פֿאַרשײדנס
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נאַצי־זעלנער אין טויט־לאַגער בעלזעץ, 1942
נאַצי־זעלנער אין טויט־לאַגער בעלזעץ, 1942
Credit: Yad Vashem

אין האַרבסט 1941 האָבן די דײַטשן געשאַפֿן אַ שול פֿאַר עס־עס-מערדער, וועלכע מע האָט רעקרוטירט צווישן געפֿאַנגענע סאָוועטישע זעלנער. די שול, Ubungslager SS, האָט זיך געפֿונען אויף דער טעריטאָריע פֿון אַ צוקער-זאַוואָד, אין טראַווניקי, וואָס געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון דער פּוילישער שטאָט לובלין. די דאָזיקע שול האָט צוגעגרייט עטלעכע טויזנט לײַט (מע האָט זיי אָפֿט מאָל גערופֿן "טראַווניקיס"), וואָס האָבן דערנאָך געטרײַ געדינט די דײַטשן, בפֿרט ווי שומרים אין קאָנצענטראַציע-לאַגערס. איינער פֿון די "טראַווניקיס", איוואַן דעמיאַניוק, ווערט איצט געמישפּט אין מינכן. דער דאָזיקער פּראָצעס, וואָס וועט, אַ פּנים, געדויערן ביז סוף יאָר, האָט אַנטפּלעקט אויך אַנדערע פֿאַרברעכער, כאָטש בײַם אָנהייב איז זייער ראָלע געווען אַן אַנדערע — פֿון עדות.

דער "פֿאָרווערטס"-קאָרעספּאָנדענט איתן פֿינקעלשטיין האָט דעם 1טן יאַנואַר שוין געשריבן, אַז צו יענער צײַט האָט מען "אָנגעהויבן אויסצופֿאָרשן דעם ענין פֿונעם 88־יאָריקן עדות סאַמועל קונץ, וועלכער האָט באַשטעטיקט, אַז בעת דער מלחמה האָט ער געאַרבעט אינעם קאָנצענטראַציע-לאַגער בעלזעץ, אין פּוילן. 'מיר האָבן גוט געוווּסט, אַז אינעם לאַגער ווערן אומגעבראַכט ייִדן, און דערנאָך פֿאַרברענט מען זייערע גופֿים’ — האָט ער דערציילט די אויספֿאָרשער." גלײַכצײַטיק, האָט ער געטענהט און טענהט ביזן הײַנטיקן טאָג, אַז ער אַליין האָט קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו דער טאָג־טעגלעכער שחיטה אין דעם לאַגער, וואָס איז געשטאַנען אין צענטער פֿון דער "רײַנהאַרד-אַקציע". דער ציל פֿון דער "אַקציע" איז געווען אויסצוראָטן אַלע ייִדן אין פּוילן.

אין די לעצטע אַכט חדשים האָט דער ענין פֿון סאַמועל קונץ באַקומען אַ נײַע אַנטוויקלונג. לעצטנס איז באַשלאָסן געוואָרן, אַז — ערשטנס — וועט מען קונצן טאַקע מישפּטן, און — צווייטנס — וועט זיך מיט דעם ענין באַשעפֿטיקן אַ "יוגנט-געריכט", ווײַל אין דער צײַט פֿון זײַן פֿאַרברעכערישער טעטיקייט איז דער באַשולדיקטער געווען ייִנגער פֿון 21 יאָר. מע אינקרימינירט קונצן, אַז ער האָט זיך באַטייליקט בײַם אומברענגען 430 טויזנט ייִדן אין דעם לאַגער בעלזעץ און אַז ער האָט אַליין דערשאָסן 10 ייִדן; אויף דעם האָט אָנגעוויזן אַן אַנדער עדות, אויך אַ געוועזענער שומר פֿון דעם זעלבן לאַגער.

סאַמועל קונץ איז געבוירן געוואָרן אין אויגוסט 1921 אין רוסלאַנד, אין דער וואָלגאַ-דײַטשישער רעפּובליק, וואָס האָט עקזיסטירט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ביז 1941. ווי אַנדערע סאָוועטישע בירגער, האָבן די סאָוועטישע דײַטשן געדינט אין דער רויטער אַרמיי. דעם 30סטן יוני 1941 — אַ וואָך נאָכן אָנהייב פֿון דער סאָוועטיש-דײַטשישער מלחמה — האָט מען די דײַטשישע מיליטערלײַט גענומען באַזײַטיקן פֿון אַלע מער אָדער ווייניקער פֿאַראַנטוואָרטלעכע שטעלעס אין דער אַרמיי, און דעם 8טן סעפּטעמבער האָט סטאַלין אונטערגעשריבן אַ באַפֿעל וועגן איבערשיקן אַלע דײַטשישע רויטאַרמייער פֿון מיליטערישע טיילן אין הינטערלענדישע בוי-באַטאַליאָנען. לויט דער צײַט איז דער באַפֿעל צונויפֿגעפֿאַלן מיט דער אַלגעמיינער דעפּאָרטאַציע פֿון דער דײַטשישער באַפֿעלקערונג — מע האָט זיי אַרויסגעשיקט פֿון דעם אייראָפּעיִשן טייל פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין די אַזיאַטישע רעפּובליקן.

אַזוי צי אַזוי, אָבער סאַמועל קונץ איז ניט "אויסגערייניקט געוואָרן". צוזאַמען מיט מיליאָנען אַנדערע רויטאַרמייער איז ער גענומען געוואָרן אין געפֿענקעניש, וווּ ער האָט זיך מאָביליזירט צו דינען די נאַציס. אויסגעשולט אין דער טראַווניקי-שול, האָט ער פֿון יאַנואַר 1942 ביז יולי 1943 געדינט ווי אַ שומר אין דעם בעלזעץ-לאַגער. אין דעם לאַגער זײַנען געווען אַ טוץ דײַטשישע עס־עס-לײַט און אַרום 120 "טראַווניקיס". נאָך דער מלחמה האָט קונץ אַפֿילו ניט געפּרוּווט זיך אויסבאַהאַלטן אין אויסלאַנד, ווי דאָס האָט געטאָן איוואַן דעמיאַניוק און אַ סך אַנדערע "טראַווניקיס". קונץ האָט, אָבער, באַקומען דײַטשישע בירגערשאַפֿט, זיך באַזעצט ניט ווײַט פֿון דער הויפּטשטאָט פֿון מערבֿ-דײַטשלאַנד, באָן, און רויִק געאַרבעט אין אַ בויונג-געשעפֿט.

אין גאַנצן האָט מען וועגן אים ניט פֿאַרגעסן. עטלעכע מאָל האָט מען קונצן קאָנטאַקטירט און אויסגעפֿרעגט וועגן זײַן דינסט בעת דער מלחמה, אָבער קיין באַשולדיקונגען קעגן אים גופֿא זײַנען ניט פֿאָרמולירט געוואָרן. אַזאַ צוגאַנג האָט אָפּגעשפּיגלט דעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון די 1960ער יאָרן, ווען דײַטשישע אויספֿאָרשער האָבן זיך, בדרך-כּלל, באַגרענעצט מיט פֿאַרפֿאָלגן הויך-געשטעלטע מיליטערישע פֿאַרברעכער. "קליינע מענטשעלעך" האָבן זיי ווייניק אינטערעסירט. למשל, אין יאַנואַר 1963 איז אין מינכן פֿאָרגעקומען אַ געריכט-פּראָצעס איבער נײַן עס־עס-לײַט, וואָס האָבן געדינט אין בעלזעץ. זייערע אַדוואָקאַטן האָבן געטענהט, אַז די דאָזיקע אָפֿיצירן האָבן כּלומרשט קיין ברירה ניט געהאַט און געמוזט אויספֿירן די באַפֿעלן פֿון זייערע קאָמאַנדירן, ווײַל אַנדערש וואָלטן סײַ זיי, סײַ זייערע משפּחות, געקענט זייער שלעכט פֿאַרענדיקן. דער סוף פֿון דעם מינכענער פּראָצעס איז געווען, אַז נאָר איינעם פֿון די באַשולדיקטע, יאָזעף אָבערהאַוזער, האָט מען דעמאָלט פֿאַרמישפּט אויף פֿיר און אַ האַלב יאָר תּפֿיסה. אָבער אויך אים האָט מען באַפֿרײַט אין אַ פּאָר יאָר אַרום. דער מערדער האָט געאַרבעט אין אַ מינכענער קרעטשמע און איז געשטאָרבן אין 1979. רויִק זײַנען געשטאָרבן אויך טויזנטער אַנדערע מערדער. אפֿשר וועט עס זײַן אַנדערש מיט די פּאָר שומרים, וואָס האָבן דערלעבט ביז אונדזערע צײַטן.