- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿאַר אַ סך לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" איז דוד כּ״ץ (פֿריִער דוד קאַץ און צו מאָל הירשע-דוד מעינקעס) ניט קיין פּנים-חדשות. ס׳איז געווען אַ צײַט, ווען ער האָט זיך געשניטן אויף אַ פֿירנדיקן ייִדישן שפּראַך-קענער, אָבער איצט איז שוין שווער צו דערמאָנען זיך, ווען ס׳איז אַרויס זײַן לעצטע באמת וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעט. דערנאָך האָט ער זיך געשניטן אויף אַ ייִדישן שרײַבער, געדרוקט ביכער, באַקומען ליטעראַרישע אויסצייכענונג, אָבער דאָס איז אויך, דאַכט זיך, געבליבן אין דעם עבֿר. אַ מענטש פֿון אַ סך כּישרונות, האָט ער ניט קיין איין וויכטיקן טאַלאַנט, צי פּשוט אַ פֿעיִקייט, צו פֿאַרשטיין אַ מאָס אין זײַנע באַציִונגען מיטן כּלל און מיט אַ יחיד. די צײַטן פֿון דער גרויסער עליה, בפֿרט פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, איז שוין אַן ענין פֿאַר היסטאָריקער און סאָציאָלאָגן. הײַנט קומען אויך טויזנטער לײַט פֿון יענע מקומות, בערך 7.5 טויזנט זײַנען אָנגעקומען אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, אָבער פֿון דער צוטריטלעכער אינפֿאָרמאַציע איז גאָר ניט קלאָר, אויף וויפֿל זיי קענען בכלל זײַן באַשריבן מיטן טערמין "עולים". איינער אַזאַ "עולה" האָט דעם זומער פֿאַרבראַכט אַ וואָך בײַ אונדז אין ענגלאַנד. זייער אַ וווילער יאַט, אַ קינד פֿון אַן אַלטן חבֿר מײַנעם. ער איז אַוועק פֿון אוקראַיִנע מיט אַ פּאָר יאָר צוריק, נאָכן פֿאַרענדיקן אַן אוניווערסיטעט, און האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל. אַ פֿעיִקער פּראָגראַמיסט, האָט ער זיך זייער גוט אײַנגעאָרדנט. אָבער מיט ישׂראל האָט דער יונגערמאַן, אין תּוך אַרײַן, זייער ווייניק קאָנטאַקטן. ער איז, פֿאַקטיש, ניט קיין ייִד — נאָר איין זיידע זײַנער, מײַן חבֿרס פֿאָטער, איז געווען אַ ייִדישער. קיין העברעיִש קען ער נאָך אַלץ כּמעט ניט, ווײַל די אַרבעט ווערט געפֿירט אין גאַנצן אויף ענגליש, בשותּפֿות מיט אַן אַמעריקאַנער פֿירמע, און נאָך דער אַרבעט דרייט ער זיך צווישן רוסיש-רעדנדיקע פֿרײַנד. דאָס חזרט זיך איבער יעדעס יאָר: רײַכע לײַט, באַקאַנטע פּאָליטיקער און פֿירנדיקע אינטעלעקטואַלן קלײַבן זיך צונויף אין דעם בילד-שיינעם שווייצער שטעטל דאַוואָס. צו ווערן אַ מיטגליד פֿון דער עליטאַרער דאַוואָסער מחנה איז ניט גרינג. קודם-כּל, מוז מען קריגן אַ פֿאַרבעטונג צי אַ רעקאָמענדאַציע. דערצו קאָסט עס גרויסע געלטער — מע דאַרף זיך צעבײַטלען ניט ווייניקער ווי אויף אַ הונדערט טויזנט דאָלאַר. סײַדן, עס צאָלט פֿאַר דעם אַלץ די מלוכה אָדער די פֿירמע, וואָס שיקט אַהין. די אידעע פֿון אַזאַ יערלעכער צונויפֿקומעניש איז אײַנגעפֿאַלן דעם פּראָפֿעסאָר פֿון עקאָנאָמיע קלאַוס שוואַב — אַ געבוירענער אין דײַטשלאַנד, וווינט ער שוין לאַנג אין דער שווייץ. דעם 20סטן נאָוועמבער איז געוואָרן 65 יאָר זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן דער נירנבערגער פּראָצעס איבער די צענטראַלע פֿיגורן אין היטלערס נאַציסטישער מלוכה. הײַיאָר איז די דאָזיקע דאַטע אָפּגעמערקט געוואָרן דורך דער עפֿענונג פֿון אַ מוזיי אין דער זעלבער געבײַדע, וווּ אין משך פֿון עלף חדשים זײַנען דורכגעגאַנגען זיצונגען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן געריכט. צו עפֿענען דעם מוזיי זײַנען קיין נירנבערג געקומען די אויסערן-מיניסטאָרן פֿון דײַטשלאַנד און רוסלאַנד, ווי אויך פֿאָרשטייער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, גרויס-בריטאַניע און פֿראַנקרײַך. דער דײַטשישער מיניסטער, גידאָ וועסטערוועלט, האָט גערעדט, בפֿרט, וועגן דער אַנומלטיקער "נאַטאָ"-באַגעגעניש אין ליסאַבאָן ווי אַ באַווײַז, אַז די אַמאָליקע שׂונאים זײַנען געוואָרן שותּפֿים און פֿרײַנד. דאָס דאָרף קאַטין אין דער סמאָלענסקער געגנט פֿון רוסלאַנד האָט געגעבן דעם נאָמען איינעם פֿון די פֿאַרברעכנס פֿונעם סטאַליניסטישן רעזשים — די פּלאַנמעסיקע הריגה פֿון אַריבער צוואַנציק טויזנט פּוילישע אָפֿיצירן. די דאָזיקע מיליטערלײַט זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין געפֿענקעניש אין סעפּטעמבער 1939, נאָך דער סאָוועטישער אינוואַזיע אויף פּוילן, אָרקעסטרירט לויטן מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ-פּאַקט. דער ציל פֿון דער מאַסן-הריגה, אין פֿרילינג-זומער 1940, איז געווען צו ליקווידירן דעם טראַכטנדיקן שיכט פֿון דער פּוילישער באַפֿעלקערונג; דאָס הייסט, די מענטשן, וועלכע וואָלטן ניט מסכּים געווען צו דינען געטרײַ די קאָמוניסטן. טערקן זעט מען אין דײַטשלאַנד אומעטום. מיט אַ וואָך צוריק האָב איך פֿאַרבראַכט דרײַ טעג אין בערלין, וווּ צווישן די 3.5 מיליאָן הויפּט־שטאָטישע תּושבֿים וווינען נאָענט צו 120 טויזנט טערקן (וואָס פֿאַלט, אַגבֿ, מער אָדער ווייניק צונויף מיט דער צאָל ייִדן, וועלכע זײַנען געקומען פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און האָבן זיך באַזעצט אין בערלין). די טערקן אַרבעטן אין פֿאַרשיידענע אַנשטאַלטן און געשעפֿטן; אָבער די טענה צו זיי בלײַבט תּמיד די זעלבע, דהײַנו: זיי אינטעגרירן זיך שוואַך אין דעם דײַטשישן הויפּט־שטראָם. דאָס טערקישע זײַטל אין דער דײַטשישער דעמאָגראַפֿישער געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן מיט 49 יאָר צוריק, ווען דײַטשלאַנד און טערקײַ האָבן דעם 30סטן אָקטאָבער 1961 אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, וועלכער האָט דערלויבט צו רעקרוטירן טערקישע אַרבעטער פֿאַר דער גיך וואַקסנדיקער דײַטשישער עקאָנאָמיע. מאָדנע און, אַ פּנים, וויכטיקע פּראָצעסן קומען פֿאָר אין די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד. ס׳איז גאָר ניט קלאָר, צי ווײַסרוסלאַנד איז בכּוח אויסצולעבן עקאָנאָמיש אָן דער שטיצע, וועלכע די מדינה באַקומט פֿון רוסלאַנד, דער עיקר — דורך נידעריקע פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז. די דאָזיקע שטיצע האָט ווייניק צו טאָן מיט אַלטרויִזם. רוסלאַנד נייטיקט זיך אין דעם ווײַסרוסישן דרך פֿאַר זײַן עקספּאָרט פֿון נאַפֿט און גאַז אין אייראָפּע. ווײַסרוסלאַנד איז ניט ווייניקער, און אפֿשר אַפֿילו מער, וויכטיק פֿאַר רוסלאַנד ווי די "ברידערלעכע מדינה", וווּ מע רעדט די זעלבע שפּראַך און וווּ, בכלל, די גאַנצע קולטור איז זייער ענלעך אויף דער רוסישער. די זומערדיקע שׂרפֿה אין יאָר 1972 האָט זיך מיר גוט פֿאַרגעדענקט. איך האָב דעמאָלט אַ חודש צײַט פֿאַרבראַכט אין לענינגראַד (די שטאָט האָט נאָך, פֿאַרשטייט זיך, געטראָגן דעם סאָוועטישן נאָמען), געוווינט מיט עטלעכע אַנדערע סטודענטן אין אַ בוידעם-שטיבל אין סאַמע צענטער, וווּ אַפֿילו בײַ נאַכט איז געווען ווי אין אַ שוויצבאָד. פֿון לופֿטקילערס איז ניט געווען וואָס צו רעדן. אין גערעדטן רוסיש פֿון יענער צײַט האָט מען אַפֿילו ניט גענוצט קיין ווערטער, וועלכע באַשרײַבן די קילער־סיסטעמען. אין האַרבסט 1941 האָבן די דײַטשן געשאַפֿן אַ שול פֿאַר עס־עס-מערדער, וועלכע מע האָט רעקרוטירט צווישן געפֿאַנגענע סאָוועטישע זעלנער. די שול, Ubungslager SS, האָט זיך געפֿונען אויף דער טעריטאָריע פֿון אַ צוקער-זאַוואָד, אין טראַווניקי, וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון דער פּוילישער שטאָט לובלין. די דאָזיקע שול האָט צוגעגרייט עטלעכע טויזנט לײַט (מע האָט זיי אָפֿט מאָל גערופֿן "טראַווניקיס"), וואָס האָבן דערנאָך געטרײַ געדינט די דײַטשן, בפֿרט ווי שומרים אין קאָנצענטראַציע-לאַגערס. איינער פֿון די "טראַווניקיס", איוואַן דעמיאַניוק, ווערט איצט געמישפּט אין מינכן. זשורנאַליסטן טענהן שוין לאַנג וועגן דעם שרעקלעכן זומפּ, אין וועלכן עס געפֿינט זיך די גאַנצע מיליטערישע אָפּעראַציע אין אַפֿגאַניסטאַן. ניט געקוקט אויף אַלע באַמיִונגען און די טויזנטער מיליטער־לײַט, געשיקט אַהין צוליב אַ נעפּלדיק פֿאָרמולירטן ציל, ווערט דער מצבֿ נאָר ערגער און ווײַזט ניט קיין סימנים פֿון פֿאַרבעסערן זיך. אָבער די אַמעריקאַנער, בריטישע און אייניקע אַנדערע מלוכישע פֿירער פֿאַלן בײַ זיך ניט אַראָפּ (אָדער מאַכן אַן אָנשטעל, אַז אַלץ איז גוט) און האַלטן אין איין רעדן וועגן "איבערגעבן" אַלץ אין די הענט פֿון דער אַפֿגאַנישער אַרמיי, כאָטש מע זעט ניט, ווי אַזוי די דאָזיקע אַרמיי קען קאָנטראָלירן דאָס לאַנד. ס׳איז דאָך גוט באַוווּסט, אַז מחוץ דער הויפּטשטאָט, קאַבול, האָט די רעגירונג פֿון פּרעזידענט קאַרזײַ זייער אַ קליינע השפּעה. דעם 28סטן יוני 1940, מיט 70 יאָר צוריק, האָט רומעניע געמוזט זיך צעשיידן מיט בעסאַראַביע און בוקאָווינע. בעסאַראַביע איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע נאָך דער טערקיש-רוסישער מלחמה אין 1806—1812, אָבער נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה און דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָט דעם שטח איבערגענומען רומעניע. אידעאָלאָגיש, האָט מען דעמאָלט געטענהט, אַז די מאָלדאָוואַנער און די רומענער האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איין פֿאָלק. איך האָב שוין אין משך פֿון צוויי חדשים ניט געהאַלטן אין די הענט קיין "לעבעדיקן" נומער פֿון "ניו-יאָרק טײַמס" צי פֿון אַן אַנדער אַמעריקאַנער צײַטונג. אָבער דורך אינטערנעץ קען איך, פֿון דער אַנדערער זײַט פֿון אַטלאַנטיק, אַרײַנקוקן אין דעם אינהאַלט פֿון דער ניו-יאָרקער פּרעסע. אפֿשר דאַכט זיך עס מיר פֿון דער ווײַטנס, אָבער בײַ מיר האָט זיך דערווײַל געשאַפֿן אַ מיינונג, אַז אין ענגלאַנד האָט מען זיך אַפֿילו מער ווי אין אַמעריקע פֿאַראינטערעסירט מיט דעם מנין לײַט, וועלכע ווערן באַשולדיקט אין שפּיאָנירן (אָדער, לכל-הפּחות, זײַן גרייט צו שפּיאָנירן) לטובֿת רוסלאַנד. |