פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

און כאָטש איך בין קיין מאָל אין לעבן נישט געווען אין קיין שום ייִדישן שטעטל, קיין מאָל אין לעבן נישט געזען קיין ייִדיש שטעטל פֿאַר די אויגן, פֿאָרט האָט זיך אין מיר אַרײַנגעגנבֿעט אַ נשמה פֿון אַן אַמאָליק ייִדיש שטעטל, ווי מײַן מאַמעס קוזינען האָבן מיר אַמאָל געשילדערט זייער שטעטל זגערזש און פּאַביאַניץ לעבן לאָדזש. פֿאַרשטייט זיך, אַז לאָדזש און וואַרשע האָבן זיך גערוכעוועט מיט סאַמאָראָדנע ייִדן, פֿרומע און פֿרײַע, לומדים און עם־הארצים; אַלערליי ייִדן — גערעדט מאַמע־לשון, זיך פֿאַרשטענדיקט אויף מאַמע־לשון, זיך געפֿרייט אויף מאַמע־לשון און זיך געסקאַרזשעט (געקלאָגט) אויף מאַמע־לשון.

אַנטקעגן וואָס האָב איך זיך דאָ צעזונגען איבער אונדזער לשון? אַנטקעגן דעם וואָס עס איז געווען נישט נאָר אַ שפּראַך, נאָר אַ גאַנצער באַגאַזש וואָס איז אַריבער צו אונדז פֿון דורות. און ווען אַ ייִד האָּט גערעדט אויף ייִדיש, האָבן זיך ייִדישע נשמות דערקוויקט.

פֿאָריקן שפּייסענאַכטס (שבת צו נאַכטס) איז מיר אָנגעקומען אַ בליצפּאָסט אַז דעם זעלביקן אויפֿדערנאַכט וועט מען אויפֿפֿירן, רעציטירן, זינגען און הנאה האָבן פֿון אונדזער אייגענעם בעל־שם־טובֿ. האָב איך געכאַפּט מײַן מאַשינדל און הײַדאַ אין שטאָט אַרײַן. נישט ווײַט פֿון מיר, אין אַ חב״דסקער שיל, האָּט זיך פֿאַרזאַמלט אַ שטאַרער עולם אויסגעהונגערטע נאָך אַ ייִדיש וואָרט, נאָך דערצו מעשׂיות וועגן דעם בעל־שם־טוב. נו, נו, די אַקטיאָרן האָבן ס׳רובֿ אויסגעזען ווי פֿרומע ייִדן, מיט קאַפּעליושן און קאַפּאָטעס און ציצית, הייסט עס, כ׳בין אין דער היים.

ווי נאָר זיי האָבן אָבער געעפֿנט די מײַלער אויף ענגליש, און גענומען זינגען נישט חלילה דעם בעלש״טס אַמאָליקע ניגונים און לידער, ווי:

— פֿון קאָסעוו ביז קיטעוו —

— איז אַ בריקעלע פֿאַראַנען.

— אַוווּ דער בעל־שם —

— אַוווּ דער בעל־שם —

— שפּאַצירן איז געגאַנגען.

די סטראָפֿעס לאַסטשען, הייבן דיך אויף און לאָזן דיך אַראָפּ אין בעלש״טס אומגעבונג. מיט אַ מאָל דערזעט מען דאָס שטעטל, דאָס בריקעלע, דעם וואַלד בעת ער האָט אָנגעשפּיצט די אויערן צו הערן די שירה פֿון די פֿייגעלעך.

דאָ צווישן ייִדן האָב איך עס נישט געהערט. אַנשטאָט דעם, האָב איך געהערט עפּעס קירכן־גלאָקן, גוייִשע מוזיק מיט לידער וואָס האָבן זיך געקלעפּט ווי אַן אַרבעס צו דער וואַנט. און דער עיקר, האָב איך זיך נישט געקענט דערוואַרטן אויף אַן אמתדיקער מעשׂה וואָס איז געקומען פֿונעם בעל־שם גופֿא.

אַ נעכטיקע וועטשערע. דער דערציילער פֿון דעם בעלש״טס מעשׂיות האָט געהאַלטן אין איין איבערחזרן, ווי אַ טייל פֿון דער פֿאָרשטעלונג אַז פּונקט האָט ער פֿאַרגעסן אַלע מעשׂיות, ס׳איז אים פּונקט אַרויס פֿון קאָפּ, און איך האָב זיך געטראַכט. דער וואָס האָט געשריבן דעם סוזשעט האָט זיך נישט טועה געווען, די ייִדן וואָס האָבן געשפּילט, צווישן זיי — יונג און אַלט — האָבן פֿאַרגעסן ווי צו זײַן עכטע ייִדן, אַפֿילו ווען זיי האָבן געטראָגן ציצית און שטרײַמלעך. פֿון זייער מויל האָט געווייעט מיט פֿרעמדקייט, מיט עם־הארצות, מיט פּוסטקייט און אָפּגעשיידקייט פֿונעם ייִדישן תּמצית פֿון ייִדישקייט. נאָך אַלעמען האָט דאָך דער בעל־שם־טובֿ אַרומגעוואַנדערט נישט נאָר איבער שטעט און דערפֿער פֿון גאַליציע און אוקראַיִנע, נאָר צווישן ייִדן און זיי געברענגט אַ נײַע בשׂורה.

"ייִדעלעך! זײַט זיך נישט מיאש! מ׳קען זײַן אַן אָפּגעהיטענער ייִד אַפֿילו ווען מ׳איז נישט אײַנגעטונקען אין די הייליקע ספֿרים. זינגט ייִדעלעך און טאַנצט, מאַכט אַ שנעפּסל און טוט זיך מחיה זײַן מיט גאָטס באַשאַף."

אָבער דאָס אַמאָליקע בילד איז בלויז געשטאַנען פֿאַר מײַנע אויגן און נישט אין דער חב״דסקער שיל. און כאָטש איך האַלט, אַז חב"ד פֿאַרמאָגט גרויס טאָלעראַנץ צו אַלערליי ייִדן און האָט אין זינען צו דערנענטערן אַלע אָפּגעפֿרעמדטע ייִדן צו ייִדישקייט, דער עיקר די בעלי־תּשובֿה, אָבער אויב דאָס איז געווען אַ חב״דסקע פֿאַרווײַלונג, בין איך אַנטלאָפֿן אין מיטן דער פֿאָרשטעלונג. בעת־מעשׂה האָב איך געטראַכט: נישט מײַנע ייִדן, נישט מײַן ייִדישקייט. אַ פֿרעמדער אבֿר איז אויסגעוואַקסן אין די זעקס צענדליק יאָר נאָכן חורבן; פֿרעמדע ייִדן. ווער זײַנען זיי מיט זייער ענגליש און פֿרעמד גוייִשער מוזיק, ווען אין דער אמתן זײַנען מיר אָנגעלאָדן מיט נגינה.

אויפֿן וועג אַהיים האָב איך זיך דערמאָנט אין דער ערבֿ־ראָש־השנהדיקער אויטאָבוס־נסיעה איבער בני־ברק, אַ שטעטעלע לעבן תּל־אָבֿיבֿ. מיר האָבן דאָרט געוווינט אַ פּאָר חדשים צײַט בײַ מענדלס משפּחה. זיי האָבן אָפּגעשטאַמט פֿון וויזשניצער חסידים און מײַן משפּחה האָט אָפּגעשטאַמט פֿון גערער הויף. אין דעם שטעטעלע האָבן געוווינט סײַ פֿרומע און סײַ פֿרײַע ייִדן; מיט יאַרמלקעס און אָן יאַרמלקעס, מיט הענגענדיקע ציצית און אָן זיי. ווען איך האָב גענומען דאָרט אַ שפּאַציר, דערזע איך פּלוצעם אַ ייִד, וועלכער גיסט אַרויף בענזין אויף אַ ביכל מיט ייִדישע אותיות און צינד עס אונטער. לויף איך שוין צו נעענטער. דערזע איך אַ קליין ייִדעלע, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון תּימן, מיט דינע ריסן, אַ שוואַרץ, דין בערדעלע און אויפֿן קאָפּ אַ קאַפּעלע. פֿרעג איך אים אויף עבֿרית דווקא:

"אַדוני! מה אַתּה עושׂה?" (ר׳ ייִד, וואָס טוט איר) און געהאַט דערבײַ אין זינען ווי מען האָּט אַמאָל געברענט ייִדישע ביכער אין בערלין. דאָס האָבן געטאָן די דײַטשן. אין מיטלעלטער, האָבן פֿרומע ייִדן געברענט רמב״מס "מורה־נבֿוכים" (Guide to the Perplexed). און דאָ אין מיצקע דרינען אַ ייִדיש בוך גאָר? זאָגט ער מיר:

"גבֿרת! זה לא ספֿר כּשר, זה ברית־החדשה." (מאַדאַם! דאָס איז נישט קיין כּשר בוך. דאָס איז דער נײַער טעסטאַמענט)

געהערט אַזאַ מעשׂה האָב איך זיך אָפּגעווישט ס׳מויל. גיי רײַס זיך אײַן מיט אַ תּימנער.

אָבער דעם אמתן ייִדישן טעם ערבֿ־ראָש־השנה האָב איך ערשט פֿאַרזוכט טאַקע אויף דער אויטאָבוס־רײַזע. איר פֿאַרשטייט, ליבע ייִדן; איך געפֿין זיך פּלוצעם אין אַ ייִדיש שטעטל, מיט מײַנע ייִדן. אַרום מיר רעדט מען ייִדיש. אַפֿילו קליינע קינדערלעך, נישט וויכטיק צו וועלכער דינאַסטיע זיי געהערן. אַלץ רעדט ייִדיש, סײַ אין פּאָסט־אַמט און סײַ אין געוועלב, סײַ אויף דער גאַס און סײַ אין דער היים. דעמאָלט האָב איך זיך ערשט פֿאַרליבט אין אונדזער מדינה. פֿאַר מיר האָט זיך פֿאַרשפּרייט דאָס אַמאָליקע ייִדישע שטעטל. דאָס איז געווען אין מיטן די זעכציקער יאָרן.

כ׳האָב שוין מסתּמא באַשריבן די רײַזע מיטן בני־ברקער אויטאָבוס ערבֿ־ראָש־השנה. אָבער ס׳לוינט זיך ווידער אַ מאָל צו דערמאָנען, אַז אונדזער אַשכּנזישע ייִדישקייט האָט אַמאָל געוועלטיקט איבער מיזרח־אייראָפּע, מיט פֿרומע און וועלטלעכע ייִדן, תּלמידי־חכמים און עם־הארצים, וווילע יונגען און האָרעפּאַשנע אַחינו־בני־ישׂראל. נישט נאָר האָט זיי פֿאַראייניקט אונדזער אָפּשטאַם, די תּורה, די גמרא־קעפּעלעך, די אָרעמקייט, דער בטחון אין אַן אויסלייזונג, די שעפֿערישקייט, שרײַבער, פּאָעטן, קינסטלער און אַ ייִדישע פּרעסע וואָס האָט זיי מודיעה געווען וווּ די וועלט האַלט. אַלץ, אַלץ איז געווען אין שטעטל. הײַנט, אַז איך פֿאָר קיין קרית־יואל מיט מײַנע סטודענטן, קום איך אָן אין עפּעס אַ שטעטל וואָס האָט קיין מאָל נישט עקזיסטירט בײַ ייִדן אין ערגעץ נישט. אָפּגעזונדערט, אָפּגעשיידט פֿון דער וועלט, מיט פֿאַראַכטונג צו אַ דרויסנדיקן ייִדן. דער עיקר, גאָט באַהיט, אויב ער איז אַ ליובאַוויטשער חסיד. שוין אָפּגערעדט פֿון אַ פּראָסט־פּשוטן בשׂר־ודם, נישט קיין פֿרומען ייִדן.

דאָס זעלבע האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן אין וויליאַמסבורג. אויך סאַטמאַרער ייִדן; און איך מוז אײַך זאָגן, זיי האָבן קיין שום אָנגעהעריקייט נישט צו בעל־שם־טובֿס ייִדן. פֿרעמדע ייִדן; אַפֿילו ווען זיי רעדן יאָ ייִדיש, רעדט מען נישט די זעלביקע שפּראַך.

איז פֿאָר איך זיך אַזוי צו מײַנע קרובֿים אין בני־ברק און באַמערק, אַז יעדער סטאַנציע וווּ ייִדן גייען אַראָפּ, איז אַ דינאַסטיע פֿאַר זיך, און די סטאַנציע איז אויפֿן נאָמען פֿון זייער רבין. דער שאָפֿער רופֿט אויס:

"בעלדז!" שטעלן זיך אויף אַלע בעלדזער חסידים און איידער זיי גייען אַראָפּ, הייבן זיי אָן צו ווינטשן דעם שאָפֿער:

"משה־גרשון! זאָלסט מיר האָבן אַ גוט, געזונט יאָר, אַ געבענטשט יאָר, דו מיט דײַנע קינדער און קינדסקינדער, אָמן."

אַזוי ווינטשט יעדער בעלדזער דעם שאָפֿער אָן אַ פֿולן זאַק מיט ראָש־השנהדיקע ווינטשעוואַניעס. און איך טראַכט בײַ זיך, מײַנע ייִדן. פֿאָרן מיר ווײַטער און דער שאָפֿער רופֿט אויס:

וויזשניץ!" שטעלן זיך אויף אַ כאָפּטע ייִדן און ייִדענעס מיט פֿולע קאָשיקעס פּראָדוקטן און מ׳הייבט אָן צו ווינטשן.

"זאָלסט אַזוי לעבן און געזונט זײַן משה־גרשון! איז איידער איך גיי אַראָפּ פֿון די טרעפּלעך וויל איך דיר אָנווינטשן אַ גוט, געזונט יאָר, אַ ישועה אויף אַלע ייִדן און שלום אויף דער וועלט. אָמן־ואָמן."

איך צעגיי פֿאַר נחת, כאָטש די רײַזע נעמט שעהען. דער שאָפֿער רופֿט אויס ווײַטער:

"באָבאָוו!" שטעלן זיך אויף די באָבאָווער חסידים מיט זייערע קינדערלעך און איידער וואָס־ווען, הייבט מען אָן צו ווינטשן.

"דאָס יאָר זאָל זײַן אַ מזלדיקס, אַ געבענטשט יאָר און לאָמיר דערלעבן משיחן. שוין די העכסטע צײַט ער זאָל אונדז אויסלייזן."

און אַזוי גייט אַוועק אַ שעה און אַ צווייטע. דאַכט זיך מ׳האָט זיך שוין אָפּגעפֿערטיקט מיט די ראָש־השנהדיקע ווינטשעוואַניעס. אָבער וואַרט אַ מינוט. עס קומט אונדז אַנטקעגן אַ צווייטער אויטאָבוס און שטעלט זיך אָפּ גלײַך לעבן פֿענצטערל פֿון אונדזער שאָפֿער. יענער פֿאַררוקט זיך דאָס היטל אין אַ זײַט און מאַכט:

"הער מיך אויס משה־גרשון! איך וויל דיר אָנווינטשן אַ זאַק מיט בשׂורות־טובֿות. מיר זאָלן דערלעבן נחת בײַ אונדזערע קינדער, נחת פֿון אונדזער מדינהלע. שוין צײַט אָפּצודעכען אַ ביסל פֿרײַער. איז זײַ זשע מיר געזונט און שטאַרק. גריס די ייִדענע און ווינטש איר אָן אַ פֿולן קויש פֿון מײַנט וועגן. זאָל זי האָבן אַ גרינג טראָגן, און דו אַ גרינגערע פּרנסה."

דערווײַל בין איך געוואַקסן אין דער לענג און אין דער ברייט. ס׳הייסט, כ׳האָב זיך געפֿילט ווי אַ פֿיש אין וואַסער. קוים מיט צרות דערלעבט צו אַ ייִדישער מדינה, אַ ייִדיש ווינקל, בני־ברק, מײַנע ייִדן.

פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב פֿאַרשפּעטיקט צו דער מאָלצײַט בײַ מײַנע קרובֿים. זיי האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז כ׳בין אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ צײַט פֿון ווינטשעוואַניעס. קומענדיק צוריק אַהיים, וואָס האָט זיך געפֿונען אויף דער צווייטער זײַט בני־ברק. בין איך געווען אין גאַנצן צעפֿלאַמט. מענדלס משפּחה האָט דווקא נישט הנאה געטאָן וואָס זייער ברודער האָט חתונה געהאַט מיט נישט קיין פֿרום מיידל. זי קליידט זיך נישט פֿרום, זי פֿירט זיך נישט פֿרום, זי מוז זײַן אַ קאָמוניסטקע. דאָס איז צו מיר דערגאַנגען דורך דער פּליאָטקע־פּאָסט. זיי האָבן נעבעך נישט געוווּסט, אַז איך בין אַזוי אויסגעקאָכט אין ייִדישקייט. דעם חומש קען איך כּמעט פֿון אויסנווייניק, די גמרא האָב איך אויף ייִדיש פֿאַרטײַטשט פֿון אַראַמעיִש פֿון אַ בעלגישן רבֿ. איך בין אין דער היים מיט די יום־טובֿים. אינטערעסאַנט צו באַמערקן דערבײַ, אַז ווען איך האָב פֿאַרענדיקט דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר אין ניו־יאָרק, האָב איך געוווּנען דעם ערשטן פּרײַז אין אַ ליטעראַרישן קאָנטעסט. מײַן טעמע איז געווען:

"אין וואָס באַשטייט מײַן ייִדישקייט."

די סומע וואָס איך האָב דעמאָלט געוווּנען איז געווען דרײַ הונדערט און פֿופֿציק דאָלאַר. גאָר אַן אָנשטענדיקע סומע פֿאַר וועלכער איך האָב זיך דעמאָלט אײַנגעקויפֿט מײַן פּרעכטיק שיין חופּה־קלייד.

וואָס זאָל איך אײַך ברײַען אַ ספּאָדעק, ליבע ייִדן, לייענער פֿון ייִדישן "פֿאַרווערטס", וואָס איז שוין אַ גרויסער אויפֿטו הײַנט צו טאָג. איך וויל אײַך ווינטשן, מײַנע טײַערע ייִדן, אַז דאָס נײַע יאָר זאָל אײַך ברענגען געזונט און נחת פֿון קינדער און קינדסקינדער, שלום אויף דער וועלט און אַ ישועה פֿאַר אונדזער לענדל וואָס שטייט אויס געברענטע צרות פֿון דער אייגענער און דרויסנדיקער פּאָליטיק. און לאָמיר אַלע זוכה זײַן אַ שפּאַציר טאָן אויף דער פּאַפּירענער בריק און נישט דערטרונקען ווערן.