פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אוקראַיִנע און רוסלאַנד זײַנען פֿאַר מיר ניט קיין טעאָרעטישע באַגריפֿן. איך בין געבוירן געוואָרן און אויסגעוואַקסן אין אוקראַיִנע און שפּעטער האָב איך געלעבט יאָרנלאַנג אין רוסלאַנד. כ׳קען ביידע שפּראַכן, האָב אַ נישקשהדיקן באַגריף פֿון דער געשיכטע און קולטור פֿון ביידע מדינות. מיט אַזאַ הינטערגרונט בין איך זיכער, אַז צווישן זייער אַ גרויסן טייל אוקראַיִנער און רוסן איז דער אונטערשייד ניט גרעסער ווי צווישן אַ ניו-יאָרקער און אַ מאַיאַמי-ביטשער.

דער מצבֿ איז, בלי-ספֿק, גאָר אַן אַנדערער, אויב מע באַטראַכט די מערבֿדיקע געגנטן, וואָס זײַנען פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה געווען אין באַשטאַנד פֿון פּוילן צי רומעניע. דאָס איז אַ באַזונדערע מעשׂה מיט אַ באַזונדערער געשיכטע. אָבער אַ גרויסער טייל אוקראַיִנער וווינען אין די געגנטן פֿון לאַנד, וועלכע זײַנען היסטאָריש פּונקט אַזוי רוסיש ווי אוקראַיִניש. קיין חידוש ניט, אַז ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע אוקראַיִנער האָבן לעצטנס זיך אַרויסגעזאָגט פֿאַר נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיט רוסלאַנד. און עס זײַנען דאָ אויך אַזעלכע, וואָס חלומען וועגן אַ פֿולער פֿאַראייניקונג.

פֿאַר וואָס האָט עס אויסגעזען אַנדערש אין די פֿריִערדיקע יאָרן? פֿון וואַנען האָט זיך דעמאָלט בכלל גענומען די "אָראַנזש"-רעוואָלוציע?

איך מיין, אַז אין דעם פּראָצעס פֿון אָפּשטויסן זיך פֿון רוסלאַנד האָט אַ היפּשע ראָלע געשפּילט ניט אַזוי די אַנטי-רוסישקייט פֿונעם אוקראַיִנישן עולם, ווי די אַנטי-סאָוועטישקייט. מע האָט געוואָלט לעבן אַן אַנדער מין לעבן, מיט די לײַטן גלײַך, דאָס הייסט, מיט די אייראָפּעער און אַמעריקאַנער. אַזוי ווי מע האָט עס געזען אין די אויסלענדישע פֿילמען. ווי אַ פּועל-יוצא, איז די מערבֿדיקע גראַוויטאַציע געווען שטאַרקער איידער די רוסישע.

די צרה איז, אָבער, אַז די פֿיליאָריקע מערבֿדיקע גראַוויטאַציע האָט ניט געגעבן קיין העכערן ניוואָ פֿון לעבן איידער אין רוסלאַנד. מע האָט דאָך געוואָלט ווײַזן די "מאָסקאַלן" (רוסן), אַז אוקראַיִנע קען מאַכן אַ שבת (צי זונטיק) פֿאַר זיך און דערגרייכן דערבײַ אַ סך בעסערע רעזולטאַטן. אָבער דער סוף האָט זיך באַקומען ניט קיין פֿריילעכער. דערצו איז מען פֿאַרבליבן אָפּהענגיק פֿון דעם רוסישן גאַז. בפֿרט נאָך, אַז די פֿירנדיקע אוקראַיִנישע אונדוסטריעס — מעטאַלורגישע און כעמישע — נייטיקן זיך אין זייער אַ סך גאַז.

מיט אַ חודש צוריק האָט מען אויסגעפֿרעגט תּושבֿים פֿון צוויי געגנטן אין אוקראַיִנע: די דאָנעצקער, וואָס איז איינע פֿון די סאַמע רוסיפֿיצירטע, און די לעמבערגער (לוויווער), וואָס איז איינע פֿון די סאַמע נאַציאָנאַליסטישע. די סך-הכּלען פֿון די אויספֿרעגן ווײַזן, אַז די באַפֿעלקערונג קוקט זייער אַנדערש אויף די גרונט-פֿראַגן פֿון שפּראַך, אויסערן-פּאָליטיק און געשיכטע. 87 פּראָצענט דאָנעצקער רעספּאָנדענטן האָבן אָנגערופֿן רוסיש ווי זייער מוטער-שפּראַך, בשעת 90 פּראָצענט לעמבערגער האַלטן אוקראַיִניש פֿאַר זייער מוטער-שפּראַך. 88% דאָנעצקער קוקן אויף רוסלאַנד ווי דעם בעסטן פֿרײַנד פֿון אוקראַיִנע. צווישן די לעמבערגער האַלטן אַזוי בלויז 16 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע. שאַרף זײַנען די תּושבֿים פֿון מערבֿ און מיזרח צעטיילט אויך אין זייער אָפּשאַצונג פֿון דער געשיכטע, בפֿרט פֿון דער ראָלע פֿון אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. אין מערבֿ זײַנען זיי נאַציאָנאַלע העלדן און מאַרטירער, בעת אין מיזרח זײַנען זיי פֿאַרברעכער.

ס׳איז וויכטיק צו געדענקען, אַז די באַפֿעלקערונג פֿון מערבֿ-אוקראַיִנע איז קלענער. למשל, אין דער דאָנעצקער געגנט זײַנען קאָנצענטרירט צען פֿראָצענט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד און זי איז בערך די זעלבע ווי די גאַנצע באַפֿעלקערונג פֿון מיזרח-אוקראַיִנע. קיין חידוש ניט, אַז ווען די צוויי יאָרצענדליק פֿון מערבֿדיקער אָריענטאַציע האָבן ניט געבראַכט קיין ממשותדיקע עקאָנאָמישע רעזולטאַטן, האָט דער עולם זיך אַ קערעווע געטאָן צום קולטורעל נאָענטן (צי אָפֿט מאָל אַפֿילו אידענטישן) שכן.

די אָפּאָזיציע פֿון וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, דעם איצטיקן פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע, טענהט, אַז ער און זײַן רעגירונג פֿאַרקויפֿן די נאַציאָנאַלע אינטערעסן פֿון לאַנד. מע איז באַזונדערס אויפֿגעבראַכט פֿונעם אָפּמאַך וועגן פֿאַרלענגערן אויף 25 יאָר, ביז 2042, די דערלויבעניש פֿאַרן רוסישן פֿלאָט צו בלײַבן אין סעוואַסטאָפּאָל. ס׳איז קלאָר, אָבער, אַז די רייד גייט ניט וועגן "פֿאַרקויפֿן" אין דעם זין פֿון "פֿאַררעטן". ריכטיקער איז צו רעדן פֿון "פֿאַרקויפֿן" אין דעם זין פֿון "האַנדלען".

יאָ, דער רוסישער פֿלאָט וועט בלײַבן בײַ דעם שוואַרצן ים, אין דער שטאָט, וואָס איז היסטאָריש טײַער דער רוסישע נשמה און סטראַטיגעש וויכטיק פֿאַר דעם רוסישן מיליטער. אָבער אוקראַיִנע וועט באַקומען אַ גוטע פּאָדיאַקע — זי וועט קריגן ביליקער דעם נייטיקן גאַז, ווי אויך אַנדערע גינסטיקע באַדינגונגען פֿאַר דער עקאָנאָמיע. אַ סבֿרא, אַז יאַנוקאָוויטשעס קאָמאַנדע זעט עס ווי מער וויכטיקע זאַכן איידער כּלערליי סימבאָלישע מאַניפֿעסטאַציעס פֿון אַנטי-רוסישקייט און פּראָ-מערבֿדיקייט. קאָנפֿראָנטאַציע מיט רוסלאַנד איז אָפּגעשאַצט געוואָרן ווי אַ קאָנטער-פּראָדוקטיווע.

אָבער דאָס הייסט ניט, אַז אוקראַיִנע האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעזאָגט פֿון דער אייראָפּעיִשער גראַוויטאַציע. יאַנוקאָוויטשעס רעגירונג האָפֿט צו באַקומען אַ ספּעציעלן סטאַטוס אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. מע רעדט וועגן אָפּשאַפֿן וויזעס פֿאַר אוקראַיִנישע בירגער. אוקראַיִנע פּרוּווט אויס אַ קורס, וואָס פּאַסט זיך צו צו די ווינטן, וואָס בלאָזן סײַ פֿון מיזרח און סײַ פֿון מערבֿ. ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז דאָס לאַנד און דאָס פֿאָלק וועט פֿון אַזאַ "רעאַלפּאָליטיק" נאָר געווינען.