פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע סדרה שליסט די סעריע פֿון פֿינף פּרשיות, וווּ עס ווערט דערציילט, ווי אַזוי די ייִדן האָבן אויפֿגעבויט דעם מישכּן. ס׳איז אויך די לעצטע פּרשה אינעם חומש "שמות", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן יציאת־מצרים און דער גײַסטיקער דערפֿאַרונג פֿונעם באַפֿרײַטן ייִדישן פֿאָלק אינעם מידבר.

ווי מיר האָבן דאָס שוין באַטראַכט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, דינט די מעשׂה פֿון יציאת־מצרים ווי אַן אַרכעטיפּ, אַ מוסטער פֿון מענטשלעכער פֿרײַהייט. צוליב דעם, ווערט דער יום־טובֿ פּסח אָנגערופֿן "זמן־חרותינו" — "די צײַט פֿון אונדזער באַפֿרײַונג".

אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר אויפֿגעוויזן, אַז אין אַלע פּרשיות פֿונעם חומש "שמות" שטעקט אַ טיפֿער סאָציאַלער אינהאַלט — אַמאָל בפֿירוש, אַמאָל ברמז. די פֿאָריקע וואָך האָבן מיר געלייענט די פּרשה "ויקהל", וווּ עס ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן, און האָט זיי געוואָרנט, אַז זיי טאָרן נישט בויען דעם מישכּן אום שבת. בעת דער מלאכת־המישכּן האָבן די ייִדן געוויזן, אַז אַ בשותּפֿותדיקע טעטיקייט, מיט אַחדות און ברודערשאַפֿט, איז מסוגל צו פֿאַרוואַנדלען די גשמיותדיקע וועלט אין אַ היים פֿאַר דער הייליקער שכינה, און אויפֿצוהייבן די מענטשלעכע נשמה צו איר ג־טלעכן שורש.

פֿונדעסטוועגן, איז דאָס "מעכאַנישע" אַחדות צוליב אַ גשמיותדיקער געמיינזאַמער אַרבעט נישט גענוג. הגם רבי פּינחס־אליהו האָראָוויץ, דער מחבר פֿונעם "ספֿר־הברית", רבי יהודה־לייב אַשלג, דער מחבר פֿונעם גרויסן קבלה־ווערק "הסולם", און אַנדערע צדיקים, באַטאָנען, אַז די ליבשאַפֿט און אַחדות צווישן אַלע מענטשן איז אַ שליסל צום רוח־הקודש, דאַרף מען דאָך אויך שטרעבן צו עפֿענען מיט דעם דאָזיקן שליסל די טיר צו רוחניות. דערפֿאַר, טאָר מען נישט מחלל זײַן שבת אַפֿילו צוליב אַזאַ וויכטיקער אַרבעט, ווי מלאכת־המישכּן. דער צוועק פֿונעם מענטשלעכן אַחדות איז מנוחת־הנפֿש און מנוחת־הגוף. די מענטשן זאָלן אַרבעטן צוזאַמען, כּדי צו ברענגען דעם תּיקון־העולם — "יום שכּולו שבת", ווי עס ווערט אָנגערופֿן די גײַסטיק־באַפֿרײַטע און דערהויבענע גאולה־וועלט.

די הײַנטיקע פּרשה הייסט "פּקודי" — "חשבונות". משה רבינו האָט אויסגערעכנט דאָס געזאַמלטע גאָלד, זילבער, קופּער און אַנדערע מאַטעריאַלן; די קונסט־מײַסטערס בצלאל און אָהליאָבֿ מיט זייערע געהילפֿן האָבן געשאַפֿן די ספּעציעלע בגדים פֿאַר די כּהנים. מע האָט צונויפֿגעשטעלט דעם מישכּן און משה האָט אים געזאַלבט מיט אַ ספּעציעלן אייל. ער האָט אויך צוגעגרייט אַהרן־הכּהן און זײַנע קינדער צו זייער עבֿודה אינעם מישכּן, דורך אַ ספּעציעלן איניציאַציע־ריטואַל. איבערן מישכּן האָט זיך באַוויזן אַ הייליקער שכינה־וואָלקן, ווי אַ סימן פֿון דעם, וואָס די ייִדן האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ "היים" פֿאַרן אייבערשטן אין עולם־הזה, דורך זייער בשותּפֿותדיקער אַרבעט.

די תּורה גיט אונדז איבער, אַז דער מישכּן איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דעם ערשטן טאָג פֿונעם חודש ניסן — אַ יאָר נאָך יציאת־מצרים. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, ווערט ניסן — דער חודש, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט זיך באַפֿרײַט פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ — באַטראַכט ווי דער אמתער אָנהייב פֿונעם וועלט־באַשאַף. די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן צוליב דעם באַפֿרײַטן גײַסטיק־דערהויבענעם מענטש.

דער חומש "שמות" הייבט זיך אָן מיט יציאת־מצרים, וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם חודש ניסן, און פֿאַרענדיקט זיך מיט אַן אַנדער חודש ניסן, אין אַ יאָר אַרום, ווען דער מישכּן — אַ סימבאָל פֿון בשותּפֿותדיקער ברידערלעכער עבֿודה און אַ גאַנצער היפּוך פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ — איז אויפֿגעשטעלט און געהייליקט געוואָרן. בדרך־כּלל, פֿאָלגט נישט די תּורה דעם כראָנאָלאָגישן סדר פֿון געשעענישן — "אין מוקדם און מאוחר בתּורה". אַ שפּעטערדיקע מעשׂה קומט אַמאָל פֿאַר אַ פֿריִערדיקער, צוליב פֿאַרשיידענע אַסאָציאַטיווע פֿאַרבינדונגען. אין דעם פֿאַל, אָבער, זעען מיר טאַקע, אַז דער גאַנצער חומש "שמות" דרייט זיך אַרום דעם חודש ניסן — דאָס הייסט, אַלעגאָריש גערעדט, אַרום דער אידעע פֿון באַפֿרײַונג און אַחדות.

דער הײַנטיקער שבת טראָגט אַ ספּעציעלן נאָמען — "שבת־שקלים". מע לייענט בײַם מפֿטיר די אָנהייב־פּסוקים פֿון אַ פֿריִערדיקער פּרשה, וווּ עס ווערט דערציילט, ווי יעדער ייִד האָט מנדבֿ געווען אַ האַלבן זילבערנעם שקל פֿאַרן מישכּן. ס׳איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז דאָס זילבער האָט אין דעם פֿאַל גאָרנישט צו טאָן מיט געשעפֿטן און מאַרק־באַציִונגען; פּונקט פֿאַרקערט, אַלע ייִדן האָבן אָפּגעגעבן אַ טייל פֿון זייער פֿאַרמעגן לשם־שמים, פֿאַר אַ געמיינזאַמען ריין־גײַסטיקן צוועק, ווי אַ כּפּרה פֿאַר דער עבֿודה־זרה פֿונעם גאָלדענעם קאַלב. דער געזאַמלטער סכות — אַ האַלבער, און נישט אַ גאַנצער שקל — סימבאָליזירט דעם קאָאָפּעראַטיוון אופֿן פֿון דער אַרבעט איבערן מישכּן.

אַ מענטש איז בעצם אַ סאָציאַלע באַשעפֿעניש; ווי עס ווערט דערקלערט אינעם "ספֿר־הברית", זענען אין יעדער זאַך, וואָס מיר מאַכן אָדער נוצן אויס, באַהאַלטן די כּוחות פֿון אומצאָליקע מענטשן. למשל, ווען מיר טוען אָן אַ בגד, האָבן אַ סך מענטשן, במשך פֿון אַ סך דורות, געמוזט צוטראַכטן כּלערליי חכמות און מכשירים, צוצוגרייטן די וועגן און פֿעלדער, באַזעצן דאָס לאַנד. צוליב דעם, קאָנען הײַנט אַנדערע מענטשן פֿאַרפֿלאַנצן דעם באַוול און אַראָפּנעמען די גערעטעניש אין איין פּלאַץ, מאַכן דערפֿון פֿעדעם אין אַ צווייטן, מאַכן פֿון זיי אַ געוועב אין אַ דריטן, צונויפֿנייען אַ בדג אין אַ פֿערטן, ברענגען עס אין אַ פֿינפֿטן.

אויב מע טראַכט זיך גוט אַרײַן, זענען אַלע טיילן פֿון דער מענטשלעכער געזעלשאַפֿט טיף פֿאַרבונדן. בלויז דורך בשותּפֿותדיקער טעטיקייט פֿון אַ סך מענטשן, באַקומט אַ "גאַנצער שקל" — עפּעס אַ גאַנצקייט. הגם אין דער צײַט, ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, איז די וועלט, מסתּמא, נישט געווען אַזוי צונויפֿגעבונדן, ווי הײַנט, איז די דאָזיקע קאָנצעפּציע אויסגעדריקט געוואָרן אויפֿן בולטסטן אופֿן בעת דער אַרבעט איבערן מישכּן.

דאָס מיינט אָבער נישט, חלילה, אַז בלויז די בשותּפֿותדיקע עבֿודה פֿון רבים האָט אַן אמתע ווערט. פּונקט פֿאַרקערט: די גאַנצע מלאכת־המישכּן האָט זיך געווענדט אין דער טעטיקייט פֿון יעדן יחיד. אַדרבה, די זעלבע מעשׂה אין דער תּורה גיט אונדז צו וויסן, אויך אויפֿן בולטסטן אופֿן, ווי גרויס עס איז די ווערט פֿון יעדן באַזונדערן מענטש. אויב אַפֿילו דער קלענסטער פּרט פֿון די געזאַמלטע מאַטעריאַלן און פֿאַראייניקטע כּוחות וואָלט געפֿעלט, וואָלט דער מישכּן נישט געקאָנט פֿונקציאָנירן — די הייליקע שכינה וואָלט דאָרטן נישט גערוט.

פּאַראַדאָקסיש, איז די וויכטיקייט פֿון אַ יחיד און פֿון די רבים ממש די זעלבע זאַך. אין דער געזעלשאַפֿט קאָן נישט רוען די הייליקע שכינה, אויב מע באַציט זיך נישט מענטשלעך צו יעדן אָדער ווען יעדער יחיד זאָרגט זיך נישט וועגן אַלעמען.

ס׳איז סימבאָליש, אַז די ערשטער פּרשה אינעם צווייטן טייל פֿונעם חומש, וועלכע מיר פֿאַרענדיקן צו לייענען די וואָך, הייסט "שמות" — "נעמען", און די לעצטע, "פּקודי" — "חשבונות". כּדי צו אַנטפּלעקן די שכינה אין דער וועלט דורכן אַחדות פֿון די רבים, מוז מען אַרײַננעמען אינעם חשבון אויך יעדן יחיד, מיט זײַן באַזונדערן נאָמען און פּערזענלעכקייט.