געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם באַגריף פֿון "בלוטיקן זונטיק" אַסאָציִיִרט מען מיט עטלעכע טרויעריקע געשעענישן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין פֿאַרשיידענע תּקופֿות און פֿאַרשיידענע לענדער. אין רוסלאַנד איז עס, פֿאַרשטייט זיך, דער זונטיק דעם 9טן (אָדער דעם 22סטן, לויטן מאָדערנעם קאַלענדאַר) יאַנואַר 1905, ווען די צאַרישע אַרמיי האָט געשאָסן אין אַ פֿרידלעכער דעמאָנסטראַציע. אין בריטישן און אירלענדישן היסטאָרישן זכּרון איז עס גאָר אַן אַנדער טאָג — דער 30סטער יאַנואַר 1972, ווען בריטישע זעלנער פֿון אַ פּאַראַשוטיסטן-רעגימענט האָבן גענומען שיסן אין אירלענדיש-קאַטוילישע דעמאָנסטראַנטן.

פּובליציסטיק, נײַעס
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אוזבעקישע פּליטים בײַ דער גרענעץ, קומען צוריק קיין קירגיזסטאַן פֿון אוזבעקיסטאַן, דעם 17טן יוני 2010

אַ נײַעם קלאַפּ האָבן באַקומען די לײַט, וועלכע בענקען נאָך קאָמוניזם און דער סאָוועטישער סיסטעם. די טראַגישע געשעענישן אין קירגיזסטאַן האָבן ווידער אַ מאָל בולט געוויזן דעם אמתן פּרײַז פֿון דער סאָציאַליסטישער פֿעלקער-פֿרײַנדשאַפֿט, אַ ווינקלשטיין פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע. אין זײַן צעפֿאַלונג האָט די סאָוועטישע סיסטעם אַנטפּלעקט איר ריכטיקן פּרצוף פֿון אַ קאָלאָניאַלער מלוכה, אַ יורש פֿון דער רוסישער אימפּעריע. ניט צופֿעליק פֿאַרגלײַכט מען איצט די רוסיש-קירגיזישע באַציִונגען מיט די פּאָסט-קאָלאָניאַלע באַציִונגען צווישן פֿראַנקרײַך און אירע קאָלאָניעס, בפֿרט צווישן פֿראַנקרײַך און רואַנדאַ בעת די בלוטיקע שחיטות דאָרטן.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָ־פּאַלעסטינער דעמאָנסטראַנטן האַלטן טערקישע און פּאָלעסטינער פֿאָנען בעת אַ פּראָטעסט אין אַנקאַראַ, טערקײַ, דעם 6טן יוני 2010

מיט אַ צײַט צוריק איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ לעקציע פֿון אַ ישׂראלדיקן היסטאָריקער, וואָס האָט גערעדט, בפֿרט, וועגן אַזאַ אינטערעסאַנטן פֿענאָמען פֿון די ערשטע עליות: ס׳רובֿ אָנגעקומענע ייִדן קיין ארץ-ישׂראל זײַנען געווען גאַנץ ווײַט פֿון ציוניזם, אָבער די וואָס זײַנען לסוף פֿאַרבליבן אין לאַנד זײַנען, בדרך-כּלל, געוואָרן הייסע אָנהענגער פֿון דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע. עפּעס ענלעכס זעט מען אויך איצט צווישן מײַנע באַקאַנטע, וועלכע זײַנען געקומען קיין ישׂראל אין די לעצטע צוואַנציק יאָר.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אוקראַיִנע און רוסלאַנד זײַנען פֿאַר מיר ניט קיין טעאָרעטישע באַגריפֿן. איך בין געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין אוקראַיִנע און שפּעטער האָב איך געלעבט יאָרנלאַנג אין רוסלאַנד. כ׳קען ביידע שפּראַכן, האָב אַ נישקשהדיקן באַגריף פֿון דער געשיכטע און קולטור פֿון ביידע מדינות. מיט אַזאַ הינטערגרונט בין איך זיכער, אַז צווישן זייער אַ גרויסן טייל אוקראַיִנער און רוסן איז דער אונטערשייד ניט גרעסער ווי צווישן אַ ניו-יאָרקער און אַ מאַיאַמי-ביטשער.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די "קאָלירטע" רעוואָלוציעס אויפֿן שטח פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָבן לעצטנס אַ ביטערע דאָליע. די "אָראַנזש"-רעפֿאָרמאַטאָרן פֿון אוקראַיִנע האָט דאָס פֿאָלק דעמאָקראַטיש פֿאַרביטן מיט מער קאָנסערוואַטיווע און פּראָ-רוסישע טוער. אין קירגיזסטאַן קומט די טעג פֿאָר — אין אַ גאָר ניט קיין דעמאָקראַטישער פֿאָרעם — אַ פּראָצעס, וואָס איז ענלעך (לכל-הפּחות, אין אַ געוויסער מאָס) צו די געשעענישן אין אוקראַיִנע: מע האָט אַראָפּגעוואָרפֿן דעם פּרעזידענט קורמאַנבעק באַקיִעוו, דעם פֿירער פֿון דער "טוליפּ"-רעוואָלוציע מיט פֿינף יאָר צוריק.

געזעלשאַפֿט
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 14טן מאַרץ איז אין רוסלאַנד געווען אַ טאָג פֿון וואַלן. אַזוי איז איצט פֿאַרפֿירט דאָרטן — צוויי מאָל אַ יאָר אָרגאַניזירט מען וואַלן אויף אַ קאָאָרדינירטן אופֿן. מע קלײַבט אויס דעפּוטאַטן און מייאָרס אין די ערטער, וווּ ס׳איז געקומען די צײַט עס צו טאָן. די איצטיקע וואַלן זײַנען געווען פּראָווינציעלע. און דאָך האָבן זיי קלאָר געוויזן, ווי עס אַרבעט די פּאָליטישע סטרוקטור, וועלכע עס האָט זיך געשאַפֿן אין דעם לעצטן יאָרצענדליק, וואָס איז אין רוסלאַנד אַסאָציִיִרט מיטן "נאַציאָנאַלן פֿירער", וולאַדימיר פּוטין, און זײַן קאָמאַנדע.

פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די פֿראַגע פֿון ביראָבידזשאַן איז, דאַכט זיך, אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן פֿון דעם הײַנטיקן סדר-היום פֿון ייִדישן לעבן, לכל-הפּחות פֿון זײַן הויפּטשטראָם. די ווײַט-מיזרחדיקע, נאָך אַלץ כּלומרשט ייִדישע געגנט אינטערעסירט, דער עיקר, היסטאָריקער פֿון ייִדישע נסיונות אין 20סטן יאָרהונדערט. ס׳רובֿ יונגע לײַט אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער האָבן בכלל קיין מאָל ניט געהערט וועגן אַזאַ זאַך. אָבער לאָזט זיך אויס, אַז ביראָבידזשאַן האָט געפֿונען הייסע חסידים צווישן גאָר ווילדע פּאָליטישע אַקטיוויסטן, בפֿרט צווישן די וואָס טענהן, אַז די געשיכטע פֿונעם חורבן איז "איבערגעטריבן געוואָרן".

פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער בנין פֿונעם טעאַטער "שלום" אין מאָסקווע

ייִדישע טעאַטערס זײַנען פֿאַרבליבן אין אייניקע ווינקלען פֿון מיזרח-אייראָפּע. דאָס זײַנען טעאַטערס-אַטאַוויזמען. די מלוכות האַלטן זיי אויס, ווײַל עס פּאַסט ניט צו פֿאַרמאַכן זיי. לויט דעם זעלבן פּרינציפּ האַלט מען דאָך אויס אין רוסלאַנד אַ גאַנצע ייִדישע געגנט — ביראָבידזשאַן, וואָס איז אויך אַ פּאָליטישער אַטאַוויזם. ווער דאַרף האָבן דאָס דאָזיקע איבערבלײַבס? סײַדן די (אָפֿט מאָל צופֿעליקע) מענטשן, וואָס האָדעווען זיך אַרום דער כּלומרשטער, צופֿעליקער ייִדישקייט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט זיך דערפֿילט אין אַלע ווינקלען פֿון אייראָפּע. אָבער אין אייניקע לענדער איז דער מצבֿ באַזונדערש אַ שווערער. אין דער דאָזיקער רשימה געפֿינט זיך אויך לעטלאַנד.

דעם 3טן פֿעברואַר האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿון דער שקאַלע, וועלכע עס שאַפֿט Standard & Poor’s — די קאָמפּאַניע וועלכע שאַצט אָפּ אונטערנעמונגען און לענדער ווי אַן אָביעקט פֿון אינוועסטיציעס. אין דער שקאַלע זײַנען דאָ פֿיר גראַדאַציעס, AAA, AA, A, און BBB, וואָס באַשרײַבן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון אַ געשעפֿט צי אַ מדינה, אין וועכלע ס׳איז כּדי צו אינוועסטירן.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט זיך דערפֿילט אין אַלע ווינקלען פֿון אייראָפּע. אָבער אין אייניקע לענדער איז דער מצבֿ באַזונדערש אַ שווערער. אין דער דאָזיקער רשימה געפֿינט זיך אויך לעטלאַנד.

דעם 3טן פֿעברואַר האָט די צײַטונג "ניו-יאָרק טײַמס" פֿאַרעפֿנטלעכט אויסצוגן פֿון דער שקאַלע, וועלכע עס שאַפֿט Standard & Poor’s — די קאָמפּאַניע וועלכע שאַצט אָפּ אונטערנעמונגען און לענדער ווי אַן אָביעקט פֿון אינוועסטיציעס. אין דער שקאַלע זײַנען דאָ פֿיר גראַדאַציעס, AAA, AA, A, און BBB, וואָס באַשרײַבן פֿאַרשיידענע מדרגות פֿון אַ געשעפֿט צי אַ מדינה, אין וועכלע ס׳איז כּדי צו אינוועסטירן.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך שרײַב די דאָזיקע שורות מאָנטיק, אַ טאָג נאָך די פּרעזידענטישע וואַלן אין אוקראַיִנע, אין וועלכע עס האָט געוווּנען וויקטאָר יאַנוקאָוויטש. בסך-הכּל האָט ער אָנגעקליבן נאָר דרײַ מיט אַ האַלב פּראָצענט מער שטימען, איידער זײַן קאָנקורענטקע, יוליאַ טימאָשענקאָ. אָבער דאָס זײַנען שוין טעכנישע פּרטים. דער מאַצביל, וואָס זעט אויס און רעדט ווי אַ מוזשיק (אין זײַן יוגנט איז ער אַפֿילו געזעסן אין טורמע), ניט ווי אַ פּאָליטישער טוער, וועט איצט זײַן דאָס פּנים פֿון דער אוקראַיִנישער נאַציע. צוריק גערעדט, אפֿשר האָט טאַקע די נאַציע הײַנט-צו-טאָג אַזאַ פּנים?

געזעלשאַפֿט, פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די לעצטע טעג האָב איך כּמעט אויפֿגעהערט צו קוקן די טעלעוויזיע-נײַעס, ווײַל מע קײַעט דאָרטן איבער די גאַנצע צײַט די זעלבע פֿראַגע: וואָס מיינט דער נצחון פֿון סקאָט בראַון אין די אַנומלטיקע סענאַט-וואַלן — אַז דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זיך באַנאַרישט אָדער אַז דער מאַסאַטשוסעטער המון איז אין גאַנצן אַראָפּ פֿון זינען? אָדער נאָך עפּעס אַזוינס. וועגן דעם וועט מען איצט רעדן און רעדן; כאָטש קיינער, דאַכט זיך, גיט ניט קיין קלאָרן ענטפֿער.