פֿון רעכטס: בען פּרײַז, דזשעף פֿיידער, דזשעף קיטראָסער, שאָן סינגער |
די טעג בין איך אַוועק זען אַ מוזיקאַלישע אויפֿפֿירונג געווידמעט דעם באַרדיטשעווער רבין, ר׳ לוי־יצחק. איז ערשטנס, וועל איך אײַך באַקענען מיט לוי־יצחקן גופֿא, און נאַכער צוטרעטן צו דער פּיעסע. דער באַרדיטשעווער פֿלעגט זאָגן אַמאָל:
"קומט! וועל איך אײַך ווײַזן אַ וועג צו גאָט!
נישט דורך רייד, נאָר דורך געזאַנג!
מיר וועלן זינגען און דער הימל וועט אונדז פֿאַרשטיין!"
און אַזוי ווי לוי־יצחק פֿלעגט זיך אויסטענהן מיטן רבונו־של־עולם אויף מאַמע־לשון, פֿלעגט ער אום ראָש־השנה דווקא צו אים רעדן מיט די ווערטער:
"רבונו־של־עולם! פֿאַר וואָס פֿירסטו זיך נישט אויף ווי אַ פּשוטער ייִד? ווען אַ פּשוטער ייִד פֿאַרלירט זײַנע תּפֿילין, הייבט ער זיי באַלד אויף און גיט אַ קוש. עם־ישׂראל זײַנען דאָך דײַנע תּפֿילין, זיי זײַנען אַראָפּגעפֿאַלן אויף דער ערד די לעצטע צוויי טויזנט יאָר, איז פֿאַר וואָס הייבסטו זיי נישט אויף, און פֿאַר וואָס ראַטעוועסטו זיי נישט פֿון זייער אָרעמקייט?"
צום אַלעם ערשטן איז לוי־יצחק געבוירן געוואָרן אין יאָר 1740 און אַוועק פֿון דער וועלט אין 1809. ער איז אויך געווען באַרימט אונטערן נאָמען "דערבאַרעמדיקער," זוכנדיק אין מענטשן זייער צד פֿון גוטסקייט. און אַזוי ווי ער האָט אָפֿט גערעדט און אויסגעטענהט זיך מיט גאָט, האָט מען אים אויך גערופֿן "דער סניגור," דער פֿאַרטיידיקער פֿון פֿאָלק ישׂראל, איינער וואָס שטעלט זיך אײַן פֿאַר ייִדן. רבי לוי־יצחק האָט זיך באַרימט געמאַכט מיט זײַנע אויסטענהנישן מיטן רבונו־של־עולם. ער האָט עס געטאָן אויף דער שפּראַך פֿון פֿאָלק — ייִדיש. ער פֿלעגט זיך ווענדן צו גאָט און קלאָגן בזה־הלשון:
"סטײַטש! דו ביסט דאָך אַ פּאַסטעך פֿון דײַן פֿאָלק ישׂראל, איז פֿאַר וואָס היטסטו זיי נישט אָפּ, רבונו־של־עולם?"
לוי־יצחק איז געווען אַ חסידישער רבי, אַ תּלמיד פֿונעם מגיד פֿון מעזריטש, רבי בער. צו ערשט איז ער געווען רבֿ אין זשעלעכאָוו, דערנאָך אין ריזשיוואָל און אין פּינסק, וווּ ער האָט געליטן געברענטע צרות און רדיפֿות פֿון די מתנגדים, וואָס זײַנען אים דערגאַנגען די יאָרן. נאָר אין יאָר 1775 האָט ער זיך באַזעצט אין באַרדיטשעוו און דאָרט אָנגענומען דעם כּיסא־הרבנות און שוין דאָרט פֿאַרבליבן ביזן טויט.
באַרדיטשעוו פֿלעגט זײַן די צווייט־וויכטיקסטע און לעבעדיקסטע שטאָט אינעם אַשכּנזישן אוקראַיִנע. אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג אין באַרדיטשעוו איז באַשטאַנען פֿון ייִדן. הײַנט איז באַרדיטשעוו אַן אָפּגעריסן, אָפּגעשליסן שטעטל אין אוקראַיִנע. די פּאָר פֿאַרבליבענע ייִדן זײַנען דאָרט ס׳רובֿ בעטלער, און לעבן בלויז פֿון ייִדישער און טוריסטישער קיצבֿה; פֿון ייִדן, וואָס קומען אויף קבֿר־אָבֿות צו זייער רבין. אין באַרדיטשעוו געפֿינט זיך אַ בית־עולם הײַנט צו טאָג, וואָס באַשטייט פֿון לויטער מצבֿות, בדמות פֿון ריזיקע שטיינערנע באָטן (boots). אַזוי צו זאָגן, ווען משיח וועט קומען וועט זיך דאָך אָנהייבן די צײַט פֿון אויפֿשטיין תּחית־המתים, וועלן די מתים אָנטאָן די ריזיקע באָטן און מיט זיי אַרײַנמאַרשירן אין הייליקן לאַנד.
וועגן דעם באַרימטן רבין דערציילט מען אַ שלל מיט מעשׂיות און איינע פֿון זיי איז אַזאַ: לוי־יצחק האָט דערזען ווי אַ ייִד, אַ בעל־עגלה שטייט אָנגעטאָן אין טלית און תּפֿילין און שמירט די רעדער פֿון זײַן וואָגן, און אין דער זעלבער צײַט דאַוונט ער. האָט ער זיך אָפּגערופֿן צו גאָט:
"נו, דו זעסט אַליין מיט די אייגענע אויגן גאָטעניו, וואָס פֿאַר אַ טײַער פֿאָלק דו פֿאַרמאָגסט אין אונדז, אַפֿילו ווען זיי שמירן די רעדער דאַווענען זיי."
פֿון רעכטס: זיסל־יוסף סלעפּאָוויטש, דן פֿרידמאַן, משה יאַסור |
דער עיקר, מיט יעדן קער האָט רבי לוי־יצחק גערעדט צו גאָט און דווקא אויף זײַן היימישן לשון, און ווען זײַן האַרץ איז געווען איבערפֿולט מיט פֿאַרדראָס אויפֿן אייבערשטן, האָט ער זיך אַוועקגעשטעלט קעגן דעם הימל און גענומען אויסטענהן זיך מיט גאָט, אַזוי צו זאָגן:
"אַ גוט־מאָרגן דיר, רבונו־של־עולם!
איך, לוי־יצחק בן־שׂרה מבאַרדיטשעוו,
בין געקומען צו דיר מיט אַ דין־תּורה פֿון דײַן פֿאָלק ישׂראל!
וואָס האָסטו זיך אָנגעזעצט אויף דײַן פֿאָלק ישׂראל?
וווּ נאָר עפּעס אַ האָר,
איז דבר אל בני־ישׂראל.
(רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל)
און וווּ נאָר עפּעס אַ זאַך,
איז אמור אל בני־ישׂראל —
(זאָג די קינדער פֿון ישׂראל)
און וווּ נאָר עפּעס אַ ריר,
איז צו (צאַוו) את בני־ישׂראל,
(באַפֿעל די קינדער פֿון ישׂראל)
טאַטעניו, זיסער אין הימל —
איז כּמה אומות יש בעולם,
(וויפֿל פֿעלקער זײַנען דאָ אויף דער וועלט)
מואבֿים, פּרסים, בבֿלים,
(מואבֿים, פּערסיער און בבֿלים)
די רוסלענדער זאָגן אַז זייער קיסר איז קיסר,
און די דײַטשלענדער וואָס יאָגן? אַז זייער מלכות איז מלכות,
און די ענגלענדער וואָס זאָגן? אַז זייער קעניג איז קעניג,
און איך, לוי־יצחק בן־שׂרה מבאַרדיטשעוו זאָג,
המלך היושבֿ על כּיסא־רם־וישׂא,
(דער מלך וואָס זיצט אויפֿן טראָן אין הימל)
און איך, לוי־יצחק בן־שׂרה מבאַרדיטשעוו —
האָב אָבער נאָך עפּעס צו זאָגן,
לא אָזוז מפּה ממקומי!
(איך וועל זיך נישט רירן פֿון דאַנען)
איך וועל מיך פֿון מײַן אָרט נישט רירן!
און אַ סוף זאָל דאָס נעמען! און אַן עק זאָל דאָס נעמען!
המלך היושבֿ על כּיסא־רם־וישׂא."
(דער מלך וואָס זיצט אויפֿן טראָן אין הימל)
רבי לוי־יצחק איז, אַגבֿ, געווען נאָענט באַקאַנט מיטן באַרימטן רבין שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דעם ערשטן ליובאַוויטשער חב״ד־רבין. דער באַרדיטשעווער האָט געשמט צווישן פֿאָלק מיט זײַנע ייִדישע ניגונים, און צווישן זיי "קדיש," די תּחינה "גאָט פֿון אַבֿרהם," וואָס פֿרומע ווײַבער זינגען מוצאי־שבת ביזן הײַנטיקן טאָג; "דודעלע," און "אַ גוט־מאָרגן דיר, רבונו־של־עולם," וואָס די באַרימטסטע וועלט־זינגער האָבן אַמאָל אויסגעזונגען. צווישן זיי יאַן פּירס פֿון מעטראָפּאָליטען־אָפּערע; פּאָול ראָבסאָן, דער וועלט־באַרימטער זינגער, וועלכער האָט ליב געהאַט צו זינגען ייִדישע לידער, און אויך אַ שלל מיט חזנים וואָס האָבן רעקאָרדירט סײַ אויף פּליטן און סײַ געזונגען פֿאַרן עולם דעם באַרדיטשעווערס לידער און ניגונים.
איצט קום איך צו דער פּיעסע גופֿא, וואָס ווערט געשטעלט אין "קאַסטי־יאָ טעאַטער," אויף דער 42סטער גאַס אין מאַנהעטן. איז אַזוי! דאָס טעאַטערל איז נײַ און געשמאַק. די פּרעכטיקע בינע־דעקאָראַציעס, האָט צוגעגרייט דזשאָסעף ספּירטאָ, אָריגינעלע מוזיק האָט צוגעגרייט דער קאָמפּאָזיטאָר דייוויד בישאָפּ, אָבער דימיטרי (זיסל) סלעפּאָוויטש האָט איבערגעניצעוועט די מוזיק, און זיך אַרײַנגעלייגט מוזיקאַליש אין דער זאַך.
די בינע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שיף, אויף וועלכער אַ האַלבער טוץ ייִדן פֿאָרן קיין אַמעריקע. איינער אַנטלויפֿט פֿון צאַרישן פּריזיוו, אַ צווייטער זוכט דעם אמת, אַ דריטער — די משפּחה און אַזוי יעדער איינער פֿון זיי חלומט פֿון אַ נײַ לעבן אין גאָלדענעם לאַנד. און ווי עס מאַכט זיך, צו פֿאַרטרײַבן די צײַט, דערציילט מען זיך די וווּנדער־מעשׂיות פֿונעם באַרדיטשעווער רבין, פֿון טאַלנער און פֿונעם ריזשינער. אַ גוטער אײַנפֿאַל איז וואָס זיי בײַטן זיך מיט די ראָלעס אויף דער שוועל פֿון אַ נײַ חסידיש מעשׂהלע.
די פּיעסע און די לידער־טעקסטן האָט געשריבן דען פֿרידמאַן, וועלכער איז אויך דער אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער. ער האָט געהאַט אין זינען צו ווײַזן גאָר אַן אַנדער באַרדיטשעווער, און אויסגעטײַטשט דעם תּמצית פֿון באַרדיטשעווערס אײַנשטעלן זיך פֿאַר כּלל־ישׂראל ווי אַ קאַמף פֿאַר מענטשן־רעכט. דען פֿרידמאַן האָט זיך גאָר אַרײַנגעלאָזט אין דער חקירה, פֿון וואַנען עס שטעקן דעם באַרדיטשעווערס רייד און טענות צו גאָט, און געקומען צו דער מסקנה אַז יעדע ווענדונג פֿון רבין צום אייבערשטן, איז באַגלייט מיט אַ פֿאָדערונג פֿון יושר, פֿון אמת און גערעכטיקייט. און דאָס אַלץ אויפֿן סמך פֿון סאָציאַלער, וועלטלעכער און דעמאָנסטראַטיווער אַקציע, וואָס דאָס איז געווען אַ נײַעס פֿאַר מיר. ס׳הייסט, דעם דראַמאַטורג איז ממש געגאַנגען אין לעבן צו באַווײַזן, אַז די לערע פֿונעם רבין קאָנצענטרירט זיך נישט דווקא אויף אַהבֿת־ישׂראל, נאָר אויף פּראָגרעסיווע, ליבעראַלע און קולטורעלע אַספּעקטן, און דאָס אויפֿן סמך פֿון פֿרומקייט און ייִדישקייט. פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר ווייסן פֿון וואַנען דאָס שטאַמט.
און נאָך עפּעס. ער האָט אַרײַנגעטײַטשט אין רבינס ווענדונגען, אַ מין שליחות פֿון סאָציאַלע און אידעאָלאָגישע פּערספּעקטיוון פֿון 20סטן יאָרהונדערט, וואָס איך האָב אַ חשד, אַז רבי לוי־יצחק האָט אַפֿילו נישט געחלומט אין זײַנע ווילדסטע חלומות פֿון אַזאַ מין אינטערפּרעטאַציע.
דער רעזשיסאָר, משה יאַסור, האָט באַוויזן ממש וווּנדער מיט זײַנע אויסגעצייכנטע אײַנפֿאַלן בײַם אײַנשטעלן די פּיעסע. אַזוי אַז יעדער פֿון די העלדן בײַט זיך מיט די ראָלעס בײַם דערציילן אַ חכמה אָדער אַ מעשׂה פֿונעם באַרדיטשעווער. די בינע באַוועגט זיך כּסדר נישט מיט די כוואַליעס פֿונעם ים, נאָר מיט לידער און אַ טענצל.
און איצט קום איך צו דער מוזיק. כּל־זמן דימיטרי (זיסל) סלעפּאָוויטש האָט באַגלייט יעדן מאָנאָלאָג און צו מאָל אַ דיאַלאָג מיט די דערציילערישע מאָמענטן, האָט ער עס געטאָן אויף זײַן קלאַרינעט. האָט מען געהערט נישט נאָר אַ מוזיקאַליש־מאָדערניסטישע באַגלייטונג, וואָס האָט צוגעגעבן חן און אַ באַזונדערן קלאַנג, נאָר דער קלאַרינעט האָט אָנגענומען אַ באַזונדערן כאַראַקטער און צוגעגעבן אַ ווײַטן ווידערקול פֿון די רייד אויף דער בינע. זײַן שפּילן איז געווען שטאַרק געלונגען.
איך האָב זיך באַקענט מיט דעם רעלאַטיוו יונגן מוזיקער סלעפּאָוויטשן פֿאַראַיאָרן זומער אין אַרבעטער־רינג "סוירקל לאַדזש," וווּ ער האָט געאַרבעט און באַגלייט די געזאַנגען פֿון די קינדער פֿון "קינדער־רינג," און בײַ די קאָנצערטן פֿון די געסט גופֿא. איך בין ממש געווען אַנטציקט פֿון זײַן מוזיקאַלישן טאַלאַנט צו שפּילן אויף פֿאַרשיידענע אינסטרומענטן און, דער עיקר, בײַם באַגלייטן באַקאַנטע ייִדישע, העברעיִשע און ענגלישע לידער.
די צרה איז אָבער געקומען ווען די מוזיק און די לידער אין דער פֿאָרשטעלונג האָבן גענומען קלינגען ווי ווײַטע, אָפּגעהאַקטע טענער פֿון אַ פֿרעמדער וועלט, שוין אָפּגערעדט פֿון אָנווענדן דעם ייִדישן גײַסט. די ענגלישע לידער־טעקסטן האָבן אַוועקגענומען פֿון דער פּיעסע איר ייִדישן כאַראַקטער און עס איז פֿאַרלוירן געגאַנגען דעם באַרדיטשעווערס אַמאָליקע נגינה, בשעת אין דער אמתן, עקזיסטירן הערלעכע ניגונים און מעלאָדיעס וואָס באַגלייטן דעם באַרדיטשעווערס מוזיקאַלישע ירושה ביזן הײַנטיקן טאָג; שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, זײַנען זיי געווען אײַנגעבאַקן אין די זכרונות פֿון פֿאָלק. אפֿשר איז מעגלעך איבערזעצן אויף אַן אַנדער שפּראַך דעם באַרדיטשעווערס טענות צו גאָט, אָבער עס דאַרף געטאָן ווערן פֿאַכמעניש, פּאָעטיש, ליריש און מ׳דאַרף זיי אַרײַנפּאַסן אין די אָריגינעלע מוזיקאַלישע סטראָפֿעס וואָס לוי־יצחק האָט זיי אַמאָל צוגעפּאַסט צו זײַנע אייגענע אויסטײַטשונגען. דאָס פֿאָלק האָט אונטערגעכאַפּט סײַ די נגינה און סײַ די טעקסטן, אַזוי אַז זען לוי־יצחקן זינגען אומגעלומפּערטע לידער אויף ענגליש איז געווען פּריקרע.
די אַקטיאָרן וואָס נעמען אָנטייל אין דער פּיעסע, האָבן זייערע ראָלעס אויסגעפֿירט מיט אײַנגעהאַלטנקייט און פֿאַרשטענדעניש. צווישן זיי: דזשעף פֿיידער, דזשעף קיטראָסער, בען פּרײַז און שאָן סינגער. זיי אַלע פֿאַרמאָגן אַ גוטע שטים צו זינגען. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ס׳איז אַ וועלט מיט וועלטעלעך. דער עיקר, דאַרף מען האָבן גאָט אין האַרצן ווען מ׳נעמט זיך צום באַרדיטשעווער.