אַ מעשׂה איז ווי מען דערציילט זי. מ׳דאַרף די מעשׂה דערציילן אייגנאַרטיק, אַ סך מאָל — באַגראַמט, אָבער דער עיקר — באַטעמט.
פֿון וואַנען ווייס איך, אַז די ערשטע מעשׂה, וואָס איך גיי אײַך דאָ דערציילן איז אַ גוטע מעשׂה? ווײַל ווען איך האָב זי אַמאָל דערציילט אַ ייִדישן פֿילם־מאַכער פֿון בערלין, איז ער צוריקגעקומען קיין ניו־יאָרק מיט אַלע זײַנע פֿילמיר־אַפּאַראַטלעך; מיט ליכט־עפֿעקטן; מיך אַוועקגעזעצט אין דער אַלטער ייִוואָ־געביידע, און געהייסן דערציילן די מעשׂה אויף דאָס נײַ.
איך געדענק נישט גענוי ווען איך האָב די מעשׂה געלייענט און צי איך האָב זי געלייענט אויף רוסיש, אויף ענגליש, צי אויף ייִדיש. דאַכט זיך, אַז געשריבן האָט זי מאַקסים גאָרקי. נאָר אויב אַ מעשׂה געדענקט זיך אַזוי לאַנג איז אַ סימן, אַז זי טויג. געהייסן האָט די מעשׂה "דאָס ברענענדיקע האַרץ פֿון דאַנקאָ". איך האָב די מעשׂה פֿאַרשטאַנען אַלעגאָריש, דאָס הייסט — בדרך־משל, אין אַ פֿאַרשטעלטער שפּראַך — און אין דעם פֿאַל איז דער הויפּט־מאָטיוו, צו דערגרייכן צום ציל; און ווען מען דערגייט צום ציל איז שוין נישט וויכטיק ווי אַזוי מען איז צום ציל דערגאַנגען. מיר ווייסן גאַנץ גוט ווי אַזוי מענטשן דערגרייכן אַמאָל צום ציל: אַ סך פֿון זיי מיט אַן אויפֿריכטיקער אידעאָלאָגיע, אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי — פֿאַרפֿירעריש.
אויסגענוצט האָבן דעם אידעאַל פֿון לשון ייִדיש אַלע: פֿון די ציוניסטן ביז די משׂכּילים, פֿון די בונדיסטן ביז די קאָמוניסטן. אָבער הײַנט, אַחוץ די אולטראַ־אָרטאָדאָקסן, פֿירט מען שוין די פּאָליטישע און קולטור־געשעפֿטן אויף ׳Plain׳, אָדער ׳Cross-disciplinary׳ ענגליש, שפּאַניש אָדער טערקיש. איז לאָמיר צוגיין צו דער מעשׂה גופֿא.
דאָ האַנדלט זיך וועגן אַ לאַנד וואָס איז פּלוצעם געוואָרן געפֿערלעך פֿאַר דער באַפֿעלקערונג דאָרט צו בלײַבן. צי דאָס איז געווען אַ נאַפֿט פֿאַרגיסונג, צי אַ שניי באַרג האָט זיך גערוקט אויף זיי; מיט איין וואָרט, מ׳האָט געמוזט אַרויס וואָס שנעלער פֿון דאָרט. ס׳האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז קיינער האָט זיך נישט אונטערגענומען אַוועקצופֿירן די באַפֿעלקערונג אויף אַ פֿרידלעך אָרט. די פֿאַרפֿלייצונג פֿון איין זײַט און די שניי־אָנשיקענישן פֿון דער צווייטער; שׂרפֿות און פֿײַערן אַרום און אַרום, וואָס טוט מען?..
האָט זיך באַוויזן אַ יונגער־מאַן מיטן נאָמען דאַנקאָ, און ער האָט גענומען שאַלן און ליאַרעמען. דער עיקר, ער קאָן דאָס פֿאָלק אַריבערפֿירן אויף אַ רויִק אָרט; אַרויספֿירן זיי פֿון דער גרויסער סכּנה און דעם אומקום וואָס לויערט אויף זיי. דער עולם איז טאַקע געווען פֿאַרצווייפֿלט. אָבער ס׳האָט זיך זיי נישט געגלייבט, אַז דער יונגער חבֿרה־מאַן וועט עס קענען פּועלן. ער קאָן זיי פֿאַרפֿירן, ער קאָן זיי אַרײַנברענגען אין אַ גרויסער צרה, וווּ זיי וועלן אַלע אויסגיין ווי די פֿליגן. אָבער דאַנקאָ האָט נישט אויפֿגעהערט צו ליאַרעמען און פֿאַרזיכערן אַלע, אַז ער וועט ברענגען די ישועה. און אַזוי ווי קיין ברירה איז נישט געווען, האָבן זיי זיך אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿון די אַנטלויפֿער און געלאָזט זיך נאָכגיין דעם יונגן דאַנקאָ.
שרעקלעכע אָנשיקענישן זײַנען זיי באַפֿאַלן אין וועג. אַ סך פֿון זיי זײַנען געשטאָרבן. אַ סך פֿון זיי האָבן גענומען שרײַען, אַז ער פֿאַרפֿירט זיי; ער קען נישט דעם וועג. עס איז זיי שוין בעסער געווען פֿריִער, צו וואָס האָבן זיי זיך געלאָזט איבעררעדן. און מען האָט זיך גענומען בונטעווען קעגן אים. דער חבֿרה־מאַן האָט אַזוי לויפֿנדיק געדאַרפֿט זיי אַלע באַרויִקן און פֿאַרזיכערן, אַז ער קען דעם וועג. אָבער דער צעיושעטער המון האָט שוין אים נישט געטרויט. מיט זייערע פֿויסטן אין דער לופֿטן און געוואַלדן אויפֿן וועג לויפֿנדיק, האָבן זיי פּראָטעסטירט און גענומען אָפּרעדן דעם עולם פֿון דעם "שאַרלאַטאַן", פֿון דעם יונגן "פֿאַרפֿירער", וועלכער האָט פֿאַרטשאַדעט זייערע מוחות.
דאַנקאָ האָט געזען, אַז ער פֿאַרלירט דעם עולם וואָס האָט געגלייבט אין אים, כאָטש ער האָט שוין געזען דעם ציל; געזען, אַז אָט־אָט קומען זיי אויף דער אַנדערער זײַט. אָבער ס׳האָט גאָרנישט געהאָלפֿן. די לופֿט איז שוין געווען פֿאַרסמט און פֿאַרפּעסטעט מיט זייערע קולות און רוגזה. האָט דאַנקאָ אַרויסגענומען אַ לאַנג מעסער, אויפֿגעשניטן זײַן ברוסט, אַרויסגענומען זײַן ברענענדיק האַרץ און עס אויפֿגעהויבן ווי אַ ברענענדיקן שטורקאַץ, וואָס וועט באַלײַכטן דעם וועג צום ציל. און ווען דער עולם האָט דערזען זייער באַפֿרײַונג און זייער אויסלייזונג, איז שוין דאַנקאָ געלעגן טויט אויפֿן וועג. די שפּראָצן פֿון זײַן האַרץ האָבן נאָך געבליצט, אָבער די ווילדע מחנות האָבן אין אײַלעניש געטראָטן איבער אים און זײַן ברענענדיק האַרץ, און געווען גליקלעך אויסגעלייזט צו ווערן.
קודם האָט עס מיך דערמאָנט אינעם פֿערציק־יאָריקן מאַרשרוט איבערן מדבר ווען משה רבינו האָט געפֿירט דעם געמישטן המון — נישט נאָר פֿון די מצרישע ייִדן, נאָר אויך פֿון פֿאַרשיידענע שבֿטים וואָס האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין זײַנע רייען — און וויפֿל גרויסע און קלענערע אויסברוכן פֿון אומצופֿרידנקייט און רעוואָלט פֿלעגן דאָרט פֿאָרקומען.
איצט שטעלט אײַך פֿאָר ווי די אַמעריקאַנער האָבן געטראָטן אויף זייערע אידעאָלאָגן. נישט נאָר גלײַך פֿון אָנהייב, מיט וואַשינגטאָן בראָש; נאָר ס׳איז דערגאַנגען צו רוזוועלטן און טרומאַנען, קענעדין און דזשאַנסאָנען, קלינטאָנען און אָבאַמאַן. די דעמאָקראַטן מיט רוזוועלטן בראָש האָבן פֿאָרט אײַנגעפֿירט "מעדיקייר" (מעדיצינישע באַהאַנדלונג פֿאַר עלטערע מענטשן) און "סאָציאַלע פֿאַרזיכערונג"; "אַרבעטסלאָזיקייט־לוין", צי די "געזונטהייט־פֿאַרזיכערונג" פֿאַר יעדן וואָס פֿאַרלירט זײַן הויז צוליב דעם וואָס ער איז שולדיק די שווערע טויזנטער פֿאַרן שפּיטאָל, ווײַל ער האָט נישט געהאַט קיין מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג — די בויקאָטן, די ברוטאַלע און בעסטיאַלישע מאַרשרוטן פֿון אַן אַמעריקאַנער מענטשהייט וואָס מאָלט בילדער פֿון אָבאַמאַן ענלעך צו אַ מאַלפּע; ברוטאַלע אויפֿשריפֿטן און פּראָקלאַמאַציעס אַנטקעגן יעדן איינעם וואָס וויל זיך אײַנשטעלן פֿאַר דער אָרעמער אָדער פֿאַראָרעמטער באַפֿעלקערונג; און צווישן זיי, די אָנהענגער פֿון אַ "טי־פּאַרטי", פֿון די פֿאַרגרעבטע רעפּובליקאַנער סענאַטאָרן און קאָנגרעסלײַט, און פֿון יעדן אָפּגעשטאַנענעם אַמעריקאַנער וואָס לעבט און געפֿינט זיך אין מיטן פֿון די מערבֿדיקע שטאַטן.
דאָס זעלבע, האָב איך דערשפּירט, איז געשען מיט ייִדיש. נאָך אַלעמען האָט דאָך אונדזער מאַמע־לשון געשלעפּט לשון־קודש אויף זײַנע מידע פּלייצעס טויזנט יאָר נאָכאַנאַנד, ביז מיר האָבן עס דערשלעפּט אינעם הייליקן לאַנד. און דאָרט האָט מען אָפּגעדאַנקט לשון־ייִדיש מיט צעטרעטן זײַן פֿינקלענדיק האַרץ און זיך אָפּגערעכנט מיט אים פֿאַר זײַן גוטס.
און מיר אַליין, נישט קיין ציוניסטן און נישט געהערט צו קיין שום פּאַרטיייִשן פֿליגל, זיך אויפֿגעהויבן אין אויגוסט 1969, פֿאַרלאָזט אַמעריקע מיט איר אַלעם גוטן און אַוועק קיין ארץ־ישׂראל. האָט אַ שכנטע אונדז באַגריסט מיט אַ גרויסן בוקעט בלומען און געזאָגט אויף ענגליש:
— ברוכים הבאים אין אונדזער לאַנד, וווּ איר דאַרפֿט נישט זײַן קיין ייִד מער, נאָר אַן עכטער ישׂראלי. — האָט זי דאָך אָנגעטראָפֿן אויף מיר. האָב איך איר באַדאַנקט פֿאַרן שיינעם בוקעט בלומען און געזאָגט:
— מיר זײַנען געקומען אַהער אין לאַנד צוליב דעם, וואָס מיר זײַנען ייִדן, און רעדן ייִדיש. און נישט צוליב דעם, אַז מיר דאַרפֿן עס אַוועקוואַרפֿן און ווערן איבערנאַכט ישׂראלים.
פֿאַרשטייט זיך, אַז איך מיט דער שכנטע האָבן מער נישט געהאַט קיין עסקים.
ווי מיר ווייסן, איז דער תּנ״ך בײַ אונדז אַ הייליק בוך. אָבער נישט קיין הימלישער דאָקומענט, נאָר אַן ערדישער. אונדזערע אָבֿות און אימהות האָבן מיר נישט אַוועקגעשטעלט אויף קיין פּעדעסטאַל ווי עס האָט עס געטאָן, להבֿדיל, דער קריסטלעכער נײַער טעסטאַמענט. אַ שאָד וואָס מיר, ייִדן, פֿאַרגעסן צוביסלעך אין וואָס ס׳באַשטייט די גרויסקייט פֿון אונדזער תּנ״ך. ערשטנס, איז דאָס דורכאויס אַ מענטשלעך בוך אָנגעפּיקעוועט מיט מענטשלעכע שוואַכקייטן און גבֿורות, אויפֿבוי און פֿאַרלוסט, ייִאוש און טרייסט, טרײַשאַפֿט און אַנטוישונג. דאָס הייליקע בוך האָט גאָרנישט מורא געהאַט צו דערציילן וועגן אַ קין און הבֿל — וועגן דער ברודער קינאה־שׂינאה, וואָס האָט דערפֿירט צו רציחה. נו, איז וואָס: האָט זיך די מענטשהייט עפּעס אָפּגעלערנט פֿון דער רעטעניש "מאָרד"? מיר האָבן זיך אָפּגעלערנט דערפֿון ווי פֿון די נעכטיקע שיריים. און ווײַטער לייענען מיר וועגן יעקבֿ אָבֿינו. אָבער איידער ער איז געוואָרן אַן אָבֿינו, האָט ער אויסגענאַרט בײַ זײַן ברודער עשׂו די בכורה; נישט נאָר אויסגענאַרט, נאָר אים אונטערגערוקט דערפֿאַר אַ טאָפּ מיט לינדזן.
דוד המלכס אונטערשטעלן אַ פֿיסל אוריהן החיטי. אים אַוועקגעשיקט האַלטן מלחמה אין די פֿאָדערשטע רייען, וווּ ער איז געהרגעט געוואָרן. און אַלץ צוליב, אַ נקבֿה... דוד המלך, וועלכער האָט שוין פֿאַרמאָגט אַ פּלעיאַדע מיט ווײַבער, האָט זיך אים פֿאַרגלוסט אַ נקבֿה מיטן נאָמען פֿון בת־שבֿע, אוריהס ווײַב.
נאָך דעם ווי איך האָב איבערגעלייענט דעם קאָראַן דרײַ מאָל, וווּ האַקן קעפּ איז געווען אַ טאָג־טעגלעך געשעעניש — קינאה און שׂינאה און רציחה קעגן די אַלע, וואָס גלייבן נישט אין אַללאַן — האָב איך ערשט פֿאַרשטאַנען אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. ווען מען פּאַשעט אַ פֿאָלק מיט הריגה כּמעט אויף יעדן זײַטל, און די באַציִונג צו פֿרויען איז אַ נידערטרעכטיקע — און צו ייִדן און צו די "אינפֿידעלס" (פֿאַררעטער) איז אַ מערדערישע — האָב איך ערשט פֿאַרשטאַנען, אַז יעדער פֿאָלק (אָדער שבֿט) קלײַבט זיך אויס זײַן גאָט, וועלכן זיי באַשאַפֿן אין זייער אייגענעם געשטאַלט, מיט אייגענע כאַראַקטער־שטריכן און אויפֿפֿיר; זייער אייגענעם בליק אויפֿן אַרום, זייערע אייגענע זיטן און לעבנסשטייגער. און די שטריכן קאָן מען צושרײַבן צו יעדן גאָט, וואָס די מענטשהייט האָט פֿאַר זיך צוגעשניטן.
איז וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן: פֿון אַלע חיות זינט די וועלט עקזיסטירט, זײַנען מיר די ברוטאַלסטע; ווײַל עס ברענט אין אונדז אַ מין אומצופֿרידנקייט מיט זיך און מיט אונדזערע אויפֿטוען. און וואָס מיר פֿאַרמאָגן איז קיין מאָל נישט גענוג... מען וויל מער. און איך, אין מײַן זע־קראַפֿט, פֿאַרשטיי שוין קוים די וועלט.