לויט דער מאָס פֿונעם היטל.’ פֿון ווען אָן מעסט מען ייִדישע ליטעראַטור מיט גוייִשע מאָסן?" איז דער גנעדיקער פּראָפֿעסאָר אַרײַן אין אַ שטילן כּעס, וואָס האָט געדויערט ביזן סוף פֿונעם סעמעסטער. איך בין שוין געווען אויף זײַן שוואַרצער ליסטע, און פֿאַר אַ סטודענט איז עס נישט געווען קיין גינסטיקע זאַך; דער עיקר, ווען דער סטודענט האָט פֿאַרענדיקט אַלע קורסן און בדעה געהאַט צוצוקומען צום דאָקטאָראַט.

ווען דער זעלבער פּראָפֿעסאָר האָט אַרויסגעגעבן אַן אויפֿגאַבע צו שרײַבן וועגן אַ ייִדישן שרײַבער, האָט זיך מיר דווקא פֿאַרגלוסט צו פֿאָרשן און שרײַבן וועגן משה נאַדיר. איז צווישן אונדז אַדורכגעלאָפֿן אַ שוואַרצע קאַץ. ער האָט געטענהט, אַז נאַדיר איז בכלל נישט קיין שרײַבער, אַפֿילו נישט איינער וואָס איז ווערט אַפֿילו צו דערמאָנען. ער האָט נישט געשריבן קיין איין ווערטפֿול ווערק. ער איז אַ פֿאַרלוסט פֿון צײַט און קען זיך נישט פֿאַררעכענען ווי אַ פּאָזיטיווער אײַנפֿלוס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. האָט ער אָבער אָנגעטראָפֿן אויף ציפּקע־פֿײַער. האָב איך זיך אײַנגעשפּאַרט און געטראַכט, זאָל עס מיך קאָסטן דעם דאָקטאָראַט, איך וועל שרײַבן און פֿאָרשן משה נאַדירן. עס האָט מיר גענומען אַ פּאָר חדשים צײַט ביז איך האָב אים צוגעשטעלט די אַרבעט ווײַל אַמעריקע איז נישט געווען זײַן וווינאָרט. האָט ער מיר נישט געוואָלט געבן קיין צייכן ווי אַ פּראָטעסט. נאַכער האָט ער זיך אַרומגעקוקט, אַז ס׳טויג נישט. האָט ער צוגעשיקט אַ גוטן צייכן אָן קאָמענטאַרן. קאָמענטירט האָט ער ווי געזאָגט אַ סך שפּעטער, ווען ס׳איז געקומען צום דאָקטאָראַט. נישט האָבנדיק קיין ברירה האָב איך נאָכגעגעבן. באַשלאָסן נאָכצוגיין זײַן אָקסנשריט און שרײַבן אויף זײַנע באַליבטע טעמעס, וואָס אַלע זײַנע סטודענטן אין די דרײַ צענדליק יאָר פֿלעגן שרײַבן. שרײַבן און שווײַגן. בײַ אים אין קלאַס איז נישט אָנגענומען געווען צו רעדן, צו פֿרעגן אָדער דיסקוטירן.

הײַנט דערוויס איך זיך, אַז אין פֿילאַדעלפֿיע געפֿינט זיך אַ פֿרוי וואָס איז אַדורכגעגאַנגען אַלע זײַנע קלאַסן און ער האָט זי משלח געווען צוליב איר עלטער; זי געסטראַשעט, אַז ער וועט זי חרובֿ מאַכן בײַ דער פֿאַרטיידיקונג פֿון איר דאָקטאָראַט. זי איז אַוועק מיט טרערן אין די אויגן און באַקומען נישט איינעם, נאָר גאַנצע צוויי דאָקטאָראַטן פֿון אַנדערע אוניווערסיטעטן. אין קאַליפֿאָרניע געפֿינט זיך אַ גוט־באַקאַנטע פּראָפֿעסאָרשע פֿון ייִדיש וועמען ער האָט פֿאַרטריבן. זי האָט נישט נאָר אַ דאָקטאָראַט, נאָר האָט אָנגעשריבן אַ שלל מיט ביכער וועגן ייִדישער ליטעראַטור. הײַנט געפֿינט זיך אַ טײַערע בחורטע וואָס לערנט זיך שוין בײַ אים יאָרן־לאַנג. זי איז אויך געבענטשט מיט מיטעלע יאָרן. האָט ער זי אַרײַנגערופֿן און דערלאַנגט מײַן פּאָרציע:

"וועסט בײַ מיר קיין דאָקטאָראַט נישט באַקומען. איך וועל דיך צערײַסן, צעפֿליקן און מאַכן פֿון דיר קרעפּל־פֿלייש. ביסט צו אַלט."

יענע האָט זיך אויסגעוויינט און אַוועק אַ באַליידיקטע און דערשיטערטע. ערשט מיט אַ פּאָר חדשים צוריק קומט אַרײַן אין ביוראָ מײַנע אַ סטודענטקע, דווקא אַ יונגינקע, אַ בעל־מוחטע אויף אַלע ייִדישע קינדער געזאָגט, האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש, אויסצוקושן אַ יעדעס פֿינגערל. וואָס איז די מעשׂה? דערציילט זי. דער זעלבער פּראָפֿעסאָר האָט זי אָפּגערעדט פֿון בלײַבן אין דער ייִדישער אָפּטיילונג, ווײַל מיט ייִדיש דערגייט מען נישט ווײַט, ייִדיש איז אַ טויטע זאַך. גיי בעסער, ראַט ער איר, אין וועלכער אָפּטיילונג דו ווילסט, אָבער נישט דער ייִדישער, וועסטו זײַן פֿאַרזאָרגט סײַ מיט אַ דאָקטאָראַט און סײַ מיט פּרנסה. יענע האָט זיך פֿון אים אויסגעלאַכט און ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט אירע ייִדישע שטודיעס.

זיץ איך אַזוי און טראַכט. וויפֿל שענדער קען דאָס ייִדישע לשון פֿאַרנעמען? ווײַל דער פּראָפֿעסאָר וואָס איז אָנגעזאַפּט מיט שׂינאת־ייִדיש און מאַכט, איז נישט דער איינציקער. אונטער אים איז געשטאַנען און שטייט נאָך עד־היום אַ קאַדרע פֿאַרטיליקער וואָס האָבן שוין אָנגעמאַכט אַ וועלט מיט שאָדן דער ייִדישער שפּראַך אין די לעצטע דרײַ צענדליק יאָר. איז פֿון איין זײַט פֿרייט מען זיך מיט יעדן קרישקעלע וואָס מ׳וואַרפֿט אונדז צו און פֿון דער צווייטער צעלייגט מען, צעפֿליקט מען און מ׳מאַכט חרובֿ. און אַז דאָס איז נישט גענוג, דערציילן מיר מײַנע סטודענטן, אַז די לערער פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע, פֿון ייִדישער ליטעראַטור אויף ענגליש, אַלע אַחינו־בני־ישׂראל, דערקלערן בכל־עם־ועדה, אַז ייִדיש איז שוין לאַנג טויט און מ׳דאַרף אָנווענדן דערויף די טויט־מכשירים אויף צו מעסטן זייער פֿאַרגאַנגענהייט. נישט לײַכט הײַנט צו טאָג אויפֿצוכאָווען קאַדרעס פֿון ייִדיש־קענער ווײַל יעדער וואָס האָט אַ האַנט און אַ פֿוס און זיצט אויף אַ בכּבֿודיקער שטעלע און היט דאָס בענקל, אָדער ער פֿילט זיך באַדראָט, אָדער ער שפּילט אויס אַלע זײַנע פֿאַרבאָרגענע געפֿילן אַנטקעגן ייִדיש. אינטערעסאַנט, אַ פּאָר יאָר נאָך אַנאַנד האָב איך געהאַט אַ סטודענט אין קלאַס וואָס האָט יאָרן־לאַנג געלעבט אין ישׂראל, געדינט אין צה״ל (מיליטער) און געכאָוועט זיך אויף העברעיִש. ער האָט זיך שטאַרק פֿאַרליבט אין ייִדיש אָבער בײַ יעדן שמועס, בײַ יעדער קלאַס־אַרבעט, בײַ יעדער געלעגנהייט נישט פֿאַרגעסן צו דערמאָנען — אַז אַלץ איז גוט און ווויל, אָבער לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אונדזער הייליקע שפּראַך. און וויפֿל איך האָב אים נישט אויסגערעדט אַז דאָ האַנדלט זיך נישט אין קיין קאָנקורענץ, אַז ביידע זײַנען ייִדישע שפּראַכן, איז עס געווען אַרויסגעוואָרפֿענע רייד. ער האָט זײַן ליבע צו ייִדיש באַהאַלטן טיף אין האַרצן און געגרויסט זיך מיט עבֿרית. אַ מזל וואָס דער סטודענט איז אַ רוח־טובֿ, פֿאַרמאָגט נישט קיין ברעקל שׂינאת־ישׂראל אָדער כּעס צו דער ייִדישער שפּראַך. מיט דער צײַט וועט ער פֿאַרשטיין, אַז מ׳קען ליב האָבן ביידע גלײַך, און איינע דאַרף נישט לאַוו־דווקא לײַדן אויפֿן חשבון פֿון דער אַנדערער. האָבן מיר טאַקע אַ ווערטל וואָס זאָגט: "היט מיך גאָט פֿון אייגענע, מיט די שׂונאים וועל איך זיך שוין אַליין ספּראַווען," און אויב ייִדיש געפֿינט זיך נאָך אַלץ אויפֿן שלאַכט־פֿעלד, אַרומגערינגלט פֿון אייגענע און פֿרעמדע שׂונאים, איז געקומען די העכסטע צײַט צו באַנוצן זיך מיט דער ערשטער הילף. מיט כּמעט צוויי צענדליק יאָר צוריק, ווען דער פֿאָרזיצער פֿון דער ייִדישער פּראָגראַם, ד"ר רחמיאל פּעלץ האָט באַקומען אַ יאָר פֿרײַ, אויף צו פֿאָרשן און שרײַבן, האָב איך איבערגענומען זײַנע אַלע דרײַ קלאַסן. אַגבֿ, רחמיאל פּעלץ פֿאַרמאָגט אַן איידעלע נשמה, געווען אַ מענטש און אַן ערשטקלאַסיקער לערער. ווען איך בין צום ערשטן מאָל אַרײַן אין אַוואַנסירטן קלאַס און גענומען מיט זיי קנעלן חיים גראַדען, איז אויפֿגעשטאַנען אַ בחור פֿון דענעמאַרק און בקול־רם אויסגערופֿן:

"איך וויל נישט הערן דאָס וואָרט גאָט אין קלאַס!"

פֿאַר מיר איז דאָס געווען אַ שאָק. ווי לערנט מען חיים גראַדעס ווערק, אַ ריזיקער ייִדישער שרײַבער, וועלכער איז אויסגעווייקט אין ייִדישן תּחום. אָט דער בחור, וואָס האָט געהינקט אויף זײַן ייִדיש האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿון אונדזער פּראָפֿעסאָר. פֿאַר וואָס? ווײַל דערמיט האָט ער געמיינט צו פֿאַרניכטן דאָס ייִדישע לשון. דער בחור האָט גאָרנישט געקענט און דערצו געווען אַן אמתער עם־האָרץ. אַ צווייטע בחורטע איז דעמאָלט אויפֿגעשטאַנען און געשריגן:

"און איך וויל נישט מער הערן דאָס וואָרט חורבן (Holocaust) אין קלאַס. איך האָב גענוג דערפֿון." אפֿשר וואָלט זי אויך געווען קוואַליפֿיצירט אויף אַ דאָקטאָראַט. נאָר יענער פּראָפֿעסאָר האָט פֿײַנט געהאַט דעם ווײַבערשן מין. פֿון צײַט צו צײַט זע איך אין צײַטונג, אַז ביידע לערנען ייִדיש ערגעץ אין לאַנד.

איר ווילט לאַכן. איך זיץ אויף אונדזערע זיצונגען צוזאַמען מיט מײַן שׂונא, דעם פּראָפֿעסאָר וואָס גלעט זיך דאָס בײַכל. קיינער איז נאָך נישט געווען אין זאַל. דריי איך זיך אויס צו אים און מאַך:

"פּראָפֿעסאָר! איך לערן שוין דאָ אין קאָלומביע כּמעט צוואַנציק יאָר. איר געדענקט ווי איר האָט מיר אָנגעזאָגט די בשׂורה אַז איר וועט מיר פּערזענלעך צערײַסן און צעפֿליקן ווען עס וועט קומען צום דאָקטאָראַט?"

"איך האָב דיר אַזוי געזאָגט?, איך?"

"נישט נאָר דאָס. נאָר איר האָט מיך געוואָרנט, אַז ווען עס וועט קומען צו אַ שטעלע אין אַן אוניווערסיטעט אין גאַנצן לאַנד וועט מען מיך נישט צונעמען, נאָר די יונגע דאָקטאָראַנטקעס."

"דער אמת איז אַז ס׳איז שווער צו באַקומען אַ שטעלע אין דער אַקאַדעמיע," האָט ער זיך אויסגעדרייט צו דער וואַנט. "מײַן זון זוכט שוין אַ שטעלע אַ גאַנץ יאָר און קען נישט באַקומען. און ער האַנדלט נישט מיט ייִדיש, נאָר מיט קונסט."

אַלץ וואָס איז מיר געקומען אויפֿן זינען יענעם מאָמענט איז געווען, אַז איך בין אים נישט מקנא. ער איז אַ קליין מענטשעלע, אָנגעפּיקעוועט מיט האַס צו דער וועלט און, דער עיקר, צו פֿרויען. וואָס איך בין אויסן צו זאָגן איז, אַז מיר לײַדן איובֿס יסורים ווען ס׳קומט צו ייִדיש. די אַקאַדעמיע איז נישט בכּוח אָפּצושאַצן די טיפּן פּראָפֿעסאָרן וואָס דאַרפֿן אונדז דערלאַנגען ייִדיש וויסן אַנשטאָט אַן אָרט וווּ זיי קענען זיך אָפּרעכענען מיט זייערע ייִדיש־רעדנדיקע מאַמעס וועלכע זיי האָבן פֿײַנט געהאַט.