פּערזענלעכקײטן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סעמיאָן יושקעוויטש (זיצט דער צווייטער פֿון לינקס) מיט זײַנע פֿרײַנד אין יאַלטע
סעמיאָן יושקעוויטש (זיצט דער צווייטער פֿון לינקס) מיט זײַנע פֿרײַנד אין יאַלטע

די שטאָט אָדעס פֿאַרנעמט אַ גאָר באַזונדער אָרט אין דער געשיכטע פֿון דרײַ ליטעראַטורן׃ דער רוסישער, ייִדישער און העברעיִשער. אָדעס איז געווען סײַ דאָס וווינאָרט פֿון די מחברים, וואָס האָבן שפּעטער באַקומען אַ קאַנאָנישן סטאַטוס, ווי קלאַסיקער פֿון די געהעריקע ליטעראַטורן — מענדעלע, שלום־עליכם, ביאַליק, ראַווניצקי, באַבעל, בונין און אַנדערע — און סײַ די בינע, אויף וועלכער עס האָבן זיך אַנטפּלעקט די האַנדלונגען פֿון זייערע ווערק.

אָדעס איז אויך געווען דער צענטער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור. די דאָזיקע ליטעראַטור איז געבוירן געוואָרן דווקא אין אָדעס, אין דער מיט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. איר "זיידע" איז געווען אָסיפּ ראַבינאָוויטש, דער רעדאַקטאָר פֿונעם ערשטן ייִדישן זשורנאַל אויף רוסיש "ראַסצוועט" (באַגינען). ראַבינאָוויטש האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער רוסישער ליטעראַטור דעם אייגנאַרטיקן אָדעסער דיאַלעקט, וועלכער האָט אין זיך אַרײַנגעזאַפּט ייִדישע, אוקראַיִנישע, פּוילישע, פֿראַנצויזישע, איטאַליענישע, גריכישע ווערטער און אויסדרוקן.

אויף רוסיש איז די ייִדישע אָדעס פֿאַראייביקט געוואָרן אין די ווערק פֿון בן־עמי, וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי, איסאַק באַבעל און אַנדערע מחברים. אָבער דער סאַמע פֿרוכטבאַרער צווישן זיי איז געווען סעמיאָן יושקעוויטש (1868—1927). הײַנט ווערט זײַן נאָמען דערמאָנט, דער עיקר, אין שײַכות מיט באַבעלן, ווי אַ פֿאַרגעסענער פֿאָרגייער פֿון אָט דעם וועלט־באַרימטן באַשאַפֿער פֿון די טיפּן פֿון דער אָדעסער אונטערוועלט.

די דאָזיקע אונטערוועלט איז געווען די הויפּט־טעמע פֿון יושקעוויטשעס שאַפֿונג. זײַן ליטעראַרישע קאַריערע האָט זיך אָנגעהויבן אין 1897 מיט דער פּובליקאַציע פֿון דער דערציילונג "דער שנײַדער" אין איינער פֿון די גרעסטע רוסישע צײַטשריפֿטן. צווישן זײַנע אָפּשאַצער זײַנען געווען באַרימטע רוסישע שרײַבער, אַזעלכע ווי קאָראָלענקאָ און גאָרקי. אַ דאַנק זייער שטיצע, איז יושקעוויטש אין גיכן באַקאַנט געוואָרן אין דער רוסישער ליטעראַטור. סטיליסטיש איז ער געווען נאָענט צו גאָרקיס "האַרבן רעאַליזם". אָבער דעם שטאָף פֿאַר זײַנע ראָמאַנען, דערציילונגען און פּיעסעס האָט יושקעוויטש געשעפּט פֿונעם לעבן פֿון דעם ייִדישן אָדעסער "דנאָ".

די שאַרפֿע נאַטוראַליסטישע באַשרײַבונגען פֿונעם ייִדישן לעבן האָבן יושקעוויטשן געשאַפֿן אַ שלעכטן שם צווישן די ייִדישע קריטיקער, וואָס האָבן אים צומאָל באַשולדיקט אין ייִדישן "זעלבסטהאַס". אייגנטלעך, האָט יושקעוויטש זיך ניט געהאַלטן פֿאַר אַ "רוסיש־ייִדישן" שרײַבער. ער האָט זיך אָנגערופֿן "אַ רוסישער שרײַבער פֿון דער ייִדישער טעמע". די צענטראַלע עטישע טענדענץ פֿון זײַנע ווערק איז געווען צו אילוסטרירן דעם צעפֿאַל פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטייגער; די מאָראַלישע ירידה פֿון מענטשן, וואָס פֿאַלן אַרײַן אין אַ שווערער מאַטעריעלער נויט. יושקעוויטש האָט משפּיעה געווען ניט נאָר אויף דער רוסישער ליטעראַטור, נאָר אויך אויף יונגע ייִדישע שרײַבער. זײַנע דראַמעס, וואָס מען האָט געשפּילט מיט גרויס דערפֿאָלג אין די בעסטע רוסישע טעאַטערס, האָבן מסתּמא אינספּירירט דעם יונגן שלום אַש צו ווענדן זיך צו אַזעלכע "הייסע" טעמעס ווי פּראָסטיטוציע און גנבֿים. אַש האָט געפֿונען זײַן שטאָף אין וואַרשע, אָבער ער האָט אים פֿאָרגעשטעלט לויטן אָדעסער ליטעראַרישן שטייגער.

נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע האָט יושקעוויטש פֿאַרלאָזט סאָוועט־רוסלאַנד, אָבער צו געפֿינען אַ נײַע היים איז אים אָנגעקומען שווער. אַ צײַט האָט ער געלעבט אין בערלין; צוויי מאָל באַזוכט אַמעריקע, וווּ מען האָט געשפּילט זײַנע פּיעסעס אינעם ייִדישן טעאַטער, און סוף־כּל־סוף, האָט ער אויסגעקליבן פּאַריז — די שטאָט, וווּ ער האָט שטודירט מעדיצין אין זײַן יוגנט.

זײַן טויט אין 1927 האָט אויפֿגעוועקט אַ געוויסן אינטערעס צו זײַן לעבן און שאַפֿונג אין דער ייִדישער סבֿיבֿה. אין פּאַריז איז געשאַפֿן געוואָרן אַ ספּעציעלער "קאָמיטעט צו פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון ס. יושקעווישט", וואָס האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע ווערק זײַנע אין ייִדישע איבערזעצונגען, באַגלייט מיט אַרײַנפֿירן פֿון באַקאַנטע ייִדישע קריטיקער, ווי אַבֿרהם קאָראַלניק און וולאַדימיר גראָסמאַן. ביידע קריטיקער, יעדער אויף זײַן אופֿן, האָבן רעווידירט די נעגאַטיווע אָפּשאַצונג פֿון יושקעוויטשעס שאַפֿונג. גראָסמאַן האָט אַנטדעקט אין יושקעוויטשעס פּראָזע "פֿאַרבאָרגענע ליבע צו זײַנע העלדן", וואָס גייען אונטער אין די אוממענטשלעכע לעבנס־באַדינגונגען פֿון דער גרויסער שטאָט. די נײַע אָפּשאַצונג פֿון יושקעוויטשן ווי אַ כראָניקער פֿון ייִדישער גרויס־שטאָטישער אָרעמשאַפֿט, שפּיגלט אָפּ די ענדערונגען אינעם וועלטבאַנעם פֿון דער ייִדיש־רעדנדיקער אינטעליגענץ אין משך פֿון די ערשטע פּאָר יאָרצענדליק פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. מען האָט מער ניט דערוואַרט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אַז זי זאָל שילדערן דאָס שטעטל מיטן טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטייגער. איצט האָט מען געשעצט גרויסע, עפּישע שילדערונגען פֿון ייִדישן לעבן, בפֿרט אַז דאָס דאָזיקע לעבן האָט שוין געהאַלטן בײַם פֿאַרשווינדן. נאָך די שאַרפֿע בילדער פֿון דער ייִדישער אונטערוועלט, וואָס עס האָבן געשאַפֿן שלום אַש און איטשע־מאיר ווײַסנבערג, יוסף אָפּאַטאָשו און עוזר וואַרשאַווסקי, האָבן יושקעוויטשעס נאַטוראַליסטישע שילדערונגען אויסגעזען גאַנץ מילד. יושקעוויטש האָט "דערפֿילט זײַן פֿאָלק, זײַנע לײַדן, זײַנע חלומות, זײַנע האָפֿענונגען" (וולאַדימיר גראָסמאַן). זײַן נאָוועלע "ייִדן" איז, לויט גראָסמאַנען, דער אָנהייב פֿון דער גרויסער עפּיק פֿונעם ייִדישן לעבן, וואָס יושקעוויטש האָט געהאַלטן אין איין שאַפֿן זײַן גאַנץ לעבן. דורך די ייִדישע איבערזעצונגען האָט מען בדעה געהאַט "אומצוקערן" יושקעוויטשן דעם ייִדישן פֿאָלק און דער ייִדישער ליטעראַטור׃ "הײַנט, ווען מען לייענט די 'ייִדן’ אויף ייִדיש און מען קוקט אַרײַן טיף אין דעם אורקוואַל פֿון דעם דיכטערס ייִדישער שאַפֿונג, דערזעט מען ערשט, ווי פֿעסט און שטאַרק ער איז געווען צונויפֿגעוואַקסן מיטן ייִדישן פֿאָלק, ווי פֿײַן ער האָט געפֿילט און אָפּגערופֿן זיך אויף דער ייִדישער פֿאָלקס־נשמה." די איבערזעצונג פֿון יושקעוויטשעס ווערק אויף ייִדיש איז פֿאַר גראָסמאַנען געווען אַ טייל פֿון אַ גרעסערן פּראָיעקט פֿון מאַכן די "ייִדישע וועלט־ליטעראַטור אין אַלערליי שפּראַכן" צוטריטלעך פֿאַרן ייִדישן עולם, "כּדי דאָס אייגענע פֿאָלק זאָל קענען פֿון איר געניסן אַזוי פֿיל וויפֿל עס געניסן פֿון זיי די פֿרעמדע." גאָר אַנדערש האָט אָפּגעשאַצט יושקעוויטשן קאָראַלניק׃ "יושקעוויטש האָט ניט געשאַפֿן קיין איין ייִדישן טיפּ [...] ער איז געווען דורך און דורך אַ רוסישער שריפֿטשטעלער מיט רוסישע מאָטיוון, מיט אַ רוסישן קוק אויף דעם לעבן." ערשט אין דעם לעצטן ווערק זײַנעם, דעם ראָמאַן "עפּיזאָדן", וואָס איז אַרויס נאָך דער רעוואָלוציע, האָט יושקעוויטש געפֿונען זײַן אייגענע שטים און זײַן אייגענעם סטיל, "די פֿאָרמלאָזיקייט, די כאַאָטישקייט אין אינהאַלט, דער פֿאַקט אַרויסגענומען פֿון דער ווירקלעכקייט". דווקא אַזאַ מין מאָדערניסטישער סטיל איז געווען צום בעסטן צוגעפּאַסט פֿאַרן שילדערן דאָס רוסישע לעבן בעת דער רעוואָלוציע און דעם בירגער־קריג. און דווקא אין פּאַריז, "אָפּגעשניטן פֿון זײַן הויז, האָט יושקעוויטש אַנטדעקט אין זיך — זיך אַליין."

די צוויי קעגנזײַטיקע אָפּשאַצונגען פֿון יושקעוויטשן דורך צוויי ייִדישע קריטיקער שפּיגלען אויך אָפּ די צוויי טענדענצן אין דער ייִדישער ליטעראַטור. איין ליניע פֿירט פֿון שלום־עליכמס באַגריף פֿון "פֿאָלקס־ליטעראַטור" דורך פּרצן און זשיטלאָווסקין, דורך דער פּראָגראַם פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ צו דעם אַרומנעמיקן פּראָיעקט פֿון איבערזעצן אויף ייִדיש די גאַנצע קולטורעלע ירושה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. די צווייטע ליניע הייבט זיך אָן שפּעטער, אין דער מאָדערניסטישער תּקופֿה, מיט בערגעלסאָן און דער נסתּר, און שטעלט דאָס עסטעטישע ווערט העכער פֿונעם נאַציאָנאַלן באַטײַט. אינטערעסאַנט, וואָס דווקא דער רוסיש־ייִדישער מחבר סעמיאָן יושקעוויטש האָט געקאָנט דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר ביידע קאָנצעפּציעס.