פּאָליטיק
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מײַנע אייניקלעך האָבן אַן אוקראַיִנישע ניאַניע. בײַ זיך, אין מערבֿ-אוקראַיִנע, האָט זי געאַרבעט ווי אַ לערערין פֿון רוסיש, כאָטש זי רעדט די שפּראַך מיט אַ היפּשן אַקצענט און שטעלט אַרײַן ניט ווייניק אוקראַיִנישע ווערטער. איך קען אוקראַיִניש גאַנץ גוט, אָבער אייניקע אירע ווערטער דערקען איך דווקא דורך ייִדיש. למשל, ווען זי זאָגט "נאַדאָלוזשיטי", ווייס איך, אַז דאָס מיינט דאָס זעלבע ווי דער ייִדישער ווערב "נאַדאָלוזשען" — "אָניאָגן", "דערגרייכן דאָס זעלבע מיט אַ צײַט שפּעטער".

דער ניאַניעס זון לערנט זיך אין קיִעוו, און אַלע מאָל דערציילט זי מיר וועגן אים. לעצטנס האָט זי געזאָגט, אַז זי לעבט שטאַרק איבער, מחמת דער זון האָט אַ חבֿרטע — אויך אַן אוקראַיִנישע, אָבער אַ "ווילד-פֿרעמדע", פֿון די מיזרח-געגנטן. דאָס מיידל קען אוקראַיִניש זייער גוט, איז אויסגעשולט אויף דער שפּראַך, אָבער רעדן רעדט זי בדרך-כּלל רוסיש. אַזוי, אַז דער זון האָט זיך אויך שוין אויסגעלערנט צו רעדן רוסיש, און דאָס איז "שרעקלעך".

דער ניאַניעס לינגוויסטישע איבערלעבענישן שפּיגלען אָפּ די מערבֿ-מיזרחדיקע צעטיילונג, וואָס איז אַזוי כאַראַקטעריש פֿאַר אוקראַיִנע. דאָס לאַנד איז דאָך צונויפֿגעשטוקעוועט געוואָרן פֿון היסטאָריש און קולטורעל פֿאַרשיידענע גרופּעס, וועלכע שאַפֿן די כּלומשרט פֿאַראייניקטע אוקראַיִנישע באַפֿעלקערונג. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די מיליאָנען תּושבֿים, וואָס האַלטן זיך פֿאַר רוסישע. דאָס אַלץ איז אַ טייל פֿון דער טאָגטעגלעכקייט. אָבער באַזונדערס שאַרף גייט עס אַרויס אויף דער אייבערפֿלאַך בעת פּאָליטישע קאַמפּאַניעס, בפֿרט בעת די וואַלן.

דעם 19טן אָקטאָבער האָט זיך אין לאַנד אָפֿיציעל אָנגעהויבן די קאַמפּאַניע ערבֿ די פּרעזידענטישע וואַלן, וואָס וועלן פֿאָרקומען דעם 17טן יאַנואַר. דאָס וועלן זײַן די פֿינפֿטע אַזעלכע וואַלן זינט דאָס לאַנד איז געוואָרן אומאָפּהענגיק אין יאָר 1991. אַלע זײַנען זיכער, אַז קיין איין קאַנדידאַט וועט ניט קענען גלײַך אָנקלײַבן די נייטיקע צאָל שטימען, אַזוי אַז דעם 7טן פֿעברואַר וועט מען אויסקלײַבן פֿון די צוויי אַממערסטנס פּאָפּולערע פּאָליטיקער.

די צאָל קאַנדידאַטן איז שוין ניט קיין קליינע, און זי קען נאָך וואַקסן. אָבער דערווײַל נעמט מען אויף ערנסט בלויז פֿיר פּאָליטישע טוער: וויקטאָר יאַנוקאָוויטש, יוליאַ טימאָשענקאָ, אַרסעני יאַצעניוק, און וויקטאָר יושטשענקאָ. דער דאָזיקער סדר שפּיגלט אָפּ זייער פּאָפּולערקייט, ווי עס ווײַזן דאָס די פֿרישע אויספֿרעגן.

וויקטאָר יאַנוקאָוויטשעס הויפּט-באַזע איז אין די רוסיש-רעדנדיקע אינדוסטריעלע געגנטן, דער עיקר, אין דעם דרום-מיזרחדיקן טייל פֿונעם לאַנד. יאַנוקאָוויטש זאָגט צו אײַנצופֿירן רוסיש ווי די צווייטע מלוכישע שפּראַך — וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, צום האַרצן דעם דאָזיקן עולם. ער זאָגט אויך צו צו דערלויבן די אוקראַיִנישע בירגער צו האָבן נאָך אַ בירגערשאַפֿט. אַזאַ זאַך איז באַזונדערס וויכטיק פֿאַר די מיליאָנען אוקראַיִנער, וועלכע אַרבעטן אין רוסלאַנד. צוויי פּעסער וואָלטן געמאַכט זייער לעבן אַ סך גרינגער.

מע שאַצט אָפּ, אַז פֿון די 36 מיליאָן נפֿשות, וואָס האָבן די רעכט צו באַטייליקן זיך אין די וואַלן, געפֿינען זיך אין אויסלאַנד אַרום 7 מיליאָן לײַט. זייער אַ סך פֿון זיי זײַנען אין רוסלאַנד, און זייערע שטימען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ גוטן פּאָטענציאַל פֿאַר יאַנוקאָוויטשן. קיין חידוש ניט, אַז איינע פֿון די ערשטע אינטריגעס איז געווען טאַקע פֿאַרבונדן מיט דער פֿאָדערונג צו עפֿענען אין רוסלאַנד 420 וואַל-פּונקטן. אָבער די צענטראַלע וואַל-קאָמיסיע האָט דערלויבט בלויז 41 פּונקטן, וואָס איז אַ שטיקל מפּלה פֿאַר יאַנוקאָוויטש.

טימאָשענקאָ איז מער פּאָפּולער בײַ דעם אוקראַיִניש-רעדנדיקן עולם, אָבער — מע זאָגט — אַז אויך אין אַנדערע געגנטן האָט זי אַ סך אָנהענגער. ניט ווייניק פֿרויען וועלן שטימען פֿאַר איר, טאַקע ווײַל זי איז אַ פֿרוי. און אַ שיינע פֿרוי האָט סימפּאַטיקער אויך צווישן מאַנצבילן. בכלל, זי געפֿינט שטיצער אין פֿאַרשיידענע געגנטן פֿון לאַנד, בעת יאַנוקאָוויטש איז אַ קאַנדידאַט פֿון זייער ברייטע, אָבער גלײַכצײַטיק זייער קלאָר דעפֿינירטע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג. אמת, טימאָשענקאָ שטייט איצט בראָש דער רעגירונג, און דאָס איז אַ פּראָבלעם, ווײַל מיט איר אַסאָציִיִרט מען אויך די איצטיקע עקאָנאָמישע שוועריקייטן.

אַרסעני יאַצעניוק איז אין גאַנצן 35 יאָר אַלט, אָבער ער האָט שוין באַוויזן צו שטיין אין שפּיץ פֿון צוויי מיניסטעריומס: פֿון עקאָנאָמיע און פֿון אויסערן-ענינים. אַ געבוירענער אין טשערנאָוויץ, האָט ער אַ סך שטיצער אין די געוועזענע גאַליציאַנער געגנטן. בינו-לבינו, האָט מען אים שוין באַשולדיקט אין אויסבאַהאַלטן זײַן "ייִדישקייט". ער האָט אויף דעם געענטפֿערט: "ווער האָט געקענט געבוירן ווערן בײַ אַן אוקראַיִנישער מאַמע און אַן אוקראַיִנישן טאַטע?" אָבער האָט צוגעגעבן, אַז ער וואָלט זיך אויך געגרויסט מיט אַ ייִדישער אָפּשטאַמונג, טאָמער ער וואָלט אַזאַ געהאַט. מע האַלט, אַז זײַנע שאַנסן צו האָבן הצלחה בעת די וואַלן זײַנען ניט זייער שטאַרקע.

אויפֿן פֿערטן אָרט, מיט זייער אַ שוואַכער שטיצע, געפֿינט זיך דער איצטיקער פּרעזידענט יושטשענקאָ. אַ ממשותדיקע ראָלע קען שפּילן דער פֿאַקט, וואָס ער איז צום האַרצן דעם מלוכה-אַפּאַראַט, סײַ דעם צענטראַלן סײַ דעם פּראָווינציעלן. מיט אַ נײַעם פּרעזידענט קענען זיי דאָך פֿאַרלירן די אָנגעוואַרעמטע ערטער זייערע. דאָס שאַפֿט אַ פּאָטענציאַל פֿאַר פֿאַלסיפֿיצירן די וואַלן. צוריק גערעדט, אוקראַיִנע איז ניט אַפֿגאַניסטאַן און אַפֿילו ניט רוסלאַנד.

אינטערעסאַנט, אַז די פּרעסע אין מערבֿ רעדט דערווײַל זייער ווייניק וועגן די קומענדיקע וואַלן. מע האָט זיך שוין גוט אָפּגעבריט מיט די האָפֿענונגען אַרום דער "אָראַנזש-רעוואָלוציע", פֿון וועלכער ס׳איז אַרויס זייער ווייניק. אַזוי צי אַזוי, וועלן די קומענדיקע געשעענישן האָבן אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער ווײַטערדיקער געשיכטע פֿון אוקראַיִנע גופֿא און פֿון דעם גאַנצן אַרומיקן רעגיאָן.