פּובליציסטיק

דזשיגאַן און שומאַכער
דזשיגאַן און שומאַכער
די לעזער פֿון אונדזער ייִדישן "פֿאָרווערטס" האָבן זיכער געהערט די סקיצן פֿון די צוויי וווּנדערלעך־פּרעכטיקע קאָמעדיאַנטן — דזשיגאַן און שומאַכער. איינס פֿון זייערע עפּיזאָדן האָט געהאַט צו טאָן מיט אַן אינסטאָלאַטאָר, וועלכער האָט פֿאַרריכט די קראַנען פֿון דער וואַנע בײַ אַן אײַנוווינער אין ישׂראל. די צרה איז אָבער אויפֿגעשוווּמען ווען זיי האָבן זיך גענומען אַמפּערן און האַנדלען וועגן דעם פּרײַז, דעם חשבון הייסט עס. יעדער איינער פֿון זיי האָט מורא געהאַט צו ברענגען איבער די ליפּן וויפֿל די אַרבעט באַטרעפֿט. סײַ דער לאָקאַטאָר וואָס האָט נישט געוואָלט איבערצאָלן זיך, סײַ דער אינסטאָלאַטאָר וואָס האָט געציטערט און געפֿלאַטערט צו געבן אים אַ חשבון. אפֿשר קען דער ייִד באַצאָלן אַ גרעסערע סומע געלט, איז פֿאַרוואָס זאָל ער אַרויסשפּרינגען מיט אַ קליינער רעכענונג. מאַכט דער אינסטאָלאַטאָר צום לאָקאַטאָר. און איך ציטיר:
"איר קענט זיך שוין גיין באָדן, ר׳ ייִד. כ׳האָב שוין צו רעכט געמאַכט דעם קראַן. ס׳איז נישט געווען קיין לײַכט שטיקל אַרבעט. איצט וועט שוין נישט רינען. כ׳האָב אויסגערייניקט די רער, אַרײַנגעגעבן צוויי נײַע גומע־רעדלעך. ס׳וועט האַלטן אײַזן."
זאָגט דער לאָקאַטאָר:
"צוויי וואָכן האָב איך געדאַרפֿט וואַרטן מיטן באָדן זיך, איר זאָלט צו רעכט מאַכן אַזאַ נאַרישקייט."
דער אינסטאָלאַטאָר:
"דאָס הייסט בײַ אײַך אַ נאַרישקייט? אויסגערייניקט די רער, געטוישט דאָס שרײַפֿל און אַרײַנגעגעבן צוויי נײַע שפּעקולין־גומעלעך. איר ווייסט וויפֿל איך וואָלט פֿאַר אַזאַ אַרבעט גענומען פֿון אַן אַנדערן?"
דער לאָקאַטאָר:
"איז וויפֿל ווילט איר פֿון מיר? שעמט אײַך נישט, זאָגט וויפֿל ס׳קומט אײַך. מ׳וועט נישט גיין צום רבֿ. איז וויפֿל קום איך אײַך?"
דער אינסטאָלאַטאָר:
"וויפֿל איר פֿאַרשטייט!"
און אַזוי גייט צו דאָס האַנדלען זיך און ראַנגלען זיך מיט "וויפֿל איר פֿאַרשטייט," אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט, ביז מ׳האַלט בײַם קראַפּירן.
איז מיר די טעג אויסגעקומען צו האַנדלען מיט אַזאַ איינעם, אַ פּאַרשוין וואָס האָט אָנגעשריבן אַ פּאָעמע אויף ענגליש דווקא וועגן מנשה סקולניקן, און מיר אַרויסגעשיקט אַן אויסשניט פֿון אַן ענגלישער צײַטונג, און אײַנגעבעטן זיך בײַ מיר איך זאָל זײַן קונסטווערק איבערזעצן פֿון ענגליש אויף ייִדיש. זאָג איך אים:
"יעווגעני אָניעגעלע, וואָס בין איך עפּעס, אַ פּאָעטעסע? און פֿון ווען אָן בין איך אַ טלומאַטשקע? אַ דאָלמעטשערקע? אַן איבערזעצערקע? וואָס איך קען זיך אַזוי אַוועקזעצן נישט מיר, נישט דיר און איבערזעצן לידער פֿון יעווגעני אָניעגין־הובערגריץ."
זאָגט ער מיר:
"הערט מיך אויס, ליבע פֿרוי. מנשה סקולניק איז אַמאָל געווען אַ ריזעדיקער קאָמעדיאַנט בײַ ייִדן אין אַמעריקע, אַזוינס און אַזעלכעס, אַ צוש. ער האָט געשטעלט אַ רעפּערטואַר אויף ‘סעקאָנד עוועניו,’ אַז מ׳האָט געקענט לעקן די פֿינגער."
זאָג איך אים: "איך שטים אײַן מיט אײַך, גוטער־ברודער. דער סקולניק איז ממש געווען נישט נאָר אַ קאָמעדיאַנט, נאָר אויך אַ פֿילאָסאָף."
"אַזוי גאָר?" האָט יעווגעניטשקע זיך דערפֿרייט. "פֿון ווען אָן איז ער געווען אַ פֿילאָסאָף?"
"פֿון ווען ער האָט אַראָפּגעשאַרצט זײַן היטעלע אויף אַהינטער. אַראָפּגערוקט די אַרבל פֿון זשאַקעטל ביז די עלנבויגן, גענומען זיך וואַקלען אויף די פֿיס און געזונגען: ‘ס׳איז נישט פֿון אויבן און נישט פֿון הינטן, נאָר פּונקט אין דער מיטן.’"
"אַ, יאָ! דער עולם האָט שטאַרק הנאה געהאַט פֿון אים. אָבער איך קען נישט איבערזעצן קיין קאָמעדיאַנטסקע שטיק."
נעמט דער פּאַרשוין און שיקט מיר צו מיט "פֿעד־עקס" זײַן געדיכט אויף ענגליש, און איך, בהמה, זעץ זיך אַוועק און זעץ עס איבער אויף ייִדיש, וואָס לייענט זיך אַזוי:
סקולניק האָט דרײַ זאַכן
וואָס פֿון דעם באַשטייט זײַן לאַכן.
איינס איז טאַלאַנט —
צוויי איז הומאָר —
און דרײַ איז בכלל נישטאָ.

און אַז מ׳האָט ליב אַ יײַכל,
גלעט מען זיך דאָס בײַכל.
לאַכט זשע, ייִדן, אָן אַ סוף,
כ׳זאָג דעם אמת, נישט קיין בלאָף.
גיט מיר כּוח און גיט מיר מוט,
ווײַל מײַן ליד איז באַלד קאַפּוט.
איר זעט, ליבע ייִדן, אַ ייִד אַן אָנשיקעניש. איך געדענק אַז ער איז אַמאָל דווקא געווען אַ וווילער יאַט מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, און געשריבן נישקשהדיקע לידער. אָבער מיט אַ מאָס. ער בלאַגעט מיך איך זאָל אים טאָן די טובֿה און איבערזעצן זײַנע לידער פֿון ענגליש אויף ייִדיש. וואָס זשע טוט מען?
קלינגט ער מיר אָן און זאָגט:
"אַ גאַנץ גוטע אַרבעט, טעכטערל. און אויב דו האָסט שוין יאָ געטאָן אַ ‘גוד דזשאַב’, וויל איך באַצאָלן."
זאָג איך אים:
"וואָס הייסט, דו ביסט חלילה אַראָפּ פֿון די רעלסן? אָנגעוווירן ס׳גלײַכגעוויכט? וויפֿל אַ שטייגער קום איך דיר למשל?"
לאַך איך אַרײַן אין טרײַבל.
ענטפֿערט ער מיר: "וויפֿל דו פֿאַרשטייסט?"
ער נעמט מיך אַרויס פֿון די כּלים. נאָך אַלעמען, דאַרף ער דאָך מיר באַצאָלן. נישט איך אים, רבונו־של־עולם. מאַך איך:
"יעווגעניטשקע. אין וואָס האַנדלט זיך דאָ?"
מאַכט ער: "אין עטשע־פּעטשע־מעטשע מיט אַ סמיטשיק אַריבער."
"אַזוי גאָר? שטוין איך. "דו ווייסט כאָטש אַז איך עטשע־פּעטשע־מעטשע נישט, נאָר ס׳איז מיר גלאַט אינטערעסאַנט, וואָס אַ שטייגער קום איך דיר פֿאַר מײַן צײַט, פֿאַר מײַן מי, פֿאַר מײַן גלייבן אין מענטשן, פֿאַר מײַן נאַיִוויטעט."
זאָגט ער מיר: "וויפֿל דו פֿאַרשטייסט?"
ס׳איז מיר גלאַט געוואָרן קיל אונטער דער פּאַכווע. מיט וועמען האַנדל איך דאָ? און איך קען אים דאָך גאַנץ גוט. געווען אַמאָל אַ גאַנץ פֿײַנער מענטש, אַן אָנשטענדיקער, אַ סאָלידער. איז וווּ איז יענער יעווגעני אַהינגעקומען, אָסור צי איך ווייס. נישט אַנדערש ווי אַראָפּ פֿון גלײַכן.
קום איך צוריק צו דזשיגאַנען און שומאַכערן, וואָס שפּילן אויס אַ סקיצע וואָס איז נישט נאָר קאָמיש, נאָר ס׳עסט זיך אײַן אין די ביינער.
דער לאָקאַטאָר:
"איז וויפֿל קומט אײַך פֿאַר אַ קראַן. צווישן דרײַ און פֿיר, פֿיר און פֿינף, פֿינף און אַכט?"
דער אינסטאָלאַטאָר: "פֿאַר רעפּערירן, אַנדאָלירן, מאַניעקירן. וויפֿל צאָלט מען? ס׳ווענדט זיך, ס׳זײַנען דאָ קליענטן וואָס שאַצן אָפּ יענעמס אַרבעט, און ס׳זײַנען דאָ קליענטן, חזירים, קאַרגע הינט, סקנערעס, וואָס ליגן אויפֿן פּיאַסטער ווי אַ הונט אויף אַ ביין."
דער לאָקאַטאָר: "נו! מאַכט שוין אַ חשבון. גיט מיר אַ פּרײַז..."
דער אינסטאָלאַטאָר: "איז הערט! ס׳זאָל נישט זײַן קיין גערעדעכץ. איר זאָלט נישט זאָגן אַז איך רײַס פֿון אײַך די הויט, וועט איר מיר געבן... וויפֿל איר פֿאַרשטייט."
וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע ייִדן, מיר האָבן זיך געשפּאַרט אַזוי אַ פּאָר שעה צײַט, ביז מ׳איז געקומען צו אַ פּשרה. ער האָט מיר געגעבן הונדערט דאָלאַר פֿאַר מײַן איבערזעצונג, און איך האָב אים צוריקגעשיקט הונדערט דאָלאַר. אַזוי אַז מיר זײַנען געווען קוויט.