געזעלשאַפֿט, פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יעקבֿ פֿינטשי

מאָדנע לענדער, ווי אויך כּמו-לענדער און כּמעט-קיין-לענדער-ניט, האָבן זיך באַוויזן אין אייראָפּע מיט צוויי יאָרצענדליק צוריק, אויף די חורבֿות פֿון דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און יוגאָסלאַוויע. באָסניע איז איינע פֿון אַזעלכע מדינות. נאָך דער בלוטיקער מלחמה אין די 1990ער יאָרן, האָט מען, אונטערן פּאָליטישן און מיליטערישן דרוק מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן און מערבֿ-אייראָפּע, קוים-קוים געפֿונען עפּעס אַ פּשרה. די שחיטה איז אָפּגעשטעלט געוואָרן.

אײראָפּע, פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער הויפּט־רבֿ פֿון ענגלאַנד, ד״ר יונתן סאַקס, פֿאַרלאָזט דאָס העכסטע געריכט בעת אַן אַפּעל לטובֿת דער "ייִדישער פֿרײַער שול", דעם 27סטן אָקטאָבער, אין לאָנדאָן

יאָ, צוליב לעגאַלע טעמים ווייסן מיר ניט דעם נאָמען פֿון דעם ייִנגל, כאָטש זײַן ענין איז איצט אין צענטער פֿון ייִדישן לעבן אין ענגלאַנד, ווי אויך מחוץ דעם לאַנד. איך בין זיכער, אַז די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" געדענקען די געשיכטע, ווי אַזוי זײַנע עלטערן האָבן געפּרוּווט אים אײַנאָרדערן פֿאַר אַ תּלמיד אין דער לאָנדאָנער "ייִדישער פֿרײַער שול". ניט צו הערן צי ניט צו לייענען וועגן דעם האָט, דאַכט זיך, געקענט נאָר אַ מענטש, וואָס האָט פֿאַרבראַכט אין אַ קאָמע דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
גענעראַל מיכאַיִל טיורקין

ניט לאַנג צוריק איז אין אַמעריקע אַרומגעפֿאָרן אַ דעלעגאַציע פֿון רוסישע פֿונקציאָנערן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט אימיגראַציע. מיט דער דאָזיקער גרופּע האָט קאָמאַנדעוועט אַ גענעראַל — די צווייטע לויטן ראַנג פֿיגור אין דער אימיגראַציע-דינסט פֿון רוסלאַנד. מיכאַיִל טיורקין, אַזוי הייסט דער גענעראַל, האָט צום סוף פֿון דער נסיעה גערעדט פֿאַרן ניו-יאָרקער זשורנאַליסטישן עולם וואָס שרײַבט אויף רוסיש.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ צײַט צוריק בין איך געווען אין שוועדן און האָב גערעדט דאָרטן מיט אַ היגן זשורנאַליסט, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיטן גורל פֿון די ציגײַנער אין הײַנטיקער אייראָפּע. האָט ער מיר געזאָגט, אַז דאָס וואָרט אַליין "ציגײַנער" האַלט מען הײַנט שיִער ניט ווי פֿאַר אַ באַליידיקונג. נוצן מוז מען "ראָמאַ" — אַזוי איז עס איצט אָנגענומען געוואָרן. גלייב איך ניט, אַז אין ייִדיש האָט זיך "ראָמאַ" שוין פֿעסט אײַנגעוואָרצלט, דערפֿאַר דערקלער איך עס דאָ.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך בין ניט באַקאַנט מיט אַנאַטאָלי מוטשניק, וואָס איז אַ תּושבֿ פֿון דער באַרימטער אוקראיִנישער שטאָט פּאָלטאַווע. אָבער זײַן מאַנקאָליע זעט אויס זייער מאָדנע — איך וואָלט מורא געהאַט צו פֿירן געשעפֿטן מיט אַזאַ מענטש. שטעלט זיך פֿאָר: פּאַן מוטשניק האָט אַ מאה דיפּלאָמען, וואָס האָט אים באַזאָרגט מיט אַן אָרט אינעם גינעס-בוך פֿון רעקאָרדן. קיין געלערנטער איז ער, אייגנטלעך, ניט. צוריק גערעדט, קיין געלערנטער יאָגט זיך ניט נאָך צענדליקער דיפּלאָמען.

נײַעס, פּובליציסטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אינטערנעץ איז אַ מעכטיקער פֿאָרום, בתוכם — צי בפֿרט — אין אַזאַ לאַנד ווי רוסלאַנד, וווּ די פּרעסע און טעלעוויזיע זײַנען מערסטנטייל לאָיאַל דער רעגירונג. אָבער דער YouTube איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען. האָט אַ פּאָליציאַנט פֿון דרום-רוסלאַנד, אַלעקסיי דימאָווסקי, פֿאַרשריבן זײַנע אָפֿענע ווענדונגען צום פּרעמיער-מיניסטער וולאַדימיר פּוטין. ער רעדט וועגן קאָרופּציע, וואָס איז אַ קאָלאָסאַלע פּראָבלעם אין לאַנד בכלל און צווישן די פּאָליציאַנטן בפֿרט. דער אָפֿיציר טענהט, אַז דאָס געהאַלט אַליין פֿון די פּאָליציאַנטן (אַרום פֿיר-פֿינף הונדערט דאָלאַר אַ חודש) שטופּט זיי אונטער צו נעמען כאַבאַר.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מײַנע אייניקלעך האָבן אַן אוקראַיִנישע ניאַניע. בײַ זיך, אין מערבֿ-אוקראַיִנע, האָט זי געאַרבעט ווי אַ לערערין פֿון רוסיש, כאָטש זי רעדט די שפּראַך מיט אַ היפּשן אַקצענט און שטעלט אַרײַן ניט ווייניק אוקראַיִנישע ווערטער. איך קען אוקראַיִניש גאַנץ גוט, אָבער אייניקע אירע ווערטער דערקען איך דווקא דורך ייִדיש. למשל, ווען זי זאָגט "נאַדאָלוזשיטי", ווייס איך, אַז דאָס מיינט דאָס זעלבע ווי דער ייִדישער ווערב "נאַדאָלוזשען" — "אָניאָגן", "דערגרייכן דאָס זעלבע מיט אַ צײַט שפּעטער".

געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם ערשטן דריטל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז דײַטשלאַנד געוואָרן אַן אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿון ייִדישן לעבן און קולטור. דורך דײַטשלאַנד זײַנען געליגן די וועגן פֿון ייִדישער עמיגראַציע פֿון מיזרח קיין מערבֿ; דאָ האָבן זיך געפֿונען וויכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע און קולטורעלע אינסטיטוציעס, און די דײַטשישע שפּראַך האָט געדינט ווי די אינטערנאַציאָנאַלע "ייִדישע" שפּראַך, אַזוי ווי ענגליש הײַנט. אין דער לעצטער צײַט האָט דײַטשלאַנד ווידער פֿאַרנומען דאָס חשובֿע אָרט אויף דער ייִדישער מאַפּע, ניט נאָר אַ דאַנק דער נײַער אימיגראַציע פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אויך ווי אַ נײַער צענטער פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 23סטן אויגוסט 1915 האָט די רוסישע סאָציאַליסטישע צײַטשריפֿט "סאָציִאַל-דעמאָקראַט" פֿאַרעפֿנטלעכט וולאַדימיר לענינס אַרטיקל "וועגן דעם לאָזונג פֿון אַ פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אייראָפּע". לענין האָט געטענהט, אַז דעם דאָזיקן רעאַקציאָנערן געדאַנק האָט מען געדאַרפֿט אָפּוואַרפֿן כּל-זמן קאַפּיטאַליזם האָט ניט אויפֿגעהערט צו הערשן אין אייראָפּע. אָבער אַפֿילו סטראַטעגיש האָט ער פֿאַר סאָציאַליסטן ניט געזען קיין זין אין אַזאַ פֿאַראייניקונג, מחמת דער ציל האָט דאָך געמוזט בלײַבן אַן אַנדערער — אַ פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון דער גאָרער וועלט.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מער פֿון אַ יאָר איז אַדורך זינט דער אויגוסט-מלחמה צווישן גרוזיע און רוסלאַנד, אַזוי אַז די וווּנדן זײַנען נאָך פֿריש פֿון ביידע זײַטן. און די באַשולדיקונגען אויך. ווער איז שולדיק? ווער האָט דעמאָלט אָנגעהויבן דעם מיליטערישן קאָנפֿליקט? ווי אַזוי האָט זיך עס אַנטוויקלט? אויף אָט די און אַנדערע פֿראַגעס פּרוּווט ענטפֿערן דער 1,100־זײַטיקער באַריכט, וועלכן עס האָט צוגעגרייט אַ קאָמיסיע פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פֿאַרגאַנגענער סעפּטעמבער-חודש איז געווען ממש אָנגעזעטיקט מיט געשעענישן אין אינטערנאַציאָנאַלן פּאָליטישן לעבן. ס׳איז גענוג זיך דערמאָנען וועגן דער גענעראַל-אַסאַמבלעע פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס, מיט צענדליקער פּרעזידענטן, פּרעמיער-מיניסטאָרן און מלכים קאָנצענטרירט אין איין אָרט, און די פּיטסבורגער צונויפֿקומעניש פֿון די פֿירער, וואָס האָבן פֿאָרגעשטעלט די צוואַנציק פֿירנדיקע מדינות. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט בולט — און ווייטיקדיק — געוויזן, ווי ענג זײַנען אַלע פֿאַרבונדן.

פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

פֿאַראַיאָרן, אין נאָוועמבער, קורץ נאָך די פּרעזידענט־וואַלן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָב איך פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג אין פּאַריז. אויף די גאַסן פֿון דער שטאָט האָט זיך ממש געוואָרפֿן אין די אויגן די צאָל פּאָרטרעטן פֿון באַראַק אָבאַמאַ — ער האָט פֿון אַלע זײַטן געקוקט אויף די פּאַריזער אײַנוווינער און, אַזעלכע ווי איך, פֿאַרבײַפֿאָרער. אין מײַן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט האָט זיך פֿון יענע טעג אָפּגעהיט אַ בילד, וואָס איך האָב געמאַכט שוין אויפֿן צפֿון-וואָקזאַל, Gare du Nord, פֿון וואַנען אַ באַן האָט מיך אַריבערגעפֿירט קיין לאָנדאָן.