אַז מע ברענגט פּורים שלח־מנות פֿאַר דער משפּחה און פֿרײַנד, איז תּמיד גוט אַרײַנצולייגן אַ שטיקל היימיש געבעקס. אָבער אַנשטאָט די געוויינטלעכע המן־טאַשן, פּרוּווט הײַיאָר אויס דעם רעצעפּט פֿאַר מאָן־לעקעך. די מעלה פֿון דעם רעצעפּט ליגט אין דעם וואָס ער ניצט ווייניקער פֿעטס ווי דער טראַדיציאָנעלער מאָן־לעקעך, אָבער איז נאָך אַלץ געשמאַק.
1/3 טעפּל מאָן־קערעלעך
1 לעפֿל צעריבן לימענע־שאָלעכץ
1 טעפּל מילעך מיט בלויז 2% פֿעטס
2 אייער
1/2־1 טעפּלעך צוקער
2 טעפּלעך מעל
1/2־2 לעפֿעלעך באַק־פּראָשיק
1/2 לעפֿעלע צימערינג
1/4 לעפֿעלע מושקאַט
3/4 טעפּל קאַנאָלאַ־בוימל
1 לעפֿעלע וואַניל
1 לעפֿעלע מאַנדלסענץ (almond extract)
מישט צונויף אין אַ שיסעלע די מאָן־קערעלעך, צעריבענע לימענע־שאָלעכץ און מילעך. שטעלט אין אײַזקאַסטן 1 שעה אָדער איבערנאַכט.
הייצט אָן דעם אויוון ביז 350 גראַד (177 צעלזיוס). באַדעקט אַ ברויטבעקן מיט וואַקספּאַפּיר.
אין אַ גרויסער שיסל צעקלאַפּט גוט די אייער און צוקער, און דערנאָך מישט אַרײַן דעם בוימל, וואַניל און מאַנדלסענץ.
אין אַ באַזונדערער שיסל זיפּט צונויף די מעל, באַקפּראָשיק, צימערינג און מושקאַט. שיט דאָס מעל־געמיש און מאָן־געמיש אַרײַן אין דער שיסל מיט די אייער. גיסט עס אַלץ אַרײַן אין ברויטבעקן.
באַקט עס צווישן 1 און 1/4־1 שעה. ווען דאָס לעקעך איז אין גאַנצן טרוקן פֿון אויבן, נעמט עס אַרויס פֿון אויוון, אָבער לאָזט עס אין בעקן 5 מינוט. דערנאָך קערט עס איבער אויף מעטאַלענע גראַטעס און לאָזט עס זיך דאָרט אָפּקילן.